הרה"ח ר' בן ציון שענקער - ע"ה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

Forkosh
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

תגובהדורך Forkosh » דאנארשטאג אוקטובער 20, 2016 8:19 pm

איינער קען ברענגן די ריקארדינג? ישר כח למפרע.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג נובעמבער 06, 2016 9:12 am

ווי זענען די חסידים פון ר' בנציון זז''ג
קומטס שרייבן אן אנאליז אויף זיין נייע קאסעטע

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג נובעמבער 20, 2016 11:15 am

וואס גייט דא פאר?? איז עס אמת?

שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » זונטאג נובעמבער 20, 2016 11:19 am

יא, ליידער, בד״ה, לויה וועט זיין 1 ביי שומרי הדת

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:05 pm

בד"ה

א געוואלדיגער פארלוסט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:08 pm

די מיינסט עס ערנסט ! איי דאונט ביליוו איט! חבל על דאבדין ולא משתכחין, כ'מיין מיט דעם האט זיך גענדיגט די קאפיטל פון די ארגינעלע חסידישע מוזיק, ר' בנציון איז געווען די לעצטע פון די סארט וואס איז נאך געבליבן, איך האב געהאט די זכיה אסאך צו פארברענגען ביי ר'.בנציון ע"ה און טועם זיין פון די אמת'דיגע אידישע נגינה, און פארפאלן ס'איז שוין היינט נישט מער פארהאן פון די אמת'דיגע ארגינעלע פארצייטישע בעלי מנגנים,

פינקט די וואך האט אים די המודיע באשריבן אין כ'האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון זייענדיג איינער וואס פלעגט זיך אסאך דרייען ביי אים, און וואס זאל איך ענק זאגן כ'האב נישט גע'חלום'ט אז איין טאג נאכדעם וועל איך דארפען ארויפקימען אויף אייוועלט און ליינען ר' בנציון שענקער ע"ה.

ת.נ.צ.ב.ה

לוסטיג און לעבעדיג
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 12:07 pm

ברוך דיין האמת

תגובהדורך לוסטיג און לעבעדיג » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:33 pm

א שאק און שוידער האט מיר יעצט ארום גענומען ביים אריין קומען יעצט פארמיטאג דא אינעם וועלטל און געזעהן די שוידערליכע בשורה אז ס'איז נסתלק געווען לחיי העולם הבא דעם וועלט'ס בארימטע חסידישע בעל מנגן און קאמפויזער הרה"ח ר' בנציון שענקער ע"ה אלט זייענדיג 91 יאר - - -

איז עפעס פארגעגאנגען מיט אים די לעצטע שטיק צייט?

תהא נשמתו צרורה בצורר החיים ושנשמע ונתבשר בשורות טובות!

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » זונטאג נובעמבער 20, 2016 12:38 pm

שאק ווען איז דאס געשעהן? האט איינער מער פרטים?
בד"ה אוי געוואלד ווי וועט מען נאך אמאל האבן אזא איד............... שוין איך וועל איבער לאזן פאר די בעסערע שרייבער אים מספיד צו זיין.
ת.נ.צ.ב.ה

אוועטאר
מר. פאטאשאפ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3278
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 25, 2010 9:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מר. פאטאשאפ » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:19 pm

:-(

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:25 pm

עס איז זעהר שווער זיך צו געזעגענען פון אזא איד ווי רבי בנציון, מיט וועמען איך האב געהאט נאנטן קשר פאר קרוב צו 30 יאר. אהה!

נישטא קיין ווערטער. רייד זענען מאגער און ארעם. עס איז אוממעגליך צו שילדערן וואס ר׳ בנציון האט אריינגעבלאזן אין אלע משתתפים ביי יעדע יארצייט סעודה אדער חול המועד פארברענג, וויפיל ארגינעלקייט, וויפיל לויטערע ריינע נגינה עס האט געפלאסן פון אים, און האט משפיע געווען מיט אזויפיל הארץ, פאר אזויפיל יאר.

מ׳קען פשוט נישט שילדערן זיין אויסערגעווענליכע דייקנות, פינקטליכקייט אין יעדן ריר וואס ער האט מקבל געווען, און האט מדייק געווען בי״ג נפין אז עס זאל זיין ארגינעל.

מ׳בלייבט פארגאפט פון זיך דערמאנען ווי רב״צ האט אויפגעברענגט אלטע ניגונים וואס ער האט מחדש געווען פאר 70 יאר צוריק (זיבעציג) און פונקטליך דערציילט ביי וועלכע מאורע ער האט עס קאמפאזירט, און ווען מ׳האט עס געזונגען.

שווערע און קאמפליצירטע ניגונים און מעלאדיעס פון 36 פעל ער און העכער, פון דברי ישראל ממודזיץ וואס זענען נתחבר געווארן מיט מער פון 100 יאר צוריק, זענען געווען אזוי רשום בזכרונו, ווי עס וואלט נאר נעכטן קאמפאזירט געווארן.

אויסער זיין רייכע אוצר פון נגינה האט ער אויך משפיע געווען שיינע מעשיות, און דברי תורה וואס ער האט געדענקט ווי עס וואלט נאר נעכטן געווען.

אוי מי יותן לנו תמורתו!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13083
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:31 pm

ברוך דיין האמת, יהא זכרו ברוך, חבל על דאבדין ולא משתכחין
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 20, 2016 1:49 pm

ברוך דיין האמת.

מיין זיידע וועט עס נישט קענען איבערטראגן
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12591
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג נובעמבער 20, 2016 2:22 pm

א פארלוסט וואס מ'קען נישט ערזעצן. ס'וועט נישט זיין נאך א בנציון שענקער.

זכרונו לברכה.
An article a day keeps the babies away

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג נובעמבער 20, 2016 2:24 pm

אוי חבל! חבל! על דאבדין ולא משתכחין היינט מאכט מען שוין נישט די סארט
ברוך דיין האמת.

לעילא ולעילא
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:04 pm

נוסח שחרית שב"ק מהרה"ח ב"צ ז"ל

תגובהדורך לעילא ולעילא » זונטאג נובעמבער 20, 2016 2:32 pm


ארך אפים
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » זונטאג נובעמבער 20, 2016 2:46 pm

ר' בן ציון ז"ל אדר מיטן מודזיצ'ן רבין שליט"א
https://www.dropbox.com/s/uk6ksqar4cdpmh7/ModzitzMMinBoroParkUderAlef5776.wmv?dl=0

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:04 pm

ארך אפים האט געשריבן:ר' בן ציון ז"ל אדר מיטן מודזיצ'ן רבין שליט"א
https://www.dropbox.com/s/uk6ksqar4cdpmh7/ModzitzMMinBoroParkUderAlef5776.wmv?dl=0

הערליך שיין!!
קוקט אויס ווי ביי שפירא אין שטוב.
מערקט אויך אביש בראדט, וואלווי לאנדאו מבאבוב, שלום קעסלער, חזן איטשע מאיר העלפגאט ועוד.

ווער איז דער זינגער ביי שושנת יעקב?

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:10 pm

ברוך דיין האמת!

נא_שכל האט געשריבן:שבת קודש פר' תצוה העעל"ט [תשע"ו] איז ר' בנציון זז"ג געווען שטארק אין די כלים, ער האט פארפיגט ביים מודזיצער רבי'ס טיש'ן סיי שבת ביינאכט און סיי ביי סעודה שלישית.

א שטיקל באריכט פון שאלשידעס:

...

דער רבי איז מכבד ר' בנציון שענקער זאל זינגען א ווארימע ניגון, ר' בנציון פארשפילט נישט די געלעגענהייט און געט פאר'ן עולם צו הערן א הערליכע ווארימע ניגון, געזינגן מיט די פונקטליכע תנועות אראפ און ארויף, דאס שטימע הערט זיך קלאר אינעם גאנצען זאל, און דער רבי ובניו שליט"א טון הארמאנייזן אינדערמיט (ס'איז געווען א באקאנטע ניגון, וואס דער עולם האט מיט געזינגען). נאכן ענדיגן די ניגון, האט דער רבי געבעטען ר' בנציון זאל זינגען א לעבעדיגע ניגון (ס'דאך ר"ח אדר), און ר' בנציון פאנגט אן א שנעלע "שושנת יעקב", א געשמאקע חסידישע לעבעדיגע ניגון, דער עולם לעבט אויף און זינגט מיט לעבעדיג.

....

און דערנאך האט מען געבענטש און געדאווענט מעריב, הבדלה. און ר' בנציון קאן זיך נישט אפשיידן, ער כאפט אריין א "המבדיל". הערליך שיין!

ס'געווען כמים קרים על נפש עייפה, מ'וועקט אויף די נשמה, מ'בענקט זיך צום שורש, מ'פארבינדט אביסלע די מחשבות צו העכער'ס, מ'קומט צוריק אראפ מיט א לעבעדיגע ניגון וואס בארירט די אינערליכע מקומות פןן שמחה, א ריכטיגע עונג שבת!

האמיר נאך אריינגעכאפט א מוזדזיצע שבת מיט ר' בנציון ע"ה, דאס וועט מער נישט זיין.

איז דאס געווען די לעצטע שבת וואס ר' בנציון האט פארברענגט מיט'ן מוזדזיצער רבי?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:18 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
ארך אפים האט געשריבן:ר' בן ציון ז"ל אדר מיטן מודזיצ'ן רבין שליט"א
https://www.dropbox.com/s/uk6ksqar4cdpmh7/ModzitzMMinBoroParkUderAlef5776.wmv?dl=0

הערליך שיין!!
קוקט אויס ווי ביי שפירא אין שטוב.
מערקט אויך אביש בראדט, וואלווי לאנדאו מבאבוב, שלום קעסלער, חזן איטשע מאיר העלפגאט ועוד.

ווער איז דער זינגער ביי שושנת יעקב?

איך מיין דאס איז חזן מוטצען.


זייער א שיין שטיקל

ערגעץ דא אויפן וועלטל דארף צו זיין א קליפ פון דודי קאליש פו7 דעם ניגון

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג נובעמבער 20, 2016 3:46 pm

ברוך דיין האמת!
א שווערע פארלוסט פארן עולם הנגינה!

ווערטער וועלן נישט קענען גענוג ארויסברענגען דעם טייערן רבי בן ציון, אבער זיינע ניגונים קענען ערזעצן די ווערטער וואס פון דעם קען מען אביסל ארויסהאבן וואס מיר האבן ליידער פארלוירן.

יהי זכרו ברוך.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » זונטאג נובעמבער 20, 2016 4:01 pm

מאשקע האט געשריבן:א פארלוסט וואס מ'קען נישט ערזעצן. ס'וועט נישט זיין נאך א בנציון שענקער.

זכרונו לברכה.




קענט עגרי מאר!!!!

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » זונטאג נובעמבער 20, 2016 4:19 pm


אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

ניגוני הרה"ח ר' בן ציון שנקר ז"ל

תגובהדורך להודות ולהלל » זונטאג נובעמבער 20, 2016 4:23 pm

א נייע אשכול פאר אלע זיינע באליבטע ניגונים
דע טייערע ניגונים פון דעם אומפארגעסענע ר' בן ציון ז"ל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג נובעמבער 20, 2016 9:57 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:א נייע אשכול פאר אלע זיינע באליבטע ניגונים
דע טייערע ניגונים פון דעם אומפארגעסענע ר' בן ציון ז"ל

און די אשכול איז בלויז פאר זיינע אומבאליבטע ניגונים?

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:24 am

אוי וויי, ברוך דיין האמת.
ר' בנציון, וואו הייב איך אן?
א קאמפאזער?
א חזן? א זינגער?
א פיאניסט?
א מסירת נפש איד?
א איד מלא חיות?

א פילפארביגער מענטש מיט אזויפיל טאלאנטען.
פארפאסט קרוב צו טויזנט ניגונים!
אראפ געלייגט מיט אזא דביקות א ווארעמע ניגון! די לעבהאפט און א ריקוד'ל! א מארש, א הערליכע קלאסישע שטיקעל!
אזוי מייסטערהאפטיג זיך אליין צוגעשפילט ביי די אומ-אפיציעלע און אפיציעלע טעיפס!
א איד וואס איז געבוירן אין די דעמאלטסדיגע טריפ'נע אמעריקע, און זיך געהאלטן ביזן לעצטן טאג!
א גוט ווארט, סיפורי צדיקים, א חסיד'יש תורה אדער א מודזשיצער ווארט, אלץ געליגען אויפ'ן צונג!
ר' בנציון איז געווען א זעלטנהייט אין די היימישע עולם הנגינה, מיט אזאנער היימישקייט. פריש און קלאר ביזן לעצטן טאג.

אוי ר' בנציון, איר זענט טאקע מער נישטא, אבער די ניגונים אייערע בלייבן דא.
תהא זכרו ברוך.
משנכנס אדר מרבים בשמחה


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bissli, דובי'ס א פען, נייע אייטעמס און 8 געסט