בלאט 1 פון 1

איז דא ווי מ'קען עס הערן אן-ליין?

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:15 pm
דורך abimlaibt
אזוי ווי עס איז יעצט די טעג פין ספירת העומר (וואס ביי די וועי היום ארבעה עשר יום שהם שני שבועות לעומר) אין איך ווי אויך אנדערע קענען נישט געהעריג הערן קיין מיוזינג (מוזיק), וויל איך פרעגען ביי די גאר חשובע אנהענגער דא, אויב עימעציר ווייסט אויב מ'קען הערן די פילע גאט געבענשטע האט-ליינס אדער קאלד-ליין אדער גאר האק-ליין אדער אינפארמאציע ליניעעע, אן-ליין, די צייט איז ביי מיר זייער טייער, עס איז נאר א שאד אז עס זאל נישט זיין וואס צו הערן אין די צייט,
אויב איר ווייסט ביטע לא נמנע טוב מבעליו, אין זייטס עס מפרסם עס זאל זיין א זכות הרבים.
נ.ב. אויב ווילט איר נישט עס פאוסטן, קענט איר עס שיקן צו מיר אין אישית,(in person)
מיט פילע דאנק
אבי מ'לעיבט

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 1:34 pm
דורך מאשקע
לכאורה טאר מען עס נישט הערן אום ספירה, ווייל ס'קען מאכן שמייכלען.
אבער בעסער איז צו פרעגן א דיין.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 3:16 pm
דורך abimlaibt
נו ווי איז דער דאיען?

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2007 10:46 pm
דורך איך_הער
איך מיין אז דער דיין פסק'עט נישט ספירה, ווייל ס'מאכט זיך זייער אפט, אז נאכן פסק'ענען, האט מען צו זינגען און צו זאגן אויף זיינע פסקים.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 10:17 am
דורך סאכדעס
קיינער האט נאך נישט ארויסגעברענגט קיין שום סברא אז מ'זאל נישט מעגן הערן די אלע ליניעס.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 10:30 am
דורך צייטליך
דער דאיען זאל נאר ענטפערן אויף די שאלות וואס מ'האט אים געפרעגט, אויב דער דאיען וויל מוחה זיין, פיין און וויאויל, אבער אין די מחאות אשכול, נישט דא.

געשריבן: מיטוואך אפריל 18, 2007 3:12 pm
דורך abimlaibt
מאשקע האט געשריבן:לכאורה טאר מען עס נישט הערן אום ספירה, ווייל ס'קען מאכן שמייכלען.
אבער בעסער איז צו פרעגן א דיין.

סאכדעס האט געשריבן:קיינער האט נאך נישט ארויסגעברענגט קיין שום סברא אז מ'זאל נישט מעגן הערן די אלע ליניעס.

איך מוטשע מיך צופארשטיין צו קיינער האט טאקע נישט געברענגט א סברה?
ווי איז דער דיין?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2007 2:29 pm
דורך abimlaibt
עס איז שוין ווידער א צייט וואס מען טאר נישט הערן קיין מוזיק,
רבותי איך וויל עפעס הערען איר הערט נישט?
וואו קען איך עפעס אפלאודען?
תודה למפרע.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2007 2:34 pm
דורך מאשקע
מ'קען עס שוין סיי-ווי נישט הערן... ס'דאך שוין דא די כשר-טעל...

געשריבן: דאנארשטאג יולי 05, 2007 2:49 pm
דורך abimlaibt
כדי ארויסצו העלפען דעם פילפארביגען ציבור און פילקעפיגען עולם, מעלדען מיר ווי פאלגענד,
איך נעם שוין יעצט אויך אן צו בארגען סי-די'ס אויפ צו הערן און צירוק צוגעבן דערנאך,
אויב איינער וויל מיר בארגען קען זיך מעלדען צו מיר אין אישית,

ליניעס

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 9:32 am
דורך לאצי
ביטע נישט הערן די אלע צודרייטע ליניעס ניצט אויס די צייט פאר בעסערע זאכן אין םאר דעי שטותים.