ר' סאכדעס גייט ארויס פון די כלים

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

Anonymous

ר' סאכדעס גייט ארויס פון די כלים

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 01, 2007 1:43 pm

איך מוז דא זיין א מודה על האמת: ווען איך האב געקויפט דעם סי-די "חזנות טיש", האב איך אזוי שטארק הנאה געהאט דערפון אז, אויף עטליכע מינוטן, האט זיך מיר געטאהן דוכטן א שטייגר ווי איך וואלט זיך אין גן עדן געפונען.

נאכדעם אבער וואס ר' סאכדעס איז ארויס מיט זיין אטאם-אטאקע, האב איך זיך די פנים פאר בושה באהאלטן און געדארפט אין שפוגל בודק זיין צו עפעס איז ביי מיר בארירט געווארן. דא בין איך דער גרויסער "חובב חזנות" וואס האט זיך שוין איינגעהערט אן א צאהל חזנות שטיקלעך פון אלע ערליי חזנים ובפרט דער קעניג פון חזנים ר' יוסל'ה רויזנבלאט ז"ל און דא ווער איך אינגאנצן צוגאנגן פון דעם מכולמרישט'ן חזן ירמיה דמן?

פרייט עס מיר היינט, מיינע טייערע פריינד, אייך לאזן וויסן אז ניין! במחילת כבוד תורתו של ר' סאכדעם האט ער און נאך א צאהל איינהערער א גרויסן פונדימענטאלן טעות. די טעות איז דאס פראבירן פארגלייכן ירמיה'ס טעיפ חזנות טיש מיט אנדערע חזנים. בלויז פונעם נאמען "חזנות טיש" לערנען מיר באלד אז דא רעדט זיך נישט פון חזנות. ווי א שטייגער ביי א משפחה טיש, רבי טיש, חסידישן צוזאמענקום וכו' זינגט זיך דער עולם אינטער אלע ערליי ניגונים. חזנות טיש איז א טיש וואו מען זינגט ביי איהם חזנות שטיקלעך.

אויטא ממש דאס האט ר' ירמיה געטוהן. ער איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין קיין חזן און האט קיינמאל נישט פראבירט ערקלערן אז ער איז א חזן. ער זינגט פשוט חזנות שטיקלעך.

דער וואס איז טאקע גוט באקאנט מיט די אלע שטיקלעך וועט איהם אביסל שווער זיין הארכן די טעיפ היות אז ירמיה האט פארדרייט אסאך שטיקלעך. אבער אז מען נעמט די שטיקלאך פאר זיך אליין איז דאס א פשוטע פארגעניגן א תענוג רוחני צו הערן ירמיה'ן א זיסקייט וואס איז נישטא זיינס גלייכן כמעט. עד כדי כך אז יש אומרים אז דאס איז דער שענסטע טעיפ וואס ירמיה האט ארויסגעגבן עד היום. און בפרט דער משיח ניגון - געזונגען אזוי זיס אזוי שוין. א ברכה צו ירמיה'ן וואס איז שוין קרוב צי די זעכציגער און האט נאך א קול קלאר ווי די בלויע וואסער.

נאר דאס דארף איך טאקע רעכט געבן ר' סאכדעס: א שאד וואס ירמיה האט זיך פארפאטשקעט מיט קאפ און בויך שטימעס וואס, ווי מען זאגט אין אידיש, "אז מ'קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער". באשר צו די וואס האבן "איינגערעדט" ארויסגעבן דעם טעיפ, זאג איך אשריהם בעולם הזה ואשרי חלקם לעולם הבא.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג אפריל 01, 2007 2:08 pm

שלום עליכם האלבער, כ'זעה אז די טוגסט, יעזור השם להלאה,
לאמיר האפן אז די וועסט אונז ארויסהעלפן דא מיטן זינגען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 01, 2007 2:23 pm

צייטליך האט געשריבן:שלום עליכם האלבער, כ'זעה אז די טוגסט, יעזור השם להלאה,
לאמיר האפן אז די וועסט אונז ארויסהעלפן דא מיטן זינגען.


א דאנק אייך פאר אייער "צייטליכער" און העפליכע שלום עליכם און פאר דעם שיינעם קאמפלימענט.

מיט זינגן קען איך דא נישט ארויסהעלפן קיין סאך היות ווי מען הארכט מיר ניט..אבער מיט אידיש קען איך גראדע יא אביסל ארויסהעלפן: ווען מען רעדן צו א מענטש (לשון נוכח) ניצט מען "דו" מיט א וי"ו ביים סוף.

ווען מען באציהט זיך צו א נקיבה זאך ניצט מען "די" מיט א יו"ד ביים סוף למשל: די מנורה די מיידאלעך.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אפריל 01, 2007 3:10 pm

האלב טויט, כ'האב דיר שוין גענפערט אין אשכול וואס דו האסט עס קוידען (אדער נאכדעם) געשריבן.

אלזא טעיק איט פראם דער.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 01, 2007 3:21 pm

סאכדעס האט געשריבן:האלב טויט, כ'האב דיר שוין גענפערט אין אשכול וואס דו האסט עס קוידען (אדער נאכדעם) געשריבן.

אלזא טעיק איט פראם דער.


יא סאכדעס, איך האב עס געליינט. א ישר כוח אייך, איר האט מיר דערפרייט.

איך בין דא א גאנץ נייע און נאך נישט גוט באקאנט מיטן אופן פון פארצייכענען תגובות.

אגב: דער נאמען סאכדעס געפעלט מיר זייער. וואס איז דער באדייט דערפון (אויב בכלל)?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג אפריל 01, 2007 4:32 pm

האלב טויט האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:שלום עליכם האלבער, כ'זעה אז די טוגסט, יעזור השם להלאה,
לאמיר האפן אז די וועסט אונז ארויסהעלפן דא מיטן זינגען.


א דאנק אייך פאר אייער "צייטליכער" און העפליכע שלום עליכם און פאר דעם שיינעם קאמפלימענט.

מיט זינגן קען איך דא נישט ארויסהעלפן קיין סאך היות ווי מען הארכט מיר ניט..אבער מיט אידיש קען איך גראדע יא אביסל ארויסהעלפן: ווען מען רעדן צו א מענטש (לשון נוכח) ניצט מען "דו" מיט א וי"ו ביים סוף.

ווען מען באציהט זיך צו א נקיבה זאך ניצט מען "די" מיט א יו"ד ביים סוף למשל: די מנורה די מיידאלעך.


אריין אין שפראך אשכול ביטע,

און איך זאג דיר שוין אז איך בין נישט קיין גרויסע אידיש-קענער, און וועסט מיזן פארשטיין עז איט איז.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אפריל 01, 2007 4:58 pm

ער זאגט זייער גוט אין שפראך.

אלזא, סאכדעס שטאמט נאך פון אלט שטאט, סיז א ניק נעים צו התאחדות. התאחדות שטאמט פון די נאמען פון א טעיפ וואס איז ארויסגעקומען אין די צייט וואס כאב געפענט א ניק.

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 01, 2007 5:03 pm

עלייה על גבי עלייה...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג אפריל 01, 2007 5:04 pm

אנדערע זאגן, גג על גג..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אפריל 01, 2007 5:55 pm

ווידעראום אנדערע זאגן, גג על גבי בג בג.

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 16, 2007 3:52 pm

ווידער איז דא וואס זאגן "בן בג בג"
בי נארמאל, בי געזונט, בי געבענטשט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » מאנטאג אפריל 16, 2007 3:55 pm

כ'וויל מיר נעמען די כבוד צו באגריסן אונזער האלב טויטער חבר. אונז זעמיר מתפלל אז דו זאלסט בקרוב ווערן גאנץ לעבעדיג.
כ'פריי זיך צו זעהן אז נאך איינער איז מיט מיר, יאך האב אויך נישט ליעב צו הערן חזנות טיש. ס'איז טאקע זייער שיין אבער היבש פארדרייט. איין זאך וואס כ'האב יא שטארק הנאה געהאט: די קאפ שטימע אלץ הקדמה צו ר' ישמעאל אומר. ס'איז מיר געווען א וואונדער אז זיי שפילן דאס. באמת א שיין שטיקל, אבער זייער שוואך נאכגעמאכט.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גולם און 16 געסט