קוואליטעט און פרייז פון היינטיגע אלבום'ס (אפגעטיילט)

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 27, 2011 4:40 pm

תגובהדורך פידעלע » מאנטאג פאברואר 27, 2012 6:41 pm

קרעמער האט געשריבן:ביי דעם דעבאטע בין איך אלל-די-וועי מיט שטייסטענישט, איך האלט אז עס איז א שאד צו שפענדעווען געלט אויף א סי.די. וואס בין יום היה ובין לילה אבד, היינט איז עס גוט און מארגן צוקראצט. אפשר בין איך א קול קורא במדבר, אבער מען דארף אונטערנעמען א פעטיציע איבער די גאנצע וועלט לויז צו ווערן פון די סי.די.'ס און צוריקברענגן טעיפס.

הוי וועלן דיך די פראדוסר׳ס און זינגערס דאנקען אז דו קענסט עס דורכפירען.

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » מאנטאג פאברואר 27, 2012 11:04 pm

leiby האט געשריבן:וויפיל מענטשן ניצן היינט נאר סידי'ס? דאס הייסט אן אריינקאפיען צו זיך ערגעץ א קאפי.
קוקט אויס מ'רעדט צו אידן פון די 50'ס..
רוב האבן עס געקאפיעט ערגעץ אויף א דידזשיטעל פארמאט און מ'קען זיך עניטיים מאכן א פרישע קאפי, אויב איינער קען דאס נישט טאן זאל ער טאקע נישט קויפן און נישט אריינרעדן.

און פאר די וואס האלטן אז ס'איז נישט ווערד, ווענד זיך שוין אין די טעיסט,
איך קויף אויך נאר טעיפס וואס כ'קען איבערהערן עניטיים.

ביי די דעבאטע האלט איך מיט לייבי, יעדע סידי ואס איך אויף לייג איך אריין אין מיין פיסי, סליגט אויך אויף מיין אייפאד אדער פלעש דרייוו,
אין פאר די וואס האלטן אז ס' איז נישט ווערט, שוין גענוג מאל געהאט אז איך בין געווארן איינגענארט צו קויפן א געוויסע עסן וואס נאר עליטע ערלויבן זיך אין ס'האט געהאט יענץ טעם, אין כ'האב מיר געקענט שטעלן אויפן קאפ

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » מאנטאג פאברואר 27, 2012 11:34 pm

איך לייען אזוי די אלע תגובות און דער אמת איז אז אלע טענות און אלע פוינטס האט מען שוין ארויפגעברענגט. נא וואס קען איך דען צולייגן.

איין אינטערסאנטע זאך בעצם די וואס האלטן אז די פרייז איז ריכטיג האבן (שפעקוליר) עפעס א נגיעה צו די אינדוסטרי.

שטארק זיך האסט געזאגט אז די האסט קיינמאל נישט געהערט אז איינער זאל עס נישט קויפן וועגן די קוואלעטי (צוקראצט ווערו) עכ״פ יעצט מן הסתם האסטו שוין באמערקט אז מער ווי איינער האלט זיך אפ פון קויפן פאר די סיבה.

איך קויף נישט כמעט קיין סי דיס טאקע וועגן די סיבה. און קאפיען איז נישט די רפואה וויבאלד מען דארף ארבעטן עקסטער.

איך וואלט געטראכט אז מען זאל צולייגן צום אשכול אז דער עולם זאל קענען שטימען. אזוי קען מען וויסו וואס דער עולם האלט וויל נישט יעדער גייט דא מגיב זיין נאך וואס אלע פוינטס זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן אבער אז מען וויל וויסן א סך הכל וואס האלט/וויל דער עולם קען עס מן הסתם האבן א עפעקט אויף די פראדוסערס אז זיי וועלו קענען וויסן וואס די קונים/צוקנופטיגע קונים ווילן.

די פוינט איז אז אפילו אלע טענות פון די פראדוסערס זענען גערעכט גייט זיי עס נישט העלפן און סעילס. זיי נישט גערעכט אבער טריי צו צופרידן שטעלן די קאסטומערס. מיטן זיין גערעכט פארדינסטו עפעס.?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג פאברואר 28, 2012 12:57 am

Yes_or_no האט געשריבן:איך לייען אזוי די אלע תגובות און דער אמת איז אז אלע טענות און אלע פוינטס האט מען שוין ארויפגעברענגט. נא וואס קען איך דען צולייגן.

איין אינטערסאנטע זאך בעצם די וואס האלטן אז די פרייז איז ריכטיג האבן (שפעקוליר) עפעס א נגיעה צו די אינדוסטרי.

הגם yes or no בנביאים?
מהיכן דנתני?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4087
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג פאברואר 28, 2012 1:16 am

א עם הארץ'ישע שאלה: איך זע קיינער בארירט נישט די נקודה אז א סידי איז בערך א דריטל קלארער און בעסערע קוואליטעט ווי א טעיפ. איך בין נישט קיין גרויסער מבין, אבער דאס איז מיין אויפפאסונג, און דאס איז מיין גירסא דינקותא געווען אייביג אז א טעיפ קען זיך פארשטעקן פאר א סידי, און מה"ט טוישט מען צו סידיס און עס קאסט טייערער.

(הגם מען דארף באמערקן אז לכאורה איז די סיבה נישט דוקא דער חסרון פונעם טעיפ, נאר די חסרון פונעם פלעיער וואס שפילט דעם טעיפ. ודו"ק)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג פאברואר 28, 2012 9:51 am

How fat are we getting in this country?!
אזוי שווער איז אריינצולייגן די ניי-געקויפטע סידי אינעם קאמפיוטער? צו מאכן א פרישע קאפי אויב די ערשטע האט זיך שוין "אויסגענוצט"?
לגבי קאפיען פאר שכנים און גוטע פריינט. דאס איז נאך אן עפפעקט פונעם אידישן מארקעט, ווי מ'ערלויבט זיך איין איד קעגן אנדערן סאך מער ווי ווען מ'האנדלט מיט א גוי. ס'א בושה!
ווען ס'ווען א גוי וואלט ער שוין לאנג געווען בעובי הקורה דאס אויסצוראטן, און דער עףביאיי וואלט אייך שוין לאנג אויפגעפיקט.
זיך רירן האלט מען נישט דערביי, פויל ווי דער גרינער אייזל, אבער קלוגער ווערט יעדער! יעדנס תגובה קומט מיט א "איך האלט" אדער א לענ"ד...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג פאברואר 28, 2012 9:55 am

Hey yoely calm down. Everyone is allowed to have an opinion. If u don't like it find ur way out of here!

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג פאברואר 28, 2012 9:57 am

כ'בין זייער רוהיג. כאב נאר געגעבן חומר למחשבה צו "האלטן" ביים קאווע...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12473
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:03 am

איצטערט אז איך ווייס שוין אז מענטשן האלטן זיך צוריק פון קויפן מוזיק אלבום'ס צוליב די CD פראדוקט, - הגם א פרעקשאן פון א מינדערהייט - עס צוקריצט זיך, ס'לוינט זיך נישט. אלזא וואספארא עצה וואלט איר געגעבן פאר די פראדוסער'ס?

אויב זענען די פראדוסער'ס פון די גויאישע וועלט באקאנטע זינגער'ס און זינגערן'ס - וועלעכע פארקויפן קאפיס אין די מיליאנען!! - נאכנישט אויפגעקומען מיט א פרישע געדאנק, אויסער די CD, ווילט איר אז דער פראדוסער וואס פארקויפט צווישן 3 און 4 טויזענט סידי'ס זאל אויפקומען מיט א חידוש? טעכנעלאגיע שטייט היינט ביי דעם אז מוזיק אלבום'ס ווערן פארקויפט אויף די CD - פארגעס, נישטא קיין טעיפ'ס מער - אייגענטליך טויש זיך אלעס היינט צו איי-טאונס, אדער סתם אזוי דאונלאודן, אבער דאס קעמען דאך ביי אונז נישט מאכן עמטליך.

איך טראכט פון א שטיקל איידיע וואס איינער האט עס שוין גראדע לעצטענס געטוען. לעצטענס קען מען שוין זעהן אין די נייע גוטע מאדעלן קאר'ס אז ס'קומט מיט א USB אינפאוט. דאס איז א געוואלדיגע מעלה, איך גיב א שטעק אריין מיין USB און ער האט אין זיך א שלל פון מוזיק אלבום'ס וועלעכע ווערט נישט צוקראצט. איך ווארט נאר אז אויך מיין סטעריאו אינדערהיים זאל דאס האבן און דאן ביניך א גענצליכער געהאלפענער..

די סיסטעם וועט זיין אז די פראדוסערס וועלן פארקויפן מוזיק אלבום'ס אין די געשעפטן פאר א ביליגערע פרייז אויב קומסטו אריין מיט די USB און ער לייגט דיר עס ארויף דעראויף. און די מעלה דערפון איז דריי-פאכיג. ערשטענס האסטו מער נישט די פראבלעם פון די CD. די USB צוקראצט זיך נישט און האלט זיך לענגער ווי א סידי און טעיפ אינאיינעם. צווייטענס, די פרייז וועט זיין אביסל ביליגער ווייל עס גייט נישט קאסטן די CD, קאווער, גראפיק וכדו' וועלעכע ער קען נישט אריינרעכענען דא. דריטענס. אויף איין USB קענסטו האבן צענדליגע און הונדערטער מוזיק אלבום'ס אנשטאט זיך ארומשלעפן מיט א באקס מוזיק CD אדער טעיפ'ס.

(איך האב געמוזט צוקומען צו די איידיע זינט ביי מאנכע איז די איי-פאד אדער קאמפיוטער אסור. איז די איינציגסטע עצה - דאונלאודן אין געשעפט אויף א USB)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10550
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:11 am

צייטליך האט געשריבן: איך ווארט נאר אז אויך מיין סטעריאו אינדערהיים זאל דאס האבן און דאן ביניך א גענצליכער געהאלפענער..

ס'שוין דא אזעלכע סטעריאו'ס א לאנגע צייט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:21 am

Sorry yoely.

Tzitlich. Great idea. I will for sure do that.

אוועטאר
aperlscript
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 14, 2011 1:57 pm
לאקאציע: Dreaming in code

תגובהדורך aperlscript » דינסטאג פאברואר 28, 2012 7:06 pm

צייטליך האט געשריבן:איצטערט אז איך ווייס שוין אז מענטשן האלטן זיך צוריק פון קויפן מוזיק אלבום'ס צוליב די CD פראדוקט, - הגם א פרעקשאן פון א מינדערהייט - עס צוקריצט זיך, ס'לוינט זיך נישט. אלזא וואספארא עצה וואלט איר געגעבן פאר די פראדוסער'ס?

אויב זענען די פראדוסער'ס פון די גויאישע וועלט באקאנטע זינגער'ס און זינגערן'ס - וועלעכע פארקויפן קאפיס אין די מיליאנען!! - נאכנישט אויפגעקומען מיט א פרישע געדאנק, אויסער די CD, ווילט איר אז דער פראדוסער וואס פארקויפט צווישן 3 און 4 טויזענט סידי'ס זאל אויפקומען מיט א חידוש? טעכנעלאגיע שטייט היינט ביי דעם אז מוזיק אלבום'ס ווערן פארקויפט אויף די CD - פארגעס, נישטא קיין טעיפ'ס מער - אייגענטליך טויש זיך אלעס היינט צו איי-טאונס, אדער סתם אזוי דאונלאודן, אבער דאס קעמען דאך ביי אונז נישט מאכן עמטליך.

איך טראכט פון א שטיקל איידיע וואס איינער האט עס שוין גראדע לעצטענס געטוען. לעצטענס קען מען שוין זעהן אין די נייע גוטע מאדעלן קאר'ס אז ס'קומט מיט א USB אינפאוט. דאס איז א געוואלדיגע מעלה, איך גיב א שטעק אריין מיין USB און ער האט אין זיך א שלל פון מוזיק אלבום'ס וועלעכע ווערט נישט צוקראצט. איך ווארט נאר אז אויך מיין סטעריאו אינדערהיים זאל דאס האבן און דאן ביניך א גענצליכער געהאלפענער..

די סיסטעם וועט זיין אז די פראדוסערס וועלן פארקויפן מוזיק אלבום'ס אין די געשעפטן פאר א ביליגערע פרייז אויב קומסטו אריין מיט די USB און ער לייגט דיר עס ארויף דעראויף. און די מעלה דערפון איז דריי-פאכיג. ערשטענס האסטו מער נישט די פראבלעם פון די CD. די USB צוקראצט זיך נישט און האלט זיך לענגער ווי א סידי און טעיפ אינאיינעם. צווייטענס, די פרייז וועט זיין אביסל ביליגער ווייל עס גייט נישט קאסטן די CD, קאווער, גראפיק וכדו' וועלעכע ער קען נישט אריינרעכענען דא. דריטענס. אויף איין USB קענסטו האבן צענדליגע און הונדערטער מוזיק אלבום'ס אנשטאט זיך ארומשלעפן מיט א באקס מוזיק CD אדער טעיפ'ס.

(איך האב געמוזט צוקומען צו די איידיע זינט ביי מאנכע איז די איי-פאד אדער קאמפיוטער אסור. איז די איינציגסטע עצה - דאונלאודן אין געשעפט אויף א USB)


האסט א פוינט , אבער האסט נישט פארמיטן די פראבלעם פון קאפיען פארן חבר, אולי אויב קענען די פראדוסערס ניצן DRM פראטעקשן צו פארמיידען קאפיען, דעמאלט וועלן זיי דאס קענען פארקויפן פאר ביליגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג פאברואר 28, 2012 8:22 pm

דער קאסעטע פארמאגט זיך אויך זיינע פראבלעמען.
ס'ווערט אפט אריינגעכאפט און ווען א מאגנעט קומט לעבן דעם קען עס ווערן ארויף און אראפ אדער זייער שטיל.

כ'מיין אז די בעסטע עצה איז צוריקצוגיין צו רעקארדס... יא דעי מיט די קראצעדיגע נידל (פאר די נייגעריגע: מ'מאכט נאך היינט רעקארד פלעיערס, אבער ס'קומט שוין מיט א יו עס בי פלאג אין די זייט)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דינסטאג פאברואר 28, 2012 11:06 pm

טאבאקא האט געשריבן:כ'מיין אז די בעסטע עצה איז צוריקצוגיין צו רעקארדס... יא דעי מיט די קראצעדיגע נידל (פאר די נייגעריגע: מ'מאכט נאך היינט רעקארד פלעיערס, אבער ס'קומט שוין מיט א יו עס בי פלאג אין די זייט)

א רעקארד ווערט דאך אויך צוקראצט [דאס איז דאך פשט פון 'א צובראכענע רעקארד' - וויפיהל עגמת נפש דאס האט מיר שוין אנגעמאכט].

עפעס דאכציך אז אין די גוי'שע וועלט מאכט מען נאך רעקארד'ס.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג פאברואר 28, 2012 11:10 pm

די יו-עס-בי איז א מאסיווע איידיע.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מיטוואך פאברואר 29, 2012 12:16 pm

שוטה האט געשריבן:עפעס דאכציך אז אין די גוי'שע וועלט מאכט מען נאך רעקארד'ס.

מען גיבט נאך היינט ארויס פרישע רעקארדס?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 12:26 am

ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
הוצאת שירי חזנים
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 07, 2011 1:01 pm
לאקאציע: אין סטודיא
פארבינד זיך:

תגובהדורך הוצאת שירי חזנים » מאנטאג מארטש 05, 2012 5:17 am

דער עולם דארף וויסן אז נישט אלע סידי'ס זענען די זעלבע

ס'איז דא פון די בעסערע קאמפאניס וואס האלטן זיך סאך לענגער בדרך כלל
פאר הערות און קאמענטארן קענט איר שיקן א מעלדונג אויף cantorial.music@gmail.com
מיר ווארטן צו הערן פון אייך!


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט