נעמען מוזיק לעקציעס / פראקטיצירן בימי הספירה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

נעמען מוזיק לעקציעס / פראקטיצירן בימי הספירה

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 4:43 pm

מעג מען? האט איר אמאל געפרעגט דערוועגן?

איך האב געפרעגט א דיין שליט"א, ער האט נוטה געווען להקל, טראצדעם וואס איך לערן זיך נישט לצורך פרנסה, וויבאלד עס פארשאפט מיר נישט קיין ספעציעלע שמחה (בפרט ווילאנג איך מוטשע זיך נאך...).

ער האט מיר געזאגט אז ער וועט דאס נאך איבערקלערן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 4:45 pm

קודם כל, שלום עליכם קרעמער,

איך האב אויך אמאל געהערט פון א דיין אז בימי הספירה מעג מען שפילן (כ'רעדט פון א קיבאורד) וויבאלד ס'איז נאר צו פראקטעסירן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 5:54 pm

איך פיר מיך אויך אזוי. שוין יארן.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 7:56 pm

חוץ פון דאס וואס איך האלט אז די אשכול איז נישט אינעם ריכטיגען פארום, זאג נאר מאשקע, איז דיין מנהג א פסק הלכה, אדער א מוטב שיהו שוגגים?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג מארטש 22, 2007 10:14 pm

געהערט אמאל בשם דעם דיין שליט"א.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג מארטש 23, 2007 9:21 am

געהערט אמאל פין א דיין, נישט קיין פסק הלכה נאר פשוט אינמיטען א שמיעס, האט ער ארויסגעברענגט אז בעצם להלכה איז הערען מוזיק בכלל, א הארבערע איסור וואו הערען מוזיק אין ספירה.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מארטש 23, 2007 10:32 am

(ס'קומט אפשר אין די הלכה'דיגע חלק פון קרעטשמע)

בעצם שטייט נישט אין ערגעץ אין שלחן ערוך אז בימי הספירה טאר מען נישט הערן קיין מוזיק, די איינציגסטע זאך וואס שטייט איז, אז מען טאר נישט חתונה מאכן, וואס פון דאס האבן מענטשן ארויסגענימען אז מ'טאר נישט הערן קיין מוזיק, מאנכע גייען נאך ווייטער, אז צילוב דעם טאר מען טאקע נישט חתונה מאכן, ווייל מ'טאר נישט הערן קיין מוזיק.

איך זאג נאר דא מיין מיינונג, נישט קיין פסק הלכה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג מארטש 25, 2007 9:51 am

צייטליך יא יא טאקע אזוי האב איך אנגעפאנגען די שמיעס מיט יענעם דיין, אבער ער האט געזאגט אז היינט איז עס שוין די מעשה אנדערש ווייל עס איז שוין היינט כמעט וואו א מנהג.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג אפריל 29, 2008 9:29 am

איך ברענג צוריק ארויף די אשכול אין די יעצטיגע ימי הספירה נאכדעם וואס פארשלאפן האט מגיב געווען איבער אן ענליכע טעמע אין אן אנדערער אשכול.

ווען מ'קוקט עכט די הלכה אין שלחן ערוך וועט מען נישט טרעפן קיין ספעציעלע איסור אויף מוזיק אין ספירה. אויב א איסור איז עס אויף א גאנץ יאר, אויף ספירה איז דא א איסור חתונה צו מאכן, בכלל נישט אויף קיין מוזיק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 29, 2008 12:26 pm

למעשה, היי יאר פלאן איך נישט צו שפילן אויפן פידל ביז נאך שבועות אי"ה

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג אפריל 07, 2009 6:27 pm

עס האט מיך דאס זעלבע געשטערט יעצט אין ליכט פון די ספירה-טעג וואס זענען נאנט. מיר האט זיך אויך געקלערט אז עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם ווילאנג דאס איז אויף זיך צו לערנען. נאר וואס עס זעהט מיר אויס פראבלעמאטיש איז נאר דער מראית-עין דערפון; וואס זאל דער שכן קלערן ווען ער הערט פידלען ביים שכן אין סאמע ספירה-טעג? קען זיין אז אין אנהייב ווילאנג מען שטייט נאך אויף די זעלבע פאר נאטן צען מאל וועט זיך נישט דאכטן פארן שכן אז דאס איז עפעס א ליד.. אבער וואס וועט זיין מיט די געציילטע לידער וואס מען קען שוין אויסזינגען אויף די איינפאכע נאטן (א שטייגער ווי "marry had a little lamb"..)?

אגב, הרב קרעמער ווילאנג געדויערן די לעקציעס אין דורכשניט? (איך האלט נאך אינעם אנהייב).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אפריל 18, 2009 11:39 pm

פשיהא, הער יידישיסט גייט אין מיינע פיסטריט... אפשר וועלן מיר נאך זוכה זיין צו שפילן אינאיינעם א דועט!

איך האב גענומען לעקציעס במשך אנדערטהאלבן יאר, איין שעה א וואך. (ווי איך האלט? ליידער היבש צוריקגעפאלן, נישט בארירט דעם כלי כמעט זינט חוהמ"ס).

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:47 am

א שיינעם דאנק פארן אנטווארט.

נאר אויב מען מעג פרעגן נאך א שאלה, ביטע:
וואס האסטו אויפגעטון אין אנדערטהאלבן יאר? ביסטו צוגעקומען צו א הויכפונקט פון האבן דעם פידל פריי אין דער האנט צו שפילן סיי וואס (א שטייגער ווי "חזנות", "קלאסישע מוזיק", א.ד.ג.), אדער נאר געווענליכע אידישע לידער?

און נאך א פראגע: וואס הייסט "צוריקגעפאלן" (נאכן נישט בארירן א האלב יאר דעם פידל)? צו באדייט דאס אז עס איז שייך ביי דעם שכחה אויב מען חזר´ט נישט? אדער מיינט דאס ווארט "צוריקגעפאלן" בלויז דאס שפילן גופא און נישט די ידיעה אינעם שפילן.

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דינסטאג אפריל 28, 2009 11:52 am

איך פלעג קענען "אביסל" שפילן פידל, אבער זייט איך האב שוין נישט אנגערירט קיין פידל פאר עטליכע יאר און איך האב לעצטנס פרובירט צו שפילן, וואס זאל איך אייך זאגן, איך האב מיך געשעמט פון מיר אליין

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג אפריל 28, 2009 1:43 pm

מר. יידישיסט;

איך קען ב"ה אפשפילן אויפן פידל סיי וועלכן ניגון, סיי פון הארץ און סיי פון נאטן.

צוריקפאלן באדייט אז עס קומט מיר אן שטייטער ווי ווען איך וואלט פראקטיצירט (עכ"פ אזוי קלער איך, אז אויב איך וואלט ערליך פראקטיצירט וואלט איך שוין געווען א שנעלער שפילער).

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דינסטאג אפריל 28, 2009 10:25 pm

א גרויסן ייש"כ! עס ווארט זיך מיר שוין אויף אונזער דועט.. (ווען איך וועל ענדיגן די לימודים, פארשטייט זיך)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone, גראסערי מאן, קאפ און אקסל און 7 געסט