שמחת החיים - פורים תשע"ב

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

שמחת החיים - פורים תשע"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פים פאם פאם...

א גוט יאר טייערע צוהערער פון ק.נ.א., דא רעדט צו אייך וויכי פון די היכל הנגינה, טשולדיגט פארן איבערהאקן אינמיטן דעם אווענט פראגראם, אבער מיר האבן אריינבאקומען גאר אינטערעסאנטע נייעס וואס איז וויכטיג אז דער עולם זאל וויסן.

מיט די הילף פון אפאר שטארקע מענטשן האמער באוויזן אויפצוהייבן די קאליסן און זעהן וואס ס'טוצעך אונטער די קאליסן פון "ספעקטראם סטודיאו'ס" זעמער געוואור געווארן אז אזוי אונטער אונזער נאז האט זיך אנטוויקעלט א אינטערעסאנטע חסידישע פראיעקט, און קיינער האט עס נישט באמערקט.

איינער האט שוין געהערט אמאל די נעמען מענדי ווערדיגער? ישראלי ווערדיגער? שלומי טויסיג? צאלי גאלד? יששכר גוטמאן? מושי קרויס? לערי געיטס? חחח מאשקע זאגט אז ער ווייסט איינער וואס האט שוין געהערט די נעמען... איך העל נישט לאזן מאשקען האקן ליצנות אזוי טיף אינמיטן שובבים, כעל גיין ווייטער... די אויסגערעכענטע ליסטע האבן זיך צאמגענומען און באשלאסן אז מ'גייט מאכן א מיטונג... ביי די מיטונג האט מען באשלאסן צו מאכן נאך א מיטונג... און ביי יענע מיטונג האט מען באשלאסן אז ס'גייט זיין פורים... ניין, אז ס'גייט זיין א לעבעדיגע פורים! מ'גייט ארויסקומען מיט א לעבעדיגע סידי וואס יעדער זאל טאנצן אויף דעם פורים... כ'מיין ס'מוז נישט זיין יעדער, טאמער וועט זיין איינער וואס וועט אפמאכן אז ער וויל דוקא נישט זיין לעבעדיג פורים קען זיין אז ער וועט נישט אנצינדען די סידי, אבער מער ווייניגער וועט דער עולם טאנצן אויף דעם סידי דעם קומענדיגן פורים.

אבער מייניש יעצט אז ס'גייט זיין א פורים סידי, בלא מיט א למד! ס'גייט זיין פלעין א לעבעדיגע סידי... וואס פלעין? איך קאלל אן איינעם וואס האלט אביסל מיט מיט די סידי זאגטער אז ער האט נישט געגלייבט אז סעט אויסקומען אזוי שיין, ער טענהט אז מוישי קרויס האט נאך קיינמאל נישט געמאכט אזא שיינע ארבייט... (חסידישע סטייל.) עניוועי ס'גייט אויך האבן א פורים סעקשן, אבער בעיקר גייטעס האבן סתם לעבעדיגע ניגונים, חתונה ניגונים, און ווי זאגט נאר אשר ווילבער? ביי "סעקאנד בר מצוות" זינגט מען אויך די ניגונים... חסידישע ניגונים... שוין, שע'יאכעס פרעגט, וואס מיינט חסידיש? איך בעט איינע פון די חברה געמער די מאדערענסטע ניגון אויפן סידי, זאגטער "נכספה פון מרדכי"... פארשטייסט שוין וואס ס'מיינט חסידיש?

זינגערס גייען זיין שלוימי טויסיג, ישראלי ווערידיגער, צאלי גאלד, מענדי ווערידער, יששכר גוטמאן, קווייער ביי מוישי קרויס, מוזיק ביי נפתלי משה, וועכע נפתלי משה? בערקאוויטש! יעצט ווייסטע שוין? ווער ס'ווייסט נישט זאל נישט וויסן! מיקס ביי לערי געיטס, קאפיס ביי די קאפי מאשין, דעליווערי מיט די מיניווען...

אזוי ווי איך זעה אז די מנהל איז אויפן וועג, און ער לאזט נאכנישט רעדן פון פורים, לאמער שנעל צוריקגיין צום מיטאג פראגראם... בעק טו יו צייטליך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

פארוואס נאכנישט רעדן פון פורים? ס'איז שוין רעכט שלושים יום קודם החג. (יעצט קומט די פאפולערע קשיא: לינק?)
עניוועי, שכח וויכי פארן ריפארט

דזשעב ביי די "ליינער שרייבן" דעסק פון ק.נ.א. נייעס אגענטור סעקשאן היכל הנגינה
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מילא רעדן פון פורים שלשים יום קודם החג, אבער דאכט זיך אז דער תגובה איז געשריבן געווארן זייענדיג אונטער די איינפלוס פון א שארפע משכה המשקר (אופס)
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

וויכי טענקס
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

כ'אב געהערט פון דוד משה בערקאוויטש.--- נפתלי משה בערקאוויטש ?? נאט יעט... טענקס וויכי מאכער פאר די סקופ.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שטייסטענישט האט געשריבן:כ'אב געהערט פון דוד משה בערקאוויטש.--- נפתלי משה בערקאוויטש ?? נאט יעט... טענקס וויכי מאכער פאר די סקופ.

נישט נפתלי משה שניצלער? אדער ס'איז דא נאך נפתלי משה'ס???
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

דער וויכי איז נאך געהעריג ווי אמאל. פערי האט אים טאקע אביסל אראפגעהאלטן פון היכל הנגינה, געלויבט ג-ט ער האט אויפגעגעבן זיין קאמפיין אזוי אז וויכי דרייט זיך שוין ווייטער אונטער די סטודיאו קאליסן.

לגבי די אלבום, ס'גוטע נייעס!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוישע_יאכעס »

וויכי, וואס מיינט חסידיש??
אאאפס, איך זעה האסט גראד צוגעטראפן... דעמאלטס האבעך א אנדערע קאשע, זייט ווען קאפיט מען סידיס ביי די קאווע מאשין?? אה, סיז עניוועי ניש דיינס...
עניוועי, פאר דיין באריכט אליינס האצעך שוין געלוינט די גאנצע סידי.. גיימער זיך גיין צולייגן צו האבן כח צו טאנצן... שקויעך!!
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אזוי ווי איך זעה אז די מנהל איז אויפן וועג, און ער לאזט נאכנישט רעדן פון פורים, לאמער שנעל צוריקגיין צום מיטאג פראגראם...

גיטע זכרונות.............

קרעמער האט געשריבן:מילא רעדן פון פורים שלשים יום קודם החג, אבער דאכט זיך אז דער תגובה איז געשריבן געווארן זייענדיג אונטער די איינפלוס פון א שארפע משכה המשקר (אופס)

וואס די שקר? אז ס'קומט נישט ארויס די טעיפ נאר א סידי, אדער מ'גייט עס נישט דעליווערן מיט ט מיניווען נאר א SUV? וועלכע חלק?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

און וואס משכה מיינט ווייסטו יא?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

וויכי דיין תגובה איז געווען 20 מיניט פארן זמן פון שלושים יום
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

ווען גייט דאס זיין צובאקומען?
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

Already in stores
Preview & Cover
http://www.mostlymusic.com/simchas-hachaim.html
אטעטשמענטס
simchashachaimcd.jpg
simchastray_1.jpg
simchas-ad.jpg
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געהערט דעם פריוויו און גלייך פארמאכט.
אויף צו הערן א וואן מען באנד קען איך אנצינדן מיין אייגענע חתונה טעיפ.

אבער די ניגונים זענען שענער אראפגעלייגט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שוועמל האט געשריבן:געהערט דעם פריוויו און גלייך פארמאכט.
אויף צו הערן א וואן מען באנד קען איך אנצינדן מיין אייגענע חתונה טעיפ.

אבער די ניגונים זענען שענער אראפגעלייגט.

נו, צינדט טאקע אן דיין חתונה טעיפ און הער אויס דעם איין מאן באנד. (מיסתמא באגלייט מיט א זינגער..)

צו די זעלבע צייט וועל איך נישט אויסלעשן די "שמחת החיים" אלבום און דערווייל הערן אן ערך פון 40 ניגונים געזינגען דורך אויסגעריפענע היימישע זינגער'ס, מענדי ווערדיגער, שלומי טויסיג, ישראלי ווערדיגער, צאלי גאלד און יששכר גוטמאן באגלייט מיט א רייכע קווייער, אונטערגעשפילט טאקע מיט א איין מאן באנד.

נישט איבעראל איז "מוזיק" די זאך פון די אלבום.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשעב 012 »

פרייטאג איז דא געמאלדן געווארן אז די סידי ליגט שוין אין די געשעפטן, זעמיר זונטאג (פאר?)מיטאג תיכף נאך שחרית צוגעגאנגען צום לאקאלן דזשודעיקא געשעפט און טאקע געטראפן די סידי אויף די פאליציע, מ'האט באצאלט און ויסעו.
ווי יעדע זונטאג האמיר זיך ארויס געלאזט אויפן שאפינג ספרעי מיטן ב"ב און די קינדער, און אנשטאט הערן די וועכנטליכע "ווען קומט מען שוין אן?" פזמון, האבן מיר אלע געהערט און הנאה געהאט פון די נייע הערליכע סידי. און אזוי צווישן איין סווייפ און די צווייטע איז געווען רואיג, די פראבלעמען האבן זיך אנגעהויבן ווען מען איז אנגעקומען בשלום אהיים (טאקע נישט שלם בממונו, כאטש שלם בגופו, שוין לאמיר נישט פארפארן...), מען פלאגט ארויס די קינדער, און מען שלעפט ארויס די געזעק, אבער דא שטעלט זיך אפ די טאכטער און טענה'ט אז די סידי קומט מיט אהיים, און נישט וועלנדיג פאראוזאכן שלום בת פראבלעמען, האביך (דאסמאל...) מוותר געווען, און געקויפט א צווייטע וואס איך זאל קענען הערן אין קאר.
איין זאך קען איך זאגן, עס לוינט זיך די געלט! עס איז גאר א געשמאקע און געלונגענע אלבום.

להערה בעלמא, איך האב מורא אז אין א"י וועט זיין א פראבלעם צו פארקויפן דעם סידי, צוליב די הדרת נשים סעכמייטע. ווייל אין די ניגון פון שושנת יעקב האבן זיי ארויסגענומען די גאנצע עזרת נשים, זיי זינגען צוויי מאל "ארור המן", אנשטאט איין מאל "ארור המן" און איין מאל "ארורה זרש".
אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

א שיינעם לעבעדיגן טעיפ!

קליינע הערה, איך בין מיר נוהג צו זאגן פאר אלע זינגער'ס: אשרי מי שגָדִל (קמ"ץ וציר"י) בתורה און נישט שגדול בתורה.
עפ"י דקדוק שטימט עס בכלל נישט.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קיין שמחת החיים ברענגט עס מיר נישט
אבער א שיינע לעבעדיגע טעיפ איז עס!
היימיש - חסידיש - געשמאק - לעבעדיג
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

שוועמל האט געשריבן:געהערט דעם פריוויו און גלייך פארמאכט.
אויף צו הערן א וואן מען באנד קען איך אנצינדן מיין אייגענע חתונה טעיפ.

אבער די ניגונים זענען שענער אראפגעלייגט.

זייער גוט אראפגעלייגט דעם טעיפ!!

איך בין יעצט מיט איין כעס אהערגעקומען דאס צו שרייבן!

אין מיינע אויגן איז עס ממש אן עוולה צו נעמען אזעלכע גוטע זינגער און ארויפשמירן א פשוטן 'וואן מען בענד'!

עס איז ארויסגעווארפענע זעכצן טאלער!!!!!!!!! דער וואס זאגט אנדערש, איז, אדער פארשטייט ער נישט קיין מוזיק, אדער איז ער א נוגע!

און יא, איך בין איינער וואס 'קויפט' סידיס און ס'ווייטאגט ווען מ'צאלט פאר 'דזשאנק'!!

דער סארט סידי איז ניטאמאל ווערד אז מען זאל דאס קאפירן!!

אז איך האלט שוין דעם פענע, וויל איך אריינווארפן א ווארט פאר די 'רעוויוערס' דא:

א רעוויו איז א גוטע און וויכטיגע זאך, ספעציעל פאר מיר, אבער ווען 'יעדע' סידי ווערט אטאמאטיש א 'היט', ווערן די רעוויו'ס ווערדלאז!!
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אגב, קען זיין אז איך בין מיר אליינס שולדיג אז איך האב 'נישט' געהערט דעם פריוויו פארן קויפן דעם סידי!!

איך האב זיך ביטער גענארט ווען איך האב געזען די נעמען און געווען זיכער אז ס'מוז זיין א גוטער און געשמאקער סידי!

(איך בין נישט אליינס אין מיין מיינונג. אויך מיין חשובע ווייב שתחי' איז אויפגערעגט אויף מיר פארן אנצונדן דעם סידי אינדערהיים)
כרכשתא
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 17, 2012 1:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרכשתא »

ר' "אך שמח", די סידי איז טאקע נישט געמאכט פאר אייך, ס'איז געמאכט אריינצוברענגען א "שמחת החיים" פאר די וואס האבן נאך נישט, און נישט פאר די וואס זענען עניוועי "אך שמח".
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

די אשכול איז מן הסתם געווען א באצאלט עד, איך ווייס נישט, אבער איך טראכט אזוי.

אלזה דארף מען נאר שרייבן גוטס.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

כרכשתא האט געשריבן:ר' "אך שמח", די סידי איז טאקע נישט געמאכט פאר אייך, ס'איז געמאכט אריינצוברענגען א "שמחת החיים" פאר די וואס האבן נאך נישט, און נישט פאר די וואס זענען עניוועי "אך שמח".

;l;p-

און מיר האט עס טאקע 'טרויעריג' געמאכט... נישט אזוי ווייט וואס איך פערזענליך האב דערלייגט א זעכצן טאלער, וואס דאס וועט מען שוין אראפשלינגען, אבער דער פאקט אז מען שאצט אונטער די היימישע מענטשן אז זיי פארשטייען נישט קיין עסק.
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חשמל »

קאלם דאון אךשמח,

לויט ווי איך פארשטיי איז די ציל פון די cd צו האבן אויף וואס צו טאנצן פורים it serves the purpose
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”