בלאט 1 פון 2

דואט: שמעי ענגעל & ישי לפידות מוזיק ווידיאו

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 2:23 pm
דורך ארעסטאנט
נארוואס פארענדיגט קוקן א מייסטערהאפטיגע מוזיק ווידיאו, א דואט פון שמעי ענגעל און ישי לפידות אויף מיין באליבטן ניגון "עלה קטן", וואס קומט ממקורו פון אברהם פריעד.

קודם כל קומט זיך פאר דעם שדכן גוט שדכנות געלט, דאס איז א וואזשנער בייפאל צוזאמצושטעלן די צוויי. אבער דער חידוש בדבר איז די הערליכע אידישע ווערטער וועלכע ערזעצן דעם ארגינעלען עברית ווערסיע. שטייטצעך אז שמעי לייגט דאס אראפ קנאקעדיג, מיטן גאנצן אידישען טעם.

קען איינער אזוי גוט זיין ברענגן א לינק צו א כשר'ע וועבזייטל וואו מ'קען דאס זען?

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 3:10 pm
דורך גימעל
כמעט ברור אז די מקור פון די ניגון איז יא ישי, אברהמ'ל האט עס גענומען פון אים.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 3:31 pm
דורך צייטליך
גימעל האט געשריבן:כמעט ברור אז די מקור פון די ניגון איז יא ישי, אברהמ'ל האט עס גענומען פון אים.

גערעכט. ישי לפידות האט מחבר געווען די ניגון מיט די ווערטער. א הערליכע ניגון.

העמער ווארטן אויף א כשר'ן לינק.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 3:36 pm
דורך גימעל
איך האב די ניגון שוין געהערט הונדערטער מאל בלי גוזמא, איך האב שטענדיג מיר פרובירט פארצושטעלן וויאזוי עס וועט זיך הערן אויף אידיש.
מוטי אילאוויטשט האט געמאכט א געלונגענער ארבעט. שוין אפגערעדט פון שימי און ישי.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 3:39 pm
דורך חשמל
ווער ס'קען מיך שיקן די לינק אין אישי, וועל איך עס כ'שרן

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 3:47 pm
דורך צייטליך
נארוואס געהערט און געזעהן. אויסטערליש!

סיי די ווערטער - די אידישע ווערטער - כ'האב קיינמאל נישט אריינגעקלערט דעראון. שימעי זינגט עס אראפ אווי אלעמאל, אין הארץ אריין!

די ווידיאו פראדוקשען איז אויך עפעס וואונדערבאר.
--
ארעסטאנט, האסט ארויסגעלאזט איין פונקט. די ווידיאו האט ער ארויסגעגעבן לכבוד זיין חתונה וואס קומט פאר אי"ה די וואך בשעטו"מ.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 3:55 pm
דורך חשמל
דא

גייט ארבעטן ביז א פאר מינוט

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 4:29 pm
דורך pianist
יישר כח חשמל

דער הרב שווארץ פון סיגעיט איז נאך דער בעסטע.....

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 4:34 pm
דורך שטרוי
יישר כח 'חשמל' פאר'ן כשר'ן,
הערליך, הנאה געהאט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 4:35 pm
דורך derech eretz
פארוואס ביי מיר עפענט זיך עס נישט?

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 4:44 pm
דורך בילדער
שטרוי האט געשריבן:יישר כח 'חשמל' פאר'ן כשר'ן,
הערליך, הנאה געהאט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 5:31 pm
דורך מכטי1
http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=54152

איך בין דער בוים שוין זייער אלט בין איך אצינד
געזען גאר פיל שטורעמעס און שטארקע ווינט,
די ביסט א בלעטל קליין, קוים די רירסט דיך
אלעס קוקט אויס שיין, גוט די שפירסט דיך,
נעם מיט דיר צידה לדרך גלייב מיין ווארט
הער דיך צו בלעטל - ווייל איך קום פון דארט,
ס'דא פיל טעג ווען אלעס שיינט און לייכט
אבער פארהאן פיל טעג ווען ס'איז טונקל ווי נאכט.

האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין
נישט אייביג איז ווי אזוי מען וויל ס'זאל זיין
בייזע ווינטן קומען אלס אפיר
געדענק אלעמאל איך בין מיט דיר.
האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין.

נישט אלעמאל גייט עס פונקט ווי געפלאנט
אונז ווייס מיר נישט ווייל גארנישט ליגט אין אונזער האנט,
יעצט איז אלעס גוט אנע זארגען
אבער וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מארגן,
איך געב פאר דיר צידה לדרך נעם מיין ווארט
אין יעדן זמן אפילו ס'איז שוואך, שטארק דיך פארט,
און אויב קוקט אויס אז דער זון פארגייט
געדענק אז מארגן קומט א נייע ליכטיגקייט.

האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין
נישט אייביג איז ווי אזוי מען וויל ס'זאל זיין
בייזע ווינטן קומען אלס אפיר
געדענק אלעמאל איך בין מיט דיר.
האלט דיך שטארק קליינטשיג בלעטל מיין.
מילות השיר:

אני הוא עץ מאוד זקן ושבע ימים
ראיתי כבר רוחות עזות ורעמים
אתה עלה קטן מתנועע
בטוח בעצמו, הכל יודע
קח איתך צידה לדרך, את נסיוני
אל תזלזל, אולי זה כל מה שיש לי
כי יש ימים יפים הכל פורח
ויש שעות קשות הכל בורח

תחזיק חזק עלה קטן שלי
כי לא תמיד הכל בחוץ בהיר
ורוח סער וסופה קרה
תזכור ותתחזק אני איתך!
תחזיק חזק עלה קטן שלי.

ולא תמיד הכל נכון הכל מובן
חיים זה לא שיעור חשבון זה גם מבחן
עכשיו עלה קטן הכל רגוע
אך מרחוק אולי ענן מגיע
קח איתך צידה לדרך את ברכתי
חצי הכוס היא מלאה תזכור תמיד
וכשהשמש אל הים שוקעת
אל תדאג מחר היא שוב זורחת!

תחזיק חזק עלה קטן שלי
כי לא תמיד הכל בחוץ בהיר
ורוח סער וסופה קרה
תזכור ותתחזק אני איתך!
תחזיק חזק עלה קטן שלי.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 5:31 pm
דורך שלומי פריעד
שוין איבער געקוקט דריי מאל... א הערליכע ארבייט!

מיינע צוויי צענט

1. די זינגען איז הערליך
2. די ווידיאו קאמפאזישן איז געוואלדיג, דיפרענט, א חידוש
3. ישי איז א געוואלדיגע עקטער vs. שמעי וועט נאך בעסער ווערן דערין

4. די מיקס איז צו בעיסי
5. שמעי'ס שאהל פעהלט נישט אויס
6. טייל מאל שטימען נישט די ליפן מיט די ווערטער (ביי שמעי)

אווער אל א מייסטער פיס! אבער וואו קומט א סאטמערע אינגערמאן צו זינגען אויף א היברעיאישע ניגון?
נו שוין! שלח! ( אאאפס! איך האב ניטאמאל די וועריסיע פון "שלח"... ביי מיר שטייט שיק עס :? "שיק עס")

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 5:53 pm
דורך געלעגער
הערליך! די ניגון איז 'מיין ניגון' בלשון חיבה כלשון רבינו.
מיט די אידישע אפטייטש איז דאס נאך מער מיינס.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 5:59 pm
דורך יוראפ
שטרוי האט געשריבן:יישר כח 'חשמל' פאר'ן כשר'ן,
הערליך, הנאה געהאט.

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:09 pm
דורך סביב העולם
יישר כח ארעסטי פאר די נייעס
יישר כח חשמל פאר כשר'ן
יישר כח מכטי פאר די ווערטער
זייער הנאה געהאט און זיך געשטארקט

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 7:32 pm
דורך leiby
שלומי ווער איז די סאטמארער דא?

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 8:31 pm
דורך שטרוי
שלומי פריעד האט געשריבן:מיינע צוויי צענט

5. שמעי'ס שאהל פעהלט נישט אויס, וואו דען זאל ער שרייבן שמעי, אז עס זאל זיין מערקבאר, אויף זיין קאפל ?!?,
6. טייל מאל שטימען נישט די ליפן מיט די ווערטער (ביי שמעי), ביים סוף אויך נישט ביי ישי, (סיי ווי סיי, איז ישי ווייט פונעם קעמרע, אדער מיטן רוקן דערצו, אדער דרייט זיך אלעס עפעס וואונדערליך, רוב צייט...),

אווער אל א מייסטער פיס! אבער וואו קומט א סאטמערע אינגערמאן צו זינגען אויף א היברעיאישע ניגון?, אפשר האטער בכלל נישט מיט סאטמאר גענוג שייכות.אווי 'leiby' שרייבט אויך,
נו שוין! שלח! ( אאאפס! איך האב ניטאמאל די וועריסיע פון "שלח"... ביי מיר שטייט שיק עס :? "שיק עס"). גיטע דיסיזשען...



סביב העולם האט געשריבן:יישר כח ארעסטי פאר די נייעס
יישר כח חשמל פאר כשר'ן, ...ווי שוין אויך אויבן דערמאנט.
יישר כח מכטי פאר די ווערטער
זייער הנאה געהאט און זיך געשטארקט

געשריבן: זונטאג יאנואר 08, 2012 10:07 pm
דורך שלומי פריעד
leiby האט געשריבן:שלומי ווער איז די סאטמארער דא?

טעות לעולם חוזר, וואס זאל איך טוען אז ער פארשטעלט זיין היט און איך האב פארגעסן אס ער גייט טאקע מיטן הויעכע ביבער היט?

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 2:24 pm
דורך פאזיטיוו
הערליך! די ניגון האב איך געשפיעלט מיט מיין גיטאר ווען כאב געקענט. כאב געחאלשט די ניגון זאל זיין אויף אידיש. א גרויסען שכח ארעסטאנט חשמל און מכטי1 פאר די ווערטער

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 3:31 pm
דורך משיח
די ווערטער אין אידיש איז שיין,
די עברית ווערסיע איז אסאך רייכער און שענער...


לייכט - טונקל ווי די נאכט, קומט נישט צו צו פורח - בורח,
אוי חיים זה לא שיעור חשבון זה גם מבחן...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 4:08 pm
דורך מי יודע
משיח האט געשריבן:די ווערטער אין אידיש איז שיין,
די עברית ווערסיע איז אסאך רייכער און שענער...


לייכט - טונקל ווי די נאכט, קומט נישט צו צו פורח - בורח,
אוי חיים זה לא שיעור חשבון זה גם מבחן...



ווענדט זיך פאר וועם
מיר עקלט העבראישע ווערטער

אפשר מיטן געהעריגן אקצענט, אולי

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 6:41 pm
דורך פארדינט
אפשר קען עס איינער איבערלייגן אויף א מאביל/בב ווערסיע?
שכח פון פאראויס.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:42 pm
דורך אור
דער ישי, אוי איז ער גוט
(i like him muce more then shimey..
[left]
[/left]

געשריבן: דינסטאג יאנואר 10, 2012 5:18 pm
דורך חשמל
פארדינט האט געשריבן:אפשר קען עס איינער איבערלייגן אויף א מאביל/בב ווערסיע?
שכח פון פאראויס.

dl.dropbox.com/u/49069508/Aleh%20Katan%20Shimmy%20Engel%20feat-%20Yishai%20Lapidot%20-%20Official%20Music%20Video.3g2