לייוו: חתונה פון ריווערדעיל - קאנטינעטאל

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

ליינער האט געשריבן:זינגער: מיכאל שניצלער
שפילער: פרייליך בענד
גראמער: מאטי אילאוויטש

אויך ליפא שמעלצער וועט זינגען צוזאמען מיט מיכאל'ן.

דער ריווערדעיל ווי ער רופט זיך, איז א געשמאקער און צוגעלאזענער מענטש און האט אן א שיעור באקאנטע, פשוט ווייל ווער עס טרעפט אים ווערט גראד זיינער א גוטער פריינט.

אגב, כ'בין נישט זיכער אז ער איז טאקע איבער די ארבעים, באט הו קעירס?
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

אין ספר הפנים שרייבט ער בזה"ל:
I'm forty years old, rather tall and I have blue eyes and short black hair. I wear casual clothes as I teach students in a relaxed atmosphere.
.......oops wrong guy, that is definitely NOT me!
נייעס דערציילער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 3:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייעס דערציילער »

ער איז נאך אפילו נישט קיין שלושים, בערך 28
ס'איז דא נייעס? איך הער און דערצייל
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עפעס מיט יילילי?
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

א גוטן טייערע חברים אין קאלעגא'ס דא אין היימישן קרעטשמע.
איך האב זיך אריינגעכאפט יצט פאר א שלינג היות עס איז קאלט אינדרויסן.

די מעשה איז אזוי - איידער איך הייב אן - דאס איז נאר מיין בליק אוודאי האט יעדער א צווייטע בליק אויף די גאנצע מעשה, ווי אויך נישט אלעס קען מען אראפשרייבן, ווי למשל די שבחים וואס איך וואלט שרייבן אויף דעם ריווער היות מקצת שבחו בפניו איך האב מוורא ער עט עס נאך לייינען על איך מקדים זיין - ריווער בוסט טויט משוגע, עההההה איך מאך א וויץ די בוסט גאר גוטע נייעס!!!!!!!!!!!!!! (אוואו איר וועט שוין ליינען ווייטער איז ער באמת גוט).

איך האב מיך באקאנט געמאכט מיט דעם ריווער'ן היות ער האט געוואלט ווערן א שלעפשיץ מעמבער וואו באוואוסט איז עס גאר גרינג צו מאכן מרצון אל הפועל האב איך מיט מיינע גבאים אין ראשי הקהילה געוואנדן אונזערע טריט צו ריווער'ן אין דאס איז וואס איך ברענג אייך היינט אין א רויטן זונטאג.

איך על אנהייבן אזוי - איין רגע - אזוי עמיר עס צולייגן אויף קליין געלט מ'עט שפינען די געשיכטע - צוריקברענגען זכרונות אבער איין תנאי יעדער מוז צו זיין חתונה ערשיינען - אייוועלט חי.

די ערשטע מאל איך האב זיך באגעגנט מיט עמ'ן כ'על אייך זאגן דעם אמת, ער האט געהאט אן גייקא עוועטאר אויף פנים בוך, מיר האבן זיך באגעגנט אין איינע פון די בארא פארקע גאסן, כ'האב עם געגעבן א שלעפשיץ באמפער סטיקער א פאר טעג דארויף האט מען עם געגנבט די קאר ער האט נישט באצאלט פארן סטיקער - אוודאי האט מען עס געגנבט נעקס טיים באצאל ;l;p-

אזוי זעמיר געווארן חברים - די מעלה מיט עם איז ער איז אויפגעוואקסן אין ריווער דעיל אין די בראנקס ביי רעכטע ליטאים, זיין פאטער רבי אברהם שליט"א סווער..... (איך ווייס נישט ווי אזוי מען שרייבט עס) איז א ראש מתיבתא אין טעלזער ישיבה, נאכן באקומען אזא תורא'דיגן חינוך איז שוין נישט קיין וואונדער פון ווי ריווער'ס אהבת ישראל קומט, ער איז מיט יעדן אין גוטן אפי' איך רעד מיר איין אז ער איז גאר פון מיינע נאנטע ידידים [אין דער צייט וואס ער ווייסט ניטאמאל ווי אזוי איך הייס] אזוי איז יעדער זיין בעסטע חבר, וואס אן אמת איז ער שפילט נישט געפאפעריי ער האט באמת יעדן אין הארץ, איך דריי זיך מיט עם אסאך סאיז מבהיל על הרעיון ער געדענקט יעדן ביים נאמען, ער באזוכט יעדן אין מאכט זיכער יעדער איז פרייליך - נא עס ווילט זיך שוין טאנצן יעצט איך קען שוין נישט ווארטן אויף דאנערשטאג.

ער איז גאר געקנאטן פון א אנדער מין טייג - אויפגעוואקסן אין די בראנקס א ליטווישער יונגעל, געלערנט אין לעיקוואד זיך געדרייט מיט חסידי סאטמאר, אידיש האט ער זיך אויסגעלערנט אין קרית יואל, ווי עס ווערט פארציילט ער איז כידוע א פאראמעדיק, ער איז אמאל געפארן אויף א קאָל אין מונרוי קיין אידיש האט ער נאך נישט געקענט אזוי גוט, האט ער געזאגט פאר'ן יונגל "יונגעל עפן דיין מח............ (עפן דיין מויל). :lol:

ווי למשל די בורבערי אין שטריימעל (אגב בין איך געוואור געווארן וואס דאס מיינט בורבערי די שבת ביי זיין באווארפן) דאס אין ווי אויך זיין חתונה איינלאדענונג איז נאר צו מאכן אנדערש, אוודאי ווען איר וועט עם קענען עט איר זעהן וואס איך מיין.

פארוואס רופט מען דיר ריווער דעיל?
צום ערשט האב איך געטראכט ווייל זיין עכטע נאמען איז שווער ארויסצוזאגן :mrgreen:
אדער אפשר ווייל ער פלעגט פרעגן: יש לך פייייייסבוק? האט ער געוואלט קענען ענטפערן א ענטפער וואס ענדעלט: מיין נאמען איז ריווערדיייייל!

וער ווייסט?
לעצט פארראכטן דורך שלעפשיץ אום זונטאג דעצעמבער 04, 2011 12:18 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

יישר כח הרב שלייפשיץ.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נאך א נעכטיגע ריף פון ריווערדעיל אפצוגעבן מיין פערזענליכע תגובה דא, וועל איך אויך עפעס אריינווארפן ווארום אפזאגן דעם חתן ריווערדעיל'ן קען איך שוין נישט..

מיין שיכות מיט ריווערדעיל גייט צוריק עטליכע יאר ווען מיר האבן זיך באקענט אויף "פעיסבוק". ער איז נאך דאן נישט געווען דער פעיסבוק אייקאן א_ווי היינט, אבער אויך געדרייט א וועלט. נאך עטליכע וואכן טשעטן און מגיב זיין דארט אויף זיינע תגיבות.. האט ער אפגעשטאט א באזוך ביי מיר אין אפיס ווי זינט דאן זענען מיר גוטע פריינד, ער האט שוין עטליכע מאל געגעסן טשולענט שב"ק ביי מיר אין הויז און געווען אויף נאכטמאל ביי מיר אין באנגעלוי.

יעצט מה כל הרעש? וואס איז דאס אז יעדער (?) לעבט מיט ריווערדעיל?. בלויז צו ווארפן א שטיקל ליכט איבער אים. ער פארמאגט אריבער 2000 (צוויי טויזענט!) קאנטאקט'ס אויף בלעקבערי מעסענדזשער! יעדער היימישער אויף פעיסבוק האט זיך שוין אנגעשטעפעט מיט ריווערדעיל, און כמו זעה קען מען זאגן אויף טוויטער אויך, כאטש נישט אויף אזא מאסנשטאבליכער פארנעם.

זיין יארגאנג איז בערך 28, ער וואוינט אין קווינס, ער איז א פראמעדיק און אויך טרענירט ספעציעל מיטצופארן מיט א העליקאפטער אין פאל פון נויט, ער פלעגט ארבייטן אין ניו יארק קארנעל שפיטאל יעדע נאכט ביז ער האט אנגעפאנגען מיט מארקעטינג ווי ער איז שפעטער געווארן דער מארקעטינג דירעקטאר פון פאמיגרענאט (דארט קומט זיין שיכות צו יאלילי) אין די זומער חדשים דינט ער אלץ פארמעדיק אין די "ראלי" האטעל, אזוי אויך דינט ער אלץ פארמעדיק אין קרית יואל ווען עס פעלט זיך אויס. ער איז געווען אינסטרומענטאל אין עפענען די ארגענעזאציע "קיד'ס אוו קארעדש", א ארגענעזאציע וועלעכע גיבט זיך אפ מיט קענסער-קראנקע קינדערלעך און טראגט זיי אויף טייערע אויספלוגן יעדע שטיק צייט. ווי דערמאנט, איינמאל ער קניפט אן באציאונגען מיט א מענטש גייט דאס "אלל די וועי"...

זיין אינוויטעשאן איז אויך נוסח ריווערדעיל. אדרבא, כאפט א בליק אין די אינוויטעשאן אשכול אין די גראפיק אפטיילונג. הגם ער שטאמט מער פון א ליטווישע משפחה איז ער אבער פון זיינע חברים פאר'חסידיש'ט געווארן... און ער האט זיך געלאזט ווואקסן א קמץ בערדל די לעצטע שטיק צייט און ער גייט טראגן א שטריימל און בעקישטע נאך זיין חתונה.

זייענדיג נאנט מיט אזויפיל מענטשן וואלט ער געקענט האבן אלע זינגער'ס אויף זיין חתונה אבער ער זאגט מיר אז ער וויל נישט אז עס זאל ווערן א קאנצערט "איך וויל אז דער עולם זאל טאנצן" זאגט ער אין א אינטערוויו, אנווייזענדיג אויף א חתונה וואס איז פארגעקומען לעצטענס אין וויליאמסבורג ווי אלע גרעסערע זינגער'ס האבן דארט געזינגען און קיינער האט נישט געטאנצן. ווען מיר האבן אים אנגעפרעגט איבער די מעניו ביים סעודה, האט ער גענטפערט "וועמען גייט אן די עסן, דער עיקר איז די טאנצן!".

מיר וואונטשן פאר ריווערדעיל א הערצליכן מזל טוב! ער זאל גיין אונטער די חופה בשעה טובה ומצלחת עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, ער זאל אויפבויען א בית נאמן בישראל און קענען ווייטער העלפן אידן און משמח זיין אידן עד ביאת הגואל.

RiversWedding#

--

שלעפשיץ האקט מיט א לאנגע תגובה.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

צייטלייייך העי
דאס מיינט נישט אז ריווער איז דיין בעסערע חבר
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

באמת וואלט עס געדארפט זיין מנשה, וואס געבט אפ א קלארע באריכט, לויט מנשה סטייל, אבער איך בין פשוט פויל, און א דאנק שלעפצישן און וויאזוי הייסטו עממ יא צייטליך, כ'וויל טאקע זיין צייטליך ביים חתונה, ווער ס'וויל נישט פארפאסן היסטאריע וועט אוודאי דארט זיין. כי קרוב אליך הדבר מאוד.
בנוגע גאר גאר אין קורצן, וואס איך האב צוזאגן. מנשה איז א היבשע מבין, און אז איך האב דעם ריווערדייל געשאנקן א מעדאל, קומט עס עהם!
צוזיין אויסגעצייכענט פאני, אויף דעם ביך איך דער מבין, און יעך בענוות קדשי זאג! ריווערדעיל יו אר די מען!!!
כ'וויל נישט מאריך זיין מעצם גודל עצלות שלי, נאר צוויי זאצן, איינס. דאס סלאגאן פון מתתי' דער חתן דנן, ''ווי מער פאני אלץ מער בשמחה איז מען'' זאגט שוין אסאך. צווייטענס: איך האב גענומען די מיה און געווען ביי זיין שבת קאפעליטש, אין ריווערדעיל [שטאט], איך האב אסאך אינטערעסאנטע זאכן פארפאסט דא צו שילדערן, אבער לאמיר אייך נאר זאגן איין זאך, דארט האב איך געטראפן א פארשטופטער יודל, זאגט ער מיר אויך א גאסט אויף שבת, פרעג איך עהם, פארוואס וואס ווען ווי וויאזוי, זאגט ער מיט אזא פשטות, אז איך האב מיך שוין געשעמט פארן פרעגן, ''וואס הייסט? איך מיט ריווערדעיל?? איך מיטן חתן מתתי'???
כ'בין געווארן אזוי איבערגענומען, אז יעדע שבר כלי וואס ברענגט ניטאמאל כבוד, און געבט גארנישט צו, [עכ''פ פאר אונזערע אויגן] איז זיין חבר, איז ריווערדעיל כשמו, א פיגור! א זאך, עפעס וואס מנשה האט געשטעלט אויפן ערשטן רייהע פון זיין אינטערעסע ביים איבערקוקן די אפדייטס זיינע.
דאס איז שוין נאך א לאנגע תקופה וואס איך האב סתם הנאה פון זיינע מעשים לשם תענוג, האב איך יעצט קאנען געלערנט א פרק אין אהבת ישראל זעלבסט. ממילא. הבה ונשמחה בשמחת ריווערדעיל! כי גדול בקרבך קדוש ישראל
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

א טייערער איד איז ווייניג געזאגט.

כאפט אייך מיט מיטן חתונה שוואונג, וואס הייבט זיך רעכט אן מארגן נאכט מיט אזא געהויבענע מצוה.
אטעטשמענטס
River_Dale.jpg
River_Dale.jpg (29.44 KiB) געזען 3403 מאל
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

איך קען נישט ריווערדעיל'ן פערזענליך, איך האב אים אנגעטראפן אויף פ"ב.
ווען איך האב געזוכט א דשאב האב איך אים אנגעפרעגט וועגן איינעם מיט וועם ער טוט ביזנעס, צו יענער זוכט נישט פערצופאל אן ארבעטער.
דא האט זיך עס אנגעהויבן. דער מענטש האט זיך אריינגעלייגט אין די עבודה, אראפגעלייגט אלעס וואס ער האט געהאלטן אינמיטן טון, זיך גענומען קלאפן טירן און טויערן און מיך נאך געמאכט שפירן ווי איך טוה אים א טובה...
און דאס אלעס פאר א פרעמדן.
איך בין אים מורא'דיג מכיר טובה דערפאר!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך דריי מיך נישט אויף פ"ב. אויף טוויטער פאללאו איך אים נישט. אבער געזען האב איך אים שוין מערערע מאל. איך שטיי ווייט פון אים א-וואו צייטליך זאגט, דער שמעקט יענעם'ס בב פין אויב שטייסטו אין זיין אכט פיס. אזש ס'זעהט אויס וואו זיין אויגן איז א באר קאוד סקענער.

איין זאך קען איך מעיד יעדער שמייכעלט ווען מ'שטייט ארום אים.
זיין חתונה גייט זיין פיל מיט יעדע סארט באפער וואס דרייט זיך נאר. אינטערעסאנט זיין אנטייל צונעמען.
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

נו ווער האט זיך באטייליגט ביים ארעמער חתונה, זאל אפגעבן א באריכט. ביטע!
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

היינט געטוויט אז ס'איז אריינגעקומען 14,00:0 על אתר, א אויסטערלישע נומער היינט צוטאגס
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

איחוד ידידי וחסידי ריווערדעיל
היינט אווענט קומט פאר די 'חתן מאהל' און נאכער די ריקודי קודש דורכן רבין שליט''א
אדמו''ר ר' מתתי' סווערדלאוו שליט''א. מיטן כלה אליין. אין פלעטבוש העיר
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

עניני דיומא איבערן גרויסן טאג מארגן בבית ריווערדעיל:

לינק פארמעקט זינט די תקנות הפארום ערלויבן נישט קיין יו-טוב לינקס אדער אנדערע לינקס וואס פירן אהין.

הנהלה
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

צהלי ורוני ריווערדעיל..! דער רבי זאל לעבן א מזל טוב! אלע ריווערדעילע שלעפערס א מזל טוב, אלע מתנגדים האקן בארן.. און שוין! וואס??

פונעם חתונה קאמיטע, וויל מער ווידער בעטן, זיך נישט פושן, מ'וועט אלעס קענען זעין.. סעצעך לעיבעצען.. וואס? כעניש??
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

פון שלעפשיצן בין איך ארויסגעקומען מער צומישט ווי פריער, אבער פון צייטליך און מאנאגראמס (און די אנדערע) האב איך שוין באקומען עפעס א שטיקל בילד פון וואס עס רעדט זיך דא. אידאך שוין נישט דא מער וואס צו זאגן נאר וואונטשן אז החתן ר' מתתי' סווערדלאף דמתקריא ריווערדעיל (ע"ש השכונה שנתגדל שם) זאל זיין זיווג עולה יפה זיין און ער זאל זוכה זיין אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, און ער מיט זיין אידענע זאלן האבן אסאך נחת און פרנסה בריווח און אריכות ימים ושנים און ער זאל קענען אסאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאך אידן מחי' זיין מיט א פרייליכן הארץ.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

העי טהור עינים, אין אזא הייליגע טאג ווען דער הייליגער ריווערדעילער גייט רינגלען זיין רעבעצין האסטו נאך א דעה צו זאגן איבער זיין גרויסקייט, דער רבי האט פארשפראכן אז אלע זאלן קומען באשטריימעלט און באבערדעלט.. כמנהג קדשו די לעצטע שטיק צייט...
ממילא, מנשה 'אליין' וועט זיך ארויסלאזן שוין אין די מיטאג שטונדן, קיין ווילי און וועט אפרעכטן ווואס ער ברויך אפרעכטן און פראווענען וואס ער ברויך פראווענען, און זיין גבאי אונטערוועגנס, דער שלעפשיצער ראש הקהל, וועט עהם אויסטרעטן די וועג. און ריווערדיעל זאל זיין ריווערדעיל די הימלען טאנצן ריווערדעיל מאכט זיי קאטשענען א געלעכטער געזאנג. זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

שוין די הערליכע פארפרייליכער טאג איז אנגעקומן ב"ה
אין שויער בין איך שוין געווען די שטויב פונעם נייעם אנצוג טוה איך צוביסלעך אראפ שארן

מנשה'ן האב איך שויון אנגערופן פרעגן צו ער איז טאקע אזוי פרייליך ווי ער מככטס עך!
אפדעיטס טו פאללאו
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

עס איז ערענסטע מעשיות

http://www.mahnishmah.com/system/script ... 8%3F%3F%3F

איך מיין עמער מוזן גיין...


ווער וועט האבן א איידי? אדער א סימן?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

ספעציעל פאר אלע אייוועלט מעמבערס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

יעדער ברויך קומען מיט זיין טוויטער/אייוועלט איידי
אטעטשמענטס
פארקט ווי אימער איר ווילט מיט דעם
פארקט ווי אימער איר ווילט מיט דעם
לעצט פארראכטן דורך ליינער אום דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2011 2:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

מיט די לאגא האט זיך ריווערדעיל באקאנט געמאכט אין די בראשית יארן
אטעטשמענטס
374342_2299404441452_1139387627_31968444_1810744403_n.jpg
374342_2299404441452_1139387627_31968444_1810744403_n.jpg (24.74 KiB) געזען 2963 מאל
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
דאנציגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנציגער »

ווער ס'וועט [נישט] לאכן וועט נישט מעגן קומען..
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

אין דער עיקר איז אז די שטאט איז איבערגדרייט.

ווייס וואס איך מיין ? יא וואס?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”