איך זוך ווערטער פון א ניגון...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
די ווערטער פון דעם ניגון מיט אידישע גראמען אויף מנוחה ושמחה -געמאכט ביי די 2'טע וועלט מלחמה -פלעגט צו ווערן געזונגען אין באבוב פורים-דורך אדמו"ר מ'זידיטשוב
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am
ניגון 'גלות' פון די טעיפ לחיים אידן פון יוסף משה כהנא
איך זיך די ווערטער פין די ניגון 'גלות' פון די טעיפ לחיים אידן
א גרויסן יישר כח
א גרויסן יישר כח
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
- אברהם שמואל לעמברגער
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
- לאקאציע: מונקאטש, אונגארין
גלות. ר' יוסף משה כהנא.
זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:איך זיך די ווערטער פין די ניגון 'גלות' פון די טעיפ לחיים אידן
א גרויסן יישר כח
אין א וואלד א גרויסן,
פארווארפן און פארשטויסן,
פינסטער אן א עק,
ס'פאלט דאך א פחד אום א שרעק.
ס'רעגנט ס'איז קאלט, בלאנז'ט אין וואלד,
א קינד אליין,
דאס קליין קינד, זוכט אצינד, ווי אהין צו גיין,
זי קוקט זיך אום, חיות ארום און ארום,
אליין זי קריכט, איר מאמע'ן זי זוכט.
אין די זייט, גארנישט אזוי ווייט,
די מאמע זי ליידט,
ווייל זי זעט, ווי דאס קינד, צו איר בעט,
די חיות זיי בייסן, שטיקער זיי רייסען,
דאס קינד האלט נישט אויס,
זי וויינט: מאמע! איך וויל ארויס.
מאמע! מאמע!
ווי לאנג וועל איך ליידן מיט שרעק,
פארוואס לאזטו מיך דא אליין,
ווי ביסטו אזוי לאנג אוועק.
מאמע! ליבע מאמע!
דיין איינציג קינד שרייט דא צו דיר,
מאמע! הער צו מיין געוויין,
צו האסטו דען פארגעסן פון מיר.
די מאמע טוט דאס קינד הערן,
און זאגט: וויש אפ דיינע הייסע טרערן,
צום קינד זי זאגט,
אוי, איך זעה ווי דיר מ'שלאגט,
ביסט דאך שוין כמעט דורך דעם וואלד,
קומסט שוין אן צו מיר באלד,
ס'וועט קומען די ריכטיגע מינוט,
ס'וועט שוין אלעמאל גוט.
מ'דערמאנט זיך אמאל, אין ארץ ישראל,
אוי, ווי גוט איז געווען אין אונזר היים,
מיט דישכינה הקדושה, די מאמע, אונזער אם,
ומפני חטאינו גלינו,
אין א ביטערן גלות - עבדים היינו,
שם ישבנו גם בכינו.
גלות! ווי גרויס ביסטו,
שכינה הקדושה ווי ווייט ביסטו,
וואלט די גלות קלענער געווען,
וואלט די שכינה הקדושה נענטער געווען.
די מאמע זאגט: הער צו מיין קינד,
איך בין אויך אין וואלד, צוליב דיינע זינד,
זאגט די קינד צו די מאמע'ן,
לאמיר וויינען ביידע צוזאמען.
דעם מאמע דעם קינד טרייסט,
באלד ווערסטו אויסגעלייזט,
צוזאמען מיט מיר אויף אמאל.
איך טוה דיך צוזאגן,
דיך מער נישט פאריאגן,
פון דיין היים ארץ ישראל.
בקרוב וועט קומען די ריכטיגע שעה,
קול דודי הנה זה בא,
מיר וועלן שוין האבן אלעמאל א מנוחה,
כי לה' המלוכה.
אידעלעך, אידעלעך, נעמט די פידעלעך,
זינגט'זשע פרייליכע לידעלעך,
די ישועה קומט שוין שנעל,
מ'הערט שוין די טריט,
ס'קומט די מינוט,
משיח שטייט שוין ביים שוועל.
גענוג געיאגט, גענוג געפלאגט,
א וואלקן אלע אידן טראגט,
לקריתא דירושלים,
אוי ווי גוט, ס'קומט די מינוט,
מ'קומט שוין אהיים.
אלע אויפגעראכטן און באלאכטן,
דעם יצר הרע מיט זיין חברה - גע'שחט'ן,
והיתה המלוכה לה',
אוי ווי גוט, ס'קומט די מינוט,
מ'קומט שוין אן אהיים.
די עשרת השבטים, מלוקטים,
קומען צו לויפען מיט איין אטעם,
צוזאמען מיט שבעה רועים,
כי לה', א מלוכה אינדערהיים,
ומושל בגוים.
כי לה' המלוכה ומושל בגויים,
ומושל בגויים,
אוי ווי גוט, ס'קומט די מינוט,
מ'קומט שוין אן אהיים.
זאל שוין זיין די גאולה,
בעט דער עם סגולה,
נאך א קליינע תפילה,
משיח זאל שוין קומען.
לך ה' הגדולה,
ביתך כבתחילה,
נאך שענער אפילו,
משיח זאל שוין קומען.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am
- אברהם שמואל לעמברגער
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
- לאקאציע: מונקאטש, אונגארין
זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:א גרויסן יישר כח הרב לעמבערגר
א ברכה אויף דאין קאפ
אמן!
נאך א קליינע זאך.
די ליד הייבט אן ביי די ערשטע שטיקלעך אויף א באקנטע מודז'יצע ניגון.
פון די שטיקעל "אידעלעך אידעלעך נעמט די פידעלעך" ס'איז ענדרונגען צו "כי לה' המלוכה".
און ביי די לעצטע שטיקל איז אויף די באקאנטע "זאל שוין זיין די גאולה".
איז ממש זייער אן הארציגען ליד!
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
איך דארף די ווערטער פון די גאנצע אלבום פון לחיים אידן, א פידיעף איז בעסער
איינער קען ארויסהעלפן? א דאנק
איינער קען ארויסהעלפן? א דאנק
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- אברהם שמואל לעמברגער
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
- לאקאציע: מונקאטש, אונגארין
חבצלת השרון האט געשריבן:די ווערטער וואס יוסף משה כהנא האט געשריבן אויף די ליד פון רבי מאיר שפירא זצ"ל "אנא עבדא דקוב"ה".
- אטעטשמענטס
-
- אידעלע קודשא בריך הוא.pdf
- (201.17 KiB) געווארן דאונלאודעד 164 מאל
ר' יהושע מענדלאוויטש
איך זוך די (אידישע) ווערטער פון די צוויי ניגונים פון דעם אלבום להגדיל "אילן" "חנני"
יישר כח
יישר כח
https://yoVfXxfs
דא איז א קליעפ פון מצווה טאנץ ביים אגה"צ אב"ד קארלסבורג.
1. און אנהויב פון די פיפט'ע מינוט איז דא א ניגון וואס די ווערטער זענען עפעס נישט קלאר.
עס הערט זיך וי; "קדושתך העליונה", "והיה ה.... שלם"?
איך זיך די ווערטער פון דעם ניגון און די מקור.
2. פון וועמען איז די ניגון "ועל ידי זה", וואס זינגט זיך פאר דעם ניגון דלעיל?
יש"כ.
דא איז א קליעפ פון מצווה טאנץ ביים אגה"צ אב"ד קארלסבורג.
1. און אנהויב פון די פיפט'ע מינוט איז דא א ניגון וואס די ווערטער זענען עפעס נישט קלאר.
עס הערט זיך וי; "קדושתך העליונה", "והיה ה.... שלם"?
איך זיך די ווערטער פון דעם ניגון און די מקור.
2. פון וועמען איז די ניגון "ועל ידי זה", וואס זינגט זיך פאר דעם ניגון דלעיל?
יש"כ.
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
ווערטער פון ניי פארפאסטע ניגונים (אלטע שאדט אויך נישט)
באתי בזה צו עפענען אן אשכול וואס כפי מיטב ידיעתי געפונט זיך עס נאכנישט דאהי (ואם טעיתי יבואו המעבירים ויעבירו) צו ברענגען פשוט און פראסט די ווערטער פון פרישע ניגונים, וואס לאחרונה איז געווארן א סטייל צו מאכן ניגונים אויף ווערטער פון פלעצער וואס איז נישט אזוי באקאנט פארן ברייטן המון, א שטייגער ווי שיר היחוד (וואס א טייל אידן פארגייען שוין דאן אין א דרימל איבער'ן אפענעם מחזור) אדער פיוטים וואס מ'זאגט נישט איבעראל, צו גאר פון ספרי חסידות וכדו' וואס נישט יעדער איז באהאוונט דערין, הצד השוה אז די זינגער זינגן און דרולם כאפט אויף האלבע זאכן, בזכרוני ווען דער כי הרבית איז ארויסגעקומען האט עס געסאונדט בערך אזוי כי הבאת טובו סיילו טובו סיילו, כי הגדלת חסדך עלי חסדך עלי, ומה אשיר לך והחושך אור וכו' וכו', ע"כ אמרתי דבר בעט"ו מה טוב אראפצושרייבן די ווערטער דברים כהוייתן אז כל הרוצה ליטול יבוא ויטול.
לעצט פארראכטן דורך יין ישן אום דינסטאג פעברואר 14, 2017 6:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
והנה ה' נצב
הייב מיר אן מיט'ן גאר אויפגעכאפטן ניגון והנה ה' וואס איז א שטיקל אין תניא פרק מ"א
והנה ה' נצב עליו ומלא כל הארץ כבודו ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי, אהוי הוי והנה ה' נצב עליו.....
והנה ה' נצב עליו ומלא כל הארץ כבודו ומביט עליו ובוחן כליות ולב אם עובדו כראוי, אהוי הוי והנה ה' נצב עליו.....
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 262
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 2:19 am
שפרו מעשיכם האט געשריבן:די "מדרש" איז א מאור ושמש פרשת משפטים...דוד המלך עליו השלום היה מתפלל על כל הענינים שצריכים ישראל עד ביאת משיחנו על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו ועל פרנסתם שיתברכו ולבטל מהם כל הגזירות קשות
ניגון פון אייזיק האניג דאכט זיך
עס איז א רד"ק, די מאור ושמש ברענגט עס נאך פון די רד"ק
די ניגון קומט פון שרולי ווערדיגער'ס טעיפ אשירה ואזמרה
I reserve the right to disagree
12:56- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
כי הרבית
ווי געזאגט אז אלטע שאדט נישט העמיר שוין צולייגן כי הרבית כאטשיג עס איז מער ווייניגער באקאנט
א צוזאמענשטעל פון אפאר שטיקלעך פון שיר היחוד
כי הרבית טובות אלי, כי הגדלת חסדך עלי, ומה אשיב לך והכל שלך, לך שמים אף ארץ לך, ואנחנו עמך וצאנך, וחפצים לעשות רצוניך.
א צוזאמענשטעל פון אפאר שטיקלעך פון שיר היחוד
כי הרבית טובות אלי, כי הגדלת חסדך עלי, ומה אשיב לך והכל שלך, לך שמים אף ארץ לך, ואנחנו עמך וצאנך, וחפצים לעשות רצוניך.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?
נגיד האט געשריבן:שפרו מעשיכם האט געשריבן:די "מדרש" איז א מאור ושמש פרשת משפטים...דוד המלך עליו השלום היה מתפלל על כל הענינים שצריכים ישראל עד ביאת משיחנו על החולים שיתרפאו ועל הבריאים שלא יחלו ועל פרנסתם שיתברכו ולבטל מהם כל הגזירות קשות
ניגון פון אייזיק האניג דאכט זיך
עס איז א רד"ק, די מאור ושמש ברענגט עס נאך פון די רד"ק
די ניגון קומט פון שרולי ווערדיגער'ס טעיפ אשירה ואזמרה
ניגון פארפאסט דורך משולם גרינבערגער
-
- שר העשר
- תגובות: 39
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 9:54 am
איך ווייס נישט אויב סאיז די פאסיגן אשכול פאר מיין בקשה
איינער האט אפשר די PDF פון אידיש נחת מתנה טובה?
- יין ישן
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 488
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:55 pm
- לאקאציע: ביים טאט'ן אין וויינגארטן
תינוקות של בית רבן
הניגון שנתחבר ע"י ר' משולם גרינבערגער ור' ישראל אדלער שר אותו על "אורות"
לעתיד לבוא כשיבוא מלך המשיח, יתקבצו עמו כל עוסקי התורה, ורק על ידי זכות תינוקות של בית רבן, יתגבר כח המשיח, וישרה שכינה בישראל.
לעתיד לבוא כשיבוא מלך המשיח, יתקבצו עמו כל עוסקי התורה, ורק על ידי זכות תינוקות של בית רבן, יתגבר כח המשיח, וישרה שכינה בישראל.
אני בן שבעים, וכשאני נכנס יוצא בן שבעים כמותי, מי אני?