איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

איך זוך ווערטער פון א ניגון...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

איך זוך די טעקסט ווערטער פין די ניגון וטהר לבנו, פין לחיים ברודער פין יוסף משה כהנא.

האט איינער אפשר דע טעקסט פין דעם, אדער א קאפי.

א גרויסע דאנק.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

דאס וואס איך קען דערווייל:

"וטהר לבנו,
אונזער הארץ מאך ריין.
וטהר לבנו,
צו דינען דיר אליין".

 

 
Definition of perfect: as good as it is possible to be
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

--- מוזיק ---
הקדמה: וטהר לבנו, וטהר לבנו, טאטע, לעבדך באמת.

--- מוזיק ---

שטייט א איד און ער בעט,
דעם באשעפער וואס אלעס זעט.

ס'מעג זיין ארום, מענטשן אסאך,
ער זעט נישט, ער בעט נאר איין זאך.

וטהר לבנו, אונזער הארץ מאך ריין,
וטהר לבנו, צו דינען דיר אליין.

דאס הארץ זאל נאר וועלן,
וואס דיר טוט געפעלען.

מיט א ברען צו אזאך וואס בלייבט,
נישט וואס די צייט פארטרייבט.

נישט גליסטן צו טון קיין שלעכטס,
אוי, ריין פון א פאלשן קרעכטס.

נישט מורא האבן פון גארנישט,
נאר פון וואס מ'טאר נישט.

וטהר לבנו, אונזער הארץ מאך ריין,
וטהר לבנו, צו דינען דיר אליין.

די משנה דערציילט, אז מער פון אלע מעלות,
א גוט הארץ, האט אין זיך אלעס.

א לב טוב איז די יסוד פונעם לעבן,
פאר יענעם זיך אוועקצוגעבן.

אוי, דאס הארץ זאל אפן זיין,
פאר יעדן ארעמאן.

אים העלפן זיך אלען,
נישט לאזן די חבר פאלן.

אוי, קיינמאל נישט ווערן מיד,
א טובה טון פאר א איד.

פארגינען, זיך פרייען דערמיט,
ווען פאר יענעם גייט גוט.

אוי, דאס הארץ זאל נישט פארנעמען,
ווען דעם צווייטן טוט קלעמען.

יעדער איד ווי אזוי ער איז,
אים דן זיין לכף זכות.

באשעפער איך בעט דיר, וטהר לבנו,
עס זאל נאר זען יעדער מעלות חברינו.

---מוזיק---

וטהר לבנו, לעבדך באמת, אוי, באשעפער.

באשעפער זיסער, קוק אריין,
אין יעדן אידיש הארץ, א פינטעלע פארהאן.

א ריינע פינטל, באהאלטן און פארשטעקט,
מיט צרות און דאגות צוגעדעקט.

אוי, נעם די צרות אראפ,
אוי, וואש דאס פינטעלע אפ.

ס'זאל נישט זיין שווארץ,
ס'זאל גוט זיין אויפן הארץ.

וועסטו זען ווי דאס הארץ שרייט,
פאר דיין הייליג נאמען איז ער גרייט.

צו לויפן אין פייער אריין,
זיך מוסר נפש זיין.

דאס פינטעלע בעט און מאנט,
איך וויל זיין צו דיר נאנט.

באשעפער איך קען נישט אליין,
אן דיין הילף קען עס נישט גיין.

וטהר לבנו, אונזער הארץ מאך ריין,
וטהר לבנו, צו דינען דיר אליין.

אוי
וטהר לבנו, אונזער הארץ מאך ריין,
וטהר לבנו, צו דינען דיר אליין.

אוי אוי
וטהר לבנו, אונזער הארץ מאך ריין,
וטהר לבנו, צו דינען דיר אליין.

---מוזיק---

אוי באשעפער, איך קען נישט אליין, אן דיין הילף קען עס נישט גיין, אונזער הארץ, מאך ריין, וטהר, לבנו, לעבדך, באמת.

דאס איז גוט?
--
אגב די ניגון הייסט "דאס הארץ", ס'איז טרעק 9 פון לחיים ברידער.
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

א גרויס'ן ריזיגין יישר כח, דאס האב איך געמיינט.

א כתיבה וחתימה טובה.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

יעצט זיך איך זייער וויכטיג די ווערטער פין די ניגון א גוטע יוד פין די סידי א גוטע יוד פין יונתן שווארץ
א גרויס'ן דאנק פין פאראויס.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אשר ווילבער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2011 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר ווילבער »

איך האב נישט די ווערטער אבער ס'דאכט זיך מיר אז די ניגון א גוטע יוד איז אויף די סידי א גוטע בשורה,

די סיבה איז ווייל גוטע בשורה האט געדארפט צו הייסען א גוטע יוד, אבער נאך דעם וואס ער האט געשריבען די ניגון פייער'ל אויף די ניגון שומרי, האט ער געטוישט און גערופן די סידי א גוטע בשורה און דערנאך ארויס געגעבען א סידי א גוטע יוד אן א ניגון א גוטע יוד,
אונז זעמער אבער אלע גוטע יודן, ועמך כולם צדיקים!!!
וואס שמחה קען, קען קיינער נאר איינער, ר' שמחה
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א איד שטייט אויף צופרי, און צו זיך זאגט ער צו, פון היינט און ווייטער בין איך וואויל און גוט.
איך ווארף אוועק אלע שלעכטס, איך גיי זיך פירן נאר מיט רעכט, אזוי ווי ס'פאסט פאר א גוטער איד.
די גאנצע וועלט האב איך געזען, ס'איז מיר שוין גענוג געווען, פון די וועגן די נערישע.
אוי וויי איז מיר - אוי וויי, ליידיג יארן איז פארביי, איך גיי יעצט אנפאנגן א נייע פרשה.
ער טראכט אבער צו אים, איך האב דאך נאר איין פראבלעם, וואס וועלן מענטשן זאגן אויף דעם.
איך בין אראפ פון זינען, איך קען קיין פלאץ געפונען, וועגן דעם נעם איך זיך דעם בורא דינען.
---
אזעלכע מחשבות איז מעשה יצר בלויז, די יצר הרע איז זייער זייער גרויס.
שרעק זיך נישט פון קיינעם ווארף אוועק תענוגים, ואל יבוש מפני המלעיגים.
יודעלע טראכט נישט וואס יענעם וועט געפעלען, וועסט סיי ווי נישט די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
טו צו דער זאך וואס איז יושר און גלייך, וועסטו דעמאלס אניאגן גאר גאר אסאך.
ס'געווען אמאל א דארפסמאן אין די אלטע צייט, איין שיינע טאג האט ער חתונה געהאט.
איין טאג זאגט ער צו איר, הער זיך גוט צו צו מיר, לאמיר ארויס גיין אויף א שפאנציר.
אומר ועושה ער האט נישט קיין סאך געקלערט, וחבוש את אתונו ער שפאנט איין זיין פערד.
ער שפאנצירט זיך אין די גאס אזוי געשמאק און זיס, און זי שלעפט זיך נאך אים צופיס.
---
א קבוצה מענטשן איז אין די גאס געשטאנען, הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן.
קוקט'ס אן דעם דארפסמאן אזא רשעות איז פון אים, זי שלעפט זיך צופיס און ער זיצט זיך באקוועם.
---
זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט, מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ער גייט אראפ פון פערד און זי גייט ארויף, יעצט צו די טענות וועט שוין נעמען א סוף.
מיין התנהגות מוז יעדן געפעלען, איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
זיי שפאנצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות, יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.
---
ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען, הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן.
קוקט'ס אן דעם דארפסמאן ער טוט דאך אזא טעות, ער לאזט איר זיצן אויבן ער לאזט איר זיין בעל-בית.
---
זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט, מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ער שיקט איר אראפ פון פערד צופיס גייען ביידע, יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין קפידא.
מיין התנהגות מוז יעדן געפעלען, איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
זיי שפאנצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות, יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.
---
ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען, הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן.
קוקט'ס אן די דארפסלייט זיי טוען אזא גרויסע שטות, זיי האבן דאך א פערד פארוואס גייען זיי צופיס.
---
זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט, מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ביידע גייען אויפן פערד ארויף צוזאמען שפאצירן, יעצט וועט שוין קיין איינער נישט קענען קריטיקירן.
מיין התנהגות מוז יעדן געפעלען, איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
זיי שפאנצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות, יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.
---
ס'איז ווידער א קבוצה אין די גאס געשטאנען, הערט ער ווי זיי שרייען הערט ער ווי זיי טענה'ן.
צער בעלי חיים די פערד איז אזוי דאר, ווען צוויי מענטשן זיצן אויף אים האט ער דאך צער.
---
זיי זאגן זייער ריכטיג זיי זענען גערעכט, מיין התנהגות איז זייער זייער שלעכט.
ביידע גייען אראפ פון פערד ס'פאלט זיי איין א נייע שטות, זיי הייבן אויף דעם פערד אויף זייער פלייצע.
מיין התנהגות מוז יעדן געפעלען, איך מוז דאך די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
זיי שפאנצירן זיך ווייטער מיט אזא תמימות, יעצט וועט שוין קיין איינער נישט האבן קיין תרעומות.
---
א גאנצע חוזק אין די גאס עס ווערט, יעדערע איינער שרייט דא האט עס דריי פערד.
ווייל ער האט געטראכט וואס יענער וועט זאגן, א פנים ווי א פערד טוט ער טראגן.
יודעלע טראכט נישט וואס יענעם וועט געפעלען, וועסט סיי ווי נישט די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
טו צו דער זאך, וואס איז יושר און גלייך, וועסטו דעמאלס אניאגן גאר גאר אסאך.
יודעלע טראכט נישט וואס יענעם וועט געפעלען, וועסט סיי ווי נישט די גאנצע וועלט צופרידן שטעלן.
אויף יעדען טריט און שריט, טו נאר וואס איז וואויל און גוט, אזוי וועסטו אויסוואקסן א גוטע איד. א גוטע איד.

------
אגב, די ניגון הייסט "א גוטע איד", ס'איז טרעק 07 פון א גוטע בשורה (ווי אשר זאגט).
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

למעלה משבעים
א גרויסן דאנק.
זאלסט האבן נאך למעלה משבעים גוטע געזונטע יארן.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

איז דא ערגעץ צי טרעפן די ווערטער פין מיכאל שניצלערס אידישע ניגונים?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

וועלכע ניגון זוכסטו? כ'האב אפאר ניגונים אפגעטייפט.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

דערווייל וועל איך דא אריין שטעלן דאס וואס דזשעיקאב האט געבעטן אין דעם אשכול viewtopic.php?p=480039#p480039

שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש, שטארק צופרידן מיט שבת קודש, יעדער איינער וויל זיין הייליג און דעם שבת קודש, יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש.

די תנאים, די אמוראים, הנה מה טוב ומה נעים, עפעס צו טאן פארן שבת קודש, וואס מען קאן פארן שבת קודש, דער גאנצער כח דער גאנצער מח, שבת, שבת.

ר' הונא צינדט ליכט, לכבוד שבת, רבא זאלצט פיש, לכבוד שבת, ר' חסדא בראקט קרויט, ר' זירא מאכט פייער, ר' נחמן טראגט וואסער, רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה אלץ לכבוד שבת, און מיט אהבה און מיט אימה אלץ, לכבוד שבת.

שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש, שטארק צופרידן מיט שבת קודש, יעדער איינער וויל זיין הייליג און דעם שבת קודש, יעדער איינער וויל א חלק אין דעם שבת קודש.

א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה, עפעס צו טאן פארן שבת קודש, וואס מען קאן פארן שבת קודש, וואס מער לויפן, וואס מער קויפן, שבת, שבת.

די ליכט אנגרייטן, לכבוד שבת, פוצן קנייטן, לכבוד שבת, אלץ בעדארפן, די שפינוועבס ווארפן, די מעסערס שארפן, לכבוד שבת, נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן אלץ לכבוד שבת, נישט שטיין די בעל-הבית'טע פאר די אויגן אלץ לכבוד שבת.

א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער בעל-הבית'טע מיט איר יגיעה, עפעס צו טאן פארן שבת קודש, וואס מען קאן פארן שבת קודש, וואס מער מיען, וואס מער ציען, שבת, שבת.

באקן חלות, לכבוד שבת, עסנס אלע, לכבוד שבת, אליין געבראטן אליין געקנאטן איז פיל מער געראטן, לכבוד שבת, ס'איז גאר אן אנדער פארגעניגן אליין לכבוד שבת, און א רעסעפי ס'איז גרינג צו קריגן אלץ לכבוד שבת.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

שמערי בערי האט געשריבן:וועלכע ניגון זוכסטו? כ'האב אפאר ניגונים אפגעטייפט.

פין נשמה פלאם א-ב
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

איך זיך די ווערטער פין די ניגון 'תהילימ'ל' פין לחיים ברודער.
א דאנק פון פאראויס.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אין פאלאץ פון קעניג, אלעס שא שטיל.
בלאזט א ווינטל, אינמיטן נאכט פונקט.
שאקלט דאס פידעלע, העכער דעם קעניג'ס שטול.
דער קעניג דערוועקט זיך, מיט איר ער זינגט.
---
שטיין געבליבן, איז די גאנצע יצירה.
הערן געזאנגען, פון קעניג אליין.
ווי דוד המלך, אוי זינגט שירה.
וואס אפילו מלאכים, קענען נישט פארשטיין.
*
תהלים'ל תהלים'ל, אזוי הארציג און טייער.
פון פאסטאך געטרייער.
אויף אייביג ערוועלט.
פאר אונז אויסגעטרעטן.
געוויסט וואס צו בעטן.
פאר זיינע שעפעלעך, סיי וואס פעלט.
---
תהלים'ל תהלים'ל, דאס טוט אונז באגלייטן.
פון איין לאנד צום צווייטן.
ווי מיר גיין.
א איד ווערט מיד,
האט ער דעם ליד.
זיין ליבער פריינד, וואס טוט אים פארשטיין.
*
א איד דארף פרנסה, טוט דאס הארץ אויסגיסן.
ער זיכט א שידוך, אוי ס'גייט אים שווער.
א זון אין ישיבה, מ'ווארט בעסערע גריסן.
קאפיטל קאפיטל, א טרער נאך א טרער.
---
נעבעך א צרה, מ'ווארט א ישועה.
וואס טוט מען, דאס הארץ גייט אויס.
א חולה אין משפחה, מען דארף א רפואה.
מען לויפט אין בית מדרש, מען נעמט דעם תהלים'ל ארויס.
*
תהלים'ל תהלים'ל, ווי טוט דיר נישט שטערן.
אזופיל טרערן.
אין דיר איינגעזאפט.
אונזערע ווייען.
ביטערע געשרייען.
ווי קענסטו אויסהאלטן, אויף דיין טיר מען קלאפט.
---
די אלע בקשות.
פון צובראכענע נפשות.
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין.
אן עת רצון טוט ווערן.
אין הימל טוט מען הערן.
דאס קול פון דוד המלך אליין.
*
א גוטע א גוטע בשורה
א גוטע בשורה, ווארט מען צו הערן.
מען שטייט מיטן תהלים'ל, און מ'בעט.
צום ריכטיגן וועג, וויל א איד צוריקקערן.
דער תהלים'ל ווייזט אים, אז ס'איז קיינמאל נישט שפעט.
---
אידיש בלוט גיסט זיך, אין אלע גאסן.
אומשולדיגע נשמות, אוי עד מתי.
תינוקות של בית רבן, טוען וועלטן איינרייסן.
אפילו די תהלים'ל וויינט מיט זיי.
*
תהלים'ל תהלים'ל, ווי טוט דיר נישט שטערן.
אזופיל טרערן.
אין דיר איינגעזאפט.
אונזערע ווייען.
ביטערע געשרייען.
ווי קענסטו אויסהאלטן, אויף דיין טיר מען קלאפט.
---
די אלע בקשות.
פון צובראכענע נפשות.
זייער געוויין, בלייבט נישט שטיין.
אן עת רצון טוט ווערן.
אין הימל טוט מען הערן.
דאס קול פון דוד המלך אליין.
---
דוד דוד.
בעט ביים כסא הכבוד.
אוי נעם דיינע שעפלעך, ארויס פון גלות.
אויפן שטול גיי ארויף.
דעם פאלאץ בוי אויף.
את סוכת דוד הנופלת.
דוד מלך ישראל, נעם שוין דאס פידעלע, אוי אוי אוי אוי..........
-----
די ניגון הייסט תהילמ'ל, ס'איז טרעק 07 פון לחיים ברידער.
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

למעלה משבעים א ריזיגן דאנק ;l;p- .


סאיז מיר א גרויסן הילף.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

האט איינער אפשר די ווערטער פין די ניגון (איך געדענק נישט פינקטלך) פין גראמען אויף די מאמע רחל רחל מבכה על בניה פין יונתן שווארץ, וואס ער זינגט אויף די ניגון פין קולי שמע פין ר' משה גולדמן ע''ה.

א גרויסע דאנק פין פאראויס
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ואני און איך יעקב, כאטשיג איך בין דיך מטריח מיט מיין קבורה, וואס פאר דיין מאמע רחל, האב איך נישט אזוי געטוהן, נאר בבאי מפדן ארם, מתה עלי רחל בדרך, ואקברה שם, בדרך אפרת, זאלסט נישט מיינען ס'איז געוועזן א רעגן טאג, ניין ס'געווען א טרוקענע טאג, נאר על פי הדיבור, האט מען מיר אזוי באפוילן.
--
יעקב אבינו, על פי הדיבור האט געוואוסט,
אין בית לחם דיך צו לייגן דארט,
ווייל ווען א מאמע וויינט, טרערן זי פארגיסט.
קומט עס אן אויפן ריכטיגן ארט.
*
ס'וועט קומען א צייט, וואס אידן וועלן דורך גיין,
ווען מען וועט זיי, אין גלות פארטרייבן,
וועלן זיי וויינען, מיט א ביטערן געוויין.
ביים קבר רחל שטיין בלייבן.
---
מיר בעטן קולי שמע,
וראה דמע.
זיי וועלן דארטן וויינען און שרייען,
ביז וועסט פון קבר אויפשטיין,
צום גרויסן טאטן גיין.
ביז מען וועט זיי, פון גלות באפרייען.
*
ווייל א מאמע'ס געוויין,
קען נישט פארלוירן גיין.
אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם,
אוי ס'וועט קומען די נחמה,
ווייל קול ברמה.
ושבו בנים לגבולם.
---
דאס סדר פון א שטיין, ווען וואסער אויף דעם רינט,
צוביסלעך גייט דער שטיינדעלע צוגרינט.
וואס מער וואסער גייט, אויפדעם נאך און נאך,
ווערט אין דעם שטיין א גרעסערע לאך.
*
שוין אזויפיל יארן, וואס טרערן מיר פארגיסן,
מיר קומען זיך מיט די מאמע אדורך שמועסן.
טרערן ווי וואסער, פארגיסט מען אן א שיעור,
און דיין שטיין געט זיך נאכאלץ נישט קיין ריר.
---
מיר בעטן קולי שמע,
וראה דמע.
ווילאנג וועלן מיר נאך וויינען און שרייען,
ביז וועסט פון קבר אויפשטיין,
און צום גרויסן טאטן גיין.
ביז מען וועט אונז פון גלות באפרייען.
*
ווייל א מאמע'ס געוויין,
קען נישט פארלוירן גיין.
אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם,
לפעולתך יש שכר,
מיין קינד איך זען דיין צער.
ושבו בנים לגבולם.
---
הייליגער באשעפער, קוק ווי מיר ליגן,
מיר פאלן מדכי אל דכי,
איז פארוואס טוסטו, אונזער מאמע בארואיגן.
און די זאגסט איר מיני קולך מבכי.
לאז דעם מאמע וויינען, כרצונֶהָ,
ווילאנג זי וויינט האבן מיר נאך א שטיקל טרייסט,
רחל מבכה על בניה.
ביז מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט.
---
זאל זי בעטן קולי שמע,
וראה דמע.
צוזאמען מיט אונז וויינען און שרייען,
ביז זי וועט פון קבר אויפשטיין,
און צום גרויסן טאטן גיין.
ביז מ'וועט אונז שוין פון גלות באפרייען.
*
ווייל א מאמע'ס געוויין,
קען נישט פארלוירן גיין.
אזוי זאגט דאך צו דער רבונו של עולם,
לפעולתך יש שכר,
מיין קינד איך וויין מיט דיין צער.
ושבו בנים לגבולם.
----
מיין קינד מיין קינד, ס'איז מיר שווער, איך האב געהערט דיין געבעט, איך זע דיינע יסורים, נהי בכי תמרורים.
מיין נישט אז די ביזט אליין, ווען די קומסט צו מיין שטיין, צום גרויסן טאטן טו איך גיין, מיט א ביטערן געוויין.
מיין קינד מיין קינד אזוי געטריי, איך האב געהערט דיין געשריי, אמת, אוי אמת, אוי אמת.
איך זע דיין ביטער פלאג, איך וויין מיט דיר א יעדן טאג, אמת, אוי אמת, אוי אמת.
איך שטיי ביי דיין וויגעל, לעבן מיר א קריגל, אמת, אוי אמת, אוי אמת.
איך נעם צאם דיינע טרערן, וועסט אויסגעלייזט ווערן, אמת, אוי אמת, אוי אמת.
איך שטיי ביי דיין וויגעל, לעבן מיר א קריגל, אמת, אוי אמת, אוי אמת.
איך נעם צאם דיינע טרערן, וועסט אויסגעלייזט ווערן, ושבו, אמת, בנים לגבולם, אמת, אהא אהא....
-----
די ניגון הייסט מאמע רחל, ס'איז טרעק 02 פון א גוטער איד.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אגב די ניגון הייסט נישט קולי שמע, עס הייסט פנה לעלבון, ס'איז אויף שמחתי פון ר' משה גולדמאן טרעק 09.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

למעלה למעלה, דיין שווערע ארבעט איז אפרישיעיטעד. (אויסער די תהלימ'ל ניגון וואס דו האסט מסתמא געקענט בעל פה...).
An article a day keeps the babies away
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

למעלה משבעים.

א ריזיגן ריזיגן דאנק ;l;p-

מן הסתם קען איך נישט גענוג שעצן דיין ארבעט, זאל דיר דער באשעפער צאלן דערפאר.
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

די ווערטער פין דעם ניגון איבער דער רב וואס האט געגאנבעט די ספר תורה וואס יונתן שווארץ זינגט ביי די סידי פין א גוטע נשמה.
האט איינער?

א דאנק פון פאר אויס
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

א רב איז אמאל אנגעקומען אין שטאט, ווי אידן שמועסן זיך הערט ער גראד.
ער באקומט גאר א מאדנע ברוך הבא, דער גרויסער גנב איז שוין דא.
ער באקומט גאר א מאדנע ברוך הבא, דער גרויסער גנב איז שוין דא.
א גנב ווי אים האט מען נישט געזען דורות, ער האט גע'גנב'עט אלע ספר תורות.
יענע וואך שבת איז עס געשען, ער מיינט אז מ'האט נישט געזען.
יענע וואך שבת איז עס געשען, ער מיינט מ'האט נישט געזען.
דער רב אינגאצן צושוידערט ווערט ער, א מאדנעם בלבול אויף אים הערט ער.
יחיאל האט אים באלד דערקלערט, פון שמואל האב איך עס געהערט.
יחיאל האט אים באלד דערקלערט, פון שמואל האב איך עס געהערט.
---
שמואל שמואל זאג פארוואס, האסטו פאר יחיאל געזאגט נאר דאס.
אז א גנב ווי איך איז שוין נישט געווען דורות, גע'גנב'עט האב איך אלע ספר תורות.
אז א גנב ווי איך איז שוין נישט געווען דורות, גע'גנב'עט האב איך אלע ספר תורות.
שמואל ענטפערט אים גלייך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך.
איך האב געזאגט האסט גע'גנב'עט נאר איין ספר תורה, יחיאל האט צוגעלייגט לכאורה.
איך האב געזאגט האסט גע'גנב'עט נאר איין ספר תורה חילא, האט צוגעלייגט לכאורה.
דער רב אינגאצן צושוידערט ווערט ער, א מאדנע בלבול אויף אים הערט ער.
שמואל האט אים באלד דערקלערט, פון גבריאל האב איך עס געהערט.
שמואל האט אים באלד דערקלערט, פון גבריאל האב איך עס געהערט.
---
(פפפססס...) גבריאל זאג פארוואס, האסטו פאר שמואל געזאגט נאר דאס.
אז איך האב גע'גנב'עט איין ספר תורה, ס'איז שקר איום ונורא.
אז איך האב גע'גנב'עט איין ספר תורה, ס'איז שקר איום ונורא.
גבריאל ענטפערט אים גלייך, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך.
איך האב נישט געזאגט קיין ספר תורה ניין, נאר סתם א ספר אליין.
איך האב נישט געזאגט קיין ספר תורה ניין, נאר סתם א ספר אליין.
דער רב אינגאצן צושוידערט ווערט ער, א מאדנע בלבול אויף אים הערט ער.
גבריאל האט אים באלד דערקלערט, פון עזריאל האב איך עס געהערט.
גבריאל האט אים באלד דערקלערט, פון עזריאל האב איך עס געהערט.
---
זאג נאר עזריאל. זאג פארוואס, האסטו פאר גבריאל געזאגט נאר דאס.
אז איך האב גע'גנב'עט א ספר אליין, ס'איז דאך ממש נישט אמת ניין.
אז איך האב גע'גנב'עט א ספר אליין, ס'איז דאך נישט אמת ניין.
עזריאל ענטפערט אים גלייך, איך האב געזאגט אינגאנצן אן אנדערע זאך.
אז יענע וואך שבת אין יענע שטאט דארט, האט איר געזאגט א גוט ווארט.
אז יענע וואך שבת אין יענע שטאט דארט, האט איר געזאגט א גוט ווארט.
אין יענע וואך שבת אין יענעם שטעטל, האט איר געזאגט א דרשה ביים ברעטל.
ס'איז טאקע געווען גאר א שיינע תורה, גע'גנב'עט פון א ספר לכאורה.
כ'האב געזאגט ס'איז געוועזען א שיינע תורה, גע'גנב'עט פון א ספר לכאורה.
איז געקומען עזריאל, און ער האט געזאגט פאר גבריאל. און גבריאל האט געזאגט פאר שמואל, און שמואל האט געזאגט פאר יחיאל. און יחיאל האט געזאגט פארן גאנצן בית מדרש.
און די מעשה איז געלאפן בחפזון, געווארן אויפגעבלאזן.
און די מעשה איז געלאפן בחפזון, געווארן אויפגעבלאזן.
---
א באקאנטן כלל, וואס ס'שטייט אין חז"ל, לשון הרע נעמט מען אן איבעראל.
דער מספר דערציילט נאר א קליינע זאך, יעדער לייגט צו אסאך.
דער מספר דערציילט נאר א קליינע זאך, יעדער לייגט צו אסאך.
דער לייגט צו פעפער דער לייגט צו זאלץ, דער לייגט צו פיטער דער לייגט צו שמאלץ.
דער איז מוסיף א קילא, דער איז מוסיף א גראם, יענעם איז מען שופך דם.
דער איז מוסיף א אנס, דער איז מוסיף א פונט, מען מאכט דערפון א גרויסן ווינט.
איינער זאגט כ'האב געהערט וואס איז געשען, דער צווייטער זאגט שוין איך בין דארט געווען.
דער דריטער זאגט כ'האב אליין געזען, כ'האב אפילו עדות צען.
פון א שיינעם תורה וואס מ'הערט, א גניבת ספר תורה ווערט.
---
אלעס האט זיך אנגעפאנגן פון עזריאל, עזריאל האט געזאגט פאר יחיאל. יחיאל האט געזאגט פאר שטיין, שטיין האט געזאגט פאר קליין. קליין האט געזאגט פאר כהן, כהן האט געזאגט פאר לוי, לוי פאר ישראל, און די גאנצע שטאט רעדט שוין ס'טוט זיך א בהלה.
די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן, מען האט עס נאר אויסגעצויגן.
די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן, מען האט עס נאר אויסגעצויגן.
-----
די ניגון הייסט אויסגעצויגן, ס'איז טרעק 03 פון א גוטע נשמה.
דער עצם ניגון איז דער בלעטעלע ניגון פון יום טוב ערליך.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

למעלה, די ביסט פשוט ריזיג למעלה ממאה!!!!
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

למעלה משבעים א ריזיגן דאנק
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

איך זוך די ווערטער פונם לידל "מודים" פון ר' מרדכי ווערדיגער'ס "כולם אהובים".
דאכט זיך אז ר' פנחס וועבער האט דאס געשריבן. - און ס'שאדט נישט אז מרדכי זינגט דאס אזוי גוט און הארציג, אזוי ווי נאר ער קען..
דער ניגון איז פון די אידישע לידעלעך וועלכע רעדן צו מיר... :oops:

אויך, אדי ווערטער פון ר' יונתן שווארץ'ס (כ'געדענק נישט וועלכע טעיפ זיינע דאס איז)
.. "מענטשאלע מענטשאלע דו האסט טאקע אין די וועלט א חלק... אבער וויסן זאלסטו ביזט נאר א גאסט אויף צייטווייליג.. איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן.. יעדע זאך האט א חשבון א קלארן.. און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין"... :roll:

אין יונתן'ס טעיפס בכלל זענען דא היימישע ווארעמע לידער פון וואס פיל אידישע שטובער האבן געשעפט חיזוק דערפון, יונתן זאל דיר דער זכות ביישטיין, קיפט איט אן!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”