איך זוך ווערטער פון א ניגון...

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אינדערפרי, גייט ער צו, נאכן דאווענען מיט א ברען,
צו זיין רבי'ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען.
יעדעס ווארט, זאג איך פארט, מיט כוונה און מיט געפיל,
אבער לאנג נאך מיין שמונה עשרה ס'ווארט נאך אלץ דער גאנצער שול.
איך באטראכט, זיין פנים לייכט, דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציהט,
מסתם שוועבט ער דארט זייער הויך אין די הימל'ען ווייט ער פליט.
איך קלער אריין, ס'מוז דאך זיין, גרויסע שמות הויך אן א שיעור,
וואס עס פעלט מיר נאך אין כוונות בעט איך רבי לערנט מיר.
---
אוי מיין טייער ליבער קינד די לעבסט אין א טעות,
איך טראכט נאר דעם פשוט'ן טייטש א יעדע ברכה איז א גאנצע וועלט,
ווען איך קום אבער צו צום ברכה פון די הודאות.
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט.
וויזוי קען איך אים דאנקן גענוג אויף אלע חסדים,
וויפיל גוט'ס ער טוט און טוט מיט מיר א יעדן טאג נאך און נאך,
אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסער געטליכער פאדעם.
אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך.
---
אוי מען מאכט מיט, ס'איז אבער אלעס גוט, עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה,
און אפילו ווען ס'גייט אונז שווערליך אויך בצר הרחבת לי,
כל שכן, דארף מען זען, ווען דאס לעבן גייט יא כשורה.
צו באדאנקן דעם ליבן טאטן פון טיפן הארצן מודה אני.
---
אוי מיין ליבער פאטער יא די געסט אונז השפעות,
יעדע איד איז א בן יחיד יעדע קינד איז א גאנצער וועלט,
מיט לויב און דאנק צו דיר די קל ההודאות.
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט.
ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח פאר אלע חסדים,
וויפיל גוט'ס די טוסט און טוסט מיט מיר א יעדן טאג נאך און נאך,
אויף דיין חוט של חסד דיין גרויסער געטליכער פאדעם.
אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך.
-------
די ניגון הייסט מודים אנחנו לך, ס'איז טרעק 08 פון כולם אהובים. ליפא האט געשריבן די ווערטער.
====
וועגן יונתן'ס ניגון, איך האב נישט קיין מושג אויף וועלכע טעיפ דאס איז, זיי מברר, נאכדעם עמער זען.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

למעלה משבעים האט געשריבן:אינדערפרי, גייט ער צו, נאכן דאווענען מיט א ברען,
צו זיין רבי'ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען.
יעדעס ווארט, זאג איך פארט, מיט כוונה און מיט געפיל,
אבער לאנג נאך מיין שמונה עשרה ס'ווארט נאך אלץ דער גאנצער שול.
איך באטראכט, זיין פנים לייכט, דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציהט,
מסתם שוועבט ער דארט זייער הויך אין די הימל'ען ווייט ער פליט.
איך קלער אריין, ס'מוז דאך זיין, גרויסע שמות הויך אן א שיעור,
וואס עס פעלט מיר נאך אין כוונות בעט איך רבי לערנט מיר.
---
אוי מיין טייער ליבער קינד די לעבסט אין א טעות,
איך טראכט נאר דעם פשוט'ן טייטש א יעדע ברכה איז א גאנצע וועלט,
ווען איך קום אבער צו צום ברכה פון די הודאות.
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט.
וויזוי קען איך אים דאנקן גענוג אויף אלע חסדים,
וויפיל גוט'ס ער טוט און טוט מיט מיר א יעדן טאג נאך און נאך,
אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסער געטליכער פאדעם.
אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך.
---
אוי מען מאכט מיט, ס'איז אבער אלעס גוט, עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה,
און אפילו ווען ס'גייט אונז שווערליך אויך בצר הרחבת לי,
כל שכן, דארף מען זען, ווען דאס לעבן גייט יא כשורה.
צו באדאנקן דעם ליבן טאטן פון טיפן הארצן מודה אני.
---
אוי מיין ליבער פאטער יא די געסט אונז השפעות,
יעדע איד איז א בן יחיד יעדע קינד איז א גאנצער וועלט,
מיט לויב און דאנק צו דיר די קל ההודאות.
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט.
ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח פאר אלע חסדים,
וויפיל גוט'ס די טוסט און טוסט מיט מיר א יעדן טאג נאך און נאך,
אויף דיין חוט של חסד דיין גרויסער געטליכער פאדעם.
אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך.
-------
די ניגון הייסט מודים אנחנו לך, ס'איז טרעק 08 פון כולם אהובים. ליפא האט געשריבן די ווערטער.
====
וועגן יונתן'ס ניגון, איך האב נישט קיין מושג אויף וועלכע טעיפ דאס איז, זיי מברר, נאכדעם עמער זען.

א שיינעם דאנק אייך ;l;p-
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חייקל האט געשריבן:אויך, אדי ווערטער פון ר' יונתן שווארץ'ס (כ'געדענק נישט וועלכע טעיפ זיינע דאס איז)
.. "מענטשאלע מענטשאלע דו האסט טאקע אין די וועלט א חלק... אבער וויסן זאלסטו ביזט נאר א גאסט אויף צייטווייליג.. איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן.. יעדע זאך האט א חשבון א קלארן.. און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין"... :roll:

אין יונתן'ס טעיפס בכלל זענען דא היימישע ווארעמע לידער פון וואס פיל אידישע שטובער האבן געשעפט חיזוק דערפון, יונתן זאל דיר דער זכות ביישטיין, קיפט איט אן!

א דארפסמאן פון די אלטע צייט,
פארט זיך א נסיעה זייער ווייט.
אין א בית המדרש איז ער קיינמאל נישט געווען,
ווי זעט אויס א שול וויל ער זען.
-
אין שטאט'ישן בית המדרש איז ער אריין,
ער זיכט א פלאץ אויף שבת ווי צו זיין.
מען האט אים אויפגענומען אזוי ווי עס פאסט,
שלום עליכם א חשובער גאסט.
-
פרייטיג ביי נאכט געפעלט אים אלעס,
ער כאפט אזויפיל התפעלות.
געזונגען צוזאמען האבן אלע,
לכה דודי לקראת כלה.
-
ס'קומט אבער שבת צופרי,
א בעל תפלה צו הודו שיקט מען צו.
מען פארשיקט אים ביי שוכן עד,
ער פארשטייט נישט פון דעם דער פשט.
-
ער איז געוועזן א שיינער בעל תפלה,
מען האט אים פארשעמט פאר די גאנצע קהילה.
ער האט געדאווענט געשמאק און הויך,
מען האט אים פארשיקט אן א יישר כח.
-
ביים ליינען א נייע מציאות,
שטייט א גבאי און ער טיילט עליות.
דער ערשטע עליה א בחור'ל באקומט,
ער קוקט עס אן אינגאצן פארקרומט.
-
א יונגעמאן האט באקומען שלישי,
און אן אלטער איד האט באקומען שישי.
וואס טוט זיך מיט דעם גבאי'ן פארשטייט ער נישט,
אלט און יונג האט ער אויסגעמישט.
-
צום גבאי'ן איז ער צוגעגאנגען,
אן ענטפער טוט ער פארלאנגן.
די האסט אזא מאדנע התנהגות,
ביטע פארענטפער מיינע פראגעס.
-
עס טוט מיר וויי ליידער ליידער,
פארוואס טיילסטו נישט עליות מיט קיין סדר.
ווען די גייסט מיט א סדר איז אסאך מער גרינג,
פארוואס מישסטו אויס אלט און יונג.
-
דער גבאי זאגט אים די רעדסט זייער נער'יש,
איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש.
ביזט קוים דא געקומען צו גיין,
און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין.
-
דער גבאי זאגט די רעדסט זייער נער'יש,
איך גיי דיר נישט אלעס זיין מפרש.
ביזט קוים אנגעקומען צו גיין,
און שוין ווילסטו אלעס פארשטיין.
---
דער משל זאגט אונז דער הייליגער חפץ חיים,
איז דאך גלייך צו דעם מענטש און דער מלך חי וקים.
דער מענטש איז דער גאסט וואס קומט אויף דער וועלט דא אהער,
און דער גבאי מיינט מען נאר אים דעם הייליגן באשעפער.
-
אוי דער מענטש איז קוים געקומען אויף דער וועלט צוגיין,
און גלייך האט ער שאלות און ער וויל אלעס פארשטיין.
פארוואס איינעם גייט גרינג און איינעם שווער,
פארוואס איינער האט ווייניגער און דער צווייטער האט מער.
-
אוי איינער האט רחבות אלעמאל,
דער צווייטער מוטשעט זיך אן א צאל.
פארוואס יענער אזוי גרינג ער פארדינט,
און איך מוטשע זיך יעדן טאג,
מיט אזויפיל צער מיט אזויפל פלאג.
איך האב קוים לחם לאכול צו געבן פאר מיין קינד.
-
איינער א משפחה ערליך אין שיין,
קינדער איינס ביי איינס מלא חן.
א צווייטער האט צער גידול בנים אן א שיעור,
אוי איינער טוט שידוכים זייער גרינג,
מ'צוכאפט זיינע קינדער ווען זיי זענען יונג.
פאר א צווייטן גייט אזוי שווער ער פרעגט באשעפער פארוואס פונקט ביי מיר.
-
מענטש'לע מענטש'לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק,
וויסן זאלסטו אז די ביזט א גאסט אויף צייטווייליג.
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן,
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן.
און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין,
און יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר,
צו די זעסט אז ס'איז גוט צו די מיינסט אז ס'איז חלילה צער.
ס'איז נישט פארדיר צו זיין מברר,
ואין לך רשות להרהר.
מיין טייער קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין.
-
אוי א טומל אין שטאט א פחד און שרעק ס'פאלט,
יעדער איינער שרייט באשעפער אוי אוי אוי געוואלד.
א ביטערע צרה פאסירט האט אין א משפחה,
יעדער פרעגט פארוואס על מה עשה ה' ככה.
-
אוי אוי הייליגער באשעפער ס'טוט דאך אזוי וויי,
ס'איז שווער צו פארשטיין פארוואס עפעס פינקט ביי זיי.
האט אנגעטראפן אזא צער און אזא קלעם,
יעדער איינער פרעגט למה למה ה'.
-
אוי קינדער שטעם חטא לא טעמו,
פרעגן ווי איז מיין טאטע און מאמע.
זיי דרייען זיך ארום מיט שווערע פראגע'לעך,
טרערן טוט מען פארגיסן,
פארוואס ווערן אוועקגעריסן.
אזעלכע יונגע ביימער און יונגע צווייגע'לעך.
-
ביי איינעם געבוירן געווארן א קינד,
לא עלינו נישט געזונד.
די טאטע און מאמע פרעגן מיט וואונדער,
זיי שטייען אומגעדולדיג,
א ריינע נשמה אומשולדיג.
הייליגער באשעפער פארוואס פינקט ביי מיינע קינדער.
-
מענטש'לע מענטש'לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק,
אבער וויסן זאלסטו אז די ביזט א גאסט אויף צייטווייליג.
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן,
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן.
און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין,
און יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר,
צו די זעסט אז ס'איז גוט צו די מיינסט אז ס'איז חלילה צער.
ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר,
ואין לך רשות להרהר.
מיין טייער קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין.
-
מענטש'לע מענטש'לע דו האסט דאך טאקע אין די וועלט א חלק,
אבער וויסן זאלסטו אז די ביזט א גאסט אויף צייטווייליג.
איך פיר שוין די וועלט טויזענטער יארן,
יעדע זאך האט א חשבון א קלארן.
און דו ביזט קוים געקומען דא צו גיין,
אוי יעדע זאך וואס איך טו איז דא א סיבה דערפאר,
צו די זעסט אז ס'איז גוט צו די מיינסט אז ס'איז חלילה צער.
ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר,
ואין לך רשות להרהר,
מיין טייער קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין.
-
ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר,
ואין לך רשות להרהר.
-
מיין טייער קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין
-----
אגב, די ניגון הייסט א דארפסמאן - א גאסט, ס'איז טרעק 02 פון א גוטע ניגון.
משה'עלע
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 9:25 am
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה'עלע »

למעלה משבעים און דער מח איז אזוי קלאר קנינעהארע
ביי ביי.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

למעלה געוואלדיג וויאזוי מאכטו עס? לעצטענס האט מיר איינער געשיקט די ניגון פין שמעלקא מיט חייקעל בעל עגלה כ'זאל איהם עס פארעכטען.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די טעג פאר פסח נענטער זיי קומען,
אהיים גיין פון די ישיבה יעדער מ'טראכט,
גרייט זיך א בחור שמעלקא און ער איז פארנומען.
אהיים גיין צו די עלטערן אויפן סדר נאכט.
-
גלייך צופרי געפאקט זיינע מלבושים,
פלייסיג געלערנט געווארן א תלמיד חכם,
נישט פארגעסן צו נעמען דאס בינטל מיט זיינע חידושים.
מיטן זאק אויף די פלייצע ער גייט צום פרשת דרכים.
-
אינדרויסן עס גייט א רעגן,
בלאטעס אין אלע וועגן.
קיינער פארט נישט דורך אין אזא צייט,
שמעלקא שטייט אינגאנצן נאס,
איבעראל איז זומפיג פיל מיט מאראסט.
דער אויגן צום הימל הייבט ער אויף ווייט.
-
פלוצלינג א קול פון א וואגן ער הערט,
ער זעט פון דערווייטנס שלעפט זיך א פערד.
א צובראכענער וואגן א פחד א בהלה,
בחור קום ארויף איך גיי דיין וועג,
ווער זענט איר געט אים שמעלקא א פרעג.
זארג נישט איך בין דעם שטיבל'ס בעל עגלה.
-
שמעלקא פארט אויפן וואגן אינגאנצן פארטראכט און צומישט,
עס איז זייער מאדנע דער גאנצער ענין,
דער בעל עגלה געט אים א פרעג האסט שוין געדאווענט מעריב צו נישט.
איך נעם דיך אין שטיבל דארט וועסטו טרעפן א מנין.
-
שמעלקא שטייגט אראפ און אין שטיבל גייט ער אריין,
דער רב געט אים שלום ווער האט דיך געברענגט אהער,
מיר האבן געווארט נאר אויף א צענטן מיר זענען געווען נאר ניין.
דעם שטיבל'ס בעל עגלה געברענגט מיך ענטפערט ער.
---
נאך מעריב דער רב רופט שמעלקא'ן צום ברעטל,
זיי פירן א שמועס גאר א טיפן,
הערט ס'האט געוואוינט א איד דא ביי אונז אין שטעטל.
חייקל בעל עגלה האט מען אים גערופן.
-
די קינדער צופרי אין חדר געטראגן,
דאס ערליך געטון קיינמאל גענומען געלט,
ביינאכט זיי אויך אהיים געפירט מיט זיין וואגן.
דאס איז געווען זיין מצוה אויף דער וועלט.
-
איינמאל אין א שלאקס רעגן,
מיטן וואגן קומט חייקל א קעגן.
דער וואגן גליטש זיך ממש א פחד א שרעק,
קוים קוים די קינדער פארמיטן,
און אין בוים אריין געריטן.
דער וואגן צוברעכט זיך אין חייקל איז נעבעך אוועק.
-
דער גאנצער שטאט ר' חייקל'ן באגלייט,
א שווארצער וואלקן ווערט אויסגעשפרייט.
ס'רעגנט עס גיסט עס וויל נישט אויפהערן,
דעם טרויער קען יעדער ליינען,
אפילו די הימל'ן וויינען.
ס'נישט קיין רעגן ס'פון הימל הייסע טרערן.
-
שמעלקא'לע מיין קינד פירט דער רב אויס,
ביז היינט צו טאג ווען מיר זענען אין א מנין געענגט,
עס רעגנט עס שנייט ס'גייט קיינער נישט ארויס.
דעם צענטן ר' חייקל יעדעס מאל ער ברענגט.
-
דער צובראכענער וואגן וואס די האסט היינט געזען,
מיט דעם וואגן איז ר' חייקל אריין אינעם בוים,
דער שטיבל'ס בעל עגלה דאס איז ר' חייקל געווען.
דיך געברענגט און צוריק אין הימל כי פנה יום.
-
אוי יארן שפעטער שמעלקא ער פלעגט,
זיך שטעלן ווייטער אויפן זעלבן וועג.
דארט ווי ער האט ר' חייקל'ן באגעגנט,
געווארט און געווארט אפשר דאך,
ער וועט אים טרעפן איינמאל נאך.
עס האט אבער מער אזוי נישט גערעגנט.
-
אין מלווין לו לאדם עס באגלייט נישט קיינער,
אלא מעשים טובים בלבד,
נישט קיין זילבער נישט קיין גאלד נישט קיין טייערע שטיינער.
א מצוה מען טוט נאר דאס מ'האט.
-
ר' חייקל פלעגט פירן די קינדער אין שטיבל און צוריק,
כאטש ס'איז געווען שווער גארנישט בניקל,
צו ברענגן מנין האט מען אים ווייטער פון הימל אראפגעשיקט.
דער זכות איז אלץ געבליבן ביי ר' חייקל.
-----
אגב, די ניגון הייסט "דעם שטיבלס בעל עגלה", ס'איז טרעק 09 פון נשמה פלאם - חלק א.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

אוי למעלה ביסט דאך למעלה מאלף!!!!!! א ריזען ישר כוח!!!!
מחשבה
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 1:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה »

איך זיך די טעקסט ווערטער פין די ניגון "וואס איז נייעס", פין "ליפא-בדרך".

האט איינער אפשר דע טעקסט פין דעם, אדער א קאפי.

א גרויסע דאנק.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

אין אלע מיינע וועגן, ווען זיי קומען מיר א קעגן, די שאלה מיך זיי פלעגן, אייביג צו פרעגן
ליפא: וואס איז נייעס?
-
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך, וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך, וואס איז נייעס
דערציילט עפעס, און זאג עפעס, נייעס
כ'האב יעצט געהערט, האסטו געהערט, דער נייעס
וואס איז נייעס, וואס איז נייעס
-
די מידיע דערציילט, פאר יעדעם מיט טיילט
עס לעבט זיך גוטמוטיג, פיל מיט פאליטיק, אויף יעדעם איינעם אנדערע קריטיק
ווער איז פאר'צער'ט, וועם האט מען פארשפארט
ער איז געגאנגען, דער געקומען, פארוועם זאל מען שטימען, יעדער איז מיט נייעס פארנומען
-
דער וועלטליכע דיעות, פיל מיט גיאות, גיי פארשטיי עס, הוילע פוסטע נייעס
אונזער נייעס, זאג עס אביי'ס, קשיות ראיות, גמרא און משניות
אויב מיר וועלן טון אונזער פליכט מיט חיות
וועלן מיר בקרוב הערן, גאר גוטע נייעס, גאר גוטע נייעס
-
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך, וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך, וואס איז נייעס
דערציילט עפעס, און זאג עפעס נייעס
כ'האב יעצט געהערט, האסטו געהערט, דער נייעס
וואס איז נייעס, וואס איז נייעס
-
ביי אידן מען רעד, ווי שיין זייט עס וועט
מוסדות בנינים, רעדנער'ס דרשנים, א אידישע שמחה לשדך הבנים
כסדר פרישע סחורה, שול'ן תלמוד תורה
די דינער ווי מאכט ער, די קרייזן באטראכט ער, א נייער רב וועט מען זיין מכתיר
-
יעדע שטיקל, יעדע ארטיקל, הכשר איסור היתר אדער עיקול
ביטער וויי איז, ווי א זית, יעדער בית, ווארט צו הערן גוטע נייעס
אויב מיר וועלן טון אונזער פליכט מיט חיות
וועלן מיר בקרוב הערן, יא גאר גוטע נייעס, גאר גאר גוטע נייעס, גוטע נייעס
---
א קול אין די גאס, די פעלקער מיט שפאס
וואס זענען די קולות, בתיפים ובמחולות, די אידן זעען מופתים גדולות
די דאגות צוגייט, די הארץ פיל מיט פרייד
אויף די ביזנעס לייגט מען שלעסער, די נייעס ווערט בעסער, דער קול השופר ווערט גרעסער און גרעסער
-
גוט א מחיה איז, טאטע געטריי איז, גוט פאר זיי איז, ענדליך גוטע נייעס
קיינער וויילט זיך, אלעס איילט זיך, אלעס היילט זיך, פון דעם גלות טיילט זיך
ווייל איר האט געטון אייער פליכט מיט חיות
זענט איר שוין זוכה בקרוב צו הערן, גוטע נייעס, גוטע נייעס
-
וואס איז נייעס, וואס הערט זיך, וואס איז נייעס
וואס איז נייעס, וואס טוט זיך, וואס איז נייעס
דערציילט עפעס, זאג עפעס, נייעס
איך האב געהערט, האסטו געהערט, דער נייעס
זאג מיר אויך דער נייעס, וואס איז נייעס, דאס איז דער נייעס
-----
אגב, די ניגון הייסט "וואס איז נייעס", ס'איז טרעק 10 פון ליפא-בדרך.
געב מיר א מניטקעלע
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 2:34 am

איך זיך ווערטער פונעם ניגון תמוד בכל יום..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב מיר א מניטקעלע »

איך זיך ווערטער פונעם ניגון תמוד בכל יום פין ר׳ מענדל ווערדיגער
ווער עס קען זאל עס ביטע מיר מזכה זיין שעכויעך
איך מיין א זינגער וואס האט א שטיקעל קאלערערעטאר איז עס א שיינער געשמאקע זאך
גראדע האב איך עס געהערט פין די ניינלענדער ברידערס מיט ר׳ מושלם גרינבערגער זייער שיין
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די ווערטער איז צאם געשטעלט פון א שטיקל תנא דבי אליהו (פרק לא): מעיד אני עלי שמים וארץ שהקדוש ברוך הוא יושב ומצפה להן לישראל יותר ממה שמצפה האב לבנו שיעשו תשובה כדי שיגאל אותם ויבנה להם בית המקדש שלא יחרב לעולם [וכו'], ויאמרו שירה לפניו [וכו'] בכל יום תמיד.
***
אויב ווילסטו די אויסשטעל ווי אזוי ער זינגט עס, דא האסטו.
-
תנא דבי אליהו, האט אליהו הנביא געלערנט, מעיד אני עלי שמים וארץ, שמים וארץ, שמים וארץ.
מאי תנא, דבי אליהו, האט אליהו הנביא געלערנט, מעיד אני עלי שמים וארץ, שמים וארץ, שמים וארץ.

שהקדוש ברוך הוא יושב ומצפה להן, ומצפה להן לישראל, יותר ממה שמצפה האב לבנו, שיעשו תשובה.
שהקדוש ברוך הוא יושב ומצפה להן, ומצפה להן לישראל, יותר ממה שמצפה האב לבנו, שיעשו תשובה.

כדי, כדי, שיגאל אותם, ויבנה להם, בית המקדש, שלא יחרב לעולם.

ויאמרו לפניו שירה, ויאמרו לפניו שירה, שירה אוי שירה בכל יום
ויאמרו לפניו שירה, ויאמרו לפניו שירה, אוי שירה אוי שירה בכל יום
ויאמרו לפניו שירה, ויאמרו לפניו שירה, שירה אוי שירה בכל יום
ויאמרו לפניו שירה, ויאמרו לפניו שירה, שירה אוי שירה בכל יום

איי תמיד תמיד תמיד, אוי תמיד תמיד תמיד, שירה אוי תמיד בכל יום
תמיד תמיד תמיד, תמיד תמיד תמיד, שירה אוי תמיד בכל יום

ויאמרו לפניו שירה, ויאמרו לפניו שירה, שירה אוי שירה בכל יום
ויאמרו לפניו שירה, ויאמרו לפניו שירה, שירה אוי שירה בכל יום
--
שהקדוש ברוך הוא יושב ומצפה להן, ומצפה להן לישראל, יותר ממה שמצפה האב לבנו, שיעשו תשובה.
שהקדוש ברוך הוא יושב ומצפה להן, ומצפה להן לישראל, יותר ממה שמצפה האב לבנו, שיעשו תשובה.
-----
די ניגון הייסט טאקע "תמיד בכל יום", ס'איז טרעק 02 אויף "תמיד בכל יום".
מחשבה
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 1:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבה »

א דאנק למעלה,

יעצט זיך איך די טעקסט ווערטער פין די ניגון "וכל החיים", פין "ליפא-בדרך".

האט איינער אפשר דע טעקסט פין דעם, אדער א קאפי.

א גרויסע דאנק.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

וכל, החיים, יודוך סלה
צום טאטן, אין הימל דאנקט מען
איינער, בכורים, א צווייטער ברענגט א תודה
אלע יודן, יחד כולם הודו
-
מ'לערנט א יעדן טאג, און מ'דאווענט
א רחבות, אן זארגן, אנע וויי
עשרת השבטים, און פון אלע מדינות פארשידן
דאך זעט זיך אן די אחדות, ביי אלע אידן
-
דער טאטע זאגט מיין קינד, אלץ איך געב דיר
דער טאטע נעמט זיין קינד, און זיין הויז
צוזאמען זיך באהעפטן, כלל ישראל אהער
למען ידעו דורותיכם, למען, תספר, תספר, תספר תספר תספר
-
אברהם און יצחק, קומען אונז אנטקעגן
יעקב מיט די קינדער, אך ווי שיין איז צו זען
פון משה רבינו, די תורה יעדער נעמט
אין ירושלים, בעזרת השם
-
לשנה, לשנה הבאה, בירושלים הבנויה
לשנה, לשנה הבאה, בירושלים הבנויה
לשנה, לשנה הבאה, בירושלים הבנויה
לשנה, לשנה הבאה, בירושלים הבנויה
-
זיך מער נישט רעגן, אין אלע מיינע וועגן, איך גיי זיי אנטקעגן, די שאלות פרעגן
נא, האסט געהערט די נייעס
-----
די ניגון הייסט "וכל החיים - לשנה הבאה", ס'איז טרעק 11 אויף ליפא-בדרך.
געב מיר א מניטקעלע
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 2:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געב מיר א מניטקעלע »

למעלה דאנקע שיין
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

די ווערטער פין די ניגון פין יוסלה ראזנבלאט לא תחמוד פין די פיוט פין שבועות
אין אויב סאיז געפינטלט איז נאך חשובער
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

לֹא תַחְמֹד:
שֶׁכֶן רֵעֲךָ בֵּיתוֹ וְאָהֳלוֹ. מִקְנֵהוּ וְקִנְיָנוֹ וְכָל חֵילוֹ. עַבְדּוֹ וַאֲמָתוֹ שָׂדֵהוּ וּגְבוּלוֹ. וְשׁוֹרוֹ וַחֲמוֹרוֹ וְכָל אֲשֶׁר לוֹ. נִטְעוֹ וְכַרְמוֹ גַּנּוֹ וּשְׁבִילוֹ. בְּעִירוֹ וְעֵצָיו פֵּרוֹתָיו וִיבוּלוֹ. רִכְבּוֹ וּפָרָשָׁיו יַעְרוֹ וְכַרְמִלּוֹ. יְקָר כַּסְפּוֹ וּזְהָבוֹ וְנֹעַם גָּדְלוֹ. צֹאנוֹ וַאֲלָפָיו מַשְׁקֵהוּ וּמַאֲכָלוֹ. חֲבֶרְתּוֹ וְכָל מַחֲמַדֵּי מַכְלוּלוֹ:
קָרוּץ מֵחֹמֶר מַה מוֹעִילוֹ. חוֹמֵד וּמִתְאַוֶּה אֶת שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ. זֶה שֶׁיֶּשׁ לוֹ אֵינוֹ שֶׁלּוֹ. קִנְיָן שֶׁאֵינוֹ שֶׁלּוֹ לָמָּה זֶּה הוּא לוֹ. יָבִין וְיַשְׂכִּיל בְּדֵעוֹ וְשִׂכְלוֹ. יִשְׂמַח וְיָעוֹז בְּמַתַּת גּוֹרָלוֹ:
גּוֹרָלוֹ הִנְחִיל אֵל לִירֵאִים. בְּקוֹלוֹת וּבְרָקִים וְלַפִּידִים נוֹרָאִים:
וְכָל הָעָם רוֹאִים:
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

יישר כח למעלה משבעים

א פריילכן יו''ט
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:יישר כח למעלה משבעים

א פריילכן יו''ט

וואו גייט מען עס זינגען???
זיידענע בעקיטשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 17, 2010 8:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידענע בעקיטשע »

וועסט אריבער קומען ביי אונז אין שטיבל וועסטו שוין הערן
הק' זיידענע בעקיטשע מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:וועסט אריבער קומען ביי אונז אין שטיבל וועסטו שוין הערן

געזונטערהייט זאג מיר נאר וואו דאס איז?

הק' מכטי 1 מיושבי ארץ הקודש
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

מכטי1 האט געשריבן:
זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:יישר כח למעלה משבעים

א פריילכן יו''ט

וואו גייט מען עס זינגען???

בביתי בסעודות היום
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

מאנ-יימער האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
זיידענע בעקיטשע האט געשריבן:יישר כח למעלה משבעים

א פריילכן יו''ט

וואו גייט מען עס זינגען???

בביתי בסעודות היום

כ'האב נשיט קיין כח צו גיין ביז דארט...
אוועטאר
כזקן ורגיל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כזקן ורגיל »

פארקערט פונעם אשכול קעפל, איך זיך די ניגון פון די ווערטער...

לכה דודי, טשי רי בי-רי באם... לקראת כלה, טשי רי בי-רי באם... לכה דודי לקראת כלה, טשי רי בי-רי טשי רי בי-רי ראם...

ערגעץ פון די חזנים אדער אידישע פאלקס לידער עפאכע...

איינער קען מיר אנווייזן פון ווי? פון וועם?

ש'כח-בי-רי-ראם!
ס'קוקט דיר אויס אפשר אז איך טראכט... הא, דו חלומ'סט... איך פלאן!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מיינסט צו זאגן, ווען איך וועל זאגן לכה דודי, זאלסטו זאגן טשי רי בי-ר...?
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
כזקן ורגיל
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 15, 2012 5:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כזקן ורגיל »

leiby האט געשריבן:מיינסט צו זאגן, ווען איך וועל זאגן לכה דודי, זאלסטו זאגן טשי רי בי-ר...?

יא
ס'קוקט דיר אויס אפשר אז איך טראכט... הא, דו חלומ'סט... איך פלאן!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”