בצלאל גאלד - אהבה רבה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

סטעגע הערט אזאנס? איך שריי ווי א אומזיניגער און ער זאגט נעקסטיים פרעג העכער, סתם א טשעפנאק.
לעצט פארראכטן דורך הערליך אום מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

מיר שפאנען מיט ווארטונג!
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מיר שפאנען מיט ווארטונג!

;l;p-
שוין נאך יו"ט עפעס א דעיט איינער???
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אונטער 2 וואכן בעזר ה'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

וויכי דאס זאגט מען שוין פיר חדשים, #ניש_טערע_נסט
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

די פיר חדשים מוז זיך אמאל ענדיגן.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטל »

קומט נאך די דעקל פאר שבת?
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

די דעקל איז שוין דא, מ'דארף נאר ווארטן אויף וויכי זאלעס ארויפלייגן.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

א גוטע וואך. איינער נאך דא? וויכי איז נאך די זעלבע מענטש צי מ'האט זיך שוין ווייטער געטוישט?

טעסטינג, מיין ניק ארבעט נאך? העמער זען צי ער לאזט מיך דרוקן דעם שלח קנעפל. אהער מיט אביסל דאבעליו די 40, עס איז געפערליך ראסטיג די קנעפלעך..

נו גוט, האב מיר א שטיקל אפדעיט. א שטיקל?! א גראבע אפדעיט. אייגענטליך בין איך געוואוינט צו מאכן א ריוויו הערשט נאכן הערן א סידי, דאס מאל האב איך געהאט די זכי' צו הערן די סידי נאך איידער עס ערשינען לאור עולם. וואס זאל איך אייך זאגן, צאלי האט אונז נישט אנטוישט, די אויסערגעווענדליגע היי האופס וואס מ'האמיר געהאט אויף אים איז גענצליך ערפילט געווארן, און נאך מיט א שמוץ אריבער. איך בין אבער מגלה דעת אז דער ריוויו איז נישט מיין לעצטער, ווייל צו מאכן א געהעריגע ריוויו אויף א סידי מוז מען דאס הערן א שיינע פאר מאל, פלאס מוז דאס צושפילן אין אויער בשעת מ'שרייבט די ריוויו, אבער פאר איין מאל הערן שרייב איך בלויז אפ די געפילן וואס האבן מיך ארומגענומען הערענדיג דעם ניגון, איך האב נאכנישט צוגעלייגט קאפ צו יעדן קנייטש פון די ניגונים, די מוזיק, קווייער ועוד, דאס וועט מוזן ווארטן נאך צוויי וואכן (קיין רגע נישט מער! צאלי דו הערסט?! נפתלי משה איך רעד צו דיר אויך!)

דעם היינטיגן מוצאי שבת איז אנגעקומען דער לאנג ערווארטעטער נאכט ווען איך האב אויסגעהערט דעם סידי פון אנפאנג ביזן סוף, שוין כמעט על הסדר (דער סדר איז נאכנישט הונדערט פראצענט פארטיג). אבער ווי אנדערש האט זיך עס געהערט ווען דער בעל השמיעה איז געווען עומד לפני. (יא דו דארט וואס איז געשטאנען נעבן פאסט קעסטל, איך האב דיך געזען אבער גארנישט געזאגט, טענקס פאר די גילוי..).

באמת איז נישטא צופיל צוצולייגן, וויכי האט שוין אויסגעשמועסט אלע ניגונים מיט א קלארקייט. נאר וואס דען, איך וועל שרייבן וואס עס איז מיר געקומען אויפן געדאנק הערענדיג דעם אלבוים, נאך בעפאר איך האב געזען וויכי'ס תגובה.

העמיר אנהייבן מיט "אהבה רבה", וואס דאס איז טאקע דער ניגון דער נאמען פונעם אלבוים, חוץ מזה וואס דער ניגון איז סאמטינג אוט אוו דיס ווארלד, איז דער נאמען אויפן אלבוים גאר שטארק פאסיג פאר צאלי'ס אלבוים. דער ווארט "אהבה רבה" ערוועקט אויטאמטיש א אינערליכע געפיל פון געזאנג. דאס איז דאך דער ניגון וואס טויזענטער סאטמארער חסידים זינגן יעדן יו"ט שבועות ביי אהבה רבה, ביי די נענועים יו"ט סוכות, ועל כולם ווען א ניי פאר-פאלק שטעלט זיך אונטער די חופה שטאנגן. צאלי גאלד האט נישט פארשעמט די ווערטער, ער איז געבליבן אריגינעל, חסידיש און הארציג, ער פארדינט ערליך אז די ווערטער זאלן באגלייטן זיין אלבוים.

הגם דער ניגון ערשיינט דער לעצטער אויפן אלבוים האט דאס ביי מיר א חשיבות פשוט ווייל ס'איז יוסי גרין'ס ניגון, ווייל צאלי זינגט דארט מיטן גאנצן הארץ און נשמה, ווייל די קינדערלעך וואס זינגן מיט דערמאנט פון די קעמפ שלווה אלבוימס ווי צאלי האט געזינגן אזויפיל יארן, און אויך ווייל... יוסי גרין הארמענייזד.

דער ניגון הייבט זיך אן מיט א שטארקן געבעט, אהבה רבה אהבתנו, האשעעם אלוקינו, חעעעמלא גדוילע ויעתיירא חאמלתא עלינו, אבינו מלכייינו בעבור שמך הגאאדול, ובעבור אבותינו שבטחו בך (דא קומען די קינדער אריין שטארק) ותלמדם חוקי חיים לעשות רצונך בליייבאב שאליים. דא קומט א חזנות שטיקל, אבער הארציג אז מ'קען צופיצלט ווערן, אבינו אב הראחמן המערייחם רחם נא עלינו (יוסי שרייט), ותייין בליבנו בינה להאבין ולעהאשכיל, (צאלי גייט ארויף אויך די העכסטע טענער) לשמויייע ללמוד וללמד, את כל דברי תלמוד תורתיך באהבה... און יעצט לעבעדיג מיט די קינדערלעך אינאיינעם, והאר ענינו בתורתיך, ודבק ליבנו במצותך.. וכו'

אה, פרעגסט דאך גוט, דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט פון מיין פריערדיגע פאראגראף. תיובתא דארעסטאנט תיובתא. די ענטפער איז אז איך קען דיר דעם ניגון נישט מסביר זיין אויפן פאפיר, דאס מוז מען הערן, דער בעסטער בעל מסביר וועט דיר דאס נישט קענען מסביר זיין וואס ס'שפילט זיך אלס אפ אויף דעם ניגון, הארץ, נשמה, צאלי, קינדער, יוסי, שטייט, לעבעדיג, און וואס נישט?! איינמאל דו וועסט הערן דעם ניגון וועט דיר מיין תגובה פארענטפערט ווערן כמין חומר.

די נעקסטע ניגון האט א מורא'דיגע מעלה, פרעגסטו אודאי וואס די מעלה, אה! דאס איז נישט ארעסטאנט'ס חידוש, דאס האט דער הייליגער רמב"ם אונז געלערנט וויאזוי אידן דארפן געבן צדקה... נאך א ניגון פון יוסי גרין, וואס מ'האמיר שוין געהאט גערעדט דערפון אנפאנג אשכול, אבער דאס איז נישט "נאך א ניגון פון יוסי", דאס איז "א ניגון פון יוסי", יעצט זיצענדיג ביי צאלי אין די קאר און הערענדיג דעם ניגון אויסגעפיצט און געגלאנצט מיט מוזיק בין איך ממש געשפרינגן פון בענקל מיט יעדעס ווארט. די מוזיק ענהאלט אויך חידושים נפלאים, אבער ווי געשמועסט דאס וועט מוזן ווארטן אויפן ערשיינונג פונעם אלבוים.

יעצט גיימיר צוריק צום צווייטן ניגון פונעם אלבוים (דאס איז שוין קאנפירמד): שיר המעלות קאמפאזירט דורך פינקי וועבער.
האלט א רגע! צאלי'ס טעלעפאן קלינגט (עס איז 2:30 פארטאגס) נו ווער רופט מיינסטע?! נפתלי משה שניצלער, הער צאלי, איך האב געטראכט אז מ'זאל יא לייגן ניגון פלוני אלס די ערשטע ניגון, קודם כל די מוזיק איז מורא'דיג דארט, די זינגסט זייער שטארק... נאך אפאר מינוט אהער און אהין איז געבליבן אז מארגן צופרי גייט מען באשליסן אויף דעם. אראפלייגענדיג דעם טעלעפאן פרעג איך צאלי תמימות'דיג וואס דער נפתלי משה טוט דא בכלל, מ'האט שוין געהערט אזאנס אז מ'נוצט איינעמס סטודיא, מיינט נאכנישט אז ער מוז ליגן דערין ראשו ורובו. צאלי הייבט אן לאכן, בוסטו גוט זאגט ער. אן נפתלי משה איז קיין אלבוים נישטא, איך קען נישט גענוג דאנקן דעם באשעפער אויף דעם שידוך צווישן מיר מיט אים, ער לייגט אריין אזויפיל הארץ און נשמה ווי איך. ער באגלייט טריט און שריט מיט א אויסערגעווענדליכע געטריישאפט. נו שוין, אויב ס'יא אזוי האסטו א גראבע הענטעלע ארויף נפתלי משה! יו קען בי ווערי פראוד. (אגב, מיין פערזענליכע מיינונג איז אז די אידישע ווערטער איז א היט וואס דער עולם הנגינה האט שוין נישט געזען פאר לאנגע יארן. אין קעיס ס'גייט דיך אן וואס כ'האלט...)

צוריק צו שיר המעלות, איך רוף דעם ניגון אפישעלי ממעמקים, ווייל צאלי זינגט עס אזוי ממעמקים אז ס'איז די פשוטע פירוש המילות אויף די ווערטער. ווער רעדט נאך אז עס ווערט באגלייט מיט אזא פילהארמאנישער כאר געפירט דורך יואלי הורוויץ. דער ניגון גייט אריין אין פינקיס רחם קאטעגאריע. חוץ מזה וואס עס איז א הערליכער ניגון איז עס גרינג זיך צו לערנען און נאכזינגן, יעצט זינגטס אלע מיט מיר: שיר המעלות ממעמקים ממעמקים קראתיך האשעעם, האשעם האשעם שימעה בעקוילי, שמעה בעקוילי בעקוילי.. אה עטס קענטס נישט מיטזינגן ווייל עטס האטס נאכנישט דעם אלבוים. נאו פראבלעם, ביז צוויי וואכן וויל איך יעדן דא זען מיטזינגן מיט מיר בעקוילי בעקוילי...

איך גיי נישט שרייבן נעקסטע ניגון, ווייל מ'קען מיינען אז דער אלבוים האט א ניגון, און נאכדעם די נעקסטע און נאכדעם די נעקסטע. גיהנם ניין! דער אלבוים האט "א ניגון". דער אלבוים האט "א ניגון". דער אלבוים האט "א ניגון" און אזוי ווייטער 11 מאל. יעדע ניגון עקסטער איז א חידוש, א וועלט פאר זיך.

סא יעצט קומט "א ניגון" אזוי. הוא ימליץ טוב הוא ימליץ טוב בעדינו! נו ווער האט עס געמאכט מיינסטו??? נו זיכער! ווער דען?! האסט איין סעקונדע געהאלטן אנדערש?! קענסט זיך אפילו נישט טועה זיין! דער ניגון האט געמאכט משולם גרינבערגער, וואס האט געמאכט סך הכל ז-ע-ק-ס (!!!) ניגונים אויף דעם אלבוים.

לאמיר זיך צומאכן די אויגן א רגע און זיך פארשטעלן אזא סצענע: עס איז ר"ח כסליו און מ'וואקט אריין אין קאנטינענטל זאל אין וויליאמסבורג אפצוגעבן מזל טוב פארן שכן'ס ברודער וואס מאכט חתונה. דער פלאן איז געווען צו זיין דארט אריין און ארויס. קומסטו אבער אריין פונקט ביי די ברעיק, און די חתן'ס חברים שארן זיך ארויף די ארבל זיך גרייט מאכענדיג אויפן הארא טאנץ מיט זייער חבר דער חתן דינן, דער רינג שטייט שוין גרייט זיך ארויסצולאזן אין א לעבעדיגן טאנץ, און פלוצלינג הערסטו ווי דער זינגער הייבט אן א שטייטע תנועה: אויהוי הוא ימליץ טוב, הוא ימליץ טוב בעדינו, הוא ימליץ טוווויייב הוא ימליץ טווייייב אדונינו בר יוחאי! דו בלייבסט גענאגעלט צום זאל, און ווארטסט צו זען וואס דא גייט זיך אפשפילן... זעץ זעץ זעץ זעץ תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו, הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאיייייי... אשריייינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי...

יעצט עפן דיר די אויגן און זע צאלי'ס ניגון הוא ימליץ טוב פאר די אויגן! דער ניגון וואס וועט געזינגן ווערן ביי יעדע חסידישע חתונה, רבישע טיש אום ל"ג בעומר, און איך וועל איבערהויפט נישט זיין שאקט צו הערן דעם ל"ג בעומר אין מירון ווי מאיר אדלער (וועלכע האט אראנדזשירט די מוזיק דערויף..) שפילט דעם ניגון און הונדערטער טויזענטער מענטשן שפרינגן אין די לופט.

האלא! דו דארט! יא דיך מיינעך! האסט געהאט א שווערע מינוט היינט, איא?! נו זאל דיר דער אייבירשטער אודאי העלפן אבער איך וואלט רעקאמענדירט זאלסט אויסהערן צאלי'ס "גאולה" ניגון אויף די אידישע שפראך וואס וועט דיר צועפענען די הארץ סטרונעס און דיר געבן א שטארק חיזוק.
אויף דעם ניגון בין איך א שטיקל מחותן.. צאלי האט דארט א מורא'דיגע משל פון א ארעסטאנט...
וויצן אין א זייט. דער ניגון האט קאמפאזירט משולם גרינבערגער. איך וועל אייך זאגן דעם אמת, משום סיבה בין איך געווען אביסל אינוואלווד אין דעם אידישן ניגון, און מ'האט געברענגט פאר צאלי פארשידענע געדאנקן און מעשה'לעך אויף וואס ער זאל באזירן זיין ליד, אבער גארנישט האט נישט אפעלירט צו צאלי'ן באמת שטארק. איינמאל אינמיטן זומער טרעף איך צאלי זאגט ער מיר, וועסט נישט גלייבן, פונקט די וואך איז בהשגחה פרטית אנגעקומען צו מיר אזא סארט געדאנק א משל ונמשל בענין הגאולה, וואס זאגסטו דערצו? איך האב מיך צוגעכאפט די ערשטע רגע. אנדערש ווי די סטייל היינט פון לופטיגע ווערטער וואס מ'זוכט אריינצורוקן ווי מער "עמאשענעל ווערטער" קראנקע, שפיטאל, צובראכן, צוהאקט, איז דער ניגון מלא תוכן, רייך און באמת א שטארקע חיזוק ליד. דא קומט נאך צו דער הערליכע טאן וואס משולם האט געמאכט צו דעם ניגון, און צאלי'ס ברייטע הארץ וואס זינגט דעם ניגון מיט אן אמת'ע געפיל, און דער אויסטערלישער כאר און ילד הפלא סאלא און נאדיר א דערפאלגרייכע ניגון!

די אויגן קלעבן זיך שוין צו, העמיר אי"ה מארגן ממשיך זיין!

דערווייל שרייטס אלע אויס: צאלי צוויי וואכן איז די מאקסימום וואס מ'גיימיר ווארטן! צאלי ארויס מיטן אלבוים!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28197
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוי מיין גאט. לאזט אים נישט ארויס פון דא.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

איך רייס דיך אן, ווי בוסטו געוועהזן ביז איצט? הא? איצט קומסטע סתם אנציען די צוצוגענע נערווען? יעדע פאר טעג הייבט זיך די צוויי וואכן פריש אן, ארעסטירטס אים.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

ווער דארף נאך אפילו א סידי? אזא ריוויא אליינס איז מיר פונקט גענוג... (עהה... ס'נאר א משל.. עכט קען איך שוין קוים ווארטן אויפן סידי)

דער ארעסטירטער דא האט מיך געמאכט לאכן און וויינען אויף איינמאל, יעצט קוקן מיר שוין הערשט ארויס אויפן ערשיינונג!
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

קיינמאל געוויסט אז די אן ארעסטאנט האט די פרייהייט פון אויסהערן צאלי'ס סידי?!, עניוועי, אביסל האבעך זוכה געווען צי הערן און יא, א יעדעס ווארט פון די רעוויו איז איז ריכטיג.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שטייסטעמער?! דער ארעסטאנט קומצעך דא אריין אינמיטן די נאכט און נעמצעך שיסן פאנטאזיעס און גוזמאות און איך דאפעם נאך גלייבן, הא?

כ'מיין, אלעס האט א שיעור! ער שרייבט אז אן נפתלי משה איז נישטא קיין אלבוים... אבי גערעדט!!! אן נפתלי משה וואלט יא געווען א אלבוים! נאר נישט קיין שיינע פראפעשענאל... אבער ס'וואלט יא געווען! אבי איבערגעטריבן!

דאס איז חוץ א מעשה אז מיין שכן'ס ברודער מאכט נישט חתונה ר"ח כסליו און נישט אין קאנטינענטל...

בכלל איזער פול מיט גוזמאות! ער שרייבט אז מ'גייט זינגן תורתו ביי יעדע חתונה... איך בין זיכער אז ערגעץ דא אין לעקוואד גייט זיין א חתונה וואס מ'גייטעס נישט זינגען!

און מער פון אלעם ער שרייבט אז נאך מיין ריוויא איז נישטא וואס צוצולייגן... ער איז נארמאל? וואס דען האטער געטוהן אויב נישט צוגעלייגט?

ער האט צוגעלייגט זאפט מיט שמאלץ!!! ס'גיסצעך ווי פון א שטיקל רויטע הערינג וואס די צוויבל הענג אראפ פונעם אייער קוכל און איינער וואקט פונקט אדורך אונטער דיין רוקן...

און איך טראכט אזוי... איך האב אלץ געהאלטן אז צאלי פארשטייט אן עסק, כאגעזעהן די וועג וויזוי ער האט געהאנדעלט יעדע זאך די גאנצע צייט... ועכשיו ביותר... איך זעה אז ער האט פארשטאנען פארוועם מ'דארף גיבן צו הערן די ניגונים...

ארעסטאנט, איך ווארט אויפן המשך פונעם פריוויא!!!

גרעיט דזשאב!!!

וויכי דער דריטער...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

אוי וויי וויכי, האסט אויסגעגאסן מיין קאוה.
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

וויכי איך בין געלאפן קויפן הערינג מיט אייער קיכלעך. ;l;p-
נישט, איז נישט קיין אפציע...
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ארעסטאנט?! די ביזט דאס??? א ריזן דאנק פאר די ריוויו.
א עקסטערע דאנק פאר די ווינטל וואס האט דיר דא אריין געבלאזן.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ארעסטאנט, וויכי, אלעס אין איין פארוואלקענטע זונטאג? פיינע נייעס
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

א ריכטיגע 5 סטאר ריוויא.
איך עגרי מיט יעדע ווארט, האבענדיג בייגעוואוינט די זעלבע איבערלעבעניש ווי ארעסטאנט.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

זעהט אויס ווי א דריי פערטל עולם האט שוין געהערט די סידי פארן ארויסקומען..
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

איך רעד בעיקר פון די ארבעט וואס צאלי האט אריינגעלייגט אין יעדע ניגון.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געלעגער האט געשריבן:ארעסטאנט, וויכי, אלעס אין איין פארוואלקענטע זונטאג? פיינע נייעס
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

אגב וויכי

Capture.JPG


ביטע איבערלייגן די ווידיא ערגעץ אנדערש
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

יעצט בעפאר מ'גייט ווייטער מיטן שיעור זאל דער עולם אויפמישן דעם פלא יועץ, לערענען א שטיקל מוסר. מישטס אויף פרק ג', און זינגט מיט מיר מיר... ומסימני המאמין ומצפה לישועההההה, הוא שעעעעעל כל דבר שמדבר למרחוק אמר יאמאאאאר... יעצט הייבט זיך אן די מוזיק און דער קווייער גאר הארציג: הקדוש ברוך הוא יצמיח יצמיח קרן ישועה מקדם, כי מי שהוא נכון לבו בטוח יושב ומצפה מידי יום ביומו. יעצט פאר מיר ארויף כי קרוב כי קרוב כי קרוב יום השם שיקבץ שיקבץ נדחיו, ונקומה ונעלה אל הר ה' אל מקום מקדשנו... יעצט אז מ'האלט מיר דא, און מ'ווייס מיר אז שוין דעם סימן אזוי קלאר זינגט זיך לעבעדיג: בא יבא ברנה משיח צדקנו יבא במהרה ונקומה ונעלה אל הר ה׳ אל מקום מקדשנו!!!

דער ניגון איז קאמפאזירט ביי משולם גרינבערגער, די ווערטער האט קיין צווייטער ווי משולם נישט געקענט טרעפן, נאר ער א ערענסטער תונכ'דיגער אינגערמאן האט געקענט מיט דעם אויפקומען. מיינטס נישט ער איז משוגע, ער האט פונקטליך געוויסט פאר וועם ער געט דעם ניגון אויך, און ער האט געפאסט דעם ריכטיגן באשלוס אויף הונדערט פראצענט.

ווייסט וואס דער בראך איז? בוסט שוין אמאל געווען אין א מצב וואס דו ווילסט עפעס זאגן, דו קענסט זיך נאר נישט דערמאנען דעם אויסדרוק וויאזוי מ'ברענגט עס ארויס?! אט אזוי שפיר איך מיך דא. וויפיל איך טריי ארויסצוברענגן דעם ניגון פיל איך אז כ'רעד צו א וואנט. איין טרייסט האב איך אז די רגע די סידי קומט ארויס גייט יעדער צוריקקומען און שרייען אז דער רבי ז"ל איז יא גערעכט געווען כ'מיין צו זאגן ארעסטאנט.. און ס'וועט למפרע נתברר ווערן וואס כ'האב געמיינט צו זאגן. סא הער מיך אויס צאלי, לאז מיך נישט אויפן וואסער, זע אז ס'זאל ווי פריער נתברר ווערן אז כ'רעד נישט סתם פייער און וואסער, נאר כ'ווייס פונקטליך וואס כ'זאג. שקויעח.


טאטע מיר פארלאזן זיך נאר אויף דיר! (דא שרייט מען...) אוי אוי קען מען טאנצן. משולם האט דא ווידעראמאל דעליווערט א מעסטער פיעס פאר צאלי, און צאלי דעליווערט א מעסטער פיעס פאר אונז. די מוזיק איז דא אויסטערליש גוט, צאלי קומט אריין שטארק, קרעפטיג, לעבעדיג און גוטמוטיג. ועל חסדך הגדול באמת ובתמים באמת ובתמים נשעננו.. שלא נבוש שלא נבוש כי בך בטחנו כי בך כי בך בטחנו.. אוי טאטע מיר פארלאזן זיך נאר אויף דיר! הער מיך גוט אויס, נאכן הערן דעם גאנצן סידי זאג איך קלאר לא נבוש! מיר שעמען זיך נישט, האסט אונז נישט פארשעמט און נישט ארונטערגעשאצט אונזערע ערווארטונגן.


יעצט פאר די גאו גרינערס בינינו, ס'קומט נייעס. יוסי גרין האט געמאכט נאך א ניגון פאר צאלי: עזרת אבותינו. (איינער ווייסט צי יוסי איז שוין פארטיג מיטן גאנצן דאווענען?... מיר האט ער געזאגט אפאר יאר צוריק אז זיין ציהל איז צו האבן אויף יעדן שטיקל אין תפילה א ניגון..) דער עזרת איז א ניגון וואס יאסי האט שוין לאאאאנג נישט געמאכט, אויש זעט מען אז דער איז א עכטער חסיד אויפגעוואקסן אויף העוועש סט. אין וויליאמסבורג. די הויעכע פאל ערוועקט גאר משה גאלדמאן געפילן, און דער דריטער פאל איז שוין ממש א סקולענער תנועה'לע... נו שוין, אז צאלי זינגט נאך אויך קען דאך נישט שענער און בעסער זיין.


המשך יבוא...
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר »

און ער האצעך צוריק געלייגט שלאפן, זאג נאר פארוואס אזויפיל הפסקות?, מיר זענען נישט געמאכט פון ראבער.
לעצט פארראכטן דורך משזר אום זונטאג אקטאבער 06, 2013 5:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נישט, איז נישט קיין אפציע...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”