בלאט 1 פון 2

"טונען" א פידל

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 3:15 pm
דורך קרעמער
די סטרונעס האבן זיך עטוואס פארדרייט, און איך קען זיך נישט אליין קיין עצה געבן. דערווייל גייט פארביי טייערע צייט, און מיין פידל-רבי קומט הערשט מיטוואך.

ווער אין וויליאמסבורג קען מיר צוריקשטעלן די סטרונעס אויפן פלאץ, המכונה "טונען"?

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 3:39 pm
דורך טאגליכט
אויב ווועל יאך זיין אין וומ"ס קומענדיגע וואך קען איך עס איין מאכן

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 3:50 pm
דורך קרעמער
די מיטוואך קומט שוין לכאורה דער צופידלטער רבי

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 8:06 pm
דורך cano
וואס איז דיין פראבלעים, די וויסט נישט וואו אזוי עס דארף זיין געטוענט, אדער איז דיין פראבלעים אז די האסט נישט קיין טונער?

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 8:07 pm
דורך קרעמער
איך קען די טענער, אבער עס גייט מיר נישט דאס אנשטעלן.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 8:12 pm
דורך cano
דע האסט אויך א טונער מאשינקעלע?

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 8:13 pm
דורך קרעמער
ניין.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 8:20 pm
דורך cano
רוב טונער קאן מען ניצען פאר אלעם, פון א פיאנוי ביז א געטאר און פארשטייט זיך אויך א פידעל, דאס איז די גרינגסטע וועג,


אפשר וועט דיר דאס העלפען טאמער קאנסטי נישט פארשאפען א טונער G d a e

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2007 8:36 pm
דורך cano
קרעמער אין מיין פאריגע תגיבה האב ציגעלייגט טענער וואס מען קען הערען, טריי עס און זאג מיר אויב עס איז דיר א הילף,

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2007 12:02 am
דורך קרעמער
יישר כח קנאי, איך האב הנאה געהאט פון דיינע לינקס, אבער די פראבלעם ביי מיר איז, אז ווען איך דריי דעם D שטעקעלע, דרייט ער זיך באלד צוריק (ווי א משלחת וחוזרת), איך ווייס נישט וויאזוי איך קען אים באפעסטיגן ער זאל בלייבן אויפן ארט. איך וועל ווארשיינליך מוזן אויסווארטן ביז מיטוואך אינדערפרי ווען מיין לערער קומט.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2007 12:05 am
דורך cano
איך קאן נישט קיין פידעל אבער עס איז מעגליך אז אינטען וואו עס גייט אריין די סטרינע קאן מען עפעס ארלעדיגען, איך וויל פשוט אז די זאלסט ווערען א געהאלפענער, איך מיין נישט אבי געקלעבט,

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2007 12:13 am
דורך קרעמער
איך גלייב דיר אויפן עהרן ווארט אז דו מיינסט מיין טובה, אבער איך האלט אז פאר מיין טובה איז בעסער ווען איך פאטשקע נישט צופיל אליינס די סטרונעס. מיין לערער האט מיר געזאגט אז עס איז נאך צו פריה איך זאל זיך אויסלערנען "טונען", און איך גלייב אים, ער איז למעשה דער מומחה.

אגב, האט ער מיר דערציילט אמאל אז זיין לערער אין רוסלאנד האט זיך אמאל אויסגעשטאכן אן אויג רח"ל דורך נישט ריכטיג טונען דעם פידל, די סטרונע האט זיך איבערגעריסן, און אריינגעדרינגען מיט א רציחה אין זיין אויג, און פון יענעם טאג און ווייטער איז ער געבליבן בלינד אויף איין אויג רח"ל.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2007 9:30 am
דורך 3x0
קרעמער האט געשריבן:איך גלייב דיר אויפן עהרן ווארט אז דו מיינסט מיין טובה, אבער איך האלט אז פאר מיין טובה איז בעסער ווען איך פאטשקע נישט צופיל אליינס די סטרונעס. מיין לערער האט מיר געזאגט אז עס איז נאך צו פריה איך זאל זיך אויסלערנען "טונען", און איך גלייב אים, ער איז למעשה דער מומחה.

ער איז טאקע למעשה די מומחה, אבער איך קלער אז די סיבה איז ווייל ער באקומט דאך למעשה א מטבעה יעדעס מאל וואס ער קומט צו דיר.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2007 3:38 pm
דורך קרעמער
ער קומט דאך סייווי, נישט נאר צו טונען מיין פידל.

אגב, ער קומט אי"ה מארגן אינדערפרי.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 13, 2007 12:22 pm
דורך מאשקע
נו, דער רבי איז געקומען?
אז נישט, וועל איך דיר העלפן אנשטעלן דעם פידל. איך קען אזוי גוט ווי דיין רבי'ן, און איך נעם נישט קיין רויטן גרייצער פאר דעם.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 13, 2007 2:25 pm
דורך קרעמער
ער איז דא געווען, יא.

יישר כח פארן וועלן העלפן, איך לייג עס אוועק אויף "נעקסטיים"

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 4:31 pm
דורך ביזנעסקאפ
פאר די וואס פארמאגן נישט קיין טונער איז פארהאן א סייט ווי מקען טונען אנליין, נאט אייך
www.get-tuned.com/violin_tuner.php

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 11, 2008 6:55 pm
דורך קרעמער
א הערצליכן דאנק מר. ביזנעסקאפ!

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 8:07 pm
דורך שראליק
אנטשולדיגט פארן זיך אריינמישן אין ענקער פריוואטן שמועס..

אבער איך פארמאג אויך א פידעלע שוין א שיינע פאר יארן, און אלעמאל ווען עס צורייסט זיך א שטריקל איז עס ביי מיר ממש א מיטמאכעניש, איך האב א טונער איך האב אלעס, אבער דאס שטייטעלעך דרייען ביז'ן נאט, און טאמער חלילה דריי איך איין ריק מער פליקט זיך עס אויס אזש ממש ביז סכנת 'מראת עין' ל"ע ווי קרעמער פארציילט, איז פאר מיר אן אפקומעניש שאין כמוהו,

איך וואלט טאקע געוואלט וויסן - קרעמער אפשר די קענסט מיר אנשדכ'נען - צו עס איז פארהאן אין געגענט איינער וואס קען דאס גוט, און ווען עווער איי העוו עי פראבלעם קען איך זיך צו אים'ען ווענדן.

ש'כח.

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 8:24 pm
דורך ביזנעסקאפ
קודם אין וועלכע געגענט ביסטו?, נישט אין מיין וויל איך זעה דיך קיינמאל נישט...

יעצט צו דיין פראגע, באמת ווענד זיך לכאורה וועלכע פידל מען פארמאגט, אויב זענען די דרייערס פון אויבן (אנשולדיגט איך ווייס נישט וויאזוי ס'הייסט...) פון פלעסטיק, קען עס זייער שנעל צוריקטאנצן, ביי די שוואכערע קוואליטעט פידלעך פאסירט עס אפט.

אגב אז מרעדט שוין אפשר קען מיר איינער העלפן, איך פארמאג טאקע אן אזויגערופנע 'סטודענט ווייעלין' און איך זיך צו קויפן עפעס בעסערס, וואס דארף איך זיכן?, איינער זאגט מיר אז א גענוצטע פידל שפילט בעסער, איז דאס וואר? וואס איז די חילוק פון א 4-4 און א 4-3?

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 8:36 pm
דורך שראליק
איך האב געוויסט אז אנשטאט הילף וועט די ערשטע פראגע זיין וועלכע געגענט איך בין,
עה אנטשולדיגט ביזנעסקאפ איי עם קידינג, עס קוקט מיר אויס אז די ביסט א פיינער און יא גרייט צו העלפן, עה איך בין פון די ניו יארקער געגנט, בארא פארק-וויליאמסבורג פרעפערט,

וואס הייסט די זעסט מיר קיינמאל נישט אין דיין געגנט?? איך זעה דיר יעדן טאג.

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 10:10 pm
דורך קרעמער
איך בין אומבאקאנט ווער עס קען דיר גוט טונען א פידל אין וומ"ס אדער ב"פ, מיין אייגן פידל פלעג איך קיינמאל נישט אליינס טונען, נאר זיך פארלאזן אויפן מומחה וואס פלעגט מיר קומען לערנען וועכנטליך די נאטן (היינט ליידער שימעלט דער גאנצער פידעלע אויפן שאנק, אפשר וואלט מען טאקע געדארפט ארגאניזירן א קומזיץ צווישן אלע קרעטשמע פידלער!).

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 13, 2008 11:42 pm
דורך ביזנעסקאפ
ישרליק'ל ווי זעסטו מיר יעדן טאג דא אין קרעטשמע?. און זאג נאר דו מיינסט טאקע אז די בילד פונ'ם קעצל אויפן לינקע זייט דאס בין איך טאקע?.
אבער לאמיר בלייבן און גוטן, האב נישט ביטע קיין טענות אויף מיר ווייל האב איך געשריבן מיין תגובה ווען די טשולענט איז מיר נאך געטאנצן אין בויך....

עניוועי צום פוינט, לדעתי קען מען זיך באגיין א קיין פראפעשינאל, אויב פאנגסטו אן צו טאנען פונ'ם G די נידרעגטע וואס די קענסט (מיט א גוט'ן טאנער פארשטייט זיך), איז ביים E סטרינג וועסטו נישט דארפן ארויפגיין אזוי הויעך, וועט זיך עס נישט איויספליקן.

געשריבן: זונטאג דעצמבער 14, 2008 2:34 pm
דורך שראליק
קרעמער אין ב"פ-וומסב"ג ביסטו אומבאקאנט, לויט ווי איך פארשטיי איז דיין מומחה פון ערגעץ אנדערש, אקעי,
און אדרבה איך בין "אין" פאר א קומזיץ, מ'וועט לאדענען ביזנעסקאפ אבער נאר ווען די טשאלענט טאנצט אים נאך אין בויך, וואס דעמאלטס איז ער גאנץ "צופידעלט"..

ביזנעסקאפ, איך רעד אויך פון טונען פונעם G ביז'ן E, דאס זענען די נוטען ווי אזוי די שטריקלעך דארפן געטונט זיין, אבער עס איז עפעס אזוי מין האקעל, א משהוא דריי מער איז עס אויס שטריקל,

געשריבן: זונטאג דעצמבער 14, 2008 3:01 pm
דורך קרעמער
מיין מומחה וואוינט ערגעץ ווי אין בענסנהוירסט דאכט זיך, אבער עס זענען זיכער דא יונגעלייט אין וומ"ס אדער ב"פ וואס קענען פיין טונען א פידעלע, פרעג דיך נאך ווער עס איז אן ערפארענער פידל שפילער דאהי (א שטייגער ווי ר' חיים רפאל פערענץ און זיין גלייכן), יענע קענען דיר בודאי ארויסהעלפן.

פאר א קומזיץ: אין אישית.