משה פאלאפל האט געשריבן:איך וואלט געטוישט קעפל פון געגנב'טע תנועות צו 'תנועות אינספירירט פון אנדערע ניגונים'
גנבנ'ען איז א לא תעשה דאורייתא
מיט גרויס רעספעקט מר. פאלאפל האקער
ווען איינער טוט עפעס וואס איז קעגן די הלכה מיינט נאך נישט אז ווייל ס'איז דא אויף דעם אן איסור מיינט אז מ'מוז יענעם דן זיין לכף זכות ווייל "אזוי שטייט אין די תורה" פאקערט מ'דארף זיין פאזעטיוו און ווייעך, באט מיט א לימיט אלעס מאכן ווייס איז אויך נישט קיין מהלך... לאל.. איך וויצל מיר בלויז איר פארשטייט יא?
אגב אסאך מאל ווערן די גניבות עכט לומדיש ווייל ס'איז שאן הגונב מן הגנב וואס איז דאך פטור.
און כ'האב שטארק געקוואלן ווען וועלוול האט זיך שאן ענדליך גענומען די קוראדזש צו פרעגן יוסי'ן איבער די נושא און אויך ווי יוסי ענטפערט טאקע דארט אן קיין בלאף מעשיות..
און אז איך בין שאן דא, און איך האב שוין פארגעלערנט א שטיקל ליטווישע דריי קאפ, וויל איך טאקע מעורר זיין אז שמואלי אונגאר'ס לעטעסט סינגל איז די גאנצע דריטע פאל אן ווערטער (טירירייי ראם טירי רייירייריי ראם וכו) געגנב'ט, געגנב'ט? געבארגט. ניין! "געגאנבעט" פון ישראלי ווערדיגער'ס בואי בשלום אויף אודה לקל קאמפאזירט ביי ישי לפידות, דאס הייסט א זאפטיגן שטיקל געלאקח'כעץ דער "ובאש ובמים/ובה תחזה קען מען אראפשלינגען ס'איז נישט עק וועלט, אבער אזוינס איז א עולה און מאכט מיר פערזענליך טשילס, און האקטס נישט אין קאפ אז ס'איז נישט קיין אישאו, נישט פאר די סיבה צאל איך 17 טאלער, נישט איך און נישט יעדער בר דעת וואס אפפרישעט גוטע מוזיק, און איך בין גאנץ שאקד ווייל דערווייל וואס איך געדענק האב איך נישט דערטאפט קיין פעטע שטיקער לקח פון לאופער וואס איך געדענק, ס'איז זיכער דא אבער אזא אפענע נישט
(זעלבע מיט דודי קאליש מיט עוד ישבו ווי איך האב עס שוין אויסגעקלאפט ביי ידידים סידי אשכול נישט דאס איז די שיינקייט און "חידוש" פון א "נייע ניגון" איימסארי)
I cannot teach anybody anything. I can only make them think
Socrates-