די ניגון "והערב נא"

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

די ניגון "והערב נא"

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג ינואר 18, 2011 10:18 pm

יעדער קען די באוויסטע והערב וואס מ'זינגט אין חדר
היינט האט עס יוסי גיל געשפילט אויף זיין שאו איינער ווייסט אפשר די מקור?
ער זאגט עס קימט פין משפחת וורצברגר וויל איך וויסן וועלעכע משפחת וורצברגר איז דאס. איך געדענק אין סאטמאר איז געוועהן א קאפאוזער וורצברגר איז דעס די זעלבע?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 18, 2011 10:53 pm

די באקאנטע משפחת ווערצבערגער, ר' יקותיאל הערש שליט"א ובניו

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מיטוואך ינואר 19, 2011 10:12 am

פאררעכטס מיך אויב איך בין אומגערעכט -- איך מיין אז ר' יודל ווערצבערגער נ"י איז דער מחבר פון דעם ניגון (אפשר נארט מיך דער זכרון און ס'איז פון ר' אברהמלע ע"ה דער זיידע, אבער איך בין כמעט זיכער אז ס'איז ר' יודל'ס.)

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 19, 2011 11:56 am

שקר_הדייעט האט געשריבן:פאררעכטס מיך אויב איך בין אומגערעכט -- איך מיין אז ר' יודל ווערצבערגער נ"י איז דער מחבר פון דעם ניגון (אפשר נארט מיך דער זכרון און ס'איז פון ר' אברהמלע ע"ה דער זיידע, אבער איך בין כמעט זיכער אז ס'איז ר' יודל'ס.)


איך געדענק דאס זעלביגע.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מיטוואך ינואר 19, 2011 5:57 pm

און איך אויך
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

הימל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2009 7:27 pm

תגובהדורך הימל » דאנארשטאג ינואר 20, 2011 5:48 pm

בערך מיט א פיניף און צוואנציג יאר צוריק (אויב כ'געדענג גוט) זענען די ווערצבערגערס ארויס געקומען מיט טעיפ "והערב נא" און פון דעים טעיפ קומט דער באקאנטער והערב נא ניגון, דארט איז אויך דא א ניגון אויף אידישע ווערטער (אין די זעקס טעג פון דער וואך, דער איד אזוי פארפלאגט אין פאריאגט. כ'געדענק נישט ווייטער די ווערטער) וואס ווערט געזונגען הערליך שיין און הארציג דורך א יונגל שמואל זאנוויל ווערצבערגער (שמש אין סאטמאר ב"פ) זון פון אהרן ווערצבערגער פון ק"י

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » פרייטאג פאברואר 04, 2011 9:20 am

wrtzbergar.jpg

זיס
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

תגובהדורך זיס » פרייטאג פאברואר 04, 2011 11:44 am

האב איך אלעמאל געמיינט אז דער ניגון שטאמט פון רבי בנציון באבובער זצוק"ל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג פאברואר 04, 2011 1:26 pm

דאן האסטו געהאט א זיסע טעות..
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג פאברואר 06, 2011 7:59 am

הימל האט געשריבן:בערך מיט א פיניף און צוואנציג יאר צוריק (אויב כ'געדענג גוט) זענען די ווערצבערגערס ארויס געקומען מיט טעיפ "והערב נא" און פון דעים טעיפ קומט דער באקאנטער והערב נא ניגון, דארט איז אויך דא א ניגון אויף אידישע ווערטער (אין די זעקס טעג פון דער וואך, דער איד אזוי פארפלאגט אין פאריאגט. כ'געדענק נישט ווייטער די ווערטער) וואס ווערט געזונגען הערליך שיין און הארציג דורך א יונגל שמואל זאנוויל ווערצבערגער (שמש אין סאטמאר ב"פ) זון פון אהרן ווערצבערגער פון ק"י

אויף דער קאסעטע איז עס נישטא

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » זונטאג פאברואר 06, 2011 8:40 pm

טאבאקא האט געשריבן:
wrtzbergar.jpg


איז דא ערגעץווי איך קען פארשאפן די סידי?(נישט די ניק...איך מיין טעיפ)

אוועטאר
פידעלע
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 27, 2011 4:40 pm

תגובהדורך פידעלע » זונטאג פאברואר 06, 2011 10:52 pm

והערב נא האט געמאכט ר' יודל ווערצבערגער נ''י, אין ס'איז אויפן אלבום פון והערב, די שבת ניגון מיט די אידישע ווערטער איז אויפן אנדערען אלבום וואס ער האט ארויס געגעבען, מעין עולם הבא.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג פאברואר 06, 2011 10:55 pm

elmonsey האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
wrtzbergar.jpg


איז דא ערגעץווי איך קען פארשאפן די סידי?(נישט די ניק...איך מיין טעיפ)

איך האב עס גראדע לעצטענס געזעהן ביי די אלטע טעיפס צוזאמען מיט זיין אנדערן טעיפ "מהרה", פאר אומגעפער דריי\פיר דאלער.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג פאברואר 07, 2011 12:15 pm

אן אנדערע הערליכע תנועה פון ר' יודל איז וואס ווערט דורעך מאנכע געזינגען אויף מי אדיר, ער זעלבסט האט דאס מחבר געווען אויף דביר קדשו ביי די נירות און די מ"ם יארן ביים ברך משה זצ"ל.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 07, 2011 2:10 pm

אז מען רעדט שוין פון די ווערצבערגער טעיפס, איז אינטערסאנט אז נאר מגילת אסתר מיט געזאנג איז געבליבען פאפעלער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג פאברואר 07, 2011 2:21 pm

במחילת כבודך איז דאס זייער א אומלאגישע הנחה.

וואס האסטו געוואלט אז מ'זאל היינט הערן טעיפס פון צען יאר צוריק?
"מגילת אסתר מיט געזאנג" איז א קינדער טעיפ, וואס איז נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען נאך איינס אזוינס, ממילא האט עס גאר אן אנדערן דין.
(און איך ווייס נישט צו היינט - מיט אלע מאמע לשון'ס און קינדער קלאנגען וכדו' - הערט מען עס נאך).

אגב, זאלסטו וויסן אז כמעט אלע ניגונים פון זיינע טעיפס (וואס איך האב עכ"פ) זענען היבש פאפולער, און מען זינגט עס נאך היינט.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג פאברואר 07, 2011 2:24 pm

וואס שרייסטו ? איך האב סתם געפרעגט פארוואס ? די 2-3 טעיפ וואס ער האט ארויס געגעבען זענען אויך פאר קינדער,

ב.ד.וו. עס זענען שוין ארויסגעקומען אסאך שענערע טעיפס אויף פורים אבער מגילת אסתר מיט געזאנג איז געבליבען א "היט"
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג פאברואר 07, 2011 2:37 pm

איך שריי? דו שטייסט זיך דא אין די זייט, גע'גנב'עט משה קאפויער'ס בילד, און הערט נישט אויף צו שרייען...

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג פאברואר 07, 2011 8:44 pm

פארשריבן האט געשריבן:
elmonsey האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:
wrtzbergar.jpg


איז דא ערגעץווי איך קען פארשאפן די סידי?(נישט די ניק...איך מיין טעיפ)

איך האב עס גראדע לעצטענס געזעהן ביי די אלטע טעיפס צוזאמען מיט זיין אנדערן טעיפ "מהרה", פאר אומגעפער דריי\פיר דאלער.


איך זיך סידי נישט טעיפ

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג פאברואר 07, 2011 10:08 pm

עס איז ווארשיינליך דאן נאכנישט געווען. (נעמט אינאכט: עס איז זיין ערשטע טעיפ).

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » מאנטאג פאברואר 07, 2011 10:22 pm

טאבאקא האט געשריבן:במחילת כבודך איז דאס זייער א אומלאגישע הנחה.

וואס האסטו געוואלט אז מ'זאל היינט הערן טעיפס פון צען יאר צוריק?
"מגילת אסתר מיט געזאנג" איז א קינדער טעיפ, וואס איז נישט אזוי שנעל ארויסגעקומען נאך איינס אזוינס, ממילא האט עס גאר אן אנדערן דין.

אמממ... סדר נאכט מיט געזאנג און הלויים - וטהר לבנו איז ווייט נישט אזוי אויפגעכאפט ווי מגילת אסתר. און יא, עס איז געווען און איז נאך א היט, און ס'גייט נאך ביז היינט.
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » זונטאג פאברואר 20, 2011 10:12 am

די אור-זאך פאר-וואס מגילת אסתר מיט געזאנג פאר-קויפט זעך נאך אלס מער און בעסער אוואו די סדר נאכט,
איז די זעלבע אוואו
ביקסאד האט געשריבן:דא

יא, עס פאר-קויפט זעך יעהרליך.

פאר משה עבד נאמן האט מען נישט גענומען ר' ברוך ז"ל צו זינגען, און עס האט טאקע נישט דעם זעלבן טעם . . .
אף גערעד אז עס פאר-קויפט זעך פיהל ווייניגער.



ווייס יאך נישט אויב עס האט מיט מזל/שכל אדער גאר מיט פון הימל געבענטשטע נשיאות חן,
צו מען האט זעך געוואלט שפאהרן אדער געקלעהרט אז מען איז פערזענליך אויך אזוי געלונגען,
במציאות דארט אוואו זיי האבן געגעבען פאר נאך איינעם (רבי ברוך) צו לייזן פאר-דינען זיי היינט נאך אויך דער-פון.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט