חזן יעקב לעמער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23737
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

חזן יעקב לעמער

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 2:27 am

איך האב שוין געזעהן אפאר אשכולות וואס רעדן אומדיירעקט פון חזן יעקב לעמער, אבער א אשכול וועגן עם אליין איז נאכניש דא, סאו האבעך באשלאסן צו עפענען א ספעציעלן אשכול וועגן עם.

איז אזוי:
מיט אפאר וואכן צוריק בינעך געווען אויף א "שאבאטאן" מיט א גרופע יונגעלייט, און מ'האט געברענגט חזן לעמער אלץ בעל תפילה.

וואס זאלעך ענק זאגן? דער אידעך אנריעל! אזא שטימע?!!! אזוי קאלערפול! און נאך אויפן נוסח... דער איז אנריעל!!! אויך ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, געוואלדיג!!!

איימעניט!!! איך בין נאכניש פיניש, פאר צוויי וואכן צוריק ביי די גרינע חתונה, דארט האט מען אויסגערופן חזן לעמער, ווי געשריבן אין די "גרינע חתונה אשכול" דער עולם איז געשטאנען געפלעפט! אזא יונגערמאן מיט אזא מעכטיג שטומע?!!

ווארט א סעקאנד! די וואך מוצאי שבת האבעכעם טאקע נישט געהערט אבער איך הער פון די וואס האבן עם געהערט אז ער איז געווען גאר גוט.

וואס האט דער עולם צו זאגן אויף עם?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג נובעמבער 29, 2010 12:15 pm

Normal is just a setting on the washing machine

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 7:03 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס האט דער עולם צו זאגן אויף עם?


וואס דער עולם זאגט ווייס איך נישט, אבער די מבינים זאגן מרדכי הערשמאן'ס שטיקלעך שטייען אים זייער גוט. (ומכלל הן וכו' וד"ל).
ער האט זיך גוט געלערנט ווי אזוי צו נוצן די שטימע, און ער האט טאקע א שיינע זיסע שטימעלע.

וועגן זיין סידי "וימלא משאלותינו" איז א עקסטרע סוגיא פאר זיך.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23737
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 06, 2010 11:34 am

טאבאקא, איז הערשמאן שטיקלעך א סטייל? אדער נאר זיינע ניגונים ממש?

איך האב עם געהערט זינגען אסאך ניגונים, און איך זעה נישט אז ער זאל עס נישט גוט זינגען, אין פאקט האטער געזינגען גאר א נייע קאמפאזיציע ביי יאסי גרין'ס חתונה און דער עולם איז געשטאנען געפלעפט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » פרייטאג דעצמבער 10, 2010 12:43 pm

כ'הער ער האט אנגעפאנגען לעצטענס מיט נאך א זאך חוץ חזנות, געבן וואויס לעסענס.
http://www.teoria.com/ Music Theory

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » זונטאג דעצמבער 12, 2010 5:21 pm

טאבאקא האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס האט דער עולם צו זאגן אויף עם?


וואס דער עולם זאגט ווייס איך נישט, אבער די מבינים זאגן מרדכי הערשמאן'ס שטיקלעך שטייען אים זייער גוט. (ומכלל הן וכו' וד"ל).
ער האט זיך גוט געלערנט ווי אזוי צו נוצן די שטימע, און ער האט טאקע א שיינע זיסע שטימעלע.

וועגן זיין סידי "וימלא משאלותינו" איז א עקסטרע סוגיא פאר זיך.


טאבעקא

לויט ווי איך האב אים געהערט, האט וויכי צו ווייניג געשריבן...

אגב
איבער אים זונגען הערשמאנס שטיקליך, איז א סוגיא פאר זיך.. אבער ער איז נישט געלימיטעד דערצו. ועוד חזן למועד..
אז ס'וועט זיך מאכן צייט, וועלן מיר עס ברייטער באשרייבן.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » מאנטאג דעצמבער 13, 2010 6:47 am

לכבודו פון וויכי וועל איך אביסל מסביר זיין עטליכע נקודות, אויף ווי ווייט מעגליך א גרינער אין חזנות זאל עס פארשטיין.

דאס איז קלאר, לא הרי חזנות כהרי נגינה. און ווי איידער מסביר זיין וואס עס איז נישט ווי חזנות. וועל איך פרובירן צו געבן פארשטיין וואס ס'יא.

איז אזוי. חזנות אטעמט היסטאריע.
ס'געווען אמאל א תקופה וואס מ'האט גערופן "די גאלדענע תקופה פון חזנים" (אויף ענגליש "גאלדען עידזש"). ווען ס'האט זיך געענדיגט, איז ווי פארשטענדליך דא חלוקי דעות. מאנכע זאגן תיכף נאך יאסעלע. און טייל זאגן ביז נאך קאסעוויצקי. (און דער דאקטאר וועט זיכער זיך אייסערן ביז דער "יוצא דופן" זיין בן טיפוחיו העלפגאט יר"ה). אבער דאס זענען אלע מודה אז ס'איז פאריבער.
און אזעלכע מבינים און שטימעס ווי אמאל זענען היינט נישטא. (און א גרויסער חלק שולד טראגט זיכער די מאנגל אין אינטערסע).

און ווען א שפעטערדיגער חזן קומט ארויף אויף די ארענע, שאצט מען זיין גרויסקייט אויף ווי גוט ער זינגט נאך די פריערדיגע שטיקלעך.

דעמאלט האבן די גרויסע חזנים עפ"י רוב אליין קאמפאזירט זייערע שטיקלעך. ווייל א חזן האט באדייט א "קונצלער", און אלס אזא איינער האט ער נישט בלויז געברויכט פארמאגן א גוטע הארציגע און מעכטיגע שטימע. נאר אויך זיין א מבין אויף חזנות און נגינה און אהערשטעלן ביים דאווענען אייגענע חידושים. און טאמער איינער האט נישט געקענט קאמפאזירן, אבער א גאר גוטע שטימע האט ער פארמאגט, פלעגט ער האבן א קאמפאזיטאר וואס זאל קאמפאזירן שטיקלעך וואס זענען פאסיג פאר זיין אייגנארטיגע שטימע.

ווייל נישט יעדע שטימע קען גוט אראפזינגען אלע שטיקלעך. און דאס קען מען זעהן אפי' ביי די גאר גרויסע. (יאסעלע וואלט לכאורה נישט געקענט זינגען די קונצליכע שטיקלעך פון לייבעלע גלאנץ, אבער קיין פעלער איז עס נישט. און ס'נעמט בכלל נישט אוועק פון זיין גרויסקייט).

למשל ווען יאסעלע זינגט די צוויי רויטמאן שטיקלעך -כאטש זייערע שטימעס זענען בכלל נישט קיין פארגלייך- לייגט עס אבער רויטמאן סאך בעסער אראפ. מיט מער הארץ און געפיל, און ער קוועטש אויס דעם שטיקל אזש עס צוגייט אין אלע ביינער.

לאמיר געבן א דוגמא פון צוויי גרויסע. הערשמאן און קאסעוויצקי. א הערשמאן שטיקל וועט אזוי נישט גוט קלאפן אויף קאסעוויצקי, און דאס זעלבע פארקערט, אז ס'לאזט זיך גאר נישט זאגן. וויל הערשמאן כאטש ער האט גאר הויכע טענער, ציהט ער ארויף מיט א שטארקע פולקייט און א זיסקייט. משא"כ קאסעוויצקי איז טאקע משוגע הויעך, אבער ער שרייט (קווארטין -מיט זיין מעכטיגן באריטאן- פארפירט, אבער שרייט נישט).
און דאס זעלבע איז מיט אנדערע שטיקלעך. ממילא די ריכטיגע מביני חזנות קענען נישט הערן אפי' יאסעלע'ס א שטיקל פון אים. למשל ביי רחם נא, לאזט ער אויס א קונצליכן קאלאראטור ביי מהרה, און ביים ענדיגן ציעט ער ארויף זייער הויעך, אינדערצייט וואס יאסעלע'ס ענדיגן בניחותא איז סאך געשמאקער. (בעיקר ווייל ער זוכט כמעט נישט צו באווייזן אפערע קונצן מיט די שטימע, נאר אראפלייגן א געשמאק און הארציג דעם שטיקל און אויסטייטשן דערמיט די ווערטער, וואס דאס איז דער ריכטיגער באדייט פון חזנות).

עכ"פ אין קורצן איז די ווארט, אז ווען א שפעטערדיגער חזן זינגט נאך א שטיקל דארף זיין שטימע זיין פאסיג פאר דעם, אז נישט איז ער נישט קיין ריכטיגער חזן. (למשל יעדער ווייסט אז העלפגאט (און אזוי אויך חזן שטארק) פארהרגעט יאסעלע'ס שטיקלעך).

און וויבאלד "חזן לעמער" פארמאגט א געשמאקע זיסע טענאר, און הערשמאן האט אויך דאס פארמאגט, דעריבער ווען ער זינגט נאך זיינע שטיקלעך איז עס זייער געשמאק צו הערן. ווייל ער זינגט עס זייער ריכטיג נאך. און כאטש ער קומט נישט צו צו הערשמאן'ס קנעכלען, איז אבער זיינע (ס'איז גראדע נישט זיינע קאמפאזיציעס) שטיקלעך שטייען אים די בעסטע, צוליב די געוויסע ענליכקייט.

און וועגן די שטיקל ביי יוסי גרין'ס חתונה, איז אנדערע מעשה. ווייל מיר ווייסן דאך אז ר' יוסי איז אן עקספערט אין ארויפפאסן שטיקלעך צום זינגער, ווי מ'האט געזעהן ביים אכטע נאוט\בריטיש עירוועיס אלבום, מילא אז ער האט געוואוסט אז ער גייט זינגען, האט ער אים צוגעפאסט א שטיקל. (אגב, קען מען עס ערגעץ הערן?)

איך האב לכאורה מאריך געווען ווי מ'דארף מקצר זיין, און מקצר געווען ווי מ'דארף מאריך זיין. אבער מיט דעם אלעם האף איך אז איר האט פארשטאנען וואס כ'מיין ארויסצוברענגען. און אז נישט, פרעגט! און איך וועל פרובירן צו ענטפערן ווי ווייט מעגליך.

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג דעצמבער 19, 2010 11:53 am

חזן לעמער זינגט א אידישע קאלעקשן.
http://www.chazzunes.com/search?updated ... -results=9

תן תודה לידידינו הרב זאמלער וואס האט אונז צוגעצייכנט דעם געשמאקן זייטל.

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

איהי שבת

תגובהדורך geek » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:49 pm

היינט ארויס געקומען!
הערליכע ארבעט. פאר מער זעהט דא
צוגעלייגטע
itisshabbos.com.jpg

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:52 pm

geek האט געשריבן:היינט ארויס געקומען!
הערליכע ארבעט. פאר מער זעהט דא

https://copy.com/Aesa8wkriQTkHKWO

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 1:13 pm

עס איז דא אן אינטערוויו אויף קולמע מיט חזן לעממער,

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2721
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 11:37 pm

טאבאקא'ס באשרייבונג דא איז עפעס אויסערגעווענליך, שפתים ישק.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:28 am

טאבאקא שרייבט זייער שיין, געציילטע זאכן וואס איך בין מחולק,

קווארטין איז בפשטות א טענאר און נישט קיין באריטאן,

די חזנות עפאכע האט זיך נישט געענדיגט ביי קאסוביצקי, עס האט נאך געלעבט חזן משה'לע גענטשאף ביז ערגעץ תשנ"ג, און חזן לייבעלע גאנץ ביז אין די למד'ס.

בד"וו, חזן משה שטערן איז געווען א שם דבר נאך בימי קאסוביצקי!!

אויך בין איך נישט פון די "יעדער ווייסט" אז חזן שטארק הרג'ט יוסלע'ס שטיקלעך, לדעתי מאכט ער א סופערב דזשאב אויף פילע יוסלע שטיקלעך.

אויך איז כדאי צו נאטירן אז אויף למשל עד הנה פון יאסעלע, האלטן מאנכע שטארקע חזנות מבינים, קאסוביצקי בעסער ווי יאסעלע. (איך בין נישט סובל קאסוביצקי)
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 9:18 am

פער בריסטאו האט געשריבן:
geek האט געשריבן:היינט ארויס געקומען!
הערליכע ארבעט. פאר מער זעהט דא

https://copy.com/Aesa8wkriQTkHKWO


ארבעט נישט די לינק
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 10:57 am

פער בריסטאו האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
geek האט געשריבן:היינט ארויס געקומען!
הערליכע ארבעט. פאר מער זעהט דא

https://copy.com/Aesa8wkriQTkHKWO


ארבעט נישט די לינק

.


thank you works now

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 2:35 pm

בס"ד

יעצט געקויפט לעמער'ס סידי, נאכ'ן הערן די אינטערוויו און ווארטן איבער א וואך מיין לאקאלער יודאיקא געשעפטל זאל עס שוין אריינבאקומען.

וואס זאל איך ענק זאגן, נאר געהערט אפאר ניגונים, דער זינגט דאך שלא מעלמא הדין...!

און ס'קינד ביי ישמח משה... אה, גייטס אראפ פון ווייבער שוהל, גייטס אראפ פון ווייבער שוהל...!

לויפטס און קויפטס בעפאר אלע מבינים כאפן עס אויס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11738
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 11:37 pm

ווער איז דעס קינד ביי ישמח משה?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 11:50 pm

אויפן ערשטן בליק קוקט עס אויס פיין, דערווייל ארבעט עס אויף רעפיט.

שטארק אז דו רעדסט שוין האב איך געהערט לעצטענס א שטארקע חידוש, יוסעלע מאכט נאך איינעם, אז דו הערסט יענעם, וועסטו ממש הערן יוסעלע אויף א סאך שענערן פארנעם.. (א נישט איד)
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 12:53 pm

ווער ?
yield the right of way

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:44 pm

בס"ד

כאפצעם, דער קינד איז זיין אייגן יונגעלע, שטייט נאמען און בילד אויפ'ן סידי, קע"ה.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11738
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 9:59 pm

זייער שיין!

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 10:38 pm

yield האט געשריבן:ווער ?

יוסעלע האט דעי ריכטיגע מיקס (מידעל) וואויס וואס מען רעדט היינט ארום דערפון.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:03 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:
yield האט געשריבן:ווער ?

יוסעלע האט דעי ריכטיגע מיקס (מידעל) וואויס וואס מען רעדט היינט ארום דערפון.

אמת. אבער די העכערע נאטס האט ער אבער נישט גענדיגט אויסארבעטן. מיט נאך א טראפ האט ער ווען די סי און די די אויך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:12 pm

זאל ער קומען האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:
yield האט געשריבן:ווער ?

יוסעלע האט דעי ריכטיגע מיקס (מידעל) וואויס וואס מען רעדט היינט ארום דערפון.

אמת. אבער די העכערע נאטס האט ער אבער נישט גענדיגט אויסארבעטן. מיט נאך א טראפ האט ער ווען די סי און די די אויך.

גערעכט טאקע, אבער למעשה איז ער שיין ביז דארטן אויך, ווען ער מאכט העד וואויס און vibrato in the head voice וואס דאס איז ממש ספעשיל

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:21 pm

יאפ דאס איז דאך זיין פארטעי ווי מ'זאגט, דאס מאכט ער הערליך, איך טראכט נאר אלץ אז עס איז ממש א שאד, אבער לאמיר נישט אנפאטשקענען יאנקי'ס אשכול מיט יוסאלע, (מילא ווען ס'איז הערשמאן...)
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יהודה א., סוקסעספולער איד, שמן און 27 געסט