זאגט מבינות אויף מיין געזאנג

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

זאגט מבינות אויף מיין געזאנג

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 24, 2007 4:30 pm

איך לייג דא ארויף א סעמפל וואס איך האב היינט אריינגעשפילט מיט מיין פידעלע אין מאשקע'ס וואויסמעיל באקס אויף גוגעל (פארשטייט זיך נאכן "מיעפ"...), עס איז אביסל אומקלאר, אבער איך האף אז איר וועט כאפן וועלכער ניגון דאס איז.

האלט פאר אייערע אויגן אז איך בין א בעגינער, דאס טייטשט אז אינגאנצן 3 חדשים צוריק האב איך נישט געוואסט וויפיל סטרונעס א פידל פארמאגט!

ביטע זאגן מבינות, קריטיק איז אויך וועלקאם - מיט א שיעור...

http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... AF18C1EA90

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך ינואר 24, 2007 5:12 pm

קרעמער, אביסל האב איך דיר שוין געזאגט פריוואט, און דאס איבריגע וועל איך דיר זאגן דא.
אזוי ווי דו דערמאנסט שוין אז דו ביזט א בעגינער, דארפסטו וויסן אז פאר א בעגינער האסטו עס זייער גוט אראפגעשפילט, הגם מיט עטליכע טעותים (וואס איז נארמאל ווען מ'האלט אין דעם סטעידזש).
דארפסט נאך אסאך ארבעט אריינלייגן צו שפילן לויט'ן טאקט, אבער נישט געזארגט; איין טאג וועסטו נאך קענען.
א פידל איז אן אינסטרומענט מיט וואס מ'קען זיך דאס מערסטע אויסגעבן די געפילן, און פון א גוטן ניגון געשפילט דורך א גוטן פידלער קען ממש קומען צום וויינען.
אלזא, קרעמער, הער דיך צו: ס'איז טאקע שווער, אפשר אביסל שווערער ווי דו מיינסט, אבער נאכדעם וואס דו וועסט עס שוין קענען, וועסטו דאנקען דעם אויבערשטן אז דו האסט אזא גוטע טאלאנט אין די האנט.
לאז נישט נאך, לייג אריין א באשטימטע צייט טעגליך אין פראקטיצירן דאס שפילן, און מיט די צייט וועסטו ווערן א מייסטער פידלער.
און נאך א זאך: לערן דיך אויס (מיט'ן הסכמה פון דיין טיטשער) צו שפילן נישט נאר אויף נאטן, נאר אויך פון חוש ארויס. נישט אייביג האסטו די נאטן פון א ניגון, אבער אז דו וועסט קענען שפילן פון אויסנווייניג, וועסטו קענען אפשפילן סיי וועלכע ניגון דו קענסט זינגען. אז מ'קען שפילן אויף ביידע וועגן, איז נישטא בעסערס פון דעם.
חזק ואמץ!!!
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך ינואר 24, 2007 9:30 pm

איך פארשטיי נישט צו נגונה, אבער דאס האב איך אויך בעמערקט אז די יאגסט דיך אביסל אנצופאנגען די איך געדענק נישט די וויפילטע פאל אביסעל פרי, איך מיין אז די דארפסט מער אויסציען די ענדע פון די פאריגע פאל.
איך האף אז די פארשטייסט וואס איך מיין.

איך האב נשיט קיין אנונג וועלעכע ניגון די שפילסט דארט, אבער עס דאכט זיך מיר אז איך ווייס וועמעס ניגון עס איז.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 12:03 am

די ניגון איז "אלה חמדה לבי וחוסה נא ואל תתעלם", עס איז לכאורה א סקולענער ניגון.

יישר כח מאשקע פאר די ווארימע דברי חיזוק והתעוררות, עס וועט מיר זיכער צוניץ קומען.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 12:04 am

עס האט מיר טאקע געשמעקט אז עס איז פון סקולען.

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 12:27 am

קרעמער, איך מוז דיר זאגן, האלסט אויף א וועג, אזוי ווי מיין מוזיק רבי פלעגט זאגן OUTSTANDING

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 12:59 am

יישר כח טאגליכט!

ווייסט דאך אודאי, א קאמפלימענט וואס קומט פון א מבין, איז דאפעלט שטארק ווי א געווענליכע קאמפלימענט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 11:21 am

קרעמער,
כ'האבעס יעצט גענדיגט אויסהערן, כ'זאג דיר קרעמער, ביסט אויף די גוטע רעלסן, כעניינע הארא,

וויפיל איך ווייס, איז א פידעל די שווערסטע אינסטרעמינט וואס אינזערע היימישע אידן שפילן, כ'מיין צו זאגן, צווישן א קיבאורד, גיטאר, סעקסיפאון, טראמפעט און אפילו טראמבאון, איז דאס די שווערסע,
און ב"ה אויף אונזער קרעמער קאן מען זאגען, "ער קען שפילן מיט א פידל !!"

חזק ואמץ !
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 12:25 pm

קרעמער, "סאלוט" צו דיר, יעצט קויף זיך א גרינע קאפטען און זיי מהנה דיינע חסידים מיטן פידעל ביי יעדען יומא דפגרא !

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 25, 2007 5:27 pm

צייטליך;

א שיינעם דאנק פאר דיינע הארציגע רייד!

נאטורליך;

יישר כח.

הגם ביי מיר איז דאס געגאנגען צוריקצואוועגס, איך האב אנגעהויבן מיט די גרינע קאפטן, און פון דארט זיך גענומען צום פידל.

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מוצ"ש ינואר 27, 2007 10:50 pm

קרעמער,

יעצט געהערט, וואס זאל איך דיר שוין זאגען?

איין זאך איז זיכער מ'זעהט אז דו מיינסט עס ערנעסט, און ווי מאשקע האט שוין געשריבען, גיב נישט אויף, מ'זעהט אז דו פארסט אויף גוטע רעסלען,

ס'האט מיר גענומען אפאר סקונדען צו כאפן וועלעכע ניגון עס איז אבער שפילסט זייער גוט פאר די סטעיטש.

רק חזק, ראחק אטן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 28, 2007 12:36 am

שערקויך מעסטערמיינד פאר די דברי חיזוק וברכה. איך האב שוין זינט דאן אסאך פראקטיצירט, און מ'האפט ארויפצולייגן די פרישע ווערסיע אין לויף פון די וואך.
---
וואס מיינט רעסלען? (רעלסען מיינט שינעס)

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג ינואר 28, 2007 1:35 pm

קרעמער ביי אונז פלעגט מען זאגען, אויב שפילסטו אויפען פידעל, דאן וועסטי ערגעץ אנקימען, אבער אויב ארבעט'סטי אויפען פידעל לייג עס שוין אוועק,
.
אין אנדערע ווערטער, טאמער איז דאס ווא א שפילציג פאר דיר, וועסטי ערגעץ אנקימען, משא"כ טאמער איז עס פאר אייך אן ארבייט דאן לייגט עס שוין און א זייט,

טייערע קרעמער חזק ואמץ, איי עם לאקינג פארווארט טא הער יא
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 28, 2007 3:26 pm

יעצט געהערט קרעמער,

איך בין ממש נעמד דום, נאך בלויז 4-5 שיעורים בהלכות כינור קענסטו שוין שפילן א ניגון, !!!

חזק ואמץ העם איתך
מחזיקים לך אצבעות !!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » זונטאג ינואר 28, 2007 3:27 pm

שוועמל האט געשריבן:יעצט געהערט קרעמער,

איך בין ממש נעמד דום, נאך בלויז 4-5 שיעורים בהלכות כינור קענסטו שוין שפילן א ניגון, !!!

חזק ואמץ העם איתך
מחזיקים לך אצבעות !!

וואס 4-5? איך מיין אז עס האלט שוין מער ווי 4+5.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 28, 2007 5:10 pm

איך האלט שוין נאך 12 שיעורים.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג ינואר 28, 2007 5:26 pm

נו אפשר קענט איר אינז א ביסעך מהנה זיין מיט דיינע קענטעניסטען, און אריבערקימען איןדיפארום און אינז אויסלערנען די שפראך פון נאטען, איך ברויך וויכטיג א חזרה, איך שוין רוב שפראך פארגעסען, נאך אזויפיל יאר נישט ליינען קיין נאטען,

איך ווייס נישט, אפשר וועט דיין טיטשער מארגען ארויסקימען, מיט א איסור, אז ע"פ סברה טארסטי קיינעם נישט לערנען קיין נאטען, ווייל ער האט אריינגעלייגט אזויפיל שעות און געלט, זיך צי לערנען צי זיין א טיטשער, און זיין ערשטער פרנסה איז געווען א דארעכפאל, ועוד ועוד
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 28, 2007 8:16 pm

קנאי;

דיין ערשטע פאראגראף האב איך זייער פיין פארשטאנען, און איך בין גערן גרייט איבערצוגיין מיט אייך די כללים פון "נאטן", הגם נישט אינעם שפראך פורום, נאר טאקע דא אין היכל הנגינה.

דיין צווייטע פאראגראף, דערמאן מיר איבערצוליינען פורים נאכן האלאפצע, אפשר ווען איך וועל זיין אינעם זעלבן מצב ווי דעם שרייבער, וועל איך זוכה זיין צו פארשטיין זיינע רייד.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 30, 2007 2:58 pm

קרעמער, כאב דיר שוין געזאגט פון בראזיל פערזענליך אז כ'בין מורא'דיג צונומען געווארן פונעם פידל געזאנג, כאב א מורא'דיגע שוואכקייט צו א פידל, און אויך צו א קלירנט, סאו זאגסט גוט די קנייטשעלעך. אהה מחי', כמים קרים על נפש חמה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 30, 2007 7:50 pm

יישר.

איך האב שוין געהאט די זכיה מחי' צו זיין א צובראכענעם איד די וואך מיטן פידל (אויסער סאכדעס..)

zamel
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 21, 2007 11:30 am
לאקאציע: אינעם בלעקבערי

תגובהדורך zamel » דינסטאג דעצמבער 18, 2007 7:38 pm

אוי ווי שיין וואלט ווען געווען צו קענען הלוואי פאר מיר געווינטשען צו קענען

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 8:20 pm

הרב קרעמער אפשר קענט איר ארויפלייגן פרישע סחורה להחיות בהם נפש כל חי ???
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 10:02 pm

להחיות בהם נפש כל חי?

דערמאנסט מיר א טייטש: בורא נפשות רבות [השי"ת באשאפט אסאך מענטשן] וחסרונן [פארוואס זענען אבער דא אזעלכע וואס עס פעלט זיי נעבעך...] להחיות בהם נפש כל חי [... מען איז זיך מחיה מיט זיי]

מיט מיין פידל'ס געזאנג קען מען זיך נאר מחיה זיין אויף דעם אויבנדערמאנטן אופן...

ערנסט גערעדט, עס קומט מיר כמעט נישט אויס צו נוצן דעם אינסטרומענט. חנוכה אביסל, סוכות אביסל, און אין די זומער וואכן אסאך.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:16 am

דעם טייטש זאגט מען נאך דאכט זיך פון ייטב לב.

ס'איז שוין פארלאפן אפאר יאר פון די שיעורים. האסט עס למעשה אפגעלאזט?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » פרייטאג דעצמבער 24, 2010 12:26 am

צייטליך האט געשריבן:קרעמער,
כ'האבעס יעצט גענדיגט אויסהערן, כ'זאג דיר קרעמער, ביסט אויף די גוטע רעלסן, כעניינע הארא,

וויפיל איך ווייס, איז א פידעל די שווערסטע אינסטרעמינט וואס אינזערע היימישע אידן שפילן, כ'מיין צו זאגן, צווישן א קיבאורד, גיטאר, סעקסיפאון, טראמפעט און אפילו טראמבאון, איז דאס די שווערסע,
און ב"ה אויף אונזער קרעמער קאן מען זאגען, "ער קען שפילן מיט א פידל !!"

חזק ואמץ !


א פידל איז שווערער ווי טראמבאון ? וואטס די מעטטער וויט יו צייטליך ?


----
זכיתי איין מאל צו הערן דעם מייסד שפילן, ביי א באזוך ביי איינעם, וואס דער אינציאטאר דערפון, איז נישט ניחא אז מען באשרייבט עס צופיל...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט