קול מבשר- שירה וזמרה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

קול מבשר- שירה וזמרה

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 24, 2007 1:56 pm

די גרעסטע חרד'ישע נייעס אגענטור "קול מבשר" (נישט פארמישן מיט ק.נ.א.) האט לעצטענס ציגעלייגט עטליכע אפציעס צו זייער ברייטפארצווייגטן סיסטעם, צווישן אנדערע האבן זיי ציגעשטעלט ביי אפציע נומער 8, וואס איז געווען ביז היינט נאר פאר "פריוויואס" פון נייע ארויסקומענדע טעיפ'ס, א ניי אפציע נומער 2 וואס ווערט גערופן "שירה וזמרה אפטיילונג",

ס'איז א גרויסע דורכברוך אונעם עולם הנגינה, מענטשן ווי אימער זיי זענען, האבן זיי די ברירה אנציריפן קול מבשר, אויסהערן די אינטערעסענטע-יומעריסטישע עדווערטייזמענט, און נאכדעם הערן שעות אריכות פון נגינה, פון אלע ערליי טעיפ'ס, זיי האבן דארט אריינגעלייגט טעיפ'ס פון, מרדכי בן דוד, אברהם פריעד, ירמי' דאמן, אייזיק האניג, מיכאל שניצלער, דוב האפפמאן, שלמי דאסקאל, משה גאלדמאן, מתיקות, לייביש לאנגער, און נאך צענדליגע אן א שיעור,

וואס כ'וויל וויסן איז, די סיסטעם וויאזוי ס'ארבייט, יעדעס מאל כ'דרוק א קנעפל, הייבט זיך אן א פרישע ניגון, אבער אן קיין שום סדר, כ'קען דרוקן פון 1 ביז 9 און 0 אויך, און יעדעס מאל וועט עס אנפאנגען א אנדערען ניגון פון א צווייטען טעיפ, און ווען מ'לאזט עס לויפן פון איינס צום צווייטען, גייט עס אויך אן סדר, אביסל האט יא אויסגעקוקט אז יעדעס קנעפל האט זיך זיינע פאר ניגונים, אבער ס'איז נישט אייביג אזוי,

עכ"פ יעדער קען דא זאגן זיינע הערות וויאזוי ס'ארבייט, צו ס'איז א גוטע זאך, וויאזוי די דיסטריביטער'ס לאזן דאס צו, אא"וו.

פאר מער אינפארמאציע ביטע רופט:
212-444-1100 דאן דריקט קנעפל נומער 8, דאן קנעפל נומער 2,

אינדזשוי איט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך ינואר 24, 2007 2:00 pm

אויב זאגט ער פון וועלכע טעיפ ס'קומט, פארשטיי איך וויאזוי די דיסטריביוטערס לאזן עס צו. ס'וועט זיי ברענגען קליענטן, אזוי ווי די וועבסייטס וואס האבן אידישע סטרימינג מוזיק, צ.ב.ש. מאסטלי-מוזיק.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 24, 2007 2:02 pm

ער זאגט נישט גאנישט, מ'הערט פשוט ניגונים, איינס נאכן צווייטען,
כ'קען פארשטיין פארוואס זיי זאלן לאזן, ווייל ס'איז אלעס אלטע טעיפ'ס, ס'וועט שוין נישט שאטן פאר די דיסטריבעטיושן,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 947
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך ינואר 24, 2007 3:17 pm

רעדענדיג פון קול מבשר:
ס'האט מיר געזאגט א חשובער איד א מרביץ תורה, אז די וואך מוצש"ק האט ער זייער נישט גיט געפילט ער האט זיך געוואלגערט אין בעט, האט ער צום ערשטען מאל געקאלט "קול מבשר" און ער האט שטארק הנאה געהאט פינעם גאנצען סיסטעם. זאל ער האבען גרויס הצלחה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך ינואר 24, 2007 4:08 pm

ער האט כמעט נאר אלטע נגינים
נאטורליך : עס איז דא חשובער מרביץ תורה וואס הערן עס אפילו זיי פילן יא גיט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך ינואר 24, 2007 4:26 pm

צייטליך;

יישר כח פארן שיינעם אנאליז. הגם איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט אין אנהויב אז מען מוז אויסהערן אן אדווערטייזמענט, לא דובים ולא יער, מען קען גלייך דרוקן 8 און נאכהער 2 און די נאכאנאנדיגע מוזיק הייבט אן שפילן.

איך האב דאס לעצנטס אנגעהויבן אנצינדן פאר מיינע ילדים שיחיו, זיי זענען זיך זייער מחיה, בפרט מיט די מעשה'לעך וואס פאלן אריין אינדערמיט.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך ינואר 24, 2007 5:04 pm

וואס איז זייערע לאקאלע נומערן אין אפסטעיט??

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך ינואר 24, 2007 5:19 pm

קרעמער,
כ'האב געמיינט צו זאגן אז מ'וויל, קען מען אויסהערן, מ'מוז נישט,
פאר די וואס האבן עס ליעב, קענען עס הערן "ערגעץ און א ווינקל אין בארא פארק ליגט פאר אייך אוועקגעלייגט א סכום געלט, ווי, וואס, ווען, דרוק נומער 7,"
אא"וו,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך ינואר 24, 2007 5:28 pm

צייטליך, זאג נישט פונקטליך וויפיל געלט דארט ליגט, ווייל אז יא וועסטו ספוילן די גאנצע זאך...
An article a day keeps the babies away

בראנפן
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2007 7:41 pm

תגובהדורך בראנפן » מיטוואך מארטש 12, 2008 3:48 pm

יאנאש האט געשריבן:וואס איז זייערע לאקאלע נומערן אין אפסטעיט??

845-738-1100 :roll:

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 24, 2008 11:55 pm

די מעשה'לאך פון ר' לייביש לאנגער זענען א פארוויקלטע פרשה פאר זיך, ווייל ער לאזט דאך נישט הערן קיין גאנצע מעשיות, נאר קליינע חלקים, בערך אזוי לאנג ווי א קורצע ניגון. אין ס'רייצט נאר אן דעם צוהערער.

ער זאגט ניטאמאל אויס וועלעכע מעשה ס'איז, אז כ'זאל וויסן וועלעכע טעיפ צו קויפן אפצושטילן מיין נייגער.


וואס ס'איז יא אינטערעסאנט, אז פאר א מיסטעק פאלט נישט דארט אריין קיין חזנות.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

פנים חדשות
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2009 10:14 am

תגובהדורך פנים חדשות » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:28 pm

יא, דאס איז א גוטע זאך, כ'נוצעס כסדר.

ס'מאכצעך אסאך מאל ביי מיר, אז ס'זאל איבערגיין די זעלבע פאר ניגונים עטליכע מאל.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 3:57 pm

פונקטלעך וויאזוי ס'ארבייט ווייס איך נישט, אבער צוויי זאכן קען איך דיר פארענטפערן:
1) אז ס'זאל גיין אין א צומישטע סדר, קענסטו אויך איינשטעלן כמעט ביי יעדע סי.די. פלעיער אזוי אויך ביי ווינדאו מידיא פלעיער (מן הסתם ביי אנדערע פראגרעמ'ס אויך). ממילא זינגט עס אמאל פון די טעיפ אמאל פון יענע, בלי שום סדר ע"פ דרך הנגלה.
2) יעדעס מאל די דריקסט א קנעפעל, סיי וועלכע, גייט עס צום קומענדיגן ניגון. (אהן קיין סדר, כנ"ל).
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בשבילי נברא, נאר מיט שמחה און 14 געסט