יאסי גרין נייע אלבום - ניגוני ר' בעריש ווישאווער הי"ד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואו איז צייטליך ווען מ'דארף עם? ער'ט אלעמאל פארפירן אז מ'דארף נעמען רובי באנעט, און יעצט העטער נישט זיין צום האבן...

די וואך פרייטאג איז באשטומט געווארן דער אפעציעלער ריליס טאג פאר די נייע סידי "א שבת מיט זיידי בעריש - לא תבושי".

איך גלייב אז די וואס האבן שוין געהערט די ערשטע צוויי דארף מען שוין גארנישט מער שרייבן, זיי ווילן שוין נאר זעהן א אימעיל אדרעסס צו ארדערן אדער א סטאר ווי מ'קענעס קויפן. אבער פאר די וואס ווייסן נאכנישט, העלעך אביסל מאריך זיין.

ווי שוין באריכטעט דא אין דעם אשכול האט דער גרעסטער יודישער קאמפאוזער "יאסי גרין" זיך אונטערגענומען א פראיעקט ארויסצוגיבן לאור עולם ניגונים פון הקדוש ר' בעריש ווישעווער ז"ל, סיי די וואס זענען באקאנט, אבער געווענליך ווערן זיי נישט גוט געזינגען, און סיי אומבאקאנטע. די ערשטע ניגון איז געווען די באקאנטע ברוך ד' יום יום, (סאטמאר) די צווייטע איז געווען מה ידודית. (וויזניץ) פאר מער ליינט דעם אויבערשטן לינק.

אצינד האט יאסי געמאלדן אז אויך אויפן דריטן ניגון אין די סעריע "א שבת מיט זיידי בעריש" האט מען שוין ב"ה געענדיגט די ארבייט, און ס'וועט זיין צו באקומען נאך דעם פרייטאג.

די ניגון איז א וויזניצע "לא תבושי", א ניגון וואס ר' בעריש ז"ל געמאכט פארן אהבת ישראל זצ"ל, און ווי יאסי דערציילט איז ער נאכגעגאנגן דעם ניגון ביז צום מקור, און ער איז אנגעקומען צו הרה"ח ר' קלמן שטעקל הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ, וואס ר' קלמן איז געווען דערביי ווען ר' בעריש האט געזינגען דעם ניגון פארן אהבת ישראל.

יאסי זאגט אז די ניגון איז א הערליכע לעבעדיגע חסידישע ניגון, און ער גלייבט אז ווען די ניגון וועט ארויסקומען לאור עולם אזויווי ס'דארף צו זיין וועט די ניגון ווערן א "דיפאלט" ניגון. מ'וועט דאס זינגען אין אלע בתי מדרשים, "ס'וועט ווערן די אונגארישע ווערסיע פון לא תבושי!" אזוי ווי די ניגון וואס ר' יעקב תלמוד האט געמאכט פאר גור, (געזינגען ביי ר' דוד ווערידגער) און דאס ווערט היינט געזינגען און זייער אסאך בתי מדרשים. (די ניגון איז נאר א חלק פון א גרעסערן ניגון וואס ר' בעריש האט געשריבן אויף גאנץ לכה דודי)

דאס מאל האט יאסי גענומען דעם באקאנטן ארעינדזשער "רובי באנעט" ער זאל מאכן די מוזיק אויף דעם ניגון. (איך וועל לאזן צייטליך אינטרעדוסן רובי, פאר די וואס ווילן נאך א אינטרעדאקשן)

די קווייער איז די באקאנטע "ווישעבע קווייער", און אלס גאסט זינגער האט יאסי גענומען די "בערישע-שירה קווייער". (אזוי האמער א בערישע און א ווישעבע קווייער)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אה! וויכי יעצט רעדסטו ווערטער!

די ווישיווע קווייער איז שוין באקאנט אז דאס איז יוסי גרין זעלבסט.. (ששש..) און יעצט נעמט ער נאך צו די "שירה" קווייער אלץ גאסט זינגער'ס. דאס מיינט אז ער האט נישט קיין סאולאו זינגער דא? (איך גיי נישט רעדן פון רובי..)

וואו גייט דאס זיין צו באקומען? איך דענק אז ער געט דאס נישט געהעריג ארויס אין די געשעפטן. (אפשר די לעצטע איז יא געווען צובאקומען ביי איין געשעפט אין ווילי - לי עוו. פאוטאו) אזוי אויך קען מען עס נישט עמטליך דאונלאודן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
פיניע חזן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 19, 2010 8:55 am

א אלטע ניגון פון ר' בעריש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיניע חזן »

באנייט מיט יוסי'ס פראדזשעקט

http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=3 ... =8&scat=51
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

צייטליך האט געשריבן:.....
לאמיך אייך נישט אויפהאלטן. יוסי גרין האט זיך שוין אריבער א יאר צוריק אריינגעלייגט אין א פראדזשעקט ווי ער האט א תשוקה ארויסצוגעבן אלטע ניגונים פון ר' בעריש ווישאווער אויפן היינטיגען פארמאט. לויט זיין שטייגער.
.....
אלזא, יוסי האט זיך אריינגעלייגט שטארק דעראין און קלויבט ניגונים נאר נאכ'ן מאכן קלאר אז דאס איז טאקע זיינס א ניגון, און דערנאך הערט ער אויס אלע ווערסיעס פונעם ניגון ביז ער קומט צו צי די ארגינעלער ווערסיע. בקיצור, ס'איז א גרויסער ארבייט.
.....
וויבאלד עס זענען דא עטליכע ווערסיע'ס וויזאוי מענטשן זעצן די ווערטער אויף די ניגון, איז יוסי דערפאר געזיצן מיט עטליכע אידן און דאס דורכגעארבייט און לויט דעם ארויסגעקומען מיטן א פיינעל ווערסיע.
...


איך האב לעצטענס געהערט דעם ברוך ד' יום יום פון יוסי, איך וואלט זייער באשטאנען אויב איינער קען מיר אביסל אויסקלארן, כדלהלן:

ערשטענס, וואס מיינט אויפן היינטיגן פארמאט, די ארגינעלע ווערסיע פונעם ניגון נאר מיט היינטיגע מוזיק, שיינע קווייער וכדו', אדער פשוט בעסער אראפזונגען אויף די וועג וויאזוי רוב מענטשן זינגען דאס???

צווייטענס, האב איך ביי מיר א טעיפ פון הרה"ח ר' משה קליין ע"ה שו"ב (שווער פון הגה"צ מ'אראד זצ"ל) אין וועלכע ער זינגט אריין דעם ניגון, ער זאגט דארט אז ער פלעגט דאס זינגען נאך אינדערהיים ביים טיש פון הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל אויף כל מקדש וכדו', און ער זינגט דאס מער ווי אביסל אנדערש ווי יוסי לייגט דאס אראפ.
סיי אנדערע תנועות און סיי די סדר פון די פעלער, כידוע ליודעים אז - אנדערש ווי רוב היינטיגע ניגונים וועלכע קומען אין 3 פעלער און ווערן עפ"י רוב געזונגען כסדר הזה: ערשטע פאל, צווייטע פאל, דריטע פאל און נאכאמאל צווייטער פאל (1, 2, 3, 2) זענען רוב אלטע ניגונים - ובכללם דעם ברוך ד' יום יום פון ר' בעריש ז"ל - געקומען אין 4 פעלער על הסדר של 1, 2, 3, 4, 3, (דוק ותשכח ותמצא הרבה כזה), און אזוי זינגט דאס דער אויבערדערמאנטער ר' משה קליין ועוד הרבה, אנדערש ווי רוב וואס זינגען דאס היינט -און אזוי אויך יוסי גרין אינעם נייעם סידי - על הסדר של: 1, 2, 4, 3.

אשר ע"כ, וואלט מיר געווען זייער אינטערעסאנט צו וויסן ביי וועם ער האט מברר געווען דעם ארגינעלע ווערסיע פונעם ניגון (וואס גראדע עכ"פ לפי מהלכו איז עס הערליך אראפגעזינגן און געוואלדיג גוט געזעצט די ווערטער). איז ווער ס'ווייסט ביטע אל תמנע טוב ולמצוה יחשב.
לעצט פארראכטן דורך AllAboutAccess אום פרייטאג מארטש 23, 2012 5:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

"היינטיגען פארמאט" האב איך טאקע געמיינט צו זאגן מיט שיינע מוזיק און קווייער.

איבער די ווערסיע פון די ניגון איז דאס וויאזוי איך האב געשריבן. ער איז געזיצן מיט עטליכע אידן דערוועגן, יעדער זעצט עס אנדערש, ר' בעריש האט דאך נישט ארויפגעלייגט די ווערטער, און דערפאר האט ער אויסגעוועלט דאס בעסטע וועג, ווי די שרייבסט "וואס גראדע עכ"פ לפי מהלכו איז עס הערליך אראפגעזינגן און געוואלדיג גוט געזעצט די ווערטער".

אויב ווילסטו דוקא וויסן נעמען וועל איך פראבירן צו פרעגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

יישר כח צייטליך.
יא איך וואלט שטארק באשטאנען פון וואו זיין מקור איז, נישט אז איך בין מחולק, נאר ווי געזאגט האב איך געהערט פון כמה מקורות מוסמכים אנדערש.

ווען איך זאג אנדערש האב איך נישט געמיינט די ווערטער, נאר געוויסע תנועות וואס ר' משה קליין און נאך פלעגן זינגען, ווי אויך די סדר פון די פעלער ווי אויבן דערמאנט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אויף וויפיל איך ווייס האט יאסי געהאט פאר זיך אסאך וועריסיעס וויזוי צו זעצן די ווערטער, און ער האט פראבירט וועכע ס'וועט שטומען די בעסטע סיי מיט די טייטש און סיי מיט די ניגון.

די נעקסטע פראדזשעקט גייט זיין שלום עליכם, יאסי האט מיך היינט געבעטן אז איך זאל בעטן ר' יודל ווערצבערגער ער זאל עם אריינזינגען די שלום עליכם און די היום תאמצינו. יאסי האט מיר געזאגט אז ער וויל האבן אפאר ווערסיעס פון מענטשן וואס קענען די זאכן.

די יעצטיגע לא תבושי האט ער באקומען פון ר' קלמן שטעקל וואס וואס האט געהערט דעם ניגון פון ר' בעריש ווישעווער אליינס!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויף וויפיל איך ווייס האט יאסי געהאט פאר זיך אסאך וועריסיעס וויזוי צו זעצן די ווערטער, און ער האט פראבירט וועכע ס'וועט שטומען די בעסטע סיי מיט די טייטש און סיי מיט די ניגון.

ווי ס'זעהט מיר אויס וויכי האסטו נישט פארשטאנען וואס כ'מיין.

היות די ניגון האט ר' בעריש נישט געמאכט אויף ברוך ד' יום יום, האב איך בכלל נישט קיין פראבלעם מיט'ן זעצן די ווערטער (וואס גראדע זעצט ער עס זייער פיין), וואס איך בין דן דא איז אויפן עצם ניגון, וואס לויט ווי איך האב עס געהערט פון כמה מקורות מוסמכים, לאזט ער אויס א געוויסע תנועה, און ער ווי אויך פונעם צווייטן פאל גייט ער גלייך צום פערטן און הערשט דערנאך צירוק צום דריטן. ממילא וויל איך וויסן וואס ער רופט אן 'ארגינעלע ווערסיע'.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך פארשטיי וואס דו זאגסט, למעשה איז די ווערסיע וואס ער זינגט אזוי ווי איך האב עס געקענט פארדעם, אזוי אויך האב איך נאכנישט געהערט פון קיינעם אנדערש! אדרבה, אפשר לייגסטו ארויף דעם ניגון מיט די תנועה וואס ער פארפעהלט?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

AllAboutAccess האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן: אנדערש ווי רוב היינטיגע ניגונים וועלכע קומען אין 3 פעלער און ווערן עפ"י רוב געזונגען כסדר הזה: ערשטע פאל, צווייטע פאל, דריטע פאל און נאכאמאל צווייטער פאל (1, 2, 3, 2)

פונקט היינט געהערט פן א בעל מנגן א מחבר ניגונים אז דאס איז כנגד שם הויה.
מי_כעמך
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 03, 2011 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי_כעמך »

יא . כהאב דאס שוין לאנג געהערט.

והא ראיה , ווייל די גויים האבן נישט אזא מהלך אין נגינה.

אבער כדאי להסביר - די ערשטע פאל איז די יוד , א קליינטשיק אות . די צווייטע פאל איז א ״ה״ גרעסער ווי די יודעללע. די דריטע פאל אידאס היוכע דהיינו א ״וואו״. פערטע פאל איז צוריק אזויווי די צווייטע א ״ה״.
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך פארשטיי וואס דו זאגסט, למעשה איז די ווערסיע וואס ער זינגט אזוי ווי איך האב עס געקענט פארדעם, אזוי אויך האב איך נאכנישט געהערט פון קיינעם אנדערש! אדרבה, אפשר לייגסטו ארויף דעם ניגון מיט די תנועה וואס ער פארפעהלט?

היות איך האב עס נאר אויף טעיפ, קען נעמען אביסל ביז איך וועל עס קאנווערטן צו דיזשיטעל פארמאט צו קענען אפלאודען.

דערווייל, אויב קענסטו מברר זיין ביי יוסי'ן ביי וועם -אויב בכלל- ער האט מברר געווען זיין 'ווערסיע פונעם ניגון' (נישט די זעצן די ווערטער) למצוה יחשב.
יישר כח.
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

מי_כעמך האט געשריבן:יא . כהאב דאס שוין לאנג געהערט.
והא ראיה , ווייל די גויים האבן נישט אזא מהלך אין נגינה.
אבער כדאי להסביר - די ערשטע פאל איז די יוד , א קליינטשיק אות . די צווייטע פאל איז א ״ה״ גרעסער ווי די יודעללע. די דריטע פאל אידאס היוכע דהיינו א ״וואו״. פערטע פאל איז צוריק אזויווי די צווייטע א ״ה״.

גראדע נישט געהערט דערפון ביז היינט, זייער אינטערעסאנט.
געהערט אמאל פון איינעם אז ער האט געקענט עלטערע בעלי תפילות וועלכע האבן מקפיד געווען נישט איבערצוזינגען איין פאל צוויי מאל, נאר גלייך גיין צום נעקסטן פאל, ואולי משום האי טעמא.
יישר כח הרב שרייבער און מי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

און ער בלייבט נישט שטיין! מ'האלט שוין ביים נעקסטן חלק!

היינט איז אנגעקומען די בשורה טובה אז אי"ה קומענדיגע וואך ביי די גרויסע "גרינע" חתונה גייט מען אי"ה ריליסן דעם נעקסן סינגל אין די סעריע פון "שבת מיט זיידי בעריש", דאס מאל די "סאטמארע שלום עליכם". איך גלייב אז ווער ס'קען דעם ניגון דארף מען נישט מסביר זיין די שיינקייט און ווארעמקייט פון דעם ניגון, און ווער ס'האט געהערט דעם ברוך ה' יום יום, האט געהערט וויזוי יאסי לייגט אראפ א "סאטמארע - ווישעווע" ניגון, סאו ס'פעהלט נישט אויס קיין אינטרעדאקשן פארדעם. וויפיל ס'האבן שוין געהערט די ערשטע דריי "סינגלס" הערן נישט אויף צו פרעגן "נו, ווען קומט די נעקסטע?"... ס'איז עפעס אן אדיקטיוו סידי!

אצינד הערט מען אז די סידי איז שוין לגמרי פארטיג, און וועט אפעציעל ווערן ריליס'ד ביי די גרויס חתונה נעקסטע וואך אי"ה, און וועט זיין צו באקומען אין וויליאמסבורג ביי לי עוו פאוטא.

א_וואו אלעמאל איז דא א ספעציעלע גאסט סאלאו, דאס מאל האט יאסי גענומען נישט קיין צווייטן ווי "אייזיק האניג"... דאכצעך אז קאמענטארן איבער אייזיק זענען גענצליך איבעריג!!!

די מוזיק איז געמאכט געווארן ביי "ריגלער", איך האב נאכנישט געהערט די מוזיק, אבער איינער וואס האט דאס יא געהערט זאגט מיר אז די מוזיק איז אויסגעקומען געוואלדיג, בעיקר די ווארעמקייט! ער טענהט אז ריגלער איז נאך היבש ניי אין די מארקעט, און ער האט נישט עקספעקטעד אזא ווארעמקייט פון א היבש נייע ארעינדזשער, אבר נאך אלעס איזעס אויסגעקומען זייער שיין!

טאטי, ווען גייט שוין זיין דינסטאג?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת זקנים »

וויכי, ש'כוח פאר די אפדעיט, דאפעלט איז שטערקער...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ריזיג!!!
יאך וואלט נישט געקענט חלומ׳ן פון א בעסערע צוזאמשטעל ווי:
יוסי-ווישיווער, אייזיק ״האניג״. מיט ריגלער... וואו ווי....

ווער עס נישט ווייסט, ריגלער איז א ״שרול לאאם״ מיט שעפעריש ער פרישקייט, (עיין ערך ״מלכה׳לע -גערטנער)
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח וויכי פאר די באריכט(ן)
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

אטעטשמענטס
Zeidy-Berish-4-500x666.jpg
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

פרק נוסף ב'שירי ר' בעריש ווישעווער' נחשף בחתונת בנו של יוסי גרין • המשתתפים קיבלו מזכרת בדמות 'שלום עליכם,' שהעניק ר' בעריש הורוביץ לבעל ה'דברי יואל' מסאטמר


www.bhol.co.il/Article.aspx?id=42264
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

Yossi Green announced:


A Gitten Zimmer! Quick Update on upcoming projects IY"H: 1) AVREMI ROTH, 2) TZUDYK II, 3) SHLOMO
COHEN, 4) GERTNER IV, 5) ZALI GOLD, 6) Breederlach, 7) Shades of Green IV - Shragee.


Upcoming Songs on other Projects: 1) Benny Friedman, 2) Kinderlach, 3) Itzik Dadya, 4) Michool, 5) Shimmy Engel, 6) MBD!


Upcoming Vistory Project Update: ZEIDI BERISH 5 & 6 - Azamer & Asader in the Music Recording Stage!
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

to much for one day!!!!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

1x1 האט געשריבן:
Upcoming Vistory Project Update: ZEIDI BERISH 5 & 6 - Azamer & Asader in the Music Recording Stage!

היינט פערטיג געווארן און ס'גייט צום קאפיען.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

ב"ה פרייליכע נייעס
איר קלערט ס'קומט נאך א מה ידידות? הלואי... דאס איז עפעס סאמטינג עלס
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

די יעצטיגע זענען שנעלע ניגונים.
Forkosh
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 22, 2012 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Forkosh »

ווי קען מען הערן די מה ידידות?
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”