אלטע אידישע לידער געזינגען דורך בארימטע חזנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

אלטע אידישע לידער געזינגען דורך בארימטע חזנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

אזוי ווי איך גלייך שטארק חזנות, און אויך אלטע היסטארישע אידישע ניגונים
און במשך די יארן האב איך מיר אנגעקליבן א גרויסן אוצר פון איבער הונדערט ניגונים
עפן איך דא א געהענגל אראפצוברענגען א חלק פון מיין קאלעקשאן
איך וועל אנהייבן מיט ניגונים וואס "חזנים זינגען וועגן חזנים"
ס'איז דא איין באוואוסטער ניגון גערופן
"חזנים אויף פראבע"
ס'איז לכאורה געמאכט דא אין אמעריקע ווייל ס'האט ענגלישע ווערטער
דער פריערדיגסטער חזן פון וועם איך האב עס, איז דער באוואוסטער חזן "מרדכי הערשמאן"
כ'בין שוין מיד דעריבער וועל איך בל"נ ממשיך זיין אי"ה א צווייט מאל בעז"ה
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום פרייטאג יוני 25, 2010 10:30 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

שלום עליכם טאבאקא, פילט אייך היימיש,
מיר ווארטן....
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

עליכם השלום
איך בין גראדע געענגט אין צייט, אבער אז אידן ווארטן ווי קען איך צעגערן...

אין די יארן פאר די ערשטע וועלט קריג האט אמעריקע געשפרודלט מיט חזנים וואס זענען געקומען פון אייראפע זוכן גליקן אין די "גאלדענע מדינה", ר' בערל שווארץ שרייבט דערוועגן אין "זמירות ישראל" (כ'וועל עס בל"נ ציטירן ביי א געלעגנהייט)
דער דאזיגער ליד לייגט אראפ מיט א לייכטן הומאר ווי אזוי ס'האט אמאל אויסגעזעהן פאר ימים נוראים
וויבאלד אמאל איז נישט געווען אזויפיל זאכן מיט וואס צו פארברענגען און זיך אונטערצוהאלטן, איז חזנות געווען פאר ערליכע אידן די איינציגסטע כשר'ע אונטערהאלטונג א גאנץ יאר, און פארשטייט זיך פילפאכיג מער פאר די הייליגע טעג וואס באשטייט הויפט זעכליך פון תפילה, און אפי' די אידן וואס פלעגן ליידער נישט גיין אין שול א גאנץ יאר פלעגן אבער דעמאלט יא קומען
איך גיי עס דא אפשרייבן אזוי ווי דער בארימטער חזן "מרדכי הערשמאן" זינגט עס, (פון די סי די "מרדכי הרשמאן - שירי עם ביידיש" ארויסגעגעבן דורך "ישראל מיוזיק", די לעצטע טרעק נומ. 16) וואס אין חזנות איז ער געווען איינס נאך יאסעלע אין זיינער צייט, אבער ווער עס האט שוין אמאל געהערט פון אים זינגען א אידישע ליד ווייסט אז ס'איז ממש אויסצוגיין מיט וואספארא געוואלדיגע מתיקות און געשמאק ער לייגט עס אראפ מיט זיין מעכטיגע זיסע שטימע

ווען די ימים נוראים זענען ניט ווייט, ווערט א יריד אויף חזנים
מען לעזט די אנאנסן די גאנצע צייט, פון פאראיינען און פון שולן און מנינים

א חזן פארלאנגט וואס זאל האבן א קול
א בעל מוסף צום דאווענען גאר אין א האל
אויך אין טיאטער פאר פופציג סענט טאל (ס'שטימט נישט מיטן גראם, משה שטערן זינגט "קאפ" און דודו זינגט "טאפ")
מען דאוונט די ימים טובים אפי' אין א שאפ

מען נעמט דאן חזנים אויף א פאהער
זיי רייסן די העלזער צו געפעלן וואס מער
עס קומען בע"ת אויך קאנטאר'ס פון וויען
אפי' דזשעז זינגערס זינגען לקל עורך דין...

אט קומט אָן אַן אלטיטשקער בע"ת, צו האלטן פראבע פאר קהל
און צולאזט זיך מיט כוונה, פונקט ווי אין דער אלטער היים אמאל
שמע קולינו וכו' אל תשליכנו וכו'

ביז אהער זינגט ער, אבער אלע אנדערע חזנים וואס זינגען עס נאך, אנגעהויבן פונעם חזן "לייבעלע וואלדמאן" וואס זינגט עס אויף א פילם ווי מען שפילט אויף די פראבע (כ'האב עס אמאל געזעהן אויף יוטאב, זייער זיס) און דערנאך די היינטיגע ווי "משה שטערן שליט"א", "דודו פישער" אויפן סי די "דאס געזאנג פון מיין הארץ" די לעצטע טרעק (ווי אויך האב איך געזעהן ווי ער זינגט דאס אויף ענגליש ביי די "אוהל" און "העסק" קאנצערטן) און ווי אויך "חיים אדלר" צוזאמען מיט די חזנים "נפתלי הרשטיק" און "אשר היינוביץ" (אויף די טעיפ " 3 חזנים בשירי אידיש" [פון א קאנצערט אין ירושלים (אנגעפירט דורך "מוטי פר"מ"), ארויסגעגעבן דורך "ישראל מיוזיק"], ערשטע טעיפ צווייטע זייט די לעצטע ניגון) לייגן צו דעם פאלגענדן שטיקל, וואס מאכט חוזק פון די היינטיגע מענטשן וואס זיי פארשטייען נישט צו קיין חזנות
איך שרייב איך עס דא נאך ווי אזוי "משה שטערן" (היינט צו טאגס דער לעצטער איבערגעבליבענער פון די אלטע גווארדיע חזנים) זינגט עס פונעם סי די "טוב להודות לה', החזן משה שטרן בימת הקונצרטים" די לעצטע טרעק, ביי דעם ניגון שטייט "ש. סעקונדה-משה שטרן"
ממילא קען זיין בדרך אפשר, אז דאס מיינט אז שלום סעקונדע האט געמאכט דעם ליד, און משה שטערן האט צוגעלייגט די לעצטע שטיקל

די מעמבערס אלע אינגעלייט שושקען זיך גאנץ שטיל
און דער טשערמאן שרייט באלד אויס עס איז נישט וואס דער פאבליק וויל

דאן שטייט אויף א קאנטאר פון וויען קלאפט אן די קאמער טאן (ווארשיינליך א "שטים גאפל")
און פון א קליין דייטש סידור'ל זינגען הייבט ער אן
ה' ה' קל רחום וחנון וכו'

די מעמבערס אלע אינגעלייט שושקען זיך גאנץ שטיל
און דער טשערמאן שרייט באלד אויס עס איז נישט וואס דער פאבליק וויל, נעקסט

עס טאנצט באלד אונטער א אינגערמאן פון אן אנדער קלאס
ער קוקט אויס אוי פונקט ווי א גוי
און ער דאוונט אזוי
ישמח משה משה במתנת במתנת חלקו ישמח משה משה ישמח יאם דודו דאדודו...

און דער וואזשנער טשערמאן שרייט אויס ווי אן ערמאן
דאס איז וואס דער פאבליק וויל...

און אחרון אחרון... האב איך געזעהן ווי ליפא שמעלצער זינגט עס נאך ביי א שבע ברכות אויף א שיף, דערנאך וואס פינקי לייגט אראפ "אחינו כל בית ישראל" פון יאסעלע -וואס אגב לייגט ער דאס גאנץ גוט אראפ, אויסער די הויכע פאל פון המקום ירחם" וואס גרעסערע פון אים קענען אויך נישט- אבער כדרכו פארדרייט ער עס אינגאנצן, (הה"ד דזשעז זינגערס זינגען...)
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום דאנערשטאג יוני 24, 2010 1:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

מיטן עסן קומט דער אפעטיט...

וועלן מיר ממשיך זיין ווייטער מיטן ליד
"דער אלטער חזן"
געזינגען דורך דעם בארימטן חזן "משה קאסעוויצקי" פונעם טעיפ "לידער קראנץ" יידישע לידער אין די אויספירונג פון חזן משה קוסעויצקי"
(ארויסגעגעבן דורך: "ישראל מיוזיק" ניגון נומ. 6 "דער אלטער חזן" לחן :יהושע וויסר)
ווי אויך דורך דעם חזן "שלום כ"ץ" פונעם טעיפ "שלום כ"ץ \ פרקי חזנות נבחרים" (ארויסגעגעבן דורך: "ישראל מיוזיק" ניגון נומ. 2)
און פון די לעבעדיגע: "נפתלי הערשטיק", אויפן אויבדערמאנטן טעיפ "3 חזנים בשירי אידיש"

דער דאזיגער שטייטער ליד לייגט זייער שיין אראפ די געפילן פון א אלטער חזן פאר די ימים נוראים וואס די שטימע איז שוין נישט אזוי איי איי איי... דעריבער ווילען אים שוין מער נישט די גבאים, אבער פרנסה דארף ער דאך נאך אלץ האבן, און ווען ער דערמאנט זיך ווי ער פלעגט אמאל זינגען, באקומט ער צוריק זיין אלטע פרישקייט און מען נעמט אים שוין צו כל נדרי

ס'איז ערב יו"כ אין שטעטל, דער חזן פארטרויערט געבויגן
פארזינקען אין טיפע רעיונות
גא-ט דו ביסט א מוחל עוונות
נישטא שוין די כוחות די יענע
די שטימע שוין ניט אזוי שיין
דער שטאלצעדיג געפילן די זעלבע
די טענער נאר פיל מיט געוויין
כל נדרי וכו'

עס טראכט זיך דער חזן דער אלטער
באלד וועלן פארגיין די ימים נוראים
עס וועט קומען א ווינטער א בייזער
און עס ווילן אים ניט מער די גבאים
אל תשליכנו לעת זקנה וכו'

דער אלטיטשקער חזן דערמאנט זיך די גליקליכע יארן אמאל
ווי ער פלעגט זיך פארזינגען אין זמירות (ש"כ: פארטיפן אין זינגען) יעדער שבת און יו"ט אין שול
ישמחו במלכותך וכו' עם מקדשי שביעי וכו'

אין מערב די זון איז פארגאנגען
אויפן שטעטל עס רוקט זיך א טרויער
עס הערן זיך שטילע געזאנגען
עס זינגט שוין דער חזן דער גרויער
כל נדרי ואסרי וכו'
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום פרייטאג יוני 25, 2010 10:34 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א גוטן ערב שבת
לכבוד שבת וועל איך היינט ברענגען א ניגון אין די סעריע פון חזנים וואס רעדט פון שבת
"דער חזן אין שוהל"
דער ניגון ווערט געזינגען דורך "לייבעלע וואלדמאן" אויפן סי די וואס "מרדכי סובול" האט ארויסגעגעבן דער דריטע אין די סעריע פון "תור הזהב, המיטב של לייבל'ה וולדמן" די ערשטע איז פון חזנות די צווייטע חסידישע ניגונים (גאר שיין און געשמאק)
און די דריטע פון וואס מיר רעדן דא הייסט "מיין פאלקס ליד" אידישע לידער (ס'איז טרעק נומ. 11)
פון "לייבעלע" וועלן מיר נאך אסאך רעדן דא, ווייל פון אים (אזוי ווי פון "מרדכי הערשמאן) איז דא גאר אסאך אידישע לידער (מרדכי סובול ברענגט נישט אלעס)
אט איז וואס ר' בערל שווארץ שרייבט וועגן לייבעלע (אי"ה בקרוב)
מרדכי זאגט דארט א הקדמה אויף ענגליש, ס'איז מיר שווער עס דא אראפצושרייבן, אבער סיי ווי דארף דער ליד נישט קיין גרויסע הקדמות ס'ברעגנט גאנץ גוט ארויס וואס ער וויל, אבער אויב איינער קען און וויל עס דא אראפשרייבן וועל איך אים דאנקבאר זיין

שבת פרי אין שול ביי דעם עמוד
פלעגט אונזער שטאט חזן תמיד
אנפאנגען דאווענען שחרית אט אזוי
שוכן עד מרום וקדוש שמו

און די משוררים גרויסע און קליינע
האבן געענטפערט ברנה יתפאר שמך מלכנו
מ'האט געדאווענט מיט התלהבות
ס'איז געווען אן אמת'ער עונג שבת
אין הויז אויף דער גאס און אין שול
אט אזוי איז געוועזן אמאל

און די נשמה יתירה
האט פארטריבן די וואכעדיגע מרה שחורה
ביים שוסטער ביים שניידער
ביים שמיד און ביים בעדער
איז געווען אין הויז א פארגעניגן
יעדער באזונדער, ביים טיש מיט זיינע קינדער
האבן אלע איבערגעזינגען דעם חזן'ס ניגון
ישמח משה במתנת וכו'

אבער היינט שטייט דער עמוד פאר'יתום'ט אליין
ווייל דער איד האט קיין צייט ניט אין שול אריין גיין
די שול וואס איז געווען אמאל
די פרייד פון גאנצן פאלק ישראל
איז געבליבן היינט אן ארט
בלויז צו זאגן קדיש דארט
ניטא קיין חזן ניטא קיין כאר
די שול איז ליידיג א גאנץ יאר
דער שמש זוכט ארום א איד
א כהן א לוי געפונט מען ניט

איין מאל א יאר באשלוסט גאנץ קהל
מען דארף אויפנעמען א חזן אין דער שול
דעם בעסטן גרעסטן קונצלער אויף דער וועלט
ווייל מ'דארף צאלן דעם מארגעטש און עס איז ניטא קיין געלט

ווען דער איד וואלט אלעמאל געגאנגען אין א שול
שבת יו"ט יעדן טאג אין יאר
געווען וואלט ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר

ס'איז אינטרעסאנט ווי דער שטיקל "איין מאל א יאר וכו'" זינגט ער מיטן נוסח פון ר"ה'דיגן מעריב
דער חזן "מאיר דוד פארקאש" זינגט עס אויך אויף זיין טעיפ "א שבת אין שול", ס'איז דארט די ערשטע ניגון אונטערן נאמען "שבת פרי", (פון חזן אברהם זינגער, בפי ישרים קאמפאזירט און געזינגען דורך מאיר דוד פארקאש)
אבער ער זינגט נישט די גאנצע, נאר די ערשטע חלק ביז נאך די משוררים גרויסע און קליינע
(זעהט אויס אז ער האלט אז מ'גייט אזוי אויך אין שול...)
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום זונטאג יוני 27, 2010 3:23 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נאך א ליד פון "לייבעלע וואלדמאן" וואו ער ברענגט ארויס די זעלבע נקודה, גערופן
"א איד דארף גיין אין שול"
פונעם סי די "3 הטנורים בשירי אידיש" (ולדמן- קוסביצקי-אלכסנדרוביץ) ארויסגעגעבן דורך "ישראל מיוזיק" (טרעק נומ. 6)
מערקט אן ווי ער זאגט "אפי' דא אין דער וועלט דער נייער" דאס מיינט ער דא אין אמעריקע,
ווי די צווייטע דור פון אימיגראנטן זענען ליידער פארשלעפט געווארן נאכ'ן דאלער און קוים איינמאל א יאהר איז מען געקומען אין שול

עס איז געווען א צייט אמאל
ווען יעדער איד איז געגאנגען אין שול
דער פרומער דער פרייער
אפי' דא אין דער וועלט דער נייער
ניט בלויז איינמאל אין א יאר
האט גערוהט אין שול די שכינה, בגילה ורינה
און דער חזן מיט זיין כאר

און יעדער חזן האט געבעטן פאר זיין קהילה
ביים בענטשן ר"ח די שיינע תפילה
יה"ר זאל זיין דיין גוטער ווילן
ה' אלקינו ואלקי אבותינו
דו זאלסט מיין בקשה גא-טע'ניו דערפילן
מי שעשה ניסים לאבותינו
האט גא-ט געוויזן זיינע וואונדער צו אייערע עלטערן און צו מיינע
אז דער איד האט געלעבט גליקליך אפי' אין גלות
אין אלע לענדער צווישן אלע חַמָלות?

חברים כל ישראל
א איד דארף גיין אין שול
און זאגן ונאמר אמן

איך האב געשריבן א פראגע צייכן ביי די ווארט וואס איך פארשטיי נישט, און איך בעט ווער עס ווייסט וואס ס'מיינט, ביטע דא מודיע זיין
א דאנק פון פאראויס
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

מיר האלטן מיט א דאנק אייך.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

פאר די אלע וואס גלייכן "מרדכי הערשמאן'ס" שיינע זיסע שטימע
וויל איך מודיע זיין אז ער זינגט די באוואוסטע ליד
"ישמח משה"
אויפן טעיפ a collection of jewish folk songs ,
jewish & israeli selections sung by 4 great masters of jewish music
ארויסגעגעבן דורך "greater recording" (די ערשטע ניגון)
איך מיין אז דעם ליד דארף מען נישט אפשרייבן ווייל יעדער קען עס, ווי אויך איז עס שוין אפגעשריבן אינעם "זמירות ישראל" ארויסגעגעבן דורך "קרית ויזניץ, בני ברק"
(כאטש ער זינגט די צווייטע שטיקל אביסל אנדערש ווי עס שטייט דארט, אבער ער זינגט עס גענוג קלאר אז מ'קען פארשטיין יעדעס ווארט)
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום זונטאג יוני 27, 2010 2:41 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך בעט יעדן איינעם אז דא אין דעם אשכול זאל מען נאר שרייבן אויב איינער האט עפעס פארצושלאגן אדער פאר זאכליכע הערות און באמערקונגען
אז מ'וויל דוקא שרייבן א שכוח קען מען מיר שיקן א פריוואטע הודעה
א דאנק אייך פאר אייער פארשטענדעניש
און האטס מיר א גוט שבת
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א גוטע וואך
אזוי ווי איך בין גוט אויסגערוהט ווייל מיינע קינדערלעך האבן "פאר א טשעינזש" מיר געלאזט שלאפן נאכמיטאג...
וועל איך דא ברענגען א שיינע ליד מענינא דיומא, גערופן
"המבדיל"
געזינגען דורך "משה קאסעוויצקי" און ווי אויך פון זיין ברודער "שמחה"
פונעם סי די "ארבעת האחים קוסביצקי" (ארויסגעגעבן לכבוד די הונדערסטע יארצייט פון משה דורך symposium records געמאכט אין ענגלאנד)
און אויך זינגט דאס דער חזן "שלמה ראטשטיין" (אויפן אויבנדערמאנטן טעיפ פון "גרעטער רעקארדינג", זיבעטע ניגון)
און פון די לעבעדיגע זינגט עס מרדכי סובול'ס געקרוינטער קעניג "איטשע מאיר" אויף זיין דריטע טעיפ "הלפגוט אבות"
איך וועל דא ציטירן וואס "מרדכי סובול" שרייבט אינעם אויבנדערמאנטן טעיפ (ס'איז אין העברעאיש אבער מ'קען עס פארשטיין)
המבדיל (יוסף רומשינסקי)
את הלחן והמילים ביידיש חיבר "יוסף רומשינסקי" בשנת 1924. בין המבצעים הראשונים של שיר זה, היו כל ארבעת האחים קוסביצקי. "משה קוסביצקי" הקליט את השיר, על גבי תקליט "סירנה" הפולנית לאחר שאחיו "שמחה" הציגו בפניו.
ב"המבדיל" באה לידי ביטוי תפילתה, תחינתה של ה"סבתא" בבית היהודי, כאשר בצאת השבת נהגה לעמוד ולומר "גא-ט פון אברהם און יצחק און יעקב" ובני המשפחה השלימו את התמונה כולה כאשר זימרו לאחר ההבדלה את "המבדיל בין קודש לחול".

המבדיל בין קודש לחול חטאתינו הוא ימחול
גוט וואך, א גוטע וואך
גוט וואך, א טייערע וואך

גא-ט פון אברהם פון יצחק פון יעקב
באהיט דיין פאלק ישראל באשיץ דיין פאלק ישראל
דער שבת קודש גייט אוועק
די נייע וואך זאל קומען מיט מזל און מיט ברכה
מיט אלעם גוטס און הצלחה
מיר בעטן נאר ביי דיר אליין
גא-ט'ניו ונאמר אמן

דער וואס מאכט א צווישנייד בין קודש לחול
צווישן שבת און דערוואכן
המבדיל בין קודש לחול
אוי זרעינו וכספינו ירבה כחול
מיר זאלן זיך מערן
דיר נאר געהערן
המבדיל בין קודש לחול

אוי גוטער בורא, אוי טייערע בורא
זינגט אים המבדיל זינגט פאר אים
לויבט אונזער בורא לויבט נאר אים

גא-ט פון אברהם פון יצחק און פון יעקב
מיר זענען ביי דיר דאך אלע טאקע
היט אונז און שיץ אונז פון א שלעכטע וואך (ש"ר: פון א נייע בראך)
גיב אונז און שיק אונז א נייע גוטע וואך
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א זייער אינטרעסאנטע ליד מענינא דיומא וואס איז אויך זייער פאסיג פאר די יעצטיגע שוואכע עקאנאמיע
"שבת, נאך הבדלה"
געזינגען דורך "לייבעלע וואלדמאן" (פונעם אויבנדערמאנטן סידי "3 הטנורים בשירי אידיש", טרעק 8)
דער ליד לייגט אראפ מוצ"ש אין א אידישע שטוב ווי דער טאטע זיצט נאך הבדלה און זאגט ויתן לך, און ער איז באזארגט טראכטענדיג ווי ער דארף האלטן אין איין בארגן, און ער וואלט געוואלט שבת מאכן פון זיין אייגן געלט, אבער זיין ווייב איז אים מחזק, אז זי האט חלילה קיין טענות דער עיקר איז אז דו און איך און אונזערע קינדער זאלן זיין געזונט

איך דערמאן זיך אין א בילד אין דער אלטער היים
אין שטעטל אין א אידיש הויז
פשוט'ע מענטשן זענען זיי געווען
און דאס ארימקייט איז געווען ביי זיי זייער גרויס
הנה קל ישועתי אבטח וכו'

עס איז שבת אויפדערנאכט
הבדלה שוין געמאכט
עס שמעקט שוין אין הויז מיט אינדערוואכן
דער טאטע זיצט באזארגט
אויף שבת אנגעבארגט
און די מאמע טראכט וואס זי זאל מארגן קאכן
די טעפלעך פון דעם טשאלנט שטייען אנגעברענט
און ווארטן די מאמע זאל זיי וואשן
די ליכטעלעך פארשמאלצן איך וואלט זיי ניט דערקענט
און אין הויז איז ניט דא א גראשן

פרעגט זי ביי דעם טאטן וואס ביסטו אזוי באזארגט
ס'איז דאך נישט דער ערשטער שבת וואס דו האסט געבארגט

ענטפערט איר דער טאטע ויתן לך
אלע וואך -מיין ווייב- זאגט גא-ט מיר צו
אז ער וועט מיר געבן מטל השמים
אלעס אויף צום לעבן
איך זאל ניט דארפן לייען
וואלט איך שוין געוואלט דערלעבן אויף דער וועלט
אז דו זאלסט קענען שבת מאכן פאר אונזער אייגן געלט

המבדיל בין קודש לחול
אין דעם טאג פון שבת איז מיר גוט און וואויל
חטאתינו הוא ימחול
קומט דער אינדערוואכן גייט איבער מיר א גרויל

איך -מיין מאן- האט צו גא-ט קיין טענות ניט
איך דאנק גא-ט פאר אלץ וואס ער גיבט
אלץ וואס איך בעט שטענדיג און אצינד
אז דו און איך און אונזערע קינדער זאלן זיין געזונט
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום זונטאג אוגוסט 29, 2010 3:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

געלויבט השי"ת אז איך האב אזעלכע געטרייע פריינט וואס האבן מיר אריינגעשיקט מיינע פארלוירענע תגובות, א גרויסן דאנק אייך!
גראדע איז דאס נאך א אלטע גירסא, און כ'האב שוין געהאט צוגעלייגט צו געוויסע תגובות, אבער מ'דארף זיך פרייען מיט וואס מ'האט
איך מאך די קעפלעך אין גרויס כדי מ'זאל זעהן אז ס'איז א פרישע תגובה

דורך טאבאקא אום מאנטאג יוני 28, 2010 6:33 am

גיימער ווייטער מיט די סעריע פון חזנים, מיטן ליד
"פארוואס זינגט א חזן"
געזינגען דורך דעם בארימטן חזן "משה קאסעוויצקי" (פונעם אויבנדערמאנטן טעיפ "לידער קראנץ")
ווי אויך זינגט עס זיין ברודער "דוד" אויף א קאנצערט, אויפן סידי "דויד קוסביצקי"
(דאבעל סי די, דורך "ישראל מיוזיק", צווייטע סי די, טרעק נומ. 1)
און פון די לעבעדיגע "נפתלי הרשטיק" אויפן אויבנדערמאנטן טעיפ "3 חזנים בשירי אידיש" (ניגון נומ. 10)
דער ליד לייגט זייער זיס אראפ מיט אביסעלע הומאר דעם מהות פון א חזן
ס'איז זייער זיס עס צו זעהן אפי' נאר די ווערטער, איך בין זיכער איר וועט הנאה האבן, אבער ס'איז אסאך אסאך זיסער ווען מ'הערט ווי אזוי ר' משה און ר' דוד לייגן עס אראפ, אה ס'צוגייט אין די ביינער...

פרעגט די וועלט א קשיא
פארוואס זינגט א חזן?
איז דער תירוץ, ווייל ער האט ליב צו זינגען!
פרעגט מען ווידער א קשיא
פארוואס האט ער ליב צו זינגען?...
איז דער תירוץ, ווייל ער איז א חזן...
און א חזן האט ליב צו זינגען

גייט אים גוט זינגט ער פרייליך, ער זינגט
גייט אים שלעכט זינגט ער טרויעריג, אוי יו יו
זיצט ער און טראכט, זינגט ער,
בייטאג און (ד"ק: שפעט) ביינאכט, זינגט ער
ביי א בר מצוה, זינגט ער
היינט ביי א חתונה, זינגט ער
אפי' אין א סכנה זינגט ער אויך

האט ער א גוטע שטעלע און ער דארף זיך ניט באקלאגן, זינגט ער
האט ער א שלעכטן גבאי (ד"ק: ווייב, נישט פאר קיינעם געדאכט...) האט ער צו זינגען און צו זאגן..., זינגט ער
פורים זינגט ער, פסח זינגט ער, היינט שבועות, זינגט ער
ווען ער האט צו גא-ט א טענה
בעט ער ביי אים הושענה
למענך אלקינו וכו'

זיי זאגן ביידע "היינט שבועות" וואס איז אביסל שווער צו פארשטיין, אבער "נפתלי הערשטיק" זאגט "חג שבועות" וואס מאכט שוין מער סענס

החזן "משה שטערן" ביי א קאנצערט וואס איז פארגעקומען אין נ"י סיטי, זינגט עטוואס אנדערש "ביי א בר מצוה זאגט ער יעמוד, היינט ביי א חתונה אשר ברא ששון וכו', אפי' ביי א ברית זינגט ער אויך"

דורך טאבאקא אום מאנטאג יוני 28, 2010 7:03 am

נאך א ליד מיט אביסעלע הומאר אין ליכט פונעם מאמר פון די וועלט אז חז"ן נוטריקון "חזנים זענען נערנים"
"דער חזן און דער גבאי"
דאס האט געמאכט דער באוואוסטער חזן "פנחס (פייר) סג"ל פינטשיק" וואס האט מפרסם געווען דעם באקאנטן "רזא דשבת"
(ר' בערל שווארץ שרייבט וועגן דעם)
איך גיי עס דא אפשרייבן ווי אזוי "משה קאסעוויצקי" זינגט עס (אויף "לידער קראנץ")
נאר וויבאלד דעם ניגון איז אביסל שווער צו פארשטיין וואס ער וויל אויב מ'הערט עס נישט
וועל איך דא נאכשרייבן א הקדמה וואס דער חזן "ישראל בקון" זאגט אויף א קאנצערט פארן זינגען דעם ניגון
(פונעם סידי "חזנים זינגען אין אידיש", דורך "ישראל מיוזיק", טרעק נומ. 8)

עס איז געקומען א חזן אין שול אריין, און דער גבאי גייט אים צו פרעגן ווער ער איז, דער חזן וויל בשום אופן ניט זאגן נאר ער זאל אליין טרעפן,
און ער נעמט ארויס א טאשנטוך און וואשט זיך די הענט און הייבט אן אזוי צו זאגן

אז איך וויל זאג איך מיר אשר יצר את האדם בחכמה
העכער, ווער זענט איר

איך בין, ווייסט איר ווער איך בין?
אהא, איר זענט דאכט זיך מיר אברהם משה דעם שוחט'ס אן איידים וואס האנדלט מיט לעדער
אוי הוי, מיין זיידע האט ניט געהאנדלט מיט קיין לעדער
און מיין טאטע האט אודאי ניט געהאנדלט מיט קיין לעדער וואס האב איך צו טאן מיט לעדער

איך בין, ווייסט איר ווער איך בין?
אהא, איר זענט דאכט זיך מיר ר' סענדר'ס אן איידים וואס האנדלט מיט פעדערן
אוי יו יו, מיין זיידע האט ניט געהאנדלט מיט קיין פעדערן
און מיין באבע איז אפי' נישט געשלאפן אויף קיין פעדערן, וואס האב איך צו טאן מיט פעדערן

איך בין, יעצט ווייסט איר שוין ווער איך בין?
אהא, יעצט ווייס איך שוין ווער איר זענט
איר זענט דאכט זיך מיר אביסעלע א חזן און אביסעלע א נער...

אביסעלע האט איר יא געטראפן און אביסעלע ניין
א חזן בין איך טאקע יא אבער א נער זענט איר גבאי אליין...

ס'איז באמת אביסל שווער צו פארשטיין אן הערן דעם טאן, אבער דעם מכוון האט איר האפענטליך פארשטאנען
דער חזן "יעקב יצחק ראזענפעלד" פון א"י האט עס אמאל געזינגען ביי א דינער פון "בית לפלטות" מיט ר' וועלוול גאלדשטיין, וואס ער האט געשפילט חזן, און ר' וועלוול ווי גבאי, (און פארשטייט זיך אויך...)


דורך זאמלער אום מאנטאג יוני 28, 2010 8:57 am

הרב ר' שמואל ברוך נאה גבאי בבית פשעווארסק פלעגט דאס זינגען ביי די שמחת אין פשעווארסק



דורך טאבאקא אום מאנטאג יוני 28, 2010 9:48 am

א דאנק פאר די אינפארמאציע
קענסט מיר אפשר זאגן מער?
דער נאה איז געווען א חזן? אדער סתם א בדחן?


דורך קרעמער אום מאנטאג יוני 28, 2010 1:29 pm

הרב שמואל ברוך נאה איז געווען משב"ק ביי אדמור"י פשעווארסק, זאל ער זיין געזונט צו לאנגע יארן.

דורך טאבאקא אום מיטוואך יוני 30, 2010 12:39 am

נו, דאס האב איך געמיינט צו פרעגן, א גבאי אין פשעווארסק זינגט אויף שמחות?


דורך טאבאקא אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 6:59 am

אזוי ווי מיר שטייען יעצט אין די דריי וואכן, וועל איך דא אנהייבן ברענגען לידער איבער גלות און גאולה, וואס ווי פארשטענדליך איז דאס געווען א הויפט טעמע ביי חזנים און זינגער
נאר קודם וויל איך דא מאכן א ס"ה -א כמו מפתח- פון די בעיסיק קאסעטן וואס איך גיי כסדר אראפברענגען און זיי נומערירן
אזוי וועל איך עס נישט דארפן כסדר איבערשרייבן, ס'איז פשוט גרינגער און פראקטישער

#1
להיטי הזהב באידיש, ישראל מיוזיק (i.m.) סידי # 5005
#2
חזנים זינגען אין אידיש, (i.m.) סי די # 5047
#3
חזנים בשירי יידיש - חלק ב' (i.m.) סי די # 5133
#4
3 הטנורים בשירי יידיש (i.m.) סי די # 5067
#5
יאסעלע ראזענבלאט יידישע לידער (i.m.) סי די # 5045
#6
מרדכי הרשמן - שירי עם ביידיש (i.m.)
#6
לייבעלע וולדמן - שירי עם ביידיש (i.m.)

איך בין נאך נישט פערטיג המשך יבוא אי"ה
לויפט און קויפט! אזעלכע לידער מיט אזעלכע שטימעס קען מען היינט ניט געפונען...
לגבי הערן אין די דריי וואכן, זאל יעדער פרעגן זיין אייגענער מורה הוראה


דורך זאמלער אום דאנערשטאג יולי 01, 2010 7:32 pm

טאבאקא האט געשריבן:נו, דאס האב איך געמיינט צו פרעגן, א גבאי אין פשעווארסק זינגט אויף שמחות?


ס'נישט קיין סתירה ער איז סיי גבאי און פשעווארסק און דינט אויך אלס חזן שני און ביה"כ אסטן


דורך theheadcounselor אום פרייטאג יולי 02, 2010 3:19 am

דו ביסט גוט,
אבער ביי אונז אין לאנטש רום ערלויב איך מיר נישט צו זינגען א חזניש שטיקל פון א צווייפלהאפטן חזן, איינס ווייל איך וויל נישט מועיל בשליחות זיין, צווייטנס ווייל פון זייערע ווערטער זעהט מען אז זיי זענען אמת'ע לצים.
אפשר קענסטו מיר צו-ווייזן ניגונים וואס קענען איבערגעזינגען ווערן דורך היימישע קינדער?
גראדע איז אינטרעסאנט, איך בין אנוועזנד געווען ווען רבינו בעל ברך משה איז געווען אין קעמפ, און מען האט גענומען זינגען זאג זשע רבי'ניו וואס יאסעלע זינגט, און ער האט זיך אויפגעהויבן אינמיטן! זאגנדיג אז ער געדענקט אינדערהיים האט מען דאס ניגון ארויסגעהערט פון אלע ווערצהייזער, (ער האט דאס נישט געקענט פארנעמען) נו, איך קען (טאר) אויך נישט פארנעמען די מיני ניגונים.

ע"כ בלאט 1 המשך יבוא בקרוב אי"ה
(בלאט 3 פעלט מיר נאך)
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום זונטאג אוגוסט 29, 2010 3:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

דורך טאבאקא אום פרייטאג יולי 02, 2010 7:28 am
רוב לידער וואס כ'האב געברענגט ביז איצט זענען טאקע מער הומאריסטיש געשטימט, ווייל כ'האב אנגעהויבן מיט די קאטעגאריע פון "חזנים",
און ווי יעדער פארשטייט איז דאס א טעמע פאר הומאר
איך וועל נאך דא בעז"ה ברענגען אסאך אינהאלטספולע לידער בפרט יעצט אין די דריי וואכן וועגן "גלות" און "גאולה", אבער איך ווייס נישט וואס הייסט ביי דיר פאסיג צו איבערזינגען ווערן דורך היימישע קינדער
דאס וואס דו שרייבסט "צווייפלהאפטן חזן", וואס מיינסטו ווייל זיי זענען נישט געגאנגען מיט בערד זענען זיי נישט געווען קיין שומתו"מ?
נישט יעדער האט פארמאגט דאס מסי"נ וואס יאסעלע האט געהאט
רוב פון זיי זענען נאך "ביג טיים" געווען אזוי ערליך ווי די היינטיגע גרויסע זינגערס (איך האף דו פארשטייסט וועם איך מיין)
און ווי אויך בדרך כלל זענען די אידישע ניגונים נישט זייערע, צו פארשסטו נאך יעדע ניגון וואס דו זינגסט צו דער מחבר איז געווען א ערליכער?
און דאס וואס דו שרייבסט די מעשה וואס דו ביסט אנוועזנד געווען ביים סאטמארען רבי'ן,
פארשטייט זיך אז איך קען דיר נישט אפווענדן בפרט אז איך ווייס נישט ווער דו ביסט
אבער כ'קען מיך שווער מצייר זיין ארויסצוהערן פון א ווערץ הויז "אז משיח וועט קומען וועלן מיר מאכען א סעודה'ניו"...


דורך טאבאקא אום מיטוואך יולי 07, 2010 7:30 am
איך מיין אז יעדער וועט זיין איינשטימיג אז מ'דארף מיר אנהייבן ביים "קעניג" ר' יאסעלע, וואס כאטש אין אידישע לידער איז דא וואס זינגען שענער פון אים, א שטייגער ווי מרדכי הערשמאן, אבער קעניג בלייבט פארט קעניג
בדרך כלל פעלט נישט אויס עס אראפצושרייבן, ווייל עפ"י רוב קען מען די ניגונים (טאקע צוליב די פאפולערקייט פון יאסעלע, וואס כאטש דאס זענען ווארשיינליך נישט זיינע ניגונים, נאר וויבאלד ער האט דאס געזינגען איז עס געווארן אויפגעכאפט)
און ווי אויך האט שוין "לחיים" ארויסגעגעבן א בוך אפגעשריבן די לידער
דעריבער וועלן מיר נאר איבערגיין די פאפולערע און צווישן די שורות וועט מעגליך ארויסקומען חידושים וואס דער עולם ווייסט נישט

"לאמיר זיך איבערבעטן"
פון די אלטע ווערט עס אויך געזינגען דורך זיין זון "הענרי" און דורך "ישראל בקון"

"קלי קלי"
ווערט אויך געזינגען דורך "שלום כ"ץ" (וואס אין א געוויסן זין לייגט ער עס אראפ שענער ווי יאסעלע, אבער פארשטייט זיך אז יאסעלע'ס הארציגע שטימע האט נישט קיין ערזאץ) ווי אויך דורך "יאן פירס" וואס זינגט אביסל אנדערש די ווערטער

"סעודה'ניו" אויך גערופן "סעודת משיח" אדער "זאג'זשע רבי'ניו"
יאסעלע זינגט דאס צוזאמען מיט החזן "שמואל מלאווסקי"
אט איז וואס "בעילאט" שרייבט וועגן דעם ליד

"ווער איז דאס דארט יוסעלע'ס תלמיד וואס העלפט אים דארט ארויס ביי די סעודה'ניו
ער זינגט פיין אבער זיין עיקר מעלה איז שאם יזכה יבחין מה בין בני לבן חמי, וואס דער איז אויך גארנישט אוועקצומאכן, ספעציעל קומט אים א גרויסן דאנק אז לכבוד אים הערט מען יוסעלע הארמאנייזן היי אין לאו.... איי ווי געשמאק .......דעם יין המשיייהיהימער, אזש ס'קען זיך דאכטן אז ס'איז גאר געמאכט אין א סטודיא."

ווי אויך רעדט מען פון דעם ניגון דא
viewtopic.php?f=18&t=4598
אבער דער "זיידעניו" שרייבט מרים הנביאה אינמיטן ווען יאסעלע זינגט עס צום סוף, ווי אויך לייגט ער צו אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, ("בנימין מילער" אויף א קאנצערט אום חנוכה זינגט עס אויך)
ווי אויך זאגט יאסעלע מרים הנביאה וועט אונז "טאנצן" (ותצא בתוף "ובמחול"), נישט "נבואות" זאגן
ס'ווערט אויך געזינגען דורך זיין זון "הענרי", און פון די לעבעדיגע דורך החזן "אהרן שלמה ווייסמן" אויף "שומע קול בכיות"
ווי אויך האט דאס "הלפגוט" געזינגען מיט "אברהם פריד" ביי א "העסק" קאנצערט
ירמי' דמן אין זיין "חזנות שחיטה" סידי שרייבט, לחן: ר' יוסל'ה רוזנבלט (פון נעמט ער דאס?) מילים: א. גולדפאנג. און ער ענדערט דאס אינגאנצן מיט אייגענע תנועות אז ס'איז ממש נישט צום דערקענען, ער לאזט אינגאנצן אויס מרים הנביאה (גיי ווייס פארוואס) און לייגט צו צום סוף דעם ניגון פון ר' מאיר שפירא" להתודע ולהגלות"

"שופר של משיח" וואס אין אלגעמיין ווערט דאס גערופן "נישט ווייט צו גיין"
"לייבעלע וואלדמאן" זינגט אויך דעם ניגון און צום סוף אביסל אנדערש די ווערטער,
און ביי "דוד דוד" לייגט ער א צו זייער א שיינע זיסע תנועה, (און שיעור נישט פארגעסן... ירמי' דאמען זינגט וכו' הכל כנ"ל)

"פאסטוכל"
געמישט מיט רוסיש, ווערט אויך געזינגען דורך "מרדכי הערשמאן"

"רחם"
האט לחיים אפירגעקראצט פון ערגעץ, (ס'איז נישט עפעס אויסטערליש)

"די נבואה"
כנ"ל



דורך יודל מענדלזאהן אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 6:23 pm

טאבאקא האט געשריבן: שיינע ליד מענינא דיומא, גערופן "המבדיל" געזינגען דורך "משה קאסעוויצקי" און ווי אויך פון זיין ברודער "שמחה"
פונעם סי די "ארבעת האחים קוסביצקי" (ארויסגעגעבן לכבוד די הונדערסטע יארצייט פון משה דורך symposium records געמאכט אין ענגלאנד)



עפעס שטימט נישט. משה איז נפטר געווארן אין 1966. לויט מיין חשבון איז דאס נישט הונדערט יאר צוריק.

אז איך שרייב שוין, וויל איך דיר אפגעבן א גרויסע יישר כח פאר'ן אריינלייגן אזוי פיל ארבעט אין די אשכול. איך מיין אז איך קען זאגן בשם כל הקהל, "מיר שעצן עס זייער!"


דורך שטארק זיך אום דאנערשטאג יולי 08, 2010 8:04 pm
שכוח טאבאקא, פאר'ן אונז בארייכען מיט דיינע ידיעות,

חזנים פראבע,
לייבעלע וואלדמאן זינגט דאס גאנצע ליד אינאיינעם מיט די שפאס אויפ'ן חשבון פון די היינטיגע.

3 טנורים,
לייבעלע וואלדמאן איז בפשטות א באריטאן לויט זיין שטימע ראנג, קען זיי רופן אים טענאר וויבאלד בכללות רופט די וועלט אן א חזן אדער אפערע זינגער (מאנספערזאן) א 'טענאר'

ווכוח צווישן חזן און גבאי.
ביסטו זיכער אז דאס איז פיער'ס א קאמפאזיציע?

סעודת לויתן,
פארן מקורות אז דער תנועה (קיין ליד איז דאס נישט..) מיט די ווערטער איז פארפאסוט דורכן קעלמער מגיד, קען דאס איינער פעסט שטעלן אדער אפפרעגן?

ווידער א הארציגן יישר כוח,

א רגע,
מרדכי הערמאן, דוד רויטמאן, יאסאלע ראזנבלאט און משה קאסוביצקי זענען געוועזן שומת"מ.
שטארק זיך, שטארק זיך אידעלע!



דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 11, 2010 6:23 am
גערעכט יודל, ס'איז לכבוד די הונדערסטע יוניווערסיטי פון זיין "געבורט"
א דאנק פארן אויפמערקזאם מאכן

און יעצט פאר שטארק זיך:

חזנים פראבע,
לייבעלע וואלדמאן זינגט דאס גאנצע ליד אינאיינעם מיט די שפאס אויפ'ן חשבון פון די היינטיגע

איך האב געשריבן א לייבעלע זינגט דאס אויף א פילם, צו מיינסטו צו זאגן אז ער זינגט דאס אויך אויף טעיפ?, אויב יא זיי מיר ביטע מודיע וועלכע

3 טנורים,
לייבעלע וואלדמאן איז בפשטות א באריטאן לויט זיין שטימע ראנג, קען זיי רופן אים טענאר וויבאלד בכללות רופט די וועלט אן א חזן אדער אפערע זינגער (מאנספערזאן) א 'טענאר'

וועגן לייבעלע און זיין שטימע ביסטו לכאורה גערעכט (יעדע פראגע וואס דו האסט אויף די איי עם טעיפס דארפסטו פרעגן "ד"ר מוטי פר"מ" אדער "עקיבא צימערמאן" [אויב זיי לעבן נאך] )

ווכוח צווישן חזן און גבאי.
ביסטו זיכער אז דאס איז פיער'ס א קאמפאזיציע?

ווי קען איך זיין זיכער?, אבער ס'ווערט איבעראל פאררופן אויף זיין נאמען, ווי ער זינגט דאס האב איך נישט אויף טעיפ, ס'איז נאר דא אויף א אלטע רעקארד

סעודת לויתן,
פארן מקורות אז דער תנועה (קיין ליד איז דאס נישט..) מיט די ווערטער איז פארפאסוט דורכן קעלמער מגיד, קען דאס איינער פעסט שטעלן אדער אפפרעגן?

קיינמאל געהערט דערפון
אגב, פארוואס איז דאס נישט קיין ליד, און אויב דאס איז נישט קיין ליד, זענען דא נאך אסאך וואס זענען נאר תנועות און נישט קיין לידער, צ.ב.ש. "לאמיר דערציילן"

א רגע,
מרדכי הערמאן, דוד רויטמאן, יאסאלע ראזנבלאט און משה קאסוביצקי זענען געוועזן שומת"מ.

ריכטיג, און דוד רויטמאן האט אפי' געהאט א לאנגע בארד (ער האט עס דערנאך טאקע אביסל צוגעפיצט, און נישט געבליבן מיט א פולע ווי יאסעלע, אבער פארט א בארד...)
און ס'זענען געווען נאך ערליכע וואס דו האסט נישט אויסגערעכנט, ווי ר' ישראל שור, ר' יחיאל קרניאל און נאך

דורך טאבאקא אום דינסטאג יולי 13, 2010 6:15 am
גיימער צוריק צו יאסעלע
"שולמית - ראזינקעס מיט מאנדלען"
דאס איז באמת צוויי באזונדערע לידער וואס האבן לכאורה קיין שום פארבינדונג איינס מיטן צווייטן, און כ'פארשטיי נישט פארוואס מ'האט עס צאמגעשטעלט
ווי אויך האב איך נישט קיין השגה פארוואס ס'הייסט שולמית
לחיים האט נישט אפגעשריבן די חלק פון שולמית, כ'וועל עס דא אראפשרייבן ווי אזוי איך פארשטיי עס, און א עפנטליכן דאנק פאר "בעילאט" און "נשמה" פארן מיר ארויסהעלפן דורך עס פראבירן אראפצושרייבן אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=18&t=6294

איך בעט דיך דו גרויסער שטארקער גא-ט
וואס דו האסט געהאלפן דיין פאלק אמאל
ווען זיי האבן אין דער וויסטיג קיין וואסער געהאט
האסטו זיי וואסער דארט געשיקט אן א צאל

נו לאז שוין דיין נס דא מיט מיר אויך געשעהן
לאז מיר פאר דורשט דאס נישט שטארבן פארגייען
אויף ... עס איז דאך זייער א ביטערער סוף

א (פרוה?) ברין זעה איך דארט גענומען נישט די אויגן
וואו איז דאס א בוים, א ברונען זעה איך אט
לייג צוריק קיין קוים, ער איז אוועקגעפלויגן
א ברונען ים מיט וואסער זעה איך דארט

פונקטליך וואס באדייט דער ליד קען איך אייך נישט זאגן, איך קען נאר שרייבן מיין אימעדזשנעישן, און אויב איינער האט עפעס בעסערס וועל איך מיך פרייען צו הערן
א איד איז אין מדבר אן קיין וואסער, און ער בעט דעם אויבערשטן זאל אים ארויסהעלפן אזוי ווי ער האט געהאלפן דאס אידיש פאלק אמאל אין מדבר, און זיין בטחון אין הקב"ה איז אזוי גרויס אז אין זיין פאנטאזיע זעהט ער שוין א ברין מיט וואסער, און אז ער איז שוין געהאלפן געווארן
כ'האב געשריבן ... נאך אויף, נישט ווייל ער זאגט דארט עפעס, נאר ער ציהט אויס דעם אויף, וואס איך מיין אז ער מיינט צו זאגן אויסצוגיין אויף קידוש השם (אדער סאמטינג לייק דעט) נאר ער וויל עס נישט בפירוש ארויסזאגן, והבן



דורך טאבאקא אום דינסטאג יולי 13, 2010 6:38 am
"ראזשינקעס מיט מאנדלעך"
דאס ווערט שוין יא ארפגעשריבן דורך לחיים, און איז גאנץ א פאפולערע ליד
און ס'ווערט אויך געזינגען אזוי דורך "ריטשארד (ראובן) טאקער"
אבער די אנדערע וואס זינגען עס אנגעהויבן פון "יאן פירס" (#1) און "דודו פישער" (#20) וואס לייגן צו דעם שטיקל

דאס לידל מיין קינד זאגט פיל נבואות
אז דו וועסט אמאל זיין צו זעט אויף דער וועלט
א סוחר וועסטו זיין פון אלע תבואות
און וועסט אויף דעם פארדינען פיל געלט

און שפעטער דורך "דודו פישער" (#19) און "חיים אדלער" (#18) לייגן צו דעם שטיקל

און אז דו וועסט ווערן רייך אידעלע
זאלסטו זיך דערמאנען אין דעם לידעלע
ראזשינקעס מיט מאנדלען, דאס וועט זיין דיין בארוף
אידעלע וועט אלץ האנדלען, שלאף'זשע אידעלע שלאף

און "נפתלי הערשטיק" (#17) לייגט אויך ענליך צו, אבער אבי אין די וועלט אריין
כ'ווייס נישט צו יאסעלע לאזט אויס פונעם ארגינעלן ניגון, אדער די שפעטער'דיגע לייגן צו, ווער ס'ווייסט זאל זיך ביטע אנרופן, א דאנק



דורך טאבאקא אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 5:33 am
נאך א שיינע ליד וואס יאסעלע זינגט א משל צו כנסת ישראל וואס איז נמשלה ליונה
"דאס פארטריבענע טייבעלע"
ביי די ווערטער וואס כ'פארשטיי נישט וואס ס'מיינט לייג איך א פראגע צייכן, און ווער ס'ווייסט ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן

פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי א שטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס דונערט עס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך

שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט און קראקרא
דערמאן זיך אין זיין געלע צווייבעלע?
רוף מיך אהיים שוין שלאף רוה

זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן עס פליהט די רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די אייגעל? פארבליי
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? היטן מיט בליקן
מען שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט

שלעכט איז מיר וכו'



דורך טאבאקא אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 6:12 am
אויף דעם פאלגענדען ליד האב איך נאכנישט געהאט די צייט צו ענדיגן זיך מוטשען, ועוד חזון למועד
אבער קודם איך שרייב עס אפ דא וויפל איך פארשטיי ביז דערווייל
און אויב איינער פארשטייט מער ביטע שיקן א פריוואטע הודעה

"מיין הייליג לאנד"

כנען מיין הייליג לאנד
ווי טייער ביסט ביי מיר
פארגעסן זאל איך פון מיין רעכטע האנט
אויב פארגעסן וועל איך פון דיר

הייליג איז דארט
פון דיר יעדער פארכט
באוויזן פאר מיר זיך דיר גא-ט
פון ווען האסט באפוילן דיין געטליכן ווארט
און דו פיר אויס די צען געבאט

די הייליגע אבות שלאפן פון דיין פאלק
אברהם יצחק יעקב דוד
דארט רוען זיך אפ דעם ...
פון זייערע גאלדענע ...
אוי ווי בענק איך אזוי נאך דיר ירושלים


דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 18, 2010 6:04 am
נאכדעם האמיר דעם ליד
"אהיים אהיים"
וואס איז עכט ציוני'סטיש ווייל יאסעלע רעדט פון הר כרמל וויין וואס וועט זיך גיסן בלא בלא בלא
ר' בערל שווארץ פארענטפערט אביסל יאסעלע פארן זינגען די ניגונים
אבער איך האלט אז ס'איז פונקט ווי מ'זאל האבן טענות אויף אים פארן זיך אויסטוהן די שטריימל בעקיטשע -מיט וואס ער איז געגאנגען אינדערהיים- און זיך אנטוהן א צילינדער און קורצע רעקל וכו'
ער האט קיין ויואל משה נישט געזעהן, און אין יענע יארן אין אמעריקע איז נישט געווען ווער ס'זאל אים ערקלערן דאס וואס מיר ווייסן אז די רעיון הציוני איז מינות און אפיקורסות

"זעלנער פון ציון"
די נאמען "זעלנער" קלינגט ציוני'סטיש, אבער כ'פארשטיי נישט צופיל דערפון [ער זינגט צווישן אנדערע: פון בלומען, און א ווייסע פאן] דעריבער קען איך נישט זאגן אויף זיכער

"ציון ציון"
דאס מוז נישט זיין ציוני'סטיש, ס'דא נאר איין שטיקל אויף וואס מ'קען זיך ארויפכאפן "מיט בלוט און פלייש אויפבויען אונזער אלטע היים א צינדער", אבער אויף די איבריגע קען מען זאגן אז ער רעדט פון ווען משיח וועט קומען
(ס'דא נאך ציוניסטישע לידער אין אידיש צ.ב.ש. "די נייע הארא" (משה קאסעוויצקי) "פאלעסטינע" (משה אוישער) "וואו אהין זאל איך גיין" (צבי אהרוני) און נאך)



דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 18, 2010 7:07 am
א באוואוסטע תוכנ'פולע ליד וואס איז זייער פאפולער ביי חזנים
גערופן: "דאס אידישע ליד"

פון די אלטע האב איך עס פון "מרדכי הערשמאן" (#6) "משה אלכסנרדאוויטש" (#14) "פנחס בורנשטיין" (#21)
דערנאך פון אסאך היינטיגע, ווי למשל, משה שטערן (עננו, בהופעה חיה) שמואל ברזילי (אב הרחמים, בהופעה חיה) ישראל רנד (אבינו שבשמים, נועם הפקות) חיים אדלער (#17) און נאך
ווי אויך גלייכט דאס זייער "מרדכי סובול" און ער לייגט דאס ארויף ביי אסאך פון זיינע טעיפס, אנגעפאנגען ביי זיין "בן טיפוחיו" איטשע מאיר אויפן טעיפ "ברכי נפשי", בן ציון מילער "הנשמה לך", ראזענפעלד "רזי עולם", "קולין שחט", און נאך
דאס ליד האט פארפאסט דער באוואוסטער "שלום סעקונדע" און די ווערטער "אנטשל שור"
איך וועל עס דא אפשרייבן פון "מרדכי הערשמאן"

דער איד מעג זיין ארים דאך איז ער זייער רייך
ווייל גייסטיגע אוצרות האט דער איד זייער אסאך
דער איד איז געדולדיג זיין בטחון איז גרויס
פון א ברענעדיגן אויוון קומט ער לעבעדיג ארויס

מען רופט אים בן מלך א יחסן א גביר
אין יעדעס לאנד פארשליסט פאר אים די טיר
ער קלאגט און ער וויינט ער קען שוין ניט מער
אפי' זיין געלעכטער אויך איז געמישט מיט א טרער

און מאכט זיך אמאל עס גייט אים שוין גוט
דערמאנט מען אים באלד אז ער איז א איד
און מען גיבט אים ווידער דעם שטעקן אין דער האנט
און ער זוכט א נייע לאנד

און קומט א נייע יאר
אלע פעלקער ביז גאר
זינגען און טאנצן און ווערן אזש מיד
און דער איד ר"ה
זיצט אין שול מיט כוונה
און הערט פון זיין חזן אן אנדער מין ליד
הנני העני ממעש וכו'

היינט יו"כ ביינאכט גייט אריין אין שול
וועט איר הערן דעם חזן זינגען
דארט מיט א געפיל
מיו"כ זה עד יו"כ הבעל"ט

אבער עס מאכט זיך אויך אמאל
ווען אויך פרייליך איז ישראל
און ער זינגט זיך פרייליך אן מורא
ווען עס קומט אן שמח"ת
שישו ושמחו בשמחת תורה וכו'

דאס ליד גייט אויך אריין אין די קאטעגאריע'ס פון "חזנים" "חשיבות פון דעם איד" און "ימים נוראים"

דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 18, 2010 7:33 am
נאך א שיינע שטייטע ליד געזינגען דורך "מרדכי הערשמאן", וואס איז נישט אזוי באוואוסט
"נר תמיד"
ס'האט זייער שיינע תנועות, און ווען כ'פאנג אן צו הערן דעם ליד, קען איך מיך ממש פארשטעלן ווי פינקי שטייט אויף א בענקל און גראמט, ס'איז ממש ווי געגאסן אויף אים

א מעשה'לע וויל איך מיין קינד דיר דערציילן
א מעשה'לע וואונדערליך שיין
וואס עלטער וועסטו ווערן
און וואס מער ער וועט קלערן
אלץ בעסער וועסטו דאס פארשטיין

מיר האבן אמאל א ביהמ"ק געהאט
א וואונדערליך הערליכן טעמפל
אינצווישן פיל כלים אנטיקלעך
איז דארט געווען אַן אנטיקל א לעמפל

א וואונדער א לעמפל זיין גלייכן מיין קינד
געפינען וועט קיינער ניט קענען
אויף אייביגע דורות באפוילן האט גא-ט
דאס לעמפל זאל לייכטן זאל ברענען

און אזוי ווי ריין גאלד איז דאס לעמפל געלייכט
זיי שפילן די זעלביגע שטראלן
וואס האבן אמאל אויף די זיידעס געשיינט
און יעצט אויף די אייניקלעך פארלענדט

א מעשה'לע וויל איך וכו'


דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 18, 2010 8:05 am
גאנץ א באוואוסט ליד, געזינגען דורך "דוד רויטמאן" (#16)
"הבט משמים"
ווי אויך ווערט דאס געזינגען אויפן סי די "טובים השניים" (נועם הפקות) דורך בן ציון מילער יעקב מוצען, וואס זיי זינגען דארט נאך א שטיקל וואס ער זינגט נישט

הבט משמים וראה כי היינו וכו'

הבט משמים וראה
קוק אראפ פון הימל און זעה
דיינע קינדער קלאגט מען
דיינע קינדער פלאגט מען
מ'מאכט א תל פון זיי

נעם פון זיי ראכע געשווינד
פאר דיין בלוט פון דיין ארימע קינד
טוה אונז איבערצייגן
אז דו וועסט זיי מער נישט שווייגן
הבט משמים וראה

ביז דא פארמאג דערווייל, האפענטליך וועט מען טרעפן די איבריגע בעזהשי"ת
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום זונטאג אוגוסט 29, 2010 4:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

טאבאקא האט געשריבן:פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי א שטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס דונערט עס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך

שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט קראקרא
דערמאן זיך אין דיין געליבט ווייבעלע
רוף מיך אהיים קיין קראקא

זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן עס פליהט די רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די יעגערס אליין
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? היטן מיט בליקן
מען שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט

שלעכט איז מיר וכו'

כנסת ישראל נמשלה כיונה, ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג.

עטליכע זאכן האב איך פארבעסערט.

און דא איז די פלאץ אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב טאבאקא פארן בארייכערן אונזער פארום, מיט תוכנ'פולע אינהאלט.
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

און דא איז די פלאץ אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב טאבאקא פארן בארייכערן אונזער פארום, מיט תוכנ'פולע אינהאלט.


וועלקאם בעק טאבאקא אונז האמיר געווארט אייך.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ענדליך העלפט מיר איינער ארויס... אויף אט אזא זאכליכע ענטפער ווארט איך שוין לאנג!
איך מוז דיר זאגן הרב בעילאט, איר האט מצליח געווען ארויפצברענגען א שמייכל אויף מיינע לעפצן אין א סאמע פארכמורעטן רעגנדיגן זונטאג... א גרויסן דאנק דיר!
(לייבי נעם עס נישט פערזענליך, פארשטייסט אליין אז פון סתם שכוח'ס און וועלקאם'ס האב איך נישט צופיל..., אנטשולדיגט)

יעצט צום ענין, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דעם 'און' וואס איך האב געשריבן צווישן "קרעכצט און קראקרא"? איך הער עס קלאר.
אפשר גיבסטו מיר צו פארשטיין וואס ס'מיינט "רוף מיך אהיים קיין קראקא"? ס'האט לכאורה נישט קיין שום הסבר
און אז דו קענסט יא... ביטע העלף מיר ארויס ביי די איבריגע ווערטער פון דעם ליד, און ווי אויך מיט די ווערטער פונעם ליד "מיין הייליג לאנד" וואס כ'האלט אינמיטן (דאס וואס שטייט דא אויבן איז פון א פריערדיגע ווערסיע, כ'האב עס שוין געהאט געאפדעיטעט מיט נאך אפאר ווערטער)

דאס וואס דו שרייבסט "ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג", מיינסטו ווארשיינליך די ווערטער, ווייל די לידער אליינס קען מען נישט פארגלייכן, "סאלא קאקאש" איז א שטייטע הארציגע ליד, און "דאס פארטריבענע טייבעלע" איז מער שנעל געשטימט בבחינת וואלץ.
און נאכאמאל א גרויסן דאנק אייך, כ'האב באמת נישט די ווערטער אייך צו באדאנקען...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ב"ה איך האב שוין אלעס פון דעם אשכול
א דאנק פאר אלע אריינשיקערס

דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 12:32 am

א גאנץ פאפולער ליד מיט זייער שיינע תנועות זייער שיין אראפגעזינגען דורך "לייבעלע וואלדמאן"
"מיין זיידענ'ס חלום"
ווערט אויך געזינגען דורך "דודו פישער" (#19) און "ד"ר מרדכי סובול" האט עס ארויפגעלייגט פאר "קולין שחט" און לעצטענס פאר "יעקב לעמער" אויף "וימלא משאלותינו"
ווי אויך האט ער עס באארבעט פון לייבעלע אליינס אויף "בימים ההם בזמן הזה נומ. 3"
אט איז וואס ער שרייבט דארט (אויף העבראיש):

4 מיין זיידנ'ס חלום
הקלטה מקורית 1954
את השיר מיין זיידנ'ס חלום [חלום סבי] כתב והלחין, החזן אברהם זינגר בשנת 1936. בשיר תיאור נפלא של מלאכי השרת המבקשים מבורא עולם לגאול את עמו, את ישראל מצרותיו. והסניגור הגדול של עם ישראל, משה רבנו עומד ופורש בפני רבוש"ע את תנאי החוזה שבינינו לבין הקב"ה, מאז יציאת מצרים ועד מתן תורה. השיר ראה אור בדפוס באותה שנה [1936] במסגרת חברת "מטרו מיוזיק קומפאני" ומשולבים בו צלילי "האקדמות" לצד מודוסים אחרים המאפיינים את ההסטוריה היהודית רבת השנים ורבת התחינה והבקשה. השיר נכתב במיוחד עבור החזן לייבל'ה ולדמן שהפך עם השנים למייצג הנאמן ביותר של שירי אברהם זינגר. לייבל'ה ולדמן בקול הבריטון המיוחד שלו, בקולרטורה המתגלגלת שלו ובדיקציה המושלמת, מתרגם לשפת השיר את כל הניואנסים הדקים ביותר שכתב אברהם זינגר. ובביצוע שלו מעביר ולדמן בצורה נהירה, מרשימה ומשכנעת את סיפור החלום לכל אחד ואחד מהמאזינים לו.

דא זאגט ער קלאר אז לייבעלע איז א באריטאן, דאס איז א ראי' צו "שטארק זיך", און אנדערש ווי "יודל מעדלזאהן" וואס זאגט דא
index ... =viewtopic
אז לייבעלע איז א דראמאטישע טענאר

מיין זיידע ע"ה
איז געקומען מיר צו חלום
האב איך אים געפרעגט
זיידע'ניו, וואס טוט זיך אויף יענע וועלט
צו איז מען דארט צופרידן
וואס מען טוט צו אונז אידן
און הערט זיך נאר צו וואס מיין זיידע'ניו האט מיר דערציילט

עס לויפן שלוחים
צדיקים מלאכים
עולים ויורדים ארויף און אראפ
ס'איז א רעש און געטומל
אויבן אין הימל
און מען בעט רבוש"ע זאל שוין נעמען א סוף
און משה רבינו בעט
אבינו מלכינו, אונזער פאטער אונזער קעניג
האט דאס אידישע פאלק דען געליטן ווייניג
אבינו מלכינו שמע קולינו חוס ורחם עלינו

וידבר ה' אל משה, און ג-אט רעדט צו משה
וואס נוצט דיין בעטן
וואס טויג דיין טענה'ן
אויב דו האסט פארגעסן וועל איך דיך דערמאנען
האב איך נישט געווארנט כל ישראל חברים
לא יהי' לך אלקים אחרים
איר זאלט ניט דינען צו פרעמדע געטער
ווייל איר וועט זיין אויף צרות און איר וועט ניט האבן קיין רעטער

רבוש"ע אמת אז דו ביסט גערעכט
דיינע קינדער געווארן זענען שלעכט
אבער דו ביסט דאך אונזער טאטע און מיר דיינע קינדער
באווייז'שע דא אונז נאכאמאל דיינע גרויסע וואונדער
ווייל דו האסט אלץ טאטע'ניו אויך דיינע פליכטן
אז דו זאלסט ניט לאזן דיינע קינדערלעך פארניכטן

בעת איך האב ארויסגעפירט די אידן פון מצרים
שקלאפן זענען זיי געווען
און וואס איך האב זיי אנגעזאגט בין איך דען ניט מקיים
משה פרעג איך דיך אליין
ה' אלקיכם, איך בין אייער גא-ט
זאלן זיי נאר פאלגן מיינע צען געבאט
וועל איך זיך דערבארעמען אויף יעדן אידיש קינד
כרחם אב על בנים און פארגעבן זיי די זינד

לעמער לייגט עס גאנץ גוט אראפ, אבער ווי זיס לייבעלע לייגט אראפ דעם "אמת אמת" און אזוי אויך צום סוף די געדרייטע תנועה נאך כרחם אב על בנים, האט קיינער נאכנישט באוויזן...


דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:09 am

נאך א ענליכע ליד -מיט שטארקע מליצה ישרות אויף כלל ישראל- געזינגען דורך "לייבעלע"
"די אייביגע טענה"

רבוש"ע איך וויל זיך מיט דיר אביסל דורך שמועסן
און איך האף אז עס וועט דיך גארניט פארדריסן
ווייל עס קען דאך חלילה ניט שאטן
אז א קינד רעדט זיך דורך מיט זיין אייגענעם טאטן

און וועגן וואס איך וויל מיט דיר רעדן
איז וועגן דיין פאלק ישראל און זיינע ביטערע ליידן
דעריבער בעט איך דיר
דו זאלסט ענטפערן מיר
אזוי ווי א טאטע ענטפערט זיין אייגן קינד

דערמאן זיך נאר גרויסער בורא
ווען דו האסט געגעבן די הייליגע תורה
זענען אלע פעלקער געקומען
און זיי האבן זיך אלע אפגעזאגט דיין תורה צו נעמען
אבער מיר ישראל דיינע קינדער
האבן געזעהן דיינע גרויסע וואונדער
האבן מיר געזאגט נעשה ונשמע
און האבן דיין תורה גענומען
און פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט דיין ליבן נאמען

אבער וואו מיר זענען אין יעדע מדינה
טראגט מען אויף אונז די גרעסטע שנאה
ביי וועמען האבן מיר דען עפעס צוגענומען
און צו וועמען האבן מיר דען שלעכטס געטאן
פון זייט מיר זענען אויף דער וועלט געקומען
פארפאלגט מען אונז פון אייביג אן

רבוש"ע דעם אמת ווייסטו דאך אליין
אז מיר האבן אלעמאל זיך שטענדיג מקריב געווען
על קידוש השם

ווען דו וועסט מיר ענטפערן מאך דערווייל א טאלק
מיר זאלן קענען ווייטער דיך דינען
ווייל אזוינע קינדערלעך ווי דיין אידיש פאלק
וועסטו דאך אין ערגעץ ניט געפינען

דורך שוטה אום מאנטאג יולי 19, 2010 5:19 am

שכוח טאבאקא, מיר זענען אייך מכיר טובה.


דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:57 am

איי ביסטו א שוטה... וואס האקסטו אריין דא, האסט נישט געזעהן ווי איך בעט אויבן אויסדרוקליך: שכוח'ס נאר פריוואט


דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 6:58 am

פון די נושא איז אויך דא א ענליכע -מער חזנישע- ניגון
"א די"ת מיט גא-ט"
ס'איז געווען גאנץ פאפולער ביי די אלטע חזנים, דאס ווערט געזינגען דורך אסאך, צווישן אנדערע דורך דעם בארימטן חזן "גרשון סירוטה" און ווי אויך דורך "משה קאסעוויצקי" (#1) "לייבעלע גלאנץ" "יאן פירס" (#9) "משה אוישער" (וואס זינגט עס זייער שיין, מיט א כאר) אוון נאך
ס'באציהט זיך אויף די צווייטע העלפט פונעם ליד וואס איז באוואוסט ביים עולם פונעם בארדיטשובער "רבוש"ע לאמיר מאכען א בייט" ("יאן פירס" זינגט א ליד "מאיר'קע מיין זוהן" וואס דארט רעדט ער פון די ערשטע העלפט, פון בני חיי ומזוני)
ס'איז נישט אזוי איידל ווי די פריערדיגע צוויי (ווי מ'קען אויך זעהן פונעם נאמען), פון אויבן אויף זעהט די אנהייב אויס אביסל צו שטרענג און חוצפה'דיג כלפי שמיא, אבער זעהט אויס אז זיי האבן געהאט אזא נוסח פונעם הייליגן בארדיטשובער זי"ע
ס'פאסט זייער גוט אויף משה קאסעוויצקי, וואס ווי כ'האב שוין ארויסגעברענגט ערגעץ אנדערש, חזנות'סט ער ארום ביי די לידער, און די ליד איז אזוי געבויעט, ס'איז מער געזאגט ווי געזינגען
איך שרייב עס נאך פון משה ווי ער זינגט דאס ביי א קאנצערט

גוטער מארגן דיר רבוש"ע
איך לוי יצחק בן שרה מבארדיטשוב
כ'בין געקומען צו דיר מיט א די"ת פון דיין פאלק ישראל
וואס האסטו צו דיין פאלק ישראל
און וואס האסטו זיך אנגעזעצט אויף דיין פאלק ישראל
אזש וואו נאר א זאך איז צו את בני ישראל
אזש וואו נאר עפעס איז אמור אל בני ישראל
אזש וואו נאר א קוק איז דבר אל בני ישראל

טאטע'ניו כמה אומות בעולם
פרסיים בבליים אדומיים
די ענגלענדער וואס זאגן אז זייער קעניגן איז א קעניגן
די איטאליענער וואס זאגן אז זייער מלכות איז א מלכות
און איך לוי יצחק בן שרה מבארדיטשוב זאג
המלך, יושב וכו'

און איך לוי יצחק בן שרה מבארדיטשוב זאג
לא אלך ממקומי, איך וועל פון דארטן נישט אוועקגיין
און א עק זאל שוין נעמען
און א סוף זאל שוין זיין
יתגדל ויתקדש שמי' רבה

ביי 'ויתקדש' גיבט ער זייער א שיינעם דריי וואס די חזנים וואלטן זייער געגליכן

דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:01 am

נאך א ליד וואס משה זינגט
"שומר ישראל"
און אזוי ווי די פריערדיגע איז דאס אויך זייער חזנות'דיג געזינגען, ס'זעהט אויס ווי דער מחבר "אברהם וואלף בינדער" האט דאס געמאכט ספעציעל פאר אים
ס'גראמט בכלל נישט, און ס'האט נישט קיין ספעציעלע סיסטעם, ס'איז נאר שיין ארויסגעברענגט אויף אידיש דעם שומר ישראל וואס מ'זאגט ביי תחנון

רבוש"ע העלף דיין פאלק ישראל
רבוש"ע זעה אונזערן ביטערן פיין
רבוש"ע הער דאס געוויין, פון דעם ארימען פאלק ישראל
רבוש"ע דו אייביגער פאסטוך פון דעם אידישן פאלק
זעה ווי דיינע שעפעלעך ווערן אומשולדיג אויסגעקוילעט
ווייל זיי האבן געגלויבט אין דיר
ווייל זיי האבן געהאפט צו דיר
און פאר דיין תורה און מצוות און דיין הייליגן נאמען
אונזער בלוט פארגאסען רבוש"ע
רבוש"ע איצט מוזטו העלפן
ווייז דער וועלט א צייכן אז דו ביזט דער האר פון דער וועלט
אז דיין ליבסטע'ס פאלק איז דיין פאלק ישראל
אז דו ביסט אימער געווען און וועסט אימער זיין
דער שומר ישראל
שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד וכו'

דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:02 am

זייער א שיינע שטייטע הארציגע בענקעדיגע ליד
"אליהו הנביא"
געזינגען דורך "פנחס בורנשטיין" (#25)

אליהו אליהו נאר זאג ווען וועסטו קומען
קוקן מיר זיך אויס די אויגן
ווארטן מיר אזוי אויף דיין קומען

הארציגער געטרייער
קום שוין קום באפרייער

אליהו שוין גענוג צו שטייגן
אורות גייען אריבער
דער אומגליק האלט אין איין שטייגן
טיפער ווערן די גריבער

הארציגער וכו'

מיר בענקען נאך דער מאמען
אין קרוין ירושלים
אויפן וועג צו דער ביורען
אויך די גאנצע וועלט באפרייען

הארציגער וכו'

ער זינגט עס געוואלדיג שיין אראפ מיט זיין הערליכע זיסע חזנישע שטימע -בפרט דעם פזמון פון הארציגער- אזש ס'צוגייט אין אלע ביינער...

דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:17 am

נאך א שיינע שטייטע ליד פון "פנחס בורנשטיין" וואס ווערט אויך געזינגען דורך "יאן פירס"
"א פאסטוכ'ל א טרוימער"

ס'זעהט אויס ווי א משל צו כלל ישראל וואס איז כשה אחת בין שבעים זאבים, און ער ברענגט ארויס בערך די בחינה פון הרה"ק מפשיסחא אז אויב השי"ת זאל נאך אביסל לענגער פון אונז פארקוקן ח"ו וועט שוין חלילה נישט זיין וועמען צו אויסלייזן רח"ל (ס'מוז נישט זיין אז ער מיינט ברוחניות, ס'קען זיין פונקט אזוי זיין בגשמיות)

האט א פאסטוכל א טרוימער ליב געהאט צום הימל קוקן
האבן זיך פון אונטער בוימער וועלף גענומען צוקן

האבן ציגעלעך געמעקן
האבן שעפעלעך געבעקן
און דעם פאסטוך מיט דעם שטעקן נישט געקאנט אויפוועקן

ווען דאס פאסטוכל דער טרוימער האט אין הימל זיך פארקוקט
האבן וועלף פון אונטער בוימער שעפעלעך פארצוקט

האבן ציגעלעך וכו'

ווען דאס פאסטוכל דער טרוימער האט זיך שוין איינגעקוקן
זענען אונטער אלע בוימער ביינדאלעך בלויז געבליבן

קיינער האט שוין ניט געמעקן
קיינער האט שוין ניט געבעקן
אזא פאסטוך מיט א שטעקן
מעג די ערד פארדעקן

די לעצטע צוויי זאצן פאדערן א שטיקל ביאור -לויט אונזער הסבר- וואס ער מיינט צו זאגן דערמיט

דורך טאבאקא אום מאנטאג יולי 19, 2010 7:23 am

נאך א קורצע און שנעלע אבער תוכנ'פולע ליד פון "פנחס בורנשטיין"

"דאס פינטאלע איד"

אידעלע דיין קרוין איז דאס פינטאלע איד
פיל געליטן שוין האט דפ"א
געמאטערט דיינע גלידער'לעך
געפייניגט דיינע ברודער'לעך
געבאדן האט זיך יעדער אין דיין בלוט

בלבולים אן א צאל אויף דפ"א
דאך מוחזק אלעמאל איז דפ"א
דער קליינינקער ישראל'יקל
לאכט פון דיר עמלק'ל
בלייבט פריי דפ"א

ביז דא האבן מיר געשריבן פארן קראך
זייטס גרייט, אי"ה בקרוב וועלן מיר גיין ווייטער מיט שיינע לידער אין בעפארברייטונג צו די "ימים נוראים"
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

bailout האט געשריבן:
טאבאקא האט געשריבן:פאריאגט פון איר נעסט פארטריבן גאנץ ווייט
עלנד אין וואלד ווי איין שטיין
אזוי פליהט ארום א גאנץ לאנגע צייט
איין טייבעלע איינער אליין
עס גלאנצן די שארעס? עס רעגנט עס האגלט
יעדער באהאלט זיך אין זיין געמאך
נאר זי אליין איז פון איר היים פארוואגלט
און האט נישט איר אייגענעם דאך

שלעכט איז מיר אן דיר מיין טייבעלע
הערט מען זי קרעכצט קראקרא
דערמאן זיך אין דיין געליבט ווייבעלע
רוף מיך אהיים קיין קראקא

זי פליהט דארט ארום אין דער גרעסטער געפאר
אפי' די לופט איז נישט פריי
פון אויבן טרעפט מיך די רויב פויגל שאַר?
פון אונטן די יעגערס אליין
מען גרייט מייזלען? טייזוויל? קוקן מיט בליקן
מען האט שוין גענוג בלוט דיר אויסגעצאפט
אויב דו זאלסט מיך יעצט וועלן אנקוקן
עס וואלט דיך ביים הארצן דערכאפט

שלעכט איז מיר וכו'

כנסת ישראל נמשלה כיונה, ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג.

עטליכע זאכן האב איך פארבעסערט.

און דא איז די פלאץ אויסצודריקן אונזער דאנקבארקייט פאר הרב טאבאקא פארן בארייכערן אונזער פארום, מיט תוכנ'פולע אינהאלט.


טאבאקא האט געשריבן:יעצט צום ענין, פארוואס האסטו אויסגעמעקט דעם 'און' וואס איך האב געשריבן צווישן "קרעכצט און קראקרא"? איך הער עס קלאר. איך נישט
אפשר גיבסטו מיר צו פארשטיין וואס ס'מיינט "רוף מיך אהיים קיין קראקא"? ס'האט לכאורה נישט קיין שום הסבר
איך ווייס נישט, עס קען זיין דער שרייבער פון די ניגון האט געוואוינט אין יענע געגנט האט ער עס גענוצט אלס א משל, אדער פלעגט קראקא זיין די ירושלים של גולה.

דאס וואס דו שרייבסט "ס'איז א ענליכע ניגון צו סאלא קאקאש, אביסל מער הארציג", מיינסטו ווארשיינליך די ווערטער,
יא, און צוגאב ווי וויינעדיג יאסעלע זינגט עס
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

ווי איידער צו געבן אזא דוחק'דיגן הסבר, וועל איך ליבערשט אננעמען אז די ווערטער איז ווי איך האב געשריבן
יאסעלע אין אלגעמיין זינגט נישט וויינעדיג נאר הארציג, וויינעדיג קען מען זאגן אויף קווארטין, רויטמאן, פינטשיק וכדו'
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

זייער א שיינע אינהאלטספולע און גאנץ פאפולערע ליד, פארפאסט דורך דעם באוואוסטן קאמפאוזער פון אסאך אידישע לידער "א. זינגער"
"זכרינו לחיים"
ס'ווערט געזינגען דורך אסאך, צב"ש דוד קאסעוויצקי (וואס זינגט עס אויף א קאנצערט זייער שיין, און דער עולם זינגט מיט דעם פזמון) און זיין ברודער שמחה, שלום כ"ץ וואס לייגט עס זייער שיין און הארציג אראפ, און פון די לעבעדיגע "העלפגאט" אויף "הבט משמים", "שלמה גליק" אויף "מקולות" (די אידיש דארט ביי דעם ניגון איז געספעלט פחדים) און נאך (ס'דאכט זיך מיר אז כ'האב שוין אמאל געהערט המזמרים אדער שירה עס זינגען) און... לעמער האט עס נישט לאנג צוריק געזינגען אויף די קול מבשר אונטערוויא, (דעי בהמות האקן עס אבער אפ, און לאזן נישט הערן די גאנצע)
איך שרייבט עס דא אפ פון "שלום כ"ץ"

ווען עס קומען אן די צען פארכטיגע טעג עשרת ימי תשובה
האט יעדער איד בלויז איין זאך אין זיין מחשבה

פזמון:
זכרינו לחיים מלך חפץ בחיים וכתבינו בספר החיים
גא-ט זאל אים געדענקען
דעם לעבן צו שענקען
צו דעם יאר דעם נייעם

אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, דאס ווייסט דער איד
ניטא אויף דער וועלט אפי' א צדיק וואס זינדיגט ניט
און בעט ער ביי דעם רבוש"ע
סלח לנו מחל לנו כפר לנו

פזמון

אט איז ערב יו"כ
כאפט א האן שלאגט כפרות
לאזט צו אים אויס אלע צרות
יושבי חושך וצלמות
לויפט אין שול און טיילט נדבות
און בעט

פזמון

א גאנצן טאג געפאסט און געקלאגט
און אלע תפלות געזאגט
בעטן סליחה ומחילה
עס האלט שוין ביי נעילה
ווערט אויפן הארצן אביסעלע גרינגער
און אלע אידן וועלן זינגען

זכרינו לחיים מלך חפץ "וחתמינו" בספר החיים
גא-ט זאל אים געדענקען
דעם לעבן צו שענקען
לשנה הבאה בירושלים
לעצט פארראכטן דורך טאבאקא אום דינסטאג אוגוסט 31, 2010 4:35 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

א הארציגע ליד געזינגען דורך "מרדכי הערשמאן" וואס טייטש איבער אויף אידיש דריי פון די אבינו מלכינו'ס
"א געבעט"

אבינו מלכינו, סלח ומחל לכל עונותינו
אוי קעניג ליבער פאטער, איך בעט דיך אצינד
איך בעט דיך, זיי מיר מוחל אויף מיינע גרויסע זינד
רבוש"ע, אויב איך האב געזינדיגט פאר דיר
בעט איך דיך זיי מוחל מיר
אבינו מלכינו, החזירנו בתשובה שלימה לפניך

נעם אן די תשובה פון דיין קנעכט אצינד
זיי מיר מוחל מיינע גרויסע זינד
אבינו מלכינו, קרע רוע גזר דינינו
אוי גא-ט'ניו צורייס די גזירה
און ענטפער מיר במהרה

נאך א ליד פון "מרדכי הערשמאן" געמישט מיט רוסיש
"על חטא"
איך וועל עס אפשרייבן כאטש איך פארשטיי עס נישט, כדי אז ווער עס קען עס זאל עס ביטע איבערזעצן אויף אידיש לזכות את הרבים, א דאנק פון פאראויס

ווען עס קומט צו גיין דער שיינער פיינער אינגערמאן יו"כ אין שול פארן רבוש"ע און זאגט:
על חטא שחטאנו לפניך באמת וברצון
ענטפערט מען אים פון אויבן:
פראש די פאנכאקע

ווען עס קומט צו גיין דער שיינער פיינער אינגערמאן יו"כ אין שול פארן רבוש"ע און זאגט:
על חטא שחטאנו לפניך בבטוי שפתים
ענטפערט מען אים פון אויבן:
ניע דא באיא די זאמקאמבאיא

ווען עס קומט צו גיין דער שיינער פיינער אינגערמאן יו"כ אין שול פארן רבוש"ע און זאגט:
ועל כולם אלקי סליחות סלח לנו מחל לנו כפר לנו
ענטפערט מען אים פון אויבן:
ניעפראש טשעלאק

אבער ווען עס קומט צו גיין דער אלטער צדיק ר' לוי יצחק בארדיטושעווער פארן רבוש"ע און קלאגט:
ועל כולם אלקי סליחות סלח לנו מחל לנו אוי וויי כפר לנו, טאטע'ניו זיסער
ענטפערט מען אים פון אויבן:
נא שטאנאם טשעדים פטעדי טעריטשקאם דזשעלאק
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

"יו"כ צו מנחה"
געזינגען דורך "משה קאסעוויצקי" און אזוי ווי זיינע רוב אידישע לידער לייגט ער אראפ זייער חזנותדיג דעם מצב ביים ענדע פונעם הייליגן טאג ווען דער עולם איז שוין מיד און שוואך, פונקטליך וואס ער וויל ארויסברענגען ווייס איך נישט, איך האף אז ער האט יא געוואוסט...

יו"כ צו מנחה דער אומעט איז גרויס
די ריינע נשמות ליכט גייען שוין אויס
דער עולם איז מיד און פארחלישט און בלאס
דער חזן איז הייזעריג, שוואך איז דער באַס

די זינגערליך לעכצן שוין אלע נאך רוה
אפאר תפלות מער אין דער מחזור איז דא
עס בלאזט דער בע"ת לשנה הבאה
און פוסט איז די שול, עס איז קיינער נישט דא
איך שטיי ביי דעם ארוה"ק פארטראכט
אוי וואס איז נאכדעם ווען די שול איז פארמאכט

בדרך צחות קען מען זאגן, אז דאס זינגט דער ראביי פון די יעניגע שולן -וואס פריידט זיך אז איין מאל א יאר קומט מען שוין ענדליך אין שול- אז ער ווייטאגט "וואס וועט זיין נאכדעם וואס די שול איז פארמאכט"...
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

כאטש כ'האב נאך פון "משה קאסעוויצקי", וועלן מיר אבער יעצט איבערהאקן, און אראפברענגען א הערליכע תוכנפולע און מאנענדיגע ליד מעינינא דיומא
"דאס נייע יאר"
געזינגען דורך "לייבעלע וואלדמאן"

דער חזן זאגט אונז אן
מיט א טרויעריגן ניגון
אז א נייע יאר קומט אן
ביי די ערשטע סליחות זאגן

א טייל אידן לויפן
טיקעטס צו קויפן
און א טייל אידן גייען
מיטן רבין זיך זעהן
מען נעמט זיך גרייטן צום יום הדין
ווייל אויבן וועט מען שרייבן
ווער עס זאל לעבן בלייבן
בר"ה יכתבון
בר"ה יכתבון, וביום צום כיפור יחתמון

אין דעם טאג פון ר"ה
איז דאס לעבן אין סכנה
דעמאלטס שרייבט מען יעדנס קוויטל
און מ'וועגט יעדער עבירה
האט דער איד זיך זיין מיטל
ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה

אבער באלד ווי דער יו"ה איז פאריבער
קומט דער איד אהיים פון שול און הייבט אן צו זינדיגן ווידער
פרעג איך אייך אדרבה
צו וועמען האט איר טענות
ווען עס קומט אן הושענא רבה
וואס מאטערט איר די הושענות
בר"ה השנה וכו'
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נאך א ספאָקי (ווי אזוי זאגט מען דאס אין אידיש?) ליד געזינגען דורך משה קאסעוויצקי, וואס גראמט גראדע יא און ברענגט ארויס א שטיקל תוכן
"נעילה"
קאמפאזירט דורך "שמואל אולמאן"

עס שמעלצן זיך ליכטעלעך אין ענגשאפט אין שול
פון הארצן מיר רייסט זיך א תפלה אין שטיל
א געלע לבנה נאר קוקט דורך די שויבן
עס ציען זיך תפלות אזש אויבן
אבינו מלכינו, פתח שערי שמים לתפלתינו

צואוויינט זיך דער חזן, דער "אלתר לחיים"
עס רייסט זיך א שטימע אלס העכער און העכער
און פול ווערט מיט טרערן, אין הימל דער בעכער
און שטיל איז די שטילקייט, און הייליג דער ארט
א תקיעה גדולה רייסט זיך טיף פון דארט
עס מורמלען די ליפן, אוי ביי יעדערער
וויש אפ פון דעם וויי געשריי, די אידישע טרער
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

נאך א ענליכע ליד פון "משה קאסעוויצקי"
"ביים תהילים" ווערט אויך גערופן "אין אלטן ביהמ"ד"
מ'קען עס הערן דא
http://faujsa.fau.edu/jsa/search_music_ ... =findmusic
(קרעדיט: ליפא)

אין דעם אלטן ביהמ"ד, ביי דעם שטענדער, נעבן עמוד
רעכטס דער אלטער ארון הקודש, און דער גרויסער נר תמיד
שטייט דער זיידע ביי דעם תהילים
און צו גא-ט אין הימל בעט ער
און זיין ווייסע בארד צושפרייט זיך
אויף די נישט ווייס אלטע בלעטער

אויף די בלעטער פון דעם תהילים
וואס פארמאגן אוצרות טרערן
ווערן נאך ווידער, יא מ'האט עס ענדליך
און דער בלויער פולער שטערן
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”