חמרא האט געשריבן:הערסט? האט געשריבן:ישראלי האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויף ברענגען די הערליכע ליד פון מודזיץ וואס מען זינגט דארט יעדע טיש פארן קידוש? און איך מיין אז אויך פאר די הדלקה און לג בעומר, ס'איז זייער א שיינע ליד, איך מיין אז ס'איז אויך אין די דיסק פון בויאנ'ע חתונה לעצטע חודש..
יישר כח.
די ניגון האט געמאכט דער אמרי שאול פון מאדזיץ. ס'ווערט געזונגען אויף די ווערטער פון הייליגן האר"י בני היכלא וואס מ'זאגט ביי סעודה שלישית. זייער א רייכער ניגון מיט גאר שטארקע תנועות.
דא איז די ניגון ביי די חתונה הנ"ל.
דער ניגון איז נישט פון רבי שאול זצ״ל. מ׳רופט עס ׳דער זוואלינער ניגון׳ ס׳איז נישט קלאר ווער ס׳האט עס פארפאסט
איר האט רעכט ר' בנציון שענקער ע"ה פלעגט דאס זינגען ביים זוואלינע יארצייט. באמת איז עס נישט קיין מאדזיץ סטייל ניגון מקען זאגען אז עס איז צו א גרינגע ניגון אנקעגען די געווענליכע מודזיצע לאנגע ניגונים.