בלאט 151 פון 353

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 10:07 am
דורך סאטמארע ווארטזאגער
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:

ייש׳׳כ

ארבעט נישט

https://www.dropbox.com/s/gaeb5uhkp9z35 ... d.mp3?dl=0

ייש׳׳כ ארבעט פיין

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2019 11:06 am
דורך קיסריה
הערסט? האט געשריבן:
ביידעלע האט געשריבן:
חמרא האט געשריבן:
הערסט? האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויף ברענגען די הערליכע ליד פון מודזיץ וואס מען זינגט דארט יעדע טיש פארן קידוש? און איך מיין אז אויך פאר די הדלקה און לג בעומר, ס'איז זייער א שיינע ליד, איך מיין אז ס'איז אויך אין די דיסק פון בויאנ'ע חתונה לעצטע חודש..
יישר כח.

די ניגון האט געמאכט דער אמרי שאול פון מאדזיץ. ס'ווערט געזונגען אויף די ווערטער פון הייליגן האר"י בני היכלא וואס מ'זאגט ביי סעודה שלישית. זייער א רייכער ניגון מיט גאר שטארקע תנועות.
דא איז די ניגון ביי די חתונה הנ"ל.

דער ניגון איז נישט פון רבי שאול זצ״ל. מ׳רופט עס ׳דער זוואלינער ניגון׳ ס׳איז נישט קלאר ווער ס׳האט עס פארפאסט

איר האט רעכט ר' בנציון שענקער ע"ה פלעגט דאס זינגען ביים זוואלינע יארצייט. באמת איז עס נישט קיין מאדזיץ סטייל ניגון מקען זאגען אז עס איז צו א גרינגע ניגון אנקעגען די געווענליכע מודזיצע לאנגע ניגונים.

פארעכט'ס מיר מיינע פריינד. בין איך דער איינציגער וואס זאגט אז די ניגון איז פונעם רבי'ן דעם אמרי שאול? אדער זענען דא נאך וואס זענען זיך 'טועה' צו זאגן אזוי.



דאס איז די איינציגסטע ניגון פון הגה״ק רבי שמואל אליהו מזואלין.
ס׳איז נישט פונעם אמרי שאול. פינטל.

וקולי קולות יחדלון.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2019 7:41 pm
דורך שאינו יודע
איינער האט די ניגון לא ימושו מפיך די הייליגע זיידעס וכו׳ ?

יישר כח למפרע

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2019 9:20 am
דורך דריידל
איז דא א רעקארדינג פון זמירות מלוה מלכה פון ר' אלטר לייזר מ'פשעווארסק?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 12:48 am
דורך מצב כללי
איינער ווייסט פון א שיינע יום ליבשה וואס קומט פון אדער ווערט געזינגן אין וויזניץ א שיינע שטייטע ניגון

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:46 am
דורך קנאפער ידען
מצב כללי האט געשריבן:איינער ווייסט פון א שיינע יום ליבשה וואס קומט פון אדער ווערט געזינגן אין וויזניץ א שיינע שטייטע ניגון

יא, מען זינגט עס ביי ברית סעודות און שביעי של פסח.

מען האט עס שוין געזוכט אין דעם אשכול און איך האב נישט געטראפן אז עס זאל זיין ערגעץ רעקארדירט נארמאל (געטראפן א רעקארדירונג (פון הושע פרידמן בן-שלום) אבער נישט א היימישער https://www.dropbox.com/s/bsv1g4momeukn ... 3.mp3?dl=0)

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:51 am
דורך farshlufen
אה פון די רבי אליין.
טאטעניו, בגלל אבות תושיע בנים.

ישר כחכם, קיינמאל געהערט דעם ניגון.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 9:18 pm
דורך מצב כללי
יאפ דאס איז דער ניגון, א ריזיגן יישר כח

איך האב עס איינמאל געהערט ביי א ברית מילה געזונגען דורך א גאנצע משפחה עס איז געווען הערליך

אשאד עס איז נישט דא שענער געזינגן.

איז עס ר׳ קאפל חסיד׳ס ניגון?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 11:51 pm
דורך שתקן
מצב כללי האט געשריבן:יאפ דאס איז דער ניגון, א ריזיגן יישר כח

איך האב עס איינמאל געהערט ביי א ברית מילה געזונגען דורך א גאנצע משפחה עס איז געווען הערליך

אשאד עס איז נישט דא שענער געזינגן.

איז עס ר׳ קאפל חסיד׳ס ניגון?

ניין. עס איז מקובל אז דער ניגון האט געמאכט הרה״ק רבי ישעי׳ דינאוויצער זי״ע

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2019 11:54 pm
דורך מצב כללי
שתקן האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:יאפ דאס איז דער ניגון, א ריזיגן יישר כח

איך האב עס איינמאל געהערט ביי א ברית מילה געזונגען דורך א גאנצע משפחה עס איז געווען הערליך

אשאד עס איז נישט דא שענער געזינגן.

איז עס ר׳ קאפל חסיד׳ס ניגון?

ניין. עס איז מקובל אז דער ניגון האט געמאכט הרה״ק רבי ישעי׳ דינאוויצער זי״ע


טענקס, האסט נישט ביי טשענס א שענערע רעקארדונג פון דעם ניגון?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 7:54 am
דורך חלב ישראל
שתקן האט געשריבן:ניין. עס איז מקובל אז דער ניגון האט געמאכט הרה״ק רבי ישעי׳ דינאוויצער זי״ע

דאכצעכמער אז ער האט אויך געמאכט דעם קה רבון עלם.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 11:55 am
דורך יענקל פאטאש
מצב כללי האט געשריבן:איינער ווייסט פון א שיינע יום ליבשה וואס קומט פון אדער ווערט געזינגן אין וויזניץ א שיינע שטייטע ניגון

נאטאייך אביסל מער היימיש
https://www.dropbox.com/s/hs7dux04tj3fw ... 4.mp3?dl=0

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 5:21 pm
דורך מצב כללי
יענקל פאטאש האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איינער ווייסט פון א שיינע יום ליבשה וואס קומט פון אדער ווערט געזינגן אין וויזניץ א שיינע שטייטע ניגון

נאטאייך אביסל מער היימיש
https://www.dropbox.com/s/hs7dux04tj3fw ... 4.mp3?dl=0


יישר כח גדול

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:28 pm
דורך בית המשתה
יענקל פאטאש האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איינער ווייסט פון א שיינע יום ליבשה וואס קומט פון אדער ווערט געזינגן אין וויזניץ א שיינע שטייטע ניגון

נאטאייך אביסל מער היימיש
https://www.dropbox.com/s/hs7dux04tj3fw ... 4.mp3?dl=0

זייער שיין! ווער זינגט?

ותערב - וויזניץ

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:15 pm
דורך בית המשתה
איינער ווייסט ווי מען קען הערן די וויזניצע ותערב?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 1:59 am
דורך ישראלי
הערסט? האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויף ברענגען די הערליכע ליד פון מודזיץ וואס מען זינגט דארט יעדע טיש פארן קידוש? און איך מיין אז אויך פאר די הדלקה און לג בעומר, ס'איז זייער א שיינע ליד, איך מיין אז ס'איז אויך אין די דיסק פון בויאנ'ע חתונה לעצטע חודש..
יישר כח.

די ניגון האט געמאכט דער אמרי שאול פון מאדזיץ. ס'ווערט געזונגען אויף די ווערטער פון הייליגן האר"י בני היכלא וואס מ'זאגט ביי סעודה שלישית. זייער א רייכער ניגון מיט גאר שטארקע תנועות.
דא איז די ניגון ביי די חתונה הנ"ל.

קענס עס ביטע ארויף לייגן נאכאמאל?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:35 am
דורך הערסט?
ישראלי האט געשריבן:
הערסט? האט געשריבן:
ישראלי האט געשריבן:איינער קען אפשר ארויף ברענגען די הערליכע ליד פון מודזיץ וואס מען זינגט דארט יעדע טיש פארן קידוש? און איך מיין אז אויך פאר די הדלקה און לג בעומר, ס'איז זייער א שיינע ליד, איך מיין אז ס'איז אויך אין די דיסק פון בויאנ'ע חתונה לעצטע חודש..
יישר כח.

די ניגון האט געמאכט דער אמרי שאול פון מאדזיץ. ס'ווערט געזונגען אויף די ווערטער פון הייליגן האר"י בני היכלא וואס מ'זאגט ביי סעודה שלישית. זייער א רייכער ניגון מיט גאר שטארקע תנועות.
דא איז די ניגון ביי די חתונה הנ"ל.

קענס עס ביטע ארויף לייגן נאכאמאל?

דא שעפעלע

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 3:50 pm
דורך ישראלי
יישר כח טאטעלע....

מקור

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:38 am
דורך בית המשתה
דא איז די זעלבע ניגון וואס איז איבערגעשפילט דריי מאל פון אנדערע קאסעטעס, די ערשטע קומט פון מצעד החצרות פון ר' חיים בנט, איינער קען אפשר כאפן פון ווי די אנדערע צוויי קומען?

https://www.dropbox.com/s/6g5vhuxbv512w ... 0.mp3?dl=0

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 2:08 am
דורך שפיגליצקי
דאכט זיך אז דאס איז פון ר' יאסעלע מאנדלבוים ע"ה.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 3:49 am
דורך בית המשתה
שפיגליצקי האט געשריבן:דאכט זיך אז דאס איז פון ר' יאסעלע מאנדלבוים ע"ה.

די מחבר איז הרה"ק ר' אשר מרימנוב זי"ע, איך וויל נאר וויסן פון וועלכע דיסק דאס איז

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 11:52 am
דורך ישראל_הלוי
קען איינער צוברענגן די אפטא תנועה?
-
באבוב: שבת ביים מיטאג טיש לכבוד ראש חודש אלול האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א פארגעזינגען א לענגערע צייט אן אלטע תנועה וועלכע איז מקובל פון הרה"ק בעל אור לשמים מאפטא זי"ע און ווערט געזינגען ביי די ציעשנוב'ע אייניקלעך.

נאכן איבערזינגען דעם תנועה עטליכע מאל האט זיך דער רב שליט"א אויסגעדרוקט בלשון קדשו: "מען קען נאר שפירן א טעם אין די דאזיגע תנועה, אויב שפירט מען נישט קיין טעם אין די ניגונים פון די היינטיגע יונגאטשעס!"...

זונטאג נאכמיטאג ביים ר"ח טיש האט דער רב שליט"א ווידער געזינגען דעם 'אפטא תנועה' עטליכע מאל מיט גרויס דביקות און האט זיך אויסגעדרוקט: "אין ספר 'אור לשמים' זענען צומאל דא אסאך העכערע שטיקלעך וואס אונזערע השגות קענען דאס נישט פארשטיין, אבער דאגעגען זענען אויך דא אסאך שורות וואס מ'פארשטייט יא. - די דאזיגע תנועה האט א שייכות צו די שטיקלעך פון 'אור לשמים' וואס איז נוגע די היינטיגע טעג!"...

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:07 am
דורך בית המשתה
איך זיך די ניגון 'יצוה צור חסדו' א לענגערע טשורטקוב'ע ניגון, דאכט זיך מיר פון מאניש חזן, די זעלבע מחבר פון באוויסטן ברח דודי, איינער האט דאס אפשר אין באזיץ?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:09 pm
דורך מענטשאלע
איך זוך א ניגון 'א קינד פון א מלך' אויף ראש השנה.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 1:52 pm
דורך Mordec