בעאבאכטער האט געשריבן:ניגון עתיק האט געשריבן:לדעתי באקומט מען נישט דעם געפיל פונעם ערשטן העלפט ניגון דאס וואס מ'באקומט פונעם צווייטן העלפט, און ס'זינגט זיך נישט מיט קיין געשמאק ביים סעודה. (עס פעלט דער טאקט).
שמעתי פעם אז דער ערשטער חלק איז צוגעלייגט געווארן שפעטער.
יש ממש בדבריך, בעיקר ווען מען זינגט בחבורה.
בדרך כלל הייבט מען אן מיט אן אנדער ניגון, און ביי אלקא דיליה 'פארט' מען אריבער צום פיטסבורגער, ביזן סוף, מען קען פון "למקדשך" מאכן א געוואלדיגס נאכאמאל און נאכאמאל יעדעס מאל א צווייט'ס, אריינגערעכנט דעם "למקדשך" פון דעם באבוב'ער "קה ריבון"
וואס ר' שאול הוטערער ע"ה זינגט, און בלויז דער לעצטער פאל ווערט געזונגען לעצטנס אין באבוב.
דער וויזשניצער, מיטן "לאנגן רברבין", און דער ספינקער, האבן זייט דער פיטסבורגער "אלקא", פארלוירן זייער 'פני'... קוים דער באבוב'ער ביז אלקא... דער אמת'ן? א שאד...
אבער באבוב'ער חברה! וואס גייט פאר מיט אייך פארוואס איז נישט פארשפרייט
דער הערליך שיין "קה רבון עלם"? ס'איז דאך ממש כלילת יופי, געוואלדיג! ויעיד סופו [וואס איר זינגט יא] על כולו!
די הארמאניעס ביי די רעקארדינג זענען אביסל גובר אויפן מעלאדיע, אי"ה אויב דער עולם וועט הייסן מעט מען אפיר זוכן א מער געהערעגין רעקארדינג.
# אריין אין "שבת התאחדות" אשכול...