גבר ישראל האט געשריבן:חוות דעת האט געשריבן:עס איז דא אן אלטער ניגון אויף אידיש מיט די ווערטער, וואס זענען טיילווייז ווי פאלגענד:
הבט משמים וראה
קוק אראפ פון הימל און זעה
כי היינו לעג וקלס, לעג וקלס בגוים וכו'
נחשבנו לצאן לטבח וכו'
איינער ווייסט וואך איך מיין?
איינער קען עס אהער ברענגען?
יודיש קלעסיקס
הבט משמים וראה
קוק אראפ פון הימל און זע
כי היינו ללעג וקלס
לעג וקלס בגויים.
מיר זיינען אין געלעכטער ביי זיי
נחשבנו כצאן לטבח
אוי באשעפער ווי קאנסטו צוקוקן אזא זאך
מיר האבען דאך קיינעם, נאר דיך איינעם
און דיין נאעמען איז אדושם אחד.
דעריבער בעיטען מיר ביי דיר אלע מאל
ענטפער אונדז שוין, שומר ישראל.
און פארנעם שוין אונזערע טרערען.
וייל קיינער וויל אונדז, ניט אויסהערען
ווען מיר שרייען "שמע ישראל!"
אוי פארגעס אונדז ניט שומר גוי אחד
באוויז אלע פעלקער אז דו ביסט אונזער גאט
מיר האבען דאך קיינעם נאר דיר איינעם,
און דיין נאמען איז אדושם אחד.
זרים אומרים: אין תוחלת ותקווה
פעלקער זאגען, אז פאר אונדז יידען
איז קיין האפנונג ניטא.
מען מעג אונדז טרייבען
מען מעג אונדז יאגען
מיר האבען זיך פאר קיינעם
צו פארקלאגען:
אבער מיר ווייסען אז אין הימל ביסטו דא.
דו האסט דאך אונדז צוגעזאגט
אז מיר וועלען זיך מערען
אזוי ווי אין הימל די שטערען
היינט קוק אראפף
וואס פון אונדז איז געבליבען דא.
עס איז דאך איין פסוק פארהאן
"הנה לא ינום ולא יישן"
דו מוזט דאך היטען דיינע קינדער
מיט מופתים און מיט וונדער
וייל מיר גלויבען אז אין הימעל ביסטו דא.
דעריבער בעיטען מיר ביי דיר...