איך זוך די גראמען וואס איינער האט געגראמ'ט ביי די סעודה פון די חתונה שמחת בית ר' שאול אלתר-ר' יחזקאל מאירזאהן עפעס א הערליכע שטיקל 21 מינוט מיט א מעשה פון ר' משה בצלאל ווייסט איינער בכלל פון וואס איך רעד?
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:ס׳איז אפשר נישט אין פאסיגן זמן, קען איינער ארויפלייגן די קינות לת׳׳ב וויאזוי מ׳פלעגט עס זאגען אין נייטרא. מ׳האף מיר מ׳וועט עס שוין זינגען בשמחה ובצהלה.
איך האב ערגעץ א ריקארדינג פון אדמו''ר מנייטרא שליט''א ווי ער זאגט עס אין ת''ב. פארשטייט זיך אז מען הערט דעם עולם אויך. דו דארפסט מיר אבער געבן אפאר טעג עס אפירציקראצן. דערמאן מיר אין אישי מארגן 10:30 אויפדערנאכט... אויב דו וואוינסט אין מאנסי, און משיח וועט נאכנישט דא זיין די יאר, קענסטו גיין צי הרה''ג ר' מרדכי בעק שליט''א. ער זאגט אויך די נוסח מיט א שטארקע התעורות.
אינגאנצן צובראכן, פארביטערט און פארקלעמט, ער קען זיך נישט בארואיגן, קיין נחמה פון קיינעם נעמט. אוועק פון די וועלט איז די שרייבער זיין פערזענליכע, דער מלך בענקט נאך אים אויף זיין טאלאנט די אויסערגעווענליכע.
אוי ווי שיין זענען געווען זיינע בריוו, יעדע נאכט פאר מיר געשריבן, ארויס פון הארצן טיף. די בריוון אין זכרון וועלן מיר אייביג פארבלייבן, אוי די וועג וויאזוי ער האט עס געשריבן וועט שוין קיינער נישט קענען שרייבן.
א באדינער און פאלאץ איין איינפאל עס פאלט אים, ער ווייסט די אלע בריוון ווי זיי זענען באהאלטן. ער נעמט פון די ארכיוון־ די אלע אלטע בריוון. און לויפט צום מלך צו, קוק וואס כ׳האב געפונען, הט- אזנך לי.
ער שטעלט זיך אראפ און נעמט זיך די בריוועלעך אויפליינען, דער מלך דערמאנט זיך צוריק און ער נעמט זיך וויינען. די בריוון און זכרונות ־ שפע און נסיונות. וואס ער איז פארביי, די הארץ די נשמה אין דעם וואס נאר איך פארשטיי.
”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין, עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם שרייבערל אליין. די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך, עס נעמט מיך ארום, און יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך, ווער איך מלא רחמים.
ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין, דיין הארץ דיין געבעהט דורך דעם וועל איך פארשטיין. די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך. עס עפענט יעדן טיר, ווייל יעדעס מאל די ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.
אוי אוי בריוועלע, אוי אוי בריוועלע, כאילו אמרם הוא בעצמו, (בריוועלע) ־ אוי אוי אוי בריוועלע אין יעדן מצב און סביבה׳לע, אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.“
א שרייבער האט דער מלך גהאט אמאל, דוד בן ישי, דער נעים זמירות ישראל, ווי ער האט געשריבן האט קיינער נישט געקענט, מיט געגועים און אהבה, מיטן (כינור) די פידעלע אין די הענט.
אין די שווערסטע מצבים געשריבן צום קל חי, ה׳ מה רבו צרי, רבים קמו עלי. איך לויב און דאנק פאר ה׳ אלקי, מה אשיב לה׳ כל תגמולוהי עלי.
דוד איז מער נישטא אבער (דאך) כאטש איז אונז פארבליבן, די הארציגע בריוון וואס ער האט צום מלך געשריבן. אונז נעמיר די כתבים ־ און אונזערע מצבים. און מיר ליינען דאס איבער, די אלע צרות וואס דוד איז אריבער.
”ליין מיך די הארציגע בריוועלעך, ליין, עס דערמאנט מיך צוריק די שטימע פונעם דוד׳ל אליין. די שורה׳לעך, די זמירו׳לעך, עס נעמט מיך ארום און ארום. (און) ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך ווער איך מלא רחמים.
ליין מיך די (הייליגע) הארציגע בריוועלעך, ליין, דיין הארץ דיין געבעט דורך דעם וועל איך פארשטיין. די צעטעלעך, נאסע בלעטעלעך, עס עפענט יעדן טיר, ווייל יעדעס מאל דו ליינסט די בריוועלעך וויין איך מיט מיט דיר.
תהלים׳ל תהלים׳ל כאילו אמרם דוד בעצמו. תהלים׳ל ־ ווען א איד פועלן' וויל אמאל, אנקומען ביז צום מלך קען מען נאר אזוי.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חלב ישראל האט געשריבן:די זעלבע בריך שמיה ווי וויזניץ.
אין חב'"ד זינגט מען דער בריך שמיה פון ויזניץ? וואס עפעס? דא אין דעם לינק גייט צו ניגונים פון חסידי אדמור האמצעי דארט איז פאראן א ניגון אנא עבדא פון בריך שמיה וואס החסיד ר' זלמן טייבל האט געזונגען פאר דער רבי זי"ע און געזאגט אז עס איז פון חסידי אדמור האמצעי. דער רבי האט שטארק מחבב געווען די ניגון. קיין אנדערע ניגון אויף בריך שמיה קאן איך ניט אין חב'"ד http://www.chassidus.com/audio/nigun/
חלב ישראל האט געשריבן:די זעלבע בריך שמיה ווי וויזניץ.
אין חב'"ד זינגט מען דער בריך שמיה פון ויזניץ? וואס עפעס? דא אין דעם לינק גייט צו ניגונים פון חסידי אדמור האמצעי דארט איז פאראן א ניגון אנא עבדא פון בריך שמיה וואס החסיד ר' זלמן טייבל האט געזונגען פאר דער רבי זי"ע און געזאגט אז עס איז פון חסידי אדמור האמצעי. דער רבי האט שטארק מחבב געווען די ניגון. קיין אנדערע ניגון אויף בריך שמיה קאן איך ניט אין חב'"ד http://www.chassidus.com/audio/nigun/