בלאט 2 פון 11

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 6:06 am
דורך זאמלער
ס'איז דא א סייט מיטען נאמען 'זמרשת' וואס זיי האבען ניגונים צו הערן. איז דא דארט א ניגון פין הרב הקדוש ר' אהרן הגדול מקארלין אויף די ווערטער. 'והיא שעמדה'
http://www.zemereshet.co.il

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 9:16 am
דורך קרעמער
יענער "והיא שעמדה" איז באקאנט פון די חב"ד קאסעטעס.

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 9:34 am
דורך ווארום
דארפסמאן האט געשריבן:וואס א חיליק ?


ווייסע צו שווארצע

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 4:49 pm
דורך זאמלער
פון מיין זאמלונג איבער ניגוני קארלין

אשאד איך האב נישט דא ביי מיר מיין גאנצע זאמלונג, איך האב עס מער ווייניגער איבער געגעבן צו א שרייבער פון א געוויסע צייט שריפט וואס טוט איבער דעם

די מערסטע באקאנטע מנגן\מלחין אין קארלין (חוץ די רביים), איז געווען החסיד ר' יעקב טעלחינער, מער פרטים קוקט אין 'פרי ישע אהרן' (עמ' שעג).
אין די ביכל פון מנשה אונגער 'חסידות אין יום טוב' (עמ' 110) איז דא געדרוקט נאטען פון א ניגון פון הרה"ק ר"א מקארלין זי"ע אויף די ווערטער "מלאכים שרפים ואופנים פרעגן זיך (בנ"א [וואס שטימט מער] שמעתי: פרעגן זיי,) אוי וויי אוי וויי, וואס ענפערט מען זיי, לית אתר פנוי מיני'"
אין יזכור ביכל פון דראהיטשין (עמ' 160) איז געדרוקט נאטען פון א זמר 'שהשלום שלו' פון די סטאלינער קלויז דארטן.
אין יענעם ספר (עמ' 162) איז דא נאטען פון ר' משה קאברינער'ס ניגון אויף די ווערטער פון קה אכסוף (מר"א הגדול).
אין ספר יזכור פון סטאלין (עמ'163-173) איז דא א גאנצע באשרייבונג פון די באקאנטע חוקר הנגינה מ.ש. גשורי איבער נגוני בית סטאלין.

צו קרעמער, וואס איר האט מעורר געווען אז 'והיא שעמדה' איז געשפילט אין חב"ד קאסעט. עס איז א דבר ידוע אז חב"ד האט פון איבעראל געצויגן נגינים און אביסעל חב"דיזירט אין זינט יעמאלט איז עס געווארן א חב"ד ניגון, (ווער האט נישט געהערט די חב"ד טעלעפאן מיט ניגינים). ווי למשל די באקאנטע ניגון חב"ד אויף 'ושמחת', האט לעצטנס י.מ. כהנא אין מחנה חרדי אויפגעדעקט, אז דאס איז גאר במקורו ר' מאניש חזנס א ניגון (בעל מנגן אין שפיקוב און מער באקאנט אלץ טשארטקובער חזן ווי ער איז שפעטער אנגעקימען). [איך אליין האב יעצט אויך עפעס געפונען, עפנענדיג די בלעטער וואס 'יהי' כן' האט ארויף געברענגט, האב איך שנעלערהייט דורכגעבלעטערט אין געפינען דער ניגון "הצילני נא", און געזען אז דאס איז א ניגון וואס חב"ד זינגט ערגעץ אויפ'ן טעלעפון, און איך בין דא געוואר געווארען אז דאס איז במקורו א קארלינער].
און עס איז א באקאנטע זאך אז אין רוסלאנד (און א וודאי אזוי אויך אין אנדערע לענדער), איז א באקאנטע ניגון ארום געפארען פון איין חסידות צום צווייטען און איז געווארען אויפגעפיקט איבעראל, למשל יוסל טאלנער'ס ניגונים איז צוכאפט געווארען אין אלע הויפן [עי' ספר יזכור ביכל סטולין וואס גשורי שרייבט (עמ' 172): "סגולה היתה לניגוניו [של ר' יוסל טולנער] שהיו לומדים אותם חיש מהר. ניגוניו אמנם לא התאימו בכל לטעם הניגון הקרליני, אבל הקרלינים ידעו כבר להלבישם את הצורה המיוחדת להם ולהפכם לניגונים קרליניים ממש"].
עכ"פ, די ניגין 'והיא שעמדה' ברענגט שוין אין ספר 'לחסידים מזמור' פון א ציינטונג אין ווארשא 1908 איז געווען געדרוקט די נאטען דערפון אלץ א קארלינער והיא שעמדה [אמת טאקע, עס ליגט נישט פאר מיר יעצט די ניגון צו קענען טשעקען אז מען רעדט פון דעם זעלבען ניגון - אבער אזוי קוקט דאס אויס].

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 5:05 pm
דורך קרעמער
כבוד המאסף (זאמלער בל"א);

ידעתי בני ידעתי אז די חב"ד'סקער זענען א מאסף לכל המחנות מיט זייערע ניגונים, איך האב בלויז געשריבן אז דער ניגון איז "באקאנט" געווארן דורך זיי. ווען נישט חב"ד וואלט איך נישט געוואוסט פון דעם תנועה צו זאגען.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 03, 2010 9:12 am
דורך נחמן נתן
זאמלער האט געשריבן:די מערסטע באקאנטע מנגן\מלחין אין קארלין (חוץ די רביים), איז געווען החסיד ר' יעקב טעלחינער, מער פרטים קוקט אין 'פרי ישע אהרן' (עמ' שעג).

דער ר' יעקב טעלעחאנער ז"ל, איז געפארן צו אסאך צדיקים און האט ביי זיי פארפאסט פילע ניגונים. דעריבער זענען דא געוויסע הויפן וועלכע זינגען דעם זעלבן ניגון (פארשטייט זיך יעדער לויט זיין קוועטש). צווישן די הויפן וועלכע ער האט דארט פארפאסט ניגונים איז: קארלין, חב"ד, סלאנים, רוזין, [און לכאו' נאך]. אין חב"ד הייסן די ניגונים 'חבד'סקע ניגונים' און אין קארלין הייסן זיי 'קארלינע ניגונים' א.א.וו. ואלו ואלו דא"ח, ווייל ער האט דאס פאר יעדן געשענקט.

זאמלער האט געשריבן:[איך אליין האב יעצט אויך עפעס געפונען, עפנענדיג די בלעטער וואס 'יהי' כן' האט ארויף געברענגט, האב איך שנעלערהייט דורכגעבלעטערט אין געפינען דער ניגון "הצילני נא", און געזען אז דאס איז א ניגון וואס חב"ד זינגט ערגעץ אויפ'ן טעלעפון, און איך בין דא געוואר געווארען אז דאס איז במקורו א קארלינער].

אין מיינע שורות צוריק, וועסטו טרעפן מיין הערה אויף דעם לעצטען פאראגראף. אין סלאנים זינגט מען אויך דעם 'הצילני נא', ס'איז לכאו' נישט 'במקורו' דוקא א קארלינער. ס'קען פונקט אזוי זיין 'במקורו' א ליובאוויטשער, 'במקורו' א קארלינער, א סלאנימער וכדו'.

און לגבי סלאנים און קארלין; דער ר' מרדכי לעכעוויטשער איז געווען א תלמיד פון ר' שלמה קארלינער, און זיך געהאלטען נאנט מיט בית קארלין, און לכאו' אסאך ניגונים שטאמען פון איין מקור.

געשריבן: דאנערשטאג יוני 03, 2010 4:29 pm
דורך זאמלער
קרעמער האט געשריבן:כבוד המאסף (זאמלער בל"א);

ידעתי בני ידעתי אז די חב"ד'סקער זענען א מאסף לכל המחנות מיט זייערע ניגונים, איך האב בלויז געשריבן אז דער ניגון איז "באקאנט" געווארן דורך זיי. ווען נישט חב"ד וואלט איך נישט געוואוסט פון דעם תנועה צו זאגען.

אבי אבי, כ'אב אייך נישט געמיינט פערזענליך חלילה, איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען דעם פוינט.
נחמן נתן האט געשריבן:דער ר' יעקב טעלעחאנער ז"ל, איז געפארן צו אסאך צדיקים און האט ביי זיי פארפאסט פילע ניגונים. דעריבער זענען דא געוויסע הויפן וועלכע זינגען דעם זעלבן ניגון ...
... צווישן די הויפן וועלכע ער האט דארט פארפאסט ניגונים איז: קארלין, חב"ד, סלאנים, רוזין, [און לכאו' נאך].

יא, א פעיר פוינט, מען דארף אויך צולייגען 'קאידענאוו' (וואס איך געדענק יעצט), אבער בנוגע 'והיא שעמדה', איז לפי 'זמרשת' שטאמט דאס פון ר"א הגדול אליינס.
ומענין לענין אביסל הוספה אויף מיינע פריערדיגע דיבורים
זאמלער האט געשריבן:ווי למשל די באקאנטע ניגון חב"ד אויף 'ושמחת', האט לעצטנס י.מ. כהנא אין מחנה חרדי אויפגעדעקט, אז דאס איז גאר במקורו ר' מאניש חזנס א ניגון

י.מ. כהנא שרייבט דאס אין 'קוראי עונג' בהעלתוך ס"ז נישט אנגעבנדיג קיין מקור פונקטליך. איך האב געטראפען דעם ניגון אין ספר 'די גאלדענע פאווע' (1970) (עמ' 101), ווערט געברענגט דער ניגון, אין די מקורות סוף הספר ברענגט ער די מקור פון 'משה אחילאה' יליד צ'ורטקוב (עי' בספר יזכור טשארטקוב שכ' מאמר שלם על מאניש חזן) - לכאורה גאר א שטארקע מקור אנצוווייזן אז 'ושמחת' איז במקורו פון מאניש.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט טאקע נאך צו קוקען וואס זלמנוב שרייבט אין ספר הניגונים אויף די 2 ניגונים.

אין אמת'ן זענען מיר פארקראכען דא, אפשר וואלט מען געדארפט עפענען א באזונדערע אשכול פאר דעם ענין (וואס איז דא אסאך מאריך צו זיין) [אויב ס'שוין דא - ביטע ווייזט מיר צו]

געשריבן: פרייטאג יוני 04, 2010 9:50 am
דורך נחמן נתן
קוידינאב היינו לעכוויטש. לכן לא כתבתי גם 'קאברין'.

געשריבן: זונטאג יוני 06, 2010 9:31 pm
דורך א פלוט שפילער
יוחי בריסקמאן האט ארויס געגעבן איין טעייפ פון קארלינער ניגונים לליל שבת

געשריבן: מאנטאג יוני 07, 2010 8:46 am
דורך צים פינטעל
א פלוט שפילער האט געשריבן:יוחי בריסקמאן האט ארויס געגעבן איין טעייפ פון קארלינער ניגונים לליל שבת


נאמען?

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 8:24 am
דורך זאמלער
עס איז כדי אפשר דא אויך צו באמערקען אז די 3 אין 7 הקפה וואס מען זינגט אין סאטמער האט די רבי זי''ע געהערט פין ש''ב הרב החסיד ר' יואל אשכנזי וואס ער האט עס געהערט פין רבו ר' שמואל סלונימערזי''ע

געשריבן: דינסטאג יוני 08, 2010 9:01 am
דורך נחמן נתן
זאמלער; אויב מעג איך אייך פרעגען, פון וואנעט נעמט איר דאס? [-איך זאג נישט אז נישט, איך וויל נאר וויסן ווי קראנט עס איז].

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2010 4:50 am
דורך זאמלער
המקור הוא מקונטרס שיו''ל ר''ח חשון תשס''ז לרגל שמחה בבית סאטמאר ע''י מערכת פתגמין קדשין ירושלים דף 71

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2010 7:49 am
דורך נחמן נתן
ייש"כ, תוכל אולי להמציאני העתק מזה?

געשריבן: דאנערשטאג יוני 10, 2010 3:56 pm
דורך זאמלער
איך האב שוין צו סאך צייט אוועק געגעבען פאר דעם מיטן פרובירן ארויף לייגען דא א קאפי, ס'איז מיר נישט געגאנגען, און כ'אב זיך באגענוגט מיט די מקור. אז דו שרייבסט מיר אין אישי א אימייל\פקס\ וכדו', קען איך דיך דאס שיקען, זייער גערן

געשריבן: פרייטאג יוני 18, 2010 5:42 am
דורך זאמלער
געטראפען אין מיין ארכיוו נאך איבער ניגוני קארלין אין יעקב טעלעחאנער ז"ל אין ידע עם תשרי תשי''ט עס געפינט זיך דארט אויך נאטען פין ניגוני קארלין

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 2:10 pm
דורך צים פינטעל
געהערט פון א עלטערע קארלינער איד די וואך אז רוב קה אכסוף פון קארלין קומט ארגינעל פון מודזיץ, סאיז מיר געווען א פלא, האט איינער אינפא דערוועגן??

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 2:20 pm
דורך יהיה כן
צים פינטעל האט געשריבן:געהערט פון א עלטערע קארלינער איד די וואך אז רוב קה אכסוף פון קארלין קומט ארגינעל פון מודזיץ, סאיז מיר געווען א פלא, האט איינער אינפא דערוועגן??



איבער געשריבן פון די דעסקריפציע פון די קארלינע ניגונים אשר ברשותי

זמר קה אכסוף - ניגון מודזיץ הושר בחצה"ק של מרן אדמו"ר רבי אברהם אלימלך זי"ע בקארלין בשנת תרצ"ה הובא לא"י ע"י ר' מאיר קצמן ז"ל
זמר קה אכסוף - הושר בחצה"ק של מרן אדמו"ר ר' אברהם אלימלך זי"ע בקארלין, בשנת תרצ"ה, הובא לא"י ע"י ר' אלעזר לוין ב"ר מאיר טרנא
ניגון ריקוד - מסופר שאדמו"ר רש"י ממודזיץ זי"ע פגש חבורה מחסידי קארלין על הרכבת בחיפה, וכששמע שנוסעים לרשב"י במירון הלחין להם ניגון זה עבורם

געשריבן: זונטאג יוני 20, 2010 2:24 pm
דורך צים פינטעל
יישר כח

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2012 12:13 am
דורך וויצע ראש הקהל
צים פינטעל האט געשריבן:געהערט פון א עלטערע קארלינער איד די וואך אז רוב קה אכסוף פון קארלין קומט ארגינעל פון מודזיץ, סאיז מיר געווען א פלא, האט איינער אינפא דערוועגן??

הנה קישור, חסיד קרלין, הר"ר אהרן חיים הויזמן ז"ל, מו"ל ספרי קארלין סטולין, מדבר על ענין הניגונים ממודז'יץ ששרו בקארלין.
להגיד ש"רוב" ניגוני קה אכסוף הם ממודז'יץ זה סתם הגזמה מגוחכת.
והנה: יו-טוב לינק איז נישט ערלויבט.

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2012 12:44 am
דורך וויצע ראש הקהל
סליחה, הנה הקישור הנכון
יו-טוב לינק איז נישט ערלויבט.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 11:17 am
דורך יהיה כן
זאמלער האט געשריבן:[איך אליין האב יעצט אויך עפעס געפונען, עפנענדיג די בלעטער וואס 'יהי' כן' האט ארויף געברענגט, האב איך שנעלערהייט דורכגעבלעטערט אין געפינען דער ניגון "הצילני נא", און געזען אז דאס איז א ניגון וואס חב"ד זינגט ערגעץ אויפ'ן טעלעפון, און איך בין דא געוואר געווארען אז דאס איז במקורו א קארלינער].


א גאר היסטארישע איטרעסאנטע אויפדעקונג איז אונז היינט מגלה רבי נפתלי אהרן וקשטיין בעל מאגר היוחסין העולמי:

עליו: 'מפי קלמן גולדרייך מלאדז' וכעת בירושלים'.
וכך נכתב שם:
ניגון זה מזמרים בשלש סעודות בשבתות שאחר חג הסוכות, בניגון הספוג עצבון ויגון, את הפסוקים 'הצילני נא וכו', טעם הדבר לפי הנראה, משום שאחרי הסוכות מתחילים ימי הלקיחה לצבא ברוסיא ובפולין, ע"כ.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 9:13 pm
דורך יאפין
די נאטן פונעם ניגון "הצילנו נא" אין ספר הניגונים חב"ד (מיט די ביאור)

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 8:07 pm
דורך רייזענדער
דער פותח האשכול האט בשעתו – פאר 4 יאר צוריק - אנגעהויבן מיט א מרפסן-איגרא'דיגן שאלה, אבער ווי איך זעה איז נאך דערווייל קיין געהעריגן תירוץ נישט אויפגעברענגט געווארן, דעריבער ברענג איך צוריק ארויף דעם ברענעדיגע שאלה: נפשי – און איך גלייב אז נאך אנדערע נפשות כמוני - חשקה עד למאוד צו לייגן אן אויער אויף איינע פון די "באהאלטענע" קארלינער אוצרות, וואס איז כידוע גאר גאר ...כאנישטקיינאויסדרוק... ניגונים, אע"כ קען עימיצער צואווייזן וואו מ'קען האבן צוטריט צו אזא אוצר?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:21 am
דורך טהור-עיניים
די לעצטע פאר יאר זענען ארויסגעקומען עטליכע סידיס פון קארלינער ניגונים, ארויסגעגעבן דורך פינסק קארלין. עפעס אנדערש פון דעם איז נישט דא אפיציעל. אומאפיציעל איז יא דא.

יוחי בריסקמאן האט אסאך זאכן.