בלאט 7 פון 8

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:09 am
דורך חלב ישראל
וואס ווילסטו זען, ווי די רבי'ס קינדער צינדן אן די הדלקה?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:43 pm
דורך פרישוואסער
חלב ישראל האט געשריבן:וואס ווילסטו זען, ווי די רבי'ס קינדער צינדן אן די הדלקה?


א ריקארדינג פין די געהויבענע מעמד הדלקה ל"ג בעמר אין מירון

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 6:06 pm
דורך חלב ישראל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:17 pm
דורך פרישוואסער
חלב ישראל האט געשריבן:http://jewishmusic.fm/album/%D7%9E%D7%99%D7%A8%D7%95%D7%9F-2/


א דאנק!

איז דא צו באקומען די היי יאריגע (תשע"ח) הדלקה?

בדרך אגב... ווער איז די איד מיט די לענגערע ווייסע בארד וואס זינגט במשך די גאנצע מעמד? איך בין נתפעל (אין מן הסתם אנדערע אויך)פין זיין געשמאק אין ווארעמקייט אין לעבעדיקייט ביינאזאם

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:05 pm
דורך יגעתי ומצאתי
חלב ישראל האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:די קארלינע פורים ניגונים לאזט זיך נישט עפענען.

פארראכטן.

ווידעראמאל ארבעט עס נישט.
חלב ישראל, כאשר זיכית את הרבים אשתקד, כן תזכה לזכות את הרבים גם השנה.

יישר כח.

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2019 11:58 pm
דורך חלב ישראל
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווידעראמאל ארבעט עס נישט.

דא האסטו.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2019 6:03 pm
דורך יגעתי ומצאתי
יישר כחכם!!!

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 9:02 am
דורך חלב ישראל
אויף jewishmusicfm זענען דא אפאר אלבומס וואס פינסק האט ארויסגעגעבן.


http://jewishmusic.fm/artist/%D7%A7%D7% ... %A1%D7%A7/

צוויי קרלינער ניגונים (רעקארדינג - נישט מורא'דיג קלאר).

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:48 am
דורך הערסט?
צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

פאראכטן דאס איז די ריכטיגע לינק : https://drive.google.com/open?id=1O4BkB ... fDGT9_X3WB

https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:56 am
דורך שלא נבוש
הערסט? האט געשריבן:צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

https://drive.google.com/open?id=167ojc ... bNqhpV-ung
https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-

די ערשטע ניגון זאגט ער איז פונעם אמרי אש, וואס איז ווארשיינדלעך א מודזיצער ניגון.

די צווייטע האט אסאך באקאנטע קארלינע תנועות, איך וואלט געזאגט אז ס'איז א נייערע ניגון.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:27 pm
דורך farshlufen
די ערשטע איז דאך א טרעק פון "מן האוצר" וואס זוכט עס ביי קארלין?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:17 pm
דורך מצב כללי
הערסט? האט געשריבן:צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

https://drive.google.com/open?id=167ojc ... bNqhpV-ung
https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-


יישר כח

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:11 pm
דורך הערסט?
שלא נבוש האט געשריבן:די ערשטע ניגון זאגט ער איז פונעם אמרי אש, וואס איז ווארשיינדלעך א מודזיצער ניגון.

farshlufen האט געשריבן:די ערשטע איז דאך א טרעק פון "מן האוצר" וואס זוכט עס ביי קארלין?

פאראכטן

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:08 pm
דורך חלב ישראל
די פארראכטענע איז דאכצעכמער אויך א טאלנע ניגון.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:30 pm
דורך יאפין
דער ניגון האט געמאכט ר׳ יוסל טאלנער.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 4:37 pm
דורך הערסט?
חלב ישראל האט געשריבן:די פארראכטענע איז דאכצעכמער אויך א טאלנע ניגון.

אינטרעסאנט. ס'הערט זיך אזוי שטארק קארלין. אבער פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין סתירה ווייל זיי האבן אוודאי געניסט פון זיינע סחורה אויכעט. און ס'איז געווען ענליכע 'סטיילס'.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 8:37 am
דורך ארץ ישראלי
שלא נבוש האט געשריבן:
הערסט? האט געשריבן:צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

https://drive.google.com/open?id=167ojc ... bNqhpV-ung
https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-

די ערשטע ניגון זאגט ער איז פונעם אמרי אש, וואס איז ווארשיינדלעך א מודזיצער ניגון.


אין אלבום חברייא 3 איז דא דער ניגון
און דארטן שרייבן זיי
ניגון שמחה - קרלין וטולנא
מושר בעיתות שמחה בקרלין וטולנא, הניגון מיוחס לר' יוסל טולנער ז"ל, שהיה חזנו של הרה"ק ר' דוד מטולנא זי"ע, שחיבר ניגונים גם לחצר קרלין, יצויין עוד שהאדמו"ר מטולנא זצוק"ל ייחס ניגון זה לר' זיידל ראבנער ז"ל

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:50 am
דורך חלב ישראל
גראדע אין די רעקארדירונגען פון די "Ansky ethnographic expedition of 1912-1914 in Volhynia", האבן זיי צווישן אנדערן אויך דעם קארלינע ניגון. בשעתו האט זיך מיר געוואונדערט וואו קומט א רוסישע ניגון קיין אוקראינע, אבער ווען א חבר האט מיר געזאגט אז מ'זינגט עס אין טאלנא אויך האט עס שוין געמאכט מער סענס. אויך איז אינטערעסאנט אז אויף די רעקארדירונג זינגט יענער די דריטע פאל אביסל אנדערש ווי מ'זינגט עס היינט אין קארלין, ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי א ניגן עוואלווט, אויך איז אינטערעסאנט אז זיי רופן דעם ניגון "ר' דוד קארלינער'ס ניגון". דא איז א פריוויו פון די ניגון פון א סידי פון די רעקארדירונגען פון די עקספעדיציע, ארויסגעגעבן דורך די Vernadsky National Library of Ukraine, ניגון #19.

http://audio.ipri.kiev.ua/CD0.html

געשריבן: מוצ"ש דעצמבער 14, 2019 2:10 pm
דורך ארץ ישראלי
חלב ישראל האט געשריבן:גראדע אין די רעקארדירונגען פון די "Ansky ethnographic expedition of 1912-1914 in Volhynia", האבן זיי צווישן אנדערן אויך דעם קארלינע ניגון. בשעתו האט זיך מיר געוואונדערט וואו קומט א רוסישע ניגון קיין אוקראינע, אבער ווען א חבר האט מיר געזאגט אז מ'זינגט עס אין טאלנא אויך האט עס שוין געמאכט מער סענס. אויך איז אינטערעסאנט אז אויף די רעקארדירונג זינגט יענער די דריטע פאל אביסל אנדערש ווי מ'זינגט עס היינט אין קארלין, ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי א ניגן עוואלווט, אויך איז אינטערעסאנט אז זיי רופן דעם ניגון "ר' דוד קארלינער'ס ניגון". דא איז א פריוויו פון די ניגון פון א סידי פון די רעקארדירונגען פון די עקספעדיציע, ארויסגעגעבן דורך די Vernadsky National Library of Ukraine, ניגון #19.

http://audio.ipri.kiev.ua/CD0.html


דא איז דער גאנצער ניגון

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 1:43 pm
דורך מצב כללי
זייער א געשמאקער אינטערוויו אויף קול מבשר דורך וועלוויל שמעלצער מיט ר׳ יהודה זבולון קליטניק ובנו חיים אהרן אלעס איבער ניגוני קארלין - סטאלין

אינעם קבעו שיר ורננים פראיעקט לכבוד חנוכה

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 5:13 pm
דורך בית המשתה
מצב כללי האט געשריבן:זייער א געשמאקער אינטערוויו אויף קול מבשר דורך וועלוויל שמעלצער מיט ר׳ יהודה זבולון קליטניק ובנו חיים אהרן אלעס איבער ניגוני קארלין - סטאלין



https://www.yiddish24.com/music/111/11718

יא, זייער א שיינע אינטערוויאו מיט אסאך חידושים, אינמיטן אויך א בירור וועגן די באקאנטע קה אכסוף ניגון, און נאך אסאך

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 10:22 pm
דורך נו גוט נו שוין
מ'קען לאודן פון דארט אינטערוויו'ס?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:08 am
דורך לעגאו מענטשעלע
בית המשתה האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:זייער א געשמאקער אינטערוויו אויף קול מבשר דורך וועלוויל שמעלצער מיט ר׳ יהודה זבולון קליטניק ובנו חיים אהרן אלעס איבער ניגוני קארלין - סטאלין



https://www.yiddish24.com/music/111/11718

יא, זייער א שיינע אינטערוויאו מיט אסאך חידושים, אינמיטן אויך א בירור וועגן די באקאנטע קה אכסוף ניגון, און נאך אסאך

דאס וואס ער זאגט אז די באקאנטע ניגון פון קה אכסוף איז פארשפרייט געווארן דורך סקווירא איז היבש אינטערעסאנט... כ'בין נייגעריג צו ס'ליגט עפעס דערין. ואגב די מעשה וואס ער דערציילט דארט גייט דאכט זיך מיר אביסל אנדערש, איך געדענק נישט פונקטליך איך גיי מיר בל"נ נאכפרעגן און צוריקקומען.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:41 am
דורך שלא נבוש
עיין מה שכתבתי כאן.

איך מיין אז עס איז שוין געווען אויף איינער פון קבעו שיר ורננים אינטערוויאו'ס אין די פארגאגענע יארן.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:44 am
דורך לעגאו מענטשעלע
איך געדענק יא צו הערן מזקיני ע"ה אז עס איז געווען שבת, און מען פלעגט נישט אלעמאל זינגען קה אכסוף ביז דאן, אבער דער רבי ז"ל האט שוין נישט געלאזט אויפהערן איינמאל מען האט עס געזונגען. איך דארף איבערפרעגן אבי שליט"א.
אבער חוץ מזה בין איך נייגעריג צו ס'מאכט סענס אז פון סקווירא איז עס געווארן פארשפרייט..

וויאזוי ס'זאל נאר זיין איז דער אינטערוויו מיר געווען מורא'דיג אינטערעסאנט!