ניגוני קארלין

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:09 am

וואס ווילסטו זען, ווי די רבי'ס קינדער צינדן אן די הדלקה?

אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:43 pm

חלב ישראל האט געשריבן:וואס ווילסטו זען, ווי די רבי'ס קינדער צינדן אן די הדלקה?


א ריקארדינג פין די געהויבענע מעמד הדלקה ל"ג בעמר אין מירון

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 6:06 pm


אוועטאר
פרישוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובהדורך פרישוואסער » פרייטאג אוגוסט 24, 2018 1:17 pm

חלב ישראל האט געשריבן:http://jewishmusic.fm/album/%D7%9E%D7%99%D7%A8%D7%95%D7%9F-2/


א דאנק!

איז דא צו באקומען די היי יאריגע (תשע"ח) הדלקה?

בדרך אגב... ווער איז די איד מיט די לענגערע ווייסע בארד וואס זינגט במשך די גאנצע מעמד? איך בין נתפעל (אין מן הסתם אנדערע אויך)פין זיין געשמאק אין ווארעמקייט אין לעבעדיקייט ביינאזאם

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:05 pm

חלב ישראל האט געשריבן:
חסדי אבות האט געשריבן:די קארלינע פורים ניגונים לאזט זיך נישט עפענען.

פארראכטן.

ווידעראמאל ארבעט עס נישט.
חלב ישראל, כאשר זיכית את הרבים אשתקד, כן תזכה לזכות את הרבים גם השנה.

יישר כח.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מארטש 11, 2019 11:58 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:ווידעראמאל ארבעט עס נישט.

דא האסטו.

https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 12, 2019 6:03 pm

יישר כחכם!!!

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מיטוואך מארטש 13, 2019 9:02 am

אויף jewishmusicfm זענען דא אפאר אלבומס וואס פינסק האט ארויסגעגעבן.


http://jewishmusic.fm/artist/%D7%A7%D7% ... %A1%D7%A7/

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

צוויי קרלינער ניגונים (רעקארדינג - נישט מורא'דיג קלאר).

תגובהדורך הערסט? » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:48 am

צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

פאראכטן דאס איז די ריכטיגע לינק : https://drive.google.com/open?id=1O4BkB ... fDGT9_X3WB

https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-
לעצט פאראכטן דורך הערסט? אום זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:06 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
לאנג און זיס

שלא נבוש
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2015 10:50 am

תגובהדורך שלא נבוש » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:56 am

הערסט? האט געשריבן:צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

https://drive.google.com/open?id=167ojc ... bNqhpV-ung
https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-

די ערשטע ניגון זאגט ער איז פונעם אמרי אש, וואס איז ווארשיינדלעך א מודזיצער ניגון.

די צווייטע האט אסאך באקאנטע קארלינע תנועות, איך וואלט געזאגט אז ס'איז א נייערע ניגון.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22099
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:27 pm

די ערשטע איז דאך א טרעק פון "מן האוצר" וואס זוכט עס ביי קארלין?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3629
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 1:17 pm

הערסט? האט געשריבן:צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

https://drive.google.com/open?id=167ojc ... bNqhpV-ung
https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-


יישר כח

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

תגובהדורך הערסט? » זונטאג נובעמבער 24, 2019 2:11 pm

שלא נבוש האט געשריבן:די ערשטע ניגון זאגט ער איז פונעם אמרי אש, וואס איז ווארשיינדלעך א מודזיצער ניגון.

farshlufen האט געשריבן:די ערשטע איז דאך א טרעק פון "מן האוצר" וואס זוכט עס ביי קארלין?

פאראכטן
לאנג און זיס

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » זונטאג נובעמבער 24, 2019 3:08 pm

די פארראכטענע איז דאכצעכמער אויך א טאלנע ניגון.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:30 pm

דער ניגון האט געמאכט ר׳ יוסל טאלנער.
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
הערסט?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 5:40 pm

תגובהדורך הערסט? » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 4:37 pm

חלב ישראל האט געשריבן:די פארראכטענע איז דאכצעכמער אויך א טאלנע ניגון.

אינטרעסאנט. ס'הערט זיך אזוי שטארק קארלין. אבער פארשטייט זיך אז ס'איז נישט קיין סתירה ווייל זיי האבן אוודאי געניסט פון זיינע סחורה אויכעט. און ס'איז געווען ענליכע 'סטיילס'.
לאנג און זיס

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 8:37 am

שלא נבוש האט געשריבן:
הערסט? האט געשריבן:צוויי שיינע נישט באקאנטע ניגונים, טאקע נישט קלאר אבער גענוג קלאר צו הערן די תנועות און זיך עס אויסלערנען.
ס'איז א רעקארדינג פון שמחת בית השואבה פון קארלין אין ירושלים איינס פון דאס יאר (תש''ף) און איינס פון פאריגע יאר. הערט'ס און האט הנאה.

https://drive.google.com/open?id=167ojc ... bNqhpV-ung
https://drive.google.com/open?id=1Oqx-Z ... wlVSJt57K-

די ערשטע ניגון זאגט ער איז פונעם אמרי אש, וואס איז ווארשיינדלעך א מודזיצער ניגון.


אין אלבום חברייא 3 איז דא דער ניגון
און דארטן שרייבן זיי
ניגון שמחה - קרלין וטולנא
מושר בעיתות שמחה בקרלין וטולנא, הניגון מיוחס לר' יוסל טולנער ז"ל, שהיה חזנו של הרה"ק ר' דוד מטולנא זי"ע, שחיבר ניגונים גם לחצר קרלין, יצויין עוד שהאדמו"ר מטולנא זצוק"ל ייחס ניגון זה לר' זיידל ראבנער ז"ל

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 452
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דאנארשטאג דעצמבער 12, 2019 9:50 am

גראדע אין די רעקארדירונגען פון די "Ansky ethnographic expedition of 1912-1914 in Volhynia", האבן זיי צווישן אנדערן אויך דעם קארלינע ניגון. בשעתו האט זיך מיר געוואונדערט וואו קומט א רוסישע ניגון קיין אוקראינע, אבער ווען א חבר האט מיר געזאגט אז מ'זינגט עס אין טאלנא אויך האט עס שוין געמאכט מער סענס. אויך איז אינטערעסאנט אז אויף די רעקארדירונג זינגט יענער די דריטע פאל אביסל אנדערש ווי מ'זינגט עס היינט אין קארלין, ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי א ניגן עוואלווט, אויך איז אינטערעסאנט אז זיי רופן דעם ניגון "ר' דוד קארלינער'ס ניגון". דא איז א פריוויו פון די ניגון פון א סידי פון די רעקארדירונגען פון די עקספעדיציע, ארויסגעגעבן דורך די Vernadsky National Library of Ukraine, ניגון #19.

http://audio.ipri.kiev.ua/CD0.html


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט