פריילאכדיג האט געשריבן:מצב כללי האט געשריבן:אסאך יארן צוריק בין איך געווען אין ביהמ״ד אמונת ישראל די לעצטע טאג ספירה נאכן ציילן מאכט מען א ריקוד און מען טאנצט מיט התלהבות א לענגערע צייט
האבן זיי געזונגען דארט א ניגון אן ווערטער וואס ענדעלט אביסל אין דעם ניגון
איינער ווייסט אפשר וועלכע ניגון זיי זינגען נאך ספירה?
עס איז דא דריי טאנץ ניגונים אויף ספירת העומר
זע דא
יא יא ס'איז דא טאקע דריי טאנץ ניגונים (אויב מיינט דאס טאקע די ניגונים וואס ווערן אנגערופן אויך 'ניגונים שבין פסח לעצרת' מיינעך אז דאס מיינט איר). דעם הערשטן האב איך שוין פריער געגעבן א מראה מקום.
דאס איז די ניגון וואס חיליק זינגט ווי דערמאנט פריהער.
דאס איז ווערשיינליך דעם ניגון וואס 'מצב כללי' האט געהערט אין אמונת ישראל.
און
דאס איז דער דריטער ניגון אויב מאך איך קיין טעות.
הערטס (?) און האט הנאה.
נעמט אראפ פון jumbomail פאר ס'גייט אויס דער דאטום.
נאך א שיינע שטיק צייט וואס איך האב אוועקגעגעבן מיט נישטערן און זוכן צווישן מיינע ארכיוון האב איך עס ענדליך געפינען. אז ס'איז נאך דא היינט יונגעלייט וואס ווילן זיך אנווארעמען מיט אן אלטן ניגון וועל איך טאן פאר דעם אסאך זיי דאס צו צושטעלן.
אשריכם שלא הלכתם לחצוב בורות נשברים.
ב.ד.וו. דאס וואס איך האב פריער געשריבן אז מ'מאכט נישט חמץ'יג די ניגונים, מיינט עס אז נאך טו"ב סיון זינגט מען דאס נישט אבער ביז דאן - ווי מ'האט שוין פריער דערמאנט זינגט מען דאס נאך די ספירת העומר אין די ספירה טעג אפי' נאך פסח.