בלאט 1 פון 10

ניגוני קארלין

געשריבן: דאנערשטאג מאי 27, 2010 11:37 am
דורך צים פינטעל
האט איינער אין באזיץ קארלינע ניגונים אויפגעשפילט מיט שיינע מוזיק

זיי האבן הערליכע ניגונים, זיי געבן עס אבער נישט ארויס

געשריבן: דאנערשטאג מאי 27, 2010 1:28 pm
דורך יהיה כן
איך האב אסאך פון די סחורה, פארבינדיך מיט מיר אין אישי

געשריבן: פרייטאג מאי 28, 2010 7:09 am
דורך elmonsey
איך האב באקימען עפעעס א סידי פין מיין ברידער בערך 2 חדשים צוריק איך מיין אז עס איז נייע ניגונים

געשריבן: זונטאג מאי 30, 2010 4:42 pm
דורך חיים של פרנסה
עס איז דא נייעס פון JDN א קליפ פון א סלונים חתונה.

מקען אויסגיין פאר קנאה, ווי אזוי די ארץ ישראלדיגע חסידים טאנצן ביי זייער רבי'ס א חתונה, סזעהט זיך דארט אויס אזא אחדות, די ניגונים זענען אזוי סאליד, אז מען קען אפילו מיטזינגען!

דא אין אמעריטשקע ווערט מען הייזעריג ווען מען וויל זינגען אינאיינעם ביי א חתונה,

פון וואו נעמט זיך אזא שלוות הנפש?

איך וויל עס דא ארויף לייגן אבער א פייל WMV איז נישט ערלויבט.

געשריבן: זונטאג מאי 30, 2010 4:50 pm
דורך leiby
גיי דורך senspace.com

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 1:50 pm
דורך נחמן נתן
חיים של פרנסה האט געשריבן:עס איז דא נייעס פון JDN א קליפ פון א סלונים חתונה.

מקען אויסגיין פאר קנאה, ווי אזוי די ארץ ישראלדיגע חסידים טאנצן ביי זייער רבי'ס א חתונה, סזעהט זיך דארט אויס אזא אחדות, די ניגונים זענען אזוי סאליד, אז מען קען אפילו מיטזינגען!

דא אין אמעריטשקע ווערט מען הייזעריג ווען מען וויל זינגען אינאיינעם ביי א חתונה,

פון וואו נעמט זיך אזא שלוות הנפש?

איך וויל עס דא ארויף לייגן אבער א פייל WMV איז נישט ערלויבט.

בכלל איז דא אין דעם א יסודות'דיגער חילוק צווישן רוסישע חסידות'ן מיט אנדערע. די אלע רוסישע חסידות'ן קענען זינגען א ניגון צענדליגער מאל, נאכאמאל און נאכאמאל, נישט קיין נפק"מ שטאטע אדער שנעלע (צב"ש חב"ד, קרלין, סלונים וכדו'). געהערט האב איך אמאל פון א סלאנימער חסיד אז דאס איז א בחי' וואס רש"י טייטשט והיה אם שמוע תשמעו בקולי, אם שמוע בישן תשמע בחדש, אז אין די אלטע וועט מען אלעמאל טרעפן נייע זאכן... מיינט צו זאגן, אז ווי טיפער מ'גייט אריין אינעם ניגון ווערט דאס אלץ געשמאקער און זיסער, אזוי אז מ'וויל זיך נישט אפטשעפענען. [אין אנדערער טייל וועלט חסידות'ן איז פארקערט, אויב זינגט מען א ניגון 2-3 מאל, לויפט מען שוין ווייטער צום נעקסטן].

איר האט ערווענט נאך א נקודה וואס בעצם אין מקומו כאן, אבער אזוי ווי איר שרייבט דערפון על איך געבן אביסל א ביאור משלי. אין די סארט חסידות'ן איז דער פרסום אינדרויסן זייער קנאפ, דעריבער די שמחה וואס חסידים האבן ביי דעם רבינ'ס א חתונה איז א אינערליכע שמחה וואס שפראצט ארויס בלויז צווישן זיך, דעריבער ביי דעם רבינ'ס א שמחה איז א אויסערגעווענליכער שמחה ביי די חסידים (ווי מ'קען דאס זעהן גוט ביי די קארלינע חתונות, וואס מיר האבן עטליכע מאל בייגעוואוינט), און מ'פריידט זיך פשוטו כמשמעו מיטן רבינ'ס שמחה. דער שמחה דינט נישט אלץ א מטרה צו ווערן געדעקט אין דער פרעמד. ומהאי טעמא וועסטו נישט געפונען אין קיין שום אויסגאבע בילדער וכדו' פון קארלינע שמחות ווייל דאס איז בניגוד לתכליתם.

מיט א תקופה צוריק איז פארגעקומען א חתונה בבית קרלין אין די זעלבע וואך וואס איז פארגעקומען צוויי חתונות פון רבישע/רבנישע הויפן. מיר האבן דעמאלסט געוויזן פאר איינעם; קוק נאר, די צוויי הויפן שלאגן זיך ווער עס זאל האבן דאס דעקל פון די בילדער מאגאזינען, און אינעווייניג איז געווען full pages אינהאלט איבער די שמחות, בשעת ווען אין קארלין איז געווען מער משתתפים חסידים ווי די צוויי הויפן צוזאמען, און אין זכר למו אין קיין שום אויסגאבע.

הארכתי במקום שאמרו לקצר, אבער דער פליטת קולמוס עשה את שלו.

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 1:57 pm
דורך יהיה כן
דע לעצטע סלאנימע חתונה האט צו טון מיט די קאכעניש אין עמנואל, דאס איז געווען די התלהבות דארט ודי

דער קארלין סטאלינער רבי פערזענליך לאזט נישט בשום אופן קיין פאטאגראפיעס אין קיין איין שום אויסגאבע, און ביי קיין שום מאורע, יהיה מה שיהיה, און פאר זיינס א ווארט גייען אלע חסידים אין פייער, דאס אבערגלויבינג דארט אין רבי'ן שטייגט איבער אלע חסידות'ער

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 2:01 pm
דורך leiby

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 2:09 pm
דורך נחמן נתן
יהיה כן האט געשריבן:דע לעצטע סלאנימע חתונה האט צו טון מיט די קאכעניש אין עמנואל, דאס איז געווען די התלהבות דארט ודי

דאס איז נאר לגבי דעם 'עוצו עצה ותופר' ניגון. [כי עמנ"ו-א"ל].

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 3:58 pm
דורך elmonsey
שכויעך פאר די קליפ די חברה זינגען גוט דארט

געשריבן: מאנטאג מאי 31, 2010 9:57 pm
דורך טהור-עיניים
שערקויעח פאר די קליפ, אבער די קוואליטי דערפון איז זייער שוואך

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 8:46 am
דורך ווארום
איך זיך טאקע די קליפ ווי זיי זונגען די באקנאטע "כי הרבית" ביי א חתונה
זיי זינגען עס מיט אזא געשמאק און ווארימקייט.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 12:09 pm
דורך צים פינטעל
סאיז געווען אין די אשכול פון "ניגון כי הרבית אברהם פריד" אין די היכל הנגינה אשכול

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 1:07 pm
דורך חיים של פרנסה
איך האב עס אין א טרעק נישט אין א קליפ. איז דאס גיט?

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 1:59 pm
דורך דארפסמאן
שכוח פאר די קליפ, איך וויל פרעגן אויב עס איז דא מער ווי איין סלאנים'ער רבי, ווייל איך האב אמאל געזען א סלאנים רבי .. ער אויסגעקוקט אינגאנצן איינדיש,

נאך א זאך איז אינטערסאנט קוק גיט וועסטו זעין ווי דער עולם טאנצט אן די היטן און שטריימלעך, איך קוק עס אן זייער פ....

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 2:54 pm
דורך leiby
דארפסמאן האט געשריבן:נאך א זאך איז אינטערסאנט קוק גיט וועסטו זעין ווי דער עולם טאנצט אן די היטן און שטריימלעך, איך קוק עס אן זייער פ....

ס'איז נישט די איינציגסטע חסידות.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 2:57 pm
דורך נחמן נתן
אין גער איז אויך אזוי שוין יארן לאנג.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 2:59 pm
דורך דארפסמאן
און גער האב איך געוויסט אבער סאלנים האב איך נישט געוויסט

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 3:00 pm
דורך נחמן נתן
סלונים. נישט סלאנים.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 3:04 pm
דורך דארפסמאן
וואס א חיליק ?

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 3:30 pm
דורך ביקסאד
אלופו של עולם.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 4:33 pm
דורך טהור-עיניים
צוריק צום ענין פון קארלין'ער ניגונים, עס זענען דא הונדערטער!!! קארלין'ע ניגונים, אלטע ניגונים, מיט דעם אמת'ן אמאליגן טעם, אבער זיי זענען זייער נישט מפורסם.

נייע, היינטיגע קארלינ'ער ניגונים איז נישט דא צופיל, סטאלין קארלין, מיין איך מאכט נישט מער היינט קיין ניגונים. פינסק קארלין האט יא צוגעלייגט ניגונים אין די לעצטערע יארן. איין שטארק באוואוסטער קארלינ'ער ניגון וואס איז די לעצטע יארן פארשפרייט געווארן (עס האט נישט קיין ווערטער ממילא קען איך עס נישט מסביר זיין), קומט פון פינסק קארלין.

אזוי אויך רעקארדס פון קארלינ'ער ניגונים זענען נישט דא. עפעס קארלינער ניגונים זענען דא אויף די רעקארדס פון ר' יום טוב ערליך, אבער ס'מערסטע פון זיי האט נאך די גאס נישט געהערט. אמאל ליקט ארויס א גוטער קארלינער ניגון צו די גאס, אבער ווי געזאגט, ממש כמעט אלע האט נאך די פרעמדע גאס נישט געהערט.

גראדע האט פינסק קאלין אין די מ"ם יארן, ארויסגעגעבן צוויי קאסעטעס מיט אלטע קארלינ'ער ניגונים, די מוזיק איז טאקע נישט זייער פראפעשאנעל, אבער די ניגונים הערט מען. איך האב זיי ביידע ערגעץ צווישן מיינע אלטע טעיפס. איינמאל האבן זיי אויך ארויסגעגעבן א קאסעט פון שמחת בית השואבה אין פינסק קארלין, צוזאמען מיט אפרים וועבערמאן. אבער כפי ידיעתי איז דאס אלעס וואס איז דא פון ניגוני קארלין צובאקומען.

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 4:38 pm
דורך יהיה כן
נאטן פון קארלינער ניגונים (ווער ס'קען ליינען) זענען אפגעשריבן אין די פאלגנדע ביכער:
בית קארלין סטאלין (יעקב קולא, סי'דא אין אוצר החכמה די לעצטע ווערסיע)
החסידות הליטאית (זאב רבינוביץ, בסופו)
אנתולוגיה למוסיקה חסידית (נחמיה ווינברג)
אין אויך אין 'מוזיקאלישן פנקס' (בערנשטיין)

געשריבן: דינסטאג יוני 01, 2010 4:52 pm
דורך יהיה כן
היות דער ביכל 'החסידות הליטאית' כמדומה איז נישט בנמצא על כן לתועלת מבקשי הנגינה בין איך דא מעלה די בלעטער פון דארט:

געשריבן: מיטוואך יוני 02, 2010 5:19 am
דורך נחמן נתן
יישר כח, יהיה כן.