אויף וועלכע אלבום איז געראטן אויסצופאסטן?

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אויף וועלכע אלבום איז געראטן אויסצופאסטן?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דאנארשטאג מאי 20, 2010 8:35 pm

5
36%
1
7%
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
4
29%
3
21%
1
7%
 
סך הכול שטימען: 14

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

אויף וועלכע אלבום איז געראטן אויסצופאסטן?

תגובהדורך צום זאך » דאנארשטאג מאי 13, 2010 8:35 pm

זיצענדיג איצט ביים שוועל פון די ימי הספירה; שוין מיט א האלבע פיס אינדרויסן, גרייט מען זיך אראפצורייסן דעם פארקלעבטן רויטן עקס פונעם פלאכן קאסעטע שפילער און איר צוריק אקטיוועזירן ווי אין די גוטע לוסטיגע מאמענטן ווען פרייליכע מוזיקאלישע מעלאדיעס האבן זיך געלאזט פון איר הערן.

הגם נישט איבעראל גייט מען ערשט יעצט אויספאסטן. ס'דא וואס פאסטן שוין אויס ביי די זעכציג און ס'דא אפילו וואס פאסטן בכלל נישט... ביי מיין ספרדישע איידעם -צב"ש- שפילט שוין פעסט מוזיק זינט ל"ג בעומר. אנדערע האבן א היתר געהעריג צו הערן מוזיק משך גאנץ ספירה צוליב זייערע אומשטענדן.

און ווי יעדע זאך וואס מ'קען מאמענטאהל נישט געניסן דערפון - איז מוזיק נישט אנדערש. פונקט ווי אין א תענית וועט זיך האלטן אין איין פארשמעקן דעם און יענעם געשמאקן מאכל אפילו ווען אין א נארמאל-דורכשניטליכער טאג באגייט איר זיך באקוועם אנע דעם, און זאל נישט געמאלט זיין ווען איר פאלט אריין אין א גראסערי געשעפט אין א פאס-טאג, גאר גיך וועלן די פאליציעס זיך אפליידיגן פון איר אינהאלט.
די זעלבע איז ביי א תענית המוזיקה. פונקט שווימט ארויף דעם הארציגן תנועה און יענער הערליך שטיקל מוזיק, מ'מוז עס אויפשפילן יעצט. אבער... נאופס! נישט יעצט. מ'פאסט איצט.
די דורכגייער אויף רחוב בר אילן ביי די גל-פז געשעפט האבן געקוקט מיט פארוואונדערטע בליקן אויף דעם פארשוין וואס קומט יעדע פאר מינוט אהין זיך איינהאנדלן פרישע מוזיק סידי'ס פונקט אום ספירה. אבער אזוי גייט עס, ווען דו הונגערסט נאך עפעס וועסטו ספענדן דאפלט און טריפלט ווי אין נארמאלע אומשטענדן.

און פונקט ווי ביים אויספאסטן נאך א תענית זענען פארשריבן פארשידענע אנווייזונגען וואס איז יא געראטן צו עסן און וואס נישט (טייל זאגן אז ס'איז בכלל גוט גארנישט אין מויל צונעמען ביז לכה"פ 10 מינוט נאכן פאסטן..), די זעלבע קען געזאגט ווערן ווען מ'גייט אויספאסטן פון נישט הערן מוזיק. קיין ווילדע ראקישע ניגונים איז זיכער נישט געראטן אויף אויסצופאסטן פארשטיי איך. די נשמה וועט עס זייער שווער פארדייען... אלזא וואס יא? דעריבער עפן איך דא דעם אנקעטע ווי איך וועל אריינשטעלן א אויסוואל פון עטליכע אלבום'ס וואס געוויסע ניגונים דערפון האבן מיר שטארק געבענקט משך דעם גאנצן תענית, און לאמיר זעהן וואס דער דעת הציבור איז.

נ.ב. גרויזאמער קענסט שוין צוריק אנהייבן שרייבן. (פאר ווער ס'ווייסט נישט, ס'געווען א וואך נאך פסח כ'האב זיך געהאלטן אין איין בעטן ביי אים אז היות יעדעס מאל כ'זעה זיין חתימה רייצט ער מיר אן אנצוצינדן דעם "את החי" פון "מ.ב.ד." און ס'פעלט א האר און כ'פאסט אויס, האט ער מחליט געווען אז ענדערש שרייבט ער נישט אום ספירה ווי איידער מכשיל צו זיין א איד... (זעהט אויס אז טוישן חתימה איז נישט געווען קיין אפציע צוליב וואס ער וואלט נישט געקענט באנייען אום ספירה קיין נייע.))

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 8:46 pm

ראש חודש מעג מען שוין הערן מוזיק?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג מאי 13, 2010 9:57 pm

א גאנצע שאלה צי מען מעג ליינען א צום-זאך תגובה אין ספירה... נא, לכבוד ר"ח קען מען מקיל זיין.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג מאי 14, 2010 5:03 am

קרעמער האט עס שוין גוט געזאגט. אויב מעג מען ליינען צום זאך'ס א תגובה, וועלעכע מאכט לויט אלע פוסקים מער פריילאך ווי געגועים פון יהודא גרין, דאן איז מוזיק... הממממ.. כ'זאג נישט גארנישט.

צום זאך. ביסט גאר גוט!

(איך וואלט דיר געגעבן עטליכע גרינע, אפילו איך בין היפש שארט דעראון, נאר זינט די ליינסט דאס אויפן בלעקבערי און מ'קען נישט זעהן קיין גרינע איז עס סתם א שאד)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » פרייטאג מאי 14, 2010 7:04 am

וואס עפעס נאר די סידי האסטו אויסגעוועלט? (געספאנסערד?)

וואס איז מיט ליפא?

פערצופאל פלאן איך אויסצופאסטען אויף לחיים - ל"ג בעומר, אוי וואס קען זיין שענער. מען האט עס נאר איין טאג געהאט צו הערן.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » פרייטאג מאי 14, 2010 8:23 am

איך פאסט געווענטליך אויס אויף א רביעית "אלט וויליאמסבורג"...

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » פרייטאג מאי 14, 2010 10:31 am

פריילאך האט געשריבן:וואס עפעס נאר די סידי האסטו אויסגעוועלט? (געספאנסערד?)

וואס איז מיט ליפא?


צום זאך האט געשריבן:דעריבער עפן איך דא דעם אנקעטע ווי איך וועל אריינשטעלן א אויסוואל פון עטליכע אלבום'ס וואס געוויסע ניגונים דערפון האבן מיר שטארק געבענקט משך דעם גאנצן תענית, און לאמיר זעהן וואס דער דעת הציבור איז.


צו מיין באדויערן קען מען נישט בענקן צו עפעס וואס מ'האט נאכנישט געהערט.

אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

תגובהדורך פויער » פרייטאג מאי 14, 2010 11:34 am

איך דארף נישט קיין איינס פון די אויסגערעכנטע

איך בענק מיך נאך ירמי' דאמען טעיפס

ועל טעם וריח אין להתווכח
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מוצ"ש יוני 04, 2011 11:05 pm

איינער קען זעהן די אנקעטע אויסוואהל?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 30, 2012 10:50 am

נו, אויף וועלעכן אלבום האט איר אויסגעפאסט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 30, 2012 10:54 am

צייטליך האט געשריבן:נו, אויף וועלעכן אלבום האט איר אויסגעפאסט?

Keep Climbing
דאס האט מיין אייפאד אויפגעמישט דאס ערשטע
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 30, 2012 11:03 am

זיך אריינגעזעצט אין אויטא און אנגעצינדן דעם סידי פלעיער, דאס ערשטע איז ארויפגעקומען "ברודער" פון צדוק גרינוואלד. (דאס וואלט אבער נישט געווען מיין ערשטע אפציע)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג יולי 30, 2012 1:34 pm

אויף ובירושלים תנחמו... (מב"ד כולם אהובים)

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 446
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » מאנטאג יולי 30, 2012 1:35 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:נו, אויף וועלעכן אלבום האט איר אויסגעפאסט?

Keep Climbing

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 30, 2012 2:21 pm

אין אפיס האמער אנגעצינדן די לעצטע אלבום פון MBD "כיסופים".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 30, 2012 2:27 pm

אין אפיס ארבעטן מיר אונטערן רושם פונעם סאלידן געזאנג פון "לחיים אפיס מוזיק"
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » מאנטאג יולי 30, 2012 2:36 pm

צייטליך האט געשריבן:אין אפיס האמער אנגעצינדן די לעצטע אלבום פון MBD "כיסופים".
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יולי 30, 2012 2:36 pm

לב טוב האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:אין אפיס האמער אנגעצינדן די לעצטע אלבום פון MBD "כיסופים".
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג יולי 30, 2012 5:16 pm

גראדע ווייסט איינער פון א נייע טעיפ וואס דארף יעצט ארויס קימען?
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג יולי 30, 2012 5:26 pm

געהערט האבעך אז יוסי גרין קומט יעצט ארויס מיט א אלבום פון זיינע שטייטע נוגינים געזינגען דורך שירה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 30, 2012 5:31 pm

ידיד האט געשריבן:געהערט האבעך אז יוסי גרין קומט יעצט ארויס מיט א אלבום פון זיינע שטייטע נוגינים געזינגען דורך שירה.

מיט שלומי דאסקאל. לייען דא:
viewtopic.php?f=18&t=17578
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג יולי 30, 2012 6:48 pm

קיינער דא האט נישט אויסגעפאסט אויף "קיעפ קליימבינג"?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 31, 2012 9:46 am

אויפריכטיג האט געשריבן:קיינער דא האט נישט אויסגעפאסט אויף "קיעפ קליימבינג"?

וואס איז דען אזוי שווער אביסל ארויפצוקוקן און זעהן אז מאן-יימער און geek האבן דעראויף אויסגעפאסט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג יולי 31, 2012 10:07 am

צייטליך האט געשריבן:
אויפריכטיג האט געשריבן:קיינער דא האט נישט אויסגעפאסט אויף "קיעפ קליימבינג"?

וואס איז דען אזוי שווער אביסל ארויפצוקוקן און זעהן אז מאן-יימער און geek האבן דעראויף אויסגעפאסט..

זיי האבן אויסגעפאסט אויף "keep klimbing" און אויפריכטיג רעדט פון "קיעפ קליימבינג"...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 31, 2012 10:20 am

וואו איז דאס קיעפ קארנער קליימער ערגעץ ביי לי און מעפל טערעס?...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט