כלי זמר = במקרא, בחז"ל, ובביהמ"ק.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

כלי זמר = במקרא, בחז"ל, ובביהמ"ק.

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג ינואר 15, 2007 4:49 pm

איך בין נישט צו קיין גרויסער טאנעס-כאלעם אין עניני קלעזמער. איך שרייב נאר וואס איך ווייס מפי ספרים וסופרים, בזכות עוואויסיי ווערעבויסיי.

איך וועל קודם מעתיק זיין עטליכע אויסצוגן פון דעם שכנ'דיגן אשכול, ווי עטליכע פון אונזערע חשובע חברי הקרעטשמע האבן שוין געשריבן בנוגע די ענינים, און דערויף וועל איך צו געבן מיינע ידיעות, כיד ד' הטובה עלי.

קרעמער האט געשריבן:איך וועל אנהייבן מיט מיין באליבטע אינסטרומענט, וואס ווערט גערופן "פידל" אויף אידיש, און אויף ענגליש "VIOLIN".

עס איז דא וואס זאגן אז דאס איז דער באקאנטער "כינור" פון חומש, וואס ווערט שוין צוגעברענגט אין פרשת בראשית "אבי כל תופש כנור ועוגב", לויט דעם האט אויך דוד המלך פארמאגט אזא סארט כלי, וואס פלעגט זינגן ביי חצות און אים אויפוועקן צו דינען השי"ת (ברכות ג' ע"ב).

די וועלט זאגט אבער אז דער היינטיגער פידל איז גאר ערפינדן געווארן דורך עפעס אן איטאליענער גוי מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק, און די ריכטיגע כינור פון תנ"ך איז עפעס אנדערש (אין די משנה סוף עירובין איז אבער יא משמע אז די אמאליגע כינורות האבן פארמאגט די זעלבע סארט נעגלעך פון אויבן און אונטן וואו די סטרונעס פלעגן זיין אנגעדרייט, עיין שם).


מאשקע האט געשריבן:קרעמער, לויט טייל דיעות איז א כינור - א הארפ, און לויט טייל דיעות איז עס א פידל, און לויט יענע דיעה איז א נבל - א הארפ.


קרעמער האט געשריבן:מאשקע כתב:
קרעמער, לויט טייל דיעות איז א כינור - א הארפ, און לויט טייל דיעות איז עס א פידל, און לויט יענע דיעה איז א נבל - א הארפ.

יישר כח מאשקע, איך האב אויך עפעס אזוי געדענקט. מיר איז אבער שווער פון די גמרא אין עירובין וואס זאגט קלאר אז די כינורות פון די לויים האבן פארמאגט אזעלכע יתידות וואס אויף דעם זענען די נימין (סטרונעס) געצויגן געווארן, און מען האט דאס געקענט איינציען פון אויבן און אונטן, א זאך וואס איז - לויט מיינע ידיעות - נאר ביי די פידלען און די אנדערע אין איר קאטעגאריע (ווייאלע? סעלא?).


מאשקע האט געשריבן:קרעמער, וועגן דעם טאקע איז דא דיעות אזוי און דיעות אזוי.
צווייטנס, דאכט זיך אז א הארפ קען מען אויך אנציען, אבער נישט פון ביידע זייטן. איך מיין אז נאר פון אויבן.


קרעמער האט געשריבן:רש"י עירובין דף קג/א
משלשל מלמטה וכורך מלמעלה - שהרי יש יתדות מלמעלה ולמטה, שראשי הנימין כרוכין בהן וכשהוא רוצה מגלגל היתד והנימא נארכת, כעין שעושין למיני כלי זמר ארפ"א*), דמאריך עד שיגיע ליתד שלמעלה וכורכה בו, והרי היא כבתחלה, ומגלגלין היתד עד שמתפשטת כהלכתה ומשמעת קולה, ולרבנן עדיפא למשרי קשירה, דהא משלשל נמי אב מלאכה הוא, דמתקן כלי כהלכתו וכיון (דדמי) [דשרי] לכתחלה מחליף ואתי נמי להתיר נימין בכנור חדש לכתחלה, הלכך קשירה עדיפא:

*) הארפ! - און עס איז משמע אז עס פארמאגט נעגל פון אויבן און אונטן.


1] נבל. ס'דא דיעות וואס האלטן אז נבל איז א LUTE. (בנבול עשור זמרו לו (תהלים לד), איז דא א י"א וואס האלטן אז דאס איז א LUTE מיט צען שטריקלעך, וזה שאמר דוד בנבל "עשור" מיט א נבל פון צען שטריקלעך זמרו לו).

2] כינור. הארף. דער שורש פון ווארט "כינור" איז מלשון "וכנו" (נחשת לרחצה), וואס דער אפטייטש דערפון איז א פאסיגע האלטער פאר א זאך, און וויבאלד ביי א הארף זענען די סטרינעס אריינגעזעצט על כנו דעריבער הייסט דאס "כינור" (כך שמעתי).

כ'האב געהערט א ראי' כנור איז א הארף, ווייל די גמרא זאגט אין ברכות, אויפן פסוק חצות לילה אקום להודות לך, אז דוד המלך האט געהאט אנגעהאנגען העכער זיין בעט דעם כינור, וכיון שהגיע חצות לילה רוח צפונית מנשבת בו והי' מנגן מאליו וכו'. האב איך געהערט אזוי, אז דער איינציגסטער כלי שיר וואס אויב מען לייגט דאס (דער אפענער/ברייטער זייט) לצד רוח צפונית, אויף אן אויפן אז דער עצם הארף ליגט צו דרום צו, דאן ווען עס קומט א צפון ווינט און לויפט דורך צווישן די שטריקלעך פונעם הארף הערט זיך אן א קול דממה דקה פון א ניגון, פארשטייט זיך אז ס'זיגט נישט א זמר'ל אבער א קול דממה דקה הערט זיך אן.

(קרעמער דיין ראי' פון רש"י, גריזשעט מיר אביסל, ס'אגוטע ראי')

ע"כ איז דער הללוהו בנבל וכנור. איבער במינים ועוגב, וחצוצרות וחליל וכו', אין א צווייט געלעגנהייט אי"ה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 15, 2007 5:36 pm

שכוח זארעכ. דיינע ידיעות זענען ברייטע. איך ווארט אויף די פארזעצונג.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:42 pm

איך זעה א שטיקל סתירה אין די פאלגענדע שורה פון ר' זארעכ;
(קרעמער דיין ראי' פון רש"י, גריזשעט מיר אביסל, ס'אגוטע ראי')


כידוע, גריזשען מיינט ווען עפעס געפעלט נישט, עס נערווירט, משא"כ א גוטע ראיה וואס דרינגט אריין און געפעלט, אבער גריזשעט אבסאלוט נישט..

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » מאנטאג ינואר 15, 2007 8:30 pm

קרעמער:
מאך א סעריע פון דיינע גוטע קשיות, און לייג דאס, די גרידזשע קשיא, אלס די צווייטע אין צאל...

און וואס אן אמת איז אזוי: דאס, אז דער כנור איז א הארף, האב איך פון נאך מקורות, דעריבער מאכט מיר דער רש"י אביסל נערוועז און לאזט מיר נישט שלאפן, (עה... כ'שלאף ב"ה גוט ביינאכט... כ'מיין נאר דעם אויסדריק דערפון...) אמער איך פארשטיי דאך נישט א רש"י, כ'מיין, האסט שוין אמאל געשפירט דעם טעם פון זיין נערוועז נישט קענעדיג פארשטיין א רש"י... הא?. כ'פלאג זיך און כ'פלאג זיך, בעזהשי"ת וועל איך אויפקומען מיט א פשט. יגעת ומצאת - זאגט דאך דער רבי - תאמין. נישט אזוי?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג מארטש 25, 2007 3:17 am

איך האב געטראפן אן אינטרעסאנטע ווידעאו אויף יו-טוב. איינער האט געקויפט אויף אי-בעי א כלי וואס ער טענה'ט אז דאס איז דער "כינור" וואס איז געווען אין ביהמ"ק, און ער שפילט דערויף! ער האט עס אנגעשטעלט (געטונט) אויפ'ן "אהבה רבה" סקעיל, וואס רוב קלעזמער ניגונים (און אויך אסאך היינטיג חסיד'ישע ניגונים) זענען אויף דעם סקעיל.
קוקט און האט הנאה.
http://***********/watch?v=MPN7pl5LvyE


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וימאןX3 און 15 געסט