החזן ר' יעקב אונגאר

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

החזן ר' יעקב אונגאר

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג ינואר 15, 2007 1:56 pm

עפ"י בקשת איך-געדענק-שוין-נישט-ווער, לייג איך דא ארויף א זאמלונג פון עטליכע ניגונים, געזונגען דורכ'ן בארימטן חזן ר' יעקב אונגאר נ"י.
http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... f123748d33
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:54 pm

כאב הנאה איהם צו הערן ער איז נישט ווייסעך וואס, אבער זיס.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:09 pm

דער שיינער בעל תפלה, ר' יאנקעל זאל זיין געזונט, האט נעכטן זייער שיין אראפגעלייגט דעם "מיר וועלן מאכן א בייט" אווי אייביג, אבער דאס יאר צוזאמען מיטן חזן ר' מאיר ברוך, פון די ביידע סארט קולות, טענער, שטימעס וכו', איז ארויסגעקומען א ריח ניחוח אשה לה' ונסכו רביעית היין לכבש יין זאת עלת חדש בחדשו......

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:19 pm

ווי ? אפשר ביי עוזר דלים בארדיטשוו
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:32 pm

יא

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » פרייטאג פאברואר 29, 2008 2:49 am

אין נארמאלע אומשטענדן, קומען זיי זיך צוזאם חוה"מ סוכות, ביי איינע פון די פילאנטראפן אין שטאט.
אין זיינען מכבד דעם אויבישטן מיט זייער "אלא מגרונך"
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג פאברואר 29, 2008 10:46 am

און איבער דעם ווערט ארומגערעדט - דאכט זיך - אין איינע פון די אשכולות דא אין היכל הנגינה.
An article a day keeps the babies away

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מאנטאג מארטש 03, 2008 9:43 pm

ווי?
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג מארטש 03, 2008 11:19 pm

בס"ד,

ר' יעקב איז א "בעל תפילה" איינס אין דער וועלט, און צו דעם קען ער זינגען אזוי שיין און טייער, ממש א צעגיסעריי פון מתיקות.

אפאר יאר צוריק האט ער געדאווענט שחרית שבת אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל, און די ווענט ציטערן נאך יעצט.

אמאל האב איך אים געהערט דאווענען גשם, עס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג אין ביהמ"ד (אברכים זשופניק).

אויך האב איך א טעיפ ווי ער זינגט מוצאי שב"ק, ביי א פריוואטע מסיבה, די ניגון "אודה לקל לבב חוקר" מיט די אלטע אידישע ווערטער, אזוי שיין און זיס און ווארים און מלא געגועין אז מען שוועבט אין זיבעטן הימל.

ווי האט יענער פריער געזאגט, "ער איז נישט עפעס ווייסעך וואס" --- גערעכט, ער קען טאקע נישט זינגען קיין שטיקלעך ווי העלפטגאט אדער שמחה לעווינשטיין, אבער נאך א יענקל אונגאר איז פארט נישטא. געוואלד שבגעוואלד, א מוסטער פון א משוגע-שיינעם בעל תפילה. מיט יענקל אונגאר ביים שטענדער אדער מיקראפאן, ווער דארף אן איטשע מאיר אדער א לעווינשטיין?

א דאנק.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג מארטש 04, 2008 12:12 am

יוםבערליך

טאקע גיט ארויסגעברענגט.

כ'האב אים שוין אויך אסאך געהערט, סיי אלס בעל תפילה, אין אויך ביי אנדערע אנגעלעגנהייטן, ווי א חתונה אין נאך, אין אפי' אויך גשם. ער איז טאקע אן אנדערן סטיל ווי העלפגאט, אדער אנדערע חזנים. אין ס'איז פארשטענדליך אז געוויסע זאלן אים מער ליב האבן פון אלע אנדערע אין זיין ליין. אבער ווי זאגן חז"ל "אל טעם וריח אין להת..." לדעתי אינקלודט עס די טעם פון נגוני אויך.

אבער צי זאגן אז "ס'איז נישט געווען קיין טריקן אויג", קומט נישט אין באטראכט. דאס איז ביז וויפיל איך ווייס נישט דא אין היינטיגן דור. אין נאכמער: די וואס זאגן עס יא אויף א היינטיגן, מאכן נישט דעם היינטיגן גרעסער. נאר ס'ווייזט זיך ארויס פון זיינע ווערטער, אז ער קלער אז נאר דאס איז געווען, אין דאס איז שוין די מאקסימאם שייך.
וויל איך אייך מודיע זיין, אין איר קענט זיך נאכפרעגן ביי דעם עלטערן עולם, זיי וועלן דאס נאר באשטעטיגן. אז די חזנים פינעם פריערדיגן דור, האבן יא געקענט מאכן אז אפי' קאלטע אינגען זאלן לאזן טרערן.

ס'דערציילן נאך היינט, אז געוויסע חזנים נאך די קריג, א שטייגער ווי חזן ווידער, ביי זייערע קאנצערטן האט דער גאנצער עולם געוויינט, נישט נאר געלאזט טרערן אין דער שטיל, נאר זיך געווארפן פאר געוויין.
ווי מ'קען זעין היינט ביי די היינטיגע קאנצערטן פון לעבעדיגע מוזיק אין ניגונים, אז דער גאנצער עולם טאנצט מיט מיט זעלטענע התלהבות. די זעלביגע פלעיגט דארט פאסירן, נאר מיט געשרייען אין געוויינען אין דער עולם האט מיטגעזינגען וויפיל ס'איז שייך געווען. ווען מ'האט מיט געהאלטן א קאנצערט האט יעדער געפילט ווי א נייער מענטש.

טא ווי קען מען ציגליכענען א שיינער בעל תפילה, וואס באנעמט דעם ציהערער, צו אזעלעכע וואס מ'לאזט טרערן ביי זיי.


אגב.
ס'מיינט נישט אז היינט קען נישט אפיר קומען א חזן ווי אמאל. אדרבה אינז ווארטן דעראויף בכליון עניים, אפשר אין ווען וועט ער שוין אנקומען.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג מארטש 04, 2008 12:47 pm

חזן ווידער האט געזינען ביי קאנצערטן ? קען זיין, איך האב קיינמאל נישט געהערט דערפון.
בכלל איז נישט שייך צו צוגלייכן יאנקל אונגאר צו אנדערע חזנים, סיז צוויי אנדערע וועלטן, ער איז אלץ געווען באוויסט מער פאר א זינגער ווי א חזן, און א זינגער איז ער איינס אין די וועלט,
מענטשן האבן אים ליב צו הערן נישט אלץ ווי הויך ער קען ארויפציען, אדער ווי חזנות`דיג זיין שטימע איז אזוי ווי ביי די אנדערע חזנים.
נאר אלץ זיין אריגינעלע געפיל וואס ער פארמאגט און זיין גאונות אין נוסח.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » מיטוואך מארטש 05, 2008 1:14 am

איזאק
יא, חזן ווידער האט געזינגען אויף קאנצערטן, (פארשטייט זיך נאר ערליכע, אין געווענליך אין שוהל, ווי די ראמעינישע אין נאך. אבער ס'האט זיך געמאכט אין מעדיסאן סקווער גארדען אויך.)
די חזנות קאלעקטער'ס האבן זיכער אסאך טעיפ'ס דערפון.
איינס האב איך אויך, דיכט זיך פון מעדיסאן סקווער גארדן, ווי ער זינגט מיט "סטערן'ס קווייער" אין פארמעסט זיך מיט חזן משה עושר, אין נאך איינעם וואס כ'געדענק נישט יעצט. ביי יענעם קאנצערט זינגט ער "מודים" אבער נישט ווי אויף זיין טעיפ, נאר סאך ברייטער העכער אין שטערקער.


אין איבער דיין געדאנק וועגן ר' יעקב, קען מען אויך צולייגן.
ביי די ריכטיגע חזנות ליעב האבער, איז אויך נישט קיין ספעציעלע גדולה דאס ארויף ציען, (אדרבה זאג די: צו האבן טאקע מענטשן מער ליעב צו הערן יאסעלע, ווי קאצאוויצקי? קאסאוויצקי זינגט דאך העכער?) נאר די שיינקייט פון זיין שטימע, די ארגינעלע געפוהל וואס ער פארמוגט, אין די גאונות אין נוסח.

אין ר' יעקב איז אויך א גאון אין נוסח(אויף זיין שטייגער)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך מאי 11, 2016 2:19 pm

ווי קען מען הערן שיינע שטיקלעך? (אן מוזיק יעצט פארשטייט זיך)

עלעזעלג
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2012 10:44 pm
לאקאציע: אין באשעפערס הענט

תגובהדורך עלעזעלג » מאנטאג יוני 06, 2016 1:15 pm

מאשקע האט געשריבן:עפ"י בקשת איך-געדענק-שוין-נישט-ווער, לייג איך דא ארויף א זאמלונג פון עטליכע ניגונים, געזונגען דורכ'ן בארימטן חזן ר' יעקב אונגאר נ"י.
http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... f123748d33

נאך צען יאר איז צייט עס איבערצולייגן פארן היינטיגן דור

מה ידידות
שר חמש מאות
תגובות: 560
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מאנטאג יוני 06, 2016 1:26 pm

באקומט דאס
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (5.1 KiB) געזעהן 1982 מאל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט