חדש: "א גוטע נשמה", יונתן שווארץ.

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

חדש: "א גוטע נשמה", יונתן שווארץ.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג ינואר 12, 2007 12:09 pm

פרייד'ס ענק נאכנישט, ס'איז נאכנישט אויף די פאליצעס, אבער לויט ווי איך הער פון זיין דיסטריביוטער, קומט יונתן שווארץ גאר בקרוב ארויס מיט א נייע טעיפ, מיטן נאמען "א גוטע נשמה" וואס דאס וועט זיין נאך א רינגעלע אין די (כ'ווייס נישט וועלעכע קאליר) קייט, פון זיינע "א גוטע..." טעיפ'ס,

ווי באקאנט איז יעצט געווען א גרויסע צייט אפשניט פון ווען ער האט גענדיגט ארויסצוגעבן די סעריע פון, א גוטע איד, א גוט שבת, א גוטע וואך, אא"וו, מילא, איז יעצט גרויס די שמחה, אז ער קומט ארויס מיט א פרישע טעיפ,

לדעתי, (נאכמאל, ס'איז נאר דעתי,) זענען זיינע טעיפ'ס (כ'רעדט פון די אידישע) זייער שיינע, טאקע נישט קיין נייע ניגונים, אבער ער לייגט אריין א גרויסע עבודה אין זיינע טעיפ'ס, און ס'דערקענט זיך טאקע,

בקיצור, וויל מיר אים ווינטשען גרויס הצלחה בכל מעשי ידיו,

מ'בעט דעם ציבור בכל לשון של בקשה, נישט זאגען קיין מיינונג איבער די שיינקייט פון די נייע טעיפ, בשום פנים ואופן, ווייל ס'איז נאכנישט ארויסגעקימען...
און אויב מעגליך זיך אראפזעצן אויף א בענקל, נישט שטיין און ווארטן ביז ס'קומט ארויס,

יישר כח, סיי אויף יעצט, און סיי למפרע,
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » פרייטאג ינואר 12, 2007 12:24 pm

איך ווארט שוין קוים עס זאל ארויסקימען
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג ינואר 12, 2007 2:14 pm

איך ווארט אויך.
און איר ווייסט אויף וואס נאך איך ווארט? אויף די פארזעצונג פון די "לחיים" סעריע טעיפס. דארט ליגט די מערסטע כוחות וואס מ'קען נאר אריינלייגן אין א טעיפ.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
טאגליכט
טראוועל אגענט
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע: אויפן פליגער

תגובהדורך טאגליכט » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:10 pm

אוי ווארט איך שוין דערויף, זיינע טעיפס ארבייטן ביי מיר אין אפיס 25 שעה א טאג

א אידעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2006 12:27 pm
לאקאציע: דרייט זיך אינמיטען וועג

תגובהדורך א אידעלע » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:21 pm

טאגליכט, דו ארבעטסט אווערטיים?

אוועטאר
מאשקעלע
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2007 6:00 pm

תגובהדורך מאשקעלע » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:36 pm

און בכלל, וואו האסטו גענומען די איבריגע שטונדע?
איך חתמ'ע נישט. פינטל.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:46 pm

פון דיין טאטע מאשקע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג ינואר 15, 2007 6:58 pm

וואס שייך צו שרייבן איבער דעם אזוי געלונגענעם מייסטערהאפטיגן זינגער ר' יונתן שווארץ, אלע זיינען טעיפ'ס איינס ביי צוויי מיט אוזויפיל נשמה און טעם.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג ינואר 21, 2007 3:14 pm

בקיצור, האט ער געמאלדן ווען ס'קומט ארויס ?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג ינואר 21, 2007 3:17 pm

ליידער נישט.
An article a day keeps the babies away

קאניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 21, 2008 9:15 pm
לאקאציע: ביים געלעזל

תגובהדורך קאניאק » זונטאג יוני 22, 2008 12:37 am

עני נייעס
הכל הבל
ווען די וועסט ווערן עלטער וועסטו שוין פארשטיין

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יוני 22, 2008 4:22 am

צייטליך,

דו בעטסט מ'זאל נישט ווארטן שטייעדיג, איך לייג צו מ'זאל זיך אויך נישט איינהאלטן ס'אטעם

לענין, לדעתי איז נישט דא נאך אזעלכע שיינע טעיפס ווי זיינע, דאס איידלקייט דערפון, מיט א עכטע אידישע טעם, ממש זיך צו באלעקן די פינגער. און אגערעט פון די תוכן, און אויך זינגט ער שיין, פון מיט הארץ און געפיל. און צו דעם איז עס זייער קלאר, מ'דאף כמעט נישט קיין ביכל דערפאר, מ'קען פאשטיין כמעט יעדעס ווארט אן א ביכל.


כידוע ליודעים האט ער נישט געהאט חשק פאר נאך א טעיפ, ווייל ערעצעך אפ אז מ'מאכט קאפי'ס און דער שאדן איז גרויס ווייל ס'צאלצעך נישויס, ממילא בעטעך אייך, ווען ס'קומט ארויס, זייט מוחל און קויפט עס, אזזוי עצעכ'סעם לוינען און ער'ט אינז נישט לאזן ווארן אזוי לאנג פאר נאכיינץ

יישר כוח למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג יוני 22, 2008 4:23 am

יא שוין פאגעסן, לויט ווי כ'הער גייט אויף די טעיפ זיין דע הערליכע מודה אני ניגון וועגן וועלכ'ן איך האב אמאל געהאט א אשכל אין דעם היימישן קרעטשמע אפטיילונג.

נו, ונזכה ונחי'
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » פרייטאג יולי 11, 2008 3:40 pm

זיינע טעיפס זענען זייער שיין, אבער ווי נישט ווי הער איך עס אויס בלויז פיר פינעף מאל (אין בעסטען פאל, חוץ איינס אדער צוויי ניגונים וואס איך האב ספעציעל ליב)
די סיבה דערצו איז, וויבאלד איך קען שוין די טאן - לחן פון שנים קדמוניות וייל ער נוצט שטענדיג אלטע טענער, און די גראמען זענען איינפאכע, איז דאך נאר די רעיון און געדאנק פון די ניגון מאכט די זאך אזוי ספעציעל און שיין, אבער דאס איז גילטיג ווילאנג עס איז נאך ניי, און אינטערסאנט צו הערן...
ווער רעדט נאך פון זיינע צוויי ספירה טעיפס וואס ער האט גראמען ניגונים דערויף, דארט איז דא נאך ווייניגער וואס צו הערן (ווען מען קען שוין בעל פה די אלע הארמעניס....)

אבער... ווער ווייסט... וואס קומט נעקסט.....

און מיינט נישט אז איך האס מוזיק.....

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » מאנטאג יולי 14, 2008 6:30 pm

לגבי די לחיים סעריע, דאכצעך אז קול מבשר האט אמאל געהאט א אינטערוויו מיט איהם, בין השאלות האט ער איהם געפרעגט, ווען קומט ארויס די נעקסטע אין די סעריע, האט ער געזאגט אז ער טוט דאס צוזאמששטעלן געווענדליך ווען ער איז אויף פעריען (וועקעישאן), און לכאורה וועט ער עס מאכן נאך דאס יאהר.

ונזכה ונחי' ונירש טובה וברכה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 14, 2008 6:56 pm

ווארום, דער אשכול האב איך געפענט - דאכצעך - שוין נאכן אינטערוויא פון ר' יונתן מיט קול מבשר, און עס איז שוין אריבער זינט דאן א א קאלעכדיגער יאר ואיננו. נישטא קיין זכר דערווייל פונעם טעיפ.

און נישט נאר אויפן קול מבשר אינטערוויא האט ער דאס געזאגט, נאר ביים פאריאריגען דינער פון גמ"ח הצלה אין קרית יואל ווי ער האט געדינט אלס טשעירמאן פונעם אווענט האט ער געזגאט די זעלבע ווערטער, אבער מיר שטייען נאך אלץ מיט די מיילער אפן און די הענט אויסגעשפרייט און קיין טעיפ איז נישט פארהאן.

צוליב דעם וויליך ווידערהאלן וואס איך האב געשריבן איבער א יאר צוריק אין דער ערשטער תגובה פון דער אשכול כהיא לישנא: "אויב מעגליך זיך אראפזעצן אויף א בענקל, נישט שטיין און ווארטן ביז ס'קומט ארויס" ודברי פי חכם חריין!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג יולי 15, 2008 6:28 am

איך רעד פון יוסף משה כהנא

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » דינסטאג יולי 15, 2008 4:02 pm

ס'איז דא דארטן זייער א שיינע ניגון וועגן לשון הרע'ס ער לייגט זייער שיין אראפ א מעשה מיט א רב וואס מ'האט געשמועסט אז ער האט
געגנבט אפאר ספר תורת וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן

אויף יו"ט ערליכ'ס ניגון "אפשר זאגסטו מיר פארוואס"

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:24 pm

שוין ערשינען!

אויב איינער קען ביטע ארויף לייגן א בילד פונעם "גרויסן" דעקל...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:32 pm

יישר כח מאשטי פאר די פרייליכע נייעס.

קיין קלארע אינפארמאציע האב איך נאכנישט געהערט, אבער עפעס הער איך אז עס איז גאר א מאדנע טעיפ, צוויי סידי'ס, און ווי ער שרייבט גרויסן דעקל.

ביטע קומט אפיר מיט מער אינפארמאציע בעפאר איך קויף עס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך MUTCHE » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:48 pm

איין סידי נישט צוויי בייגעלייגט א שיינעם ביכל כדרכו און דריי פולע זייטן פון בקשות אזהרות און קול קורא'ס בנוגע נישט קאפיען וכו'.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג אוגוסט 15, 2008 4:18 pm

שוין דא היינט אין די געשעפטן?
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:41 pm

שוין געקויפט און אויסגעהערט צוויי מאל.

עס איז זייער שיין.

כדרכו האט ער אייביג צוויי דריי ניגונים וואס איז ספעציעל. לדעתי איז עס די נשמה ניגון און די תומכי שבת ניגון.

רבותי עס איז ווערד די געלט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:40 pm

איך בין יעצט אונטערן רושם. איך האב יעצט גענדיגט הערן די ערשטע דריי ניגונים פון זיין נייער סידי. ס'דארף ארויסגעברענגט ווערן פיר פונקטן מיט וואס ער צייכענט זיך אויס, אבער די פיר זאכן זענען אלעס! און דאס מאכט דער טעיפ פאר א מושלם.

1. ער האט אויסגעקליבן די סאמע שענסטע ניגונים אויפן אידישן מארק.

2. זיינע מאמרים, דער אינהאלט, איז סאמטינג ספעשל, צו לאכן און צו וויינען.

3. זיין מוזיק - רובי באנעט - איז רייכער פון רייך.

4. זיין קווייער איז ספעציעל שיין.

סך הכל. ער האט אריינגעלייגט א ארבייט וואס "קיינער" לייגט נישט אריין אין א טעיפ. ס'איז ארבייט - ווי ער זאגט - פון עטליכע יאר, און ס'איז דא פארוואס צו גלייבן, ס'איז נישט ווי אלע טעיפס וואס קומען ארויס איבערן יאר, ס'איז אינגאנצן א צווייטער איידיע און דעריבער לוינט עס צו קויפן.

דערמאנט היימישע קרעטשמע און איר באקומט נישט קיין דיסקאונט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:43 pm

דאס גייט מען קויפן אי"ה, זיינע טעיפס זענען א מאסט ביי, טענקס צייטליך.


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: די בחור, פראביר נאר, שמערעל און 24 געסט