איבער ניגונים פון דעם רעקארד איך האב געווארט פון מבד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

איבער ניגונים פון דעם רעקארד איך האב געווארט פון מבד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב לעצטענס געטראפען ביי מיר (אזוי ביים פסח מאכן) דעם אלטן טעיפ פון מבד "איך האב געווארט", אין וועלכן ער זינגט ניגונים פון ר' יום טוב עהרליך. עס איז אינטערעסאנט אז ער האט דאס נאך ארויסגעגעבן בחייו פון ר' יאנטלען, אזוי אז ער האט זיכער גענומען רשות פון עם אליין דערפאר, און איך בין נייגעריג וויאזוי עס איז ר' יאנטלען געפאלן וויאזוי מרדכי זינגט זיינע ניגונים.

אבער נישט פארדעם שרייב איך דא, איך בין פשוט נייגעריג אויב איינער דא קען מיר ענטפערן, דער טעיפ הייבט זיך אן מיט א ניגון אויף די ווערטער הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, און איך וויל וויסן צו דער ניגון איז אויך א ניגון פון ר' יו"ט עהרליך אדער נישט, אזוי אויך איז דא דארט א ניגון וועלכער ער רופט "העלא" און איך קען נישט ארויסהאבן געהעריג די ווערטער פון דעם ניגון, און אויך ווייס איך נישט אויב דאס איז ר' יו"ט'ס א ניגון. איך האב גראדע גאנץ א גוטע ידיעה אין זיינע קאסעטעס און ניגונים, אבער די צוויי קען איך עפעס נישט פלעיסן, אויב איינער האט די ידיעה וואלט עס מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן.

יאשערקויעח למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

מיינט איר דאס אידישע ליד "שומר ישראל" (פארגעס אונז נישט שומר גוי אחד, באווייז די פעלקער אז דו ביסט אונזער גאט...)? אדער איז די כוונה צו אן אנדערן ליד. אויב איז די כוונה צו דעם ערשטן (וואס ווערט אויך געזונגען דורך מב"ד, אויב נישט אין דעם רעקארד, דאן אין אן אנדערן), דאן איז דער מקור אן אנדערער. דאס איז באקאנט אלס איינע פון די געטא-לידער. פארהאן נאך הונדערטער געדיכטן וואס זענען געשריבן געווארן בעת'ן קריג, א טייל פון דעם זענען באקאנט מיט זייער מעלאדיע, וואס איז אויך ווארשיינליך פארפאסט געווארן בשעת דעם קריג.  
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

טהור-עיניים האט געשריבן:, אזוי אויך איז דא דארט א ניגון וועלכער ער רופט "העלא" און איך קען נישט ארויסהאבן געהעריג די ווערטער פון דעם ניגון, און אויך ווייס איך נישט אויב דאס איז ר' יו"ט'ס א ניגון. איך האב גראדע גאנץ א גוטע ידיעה אין זיינע קאסעטעס און ניגונים, אבער די צוויי קען איך עפעס נישט פלעיסן, אויב איינער האט די ידיעה וואלט עס מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסן.

יאשערקויעח למפרע


העלא עס רעדט ירושלים...איי דאס איז פין מיינע פעווארט טעיפס פין מב"ד...
די ווערטער קען איך נאר ווען איך הער די טעיפ אליינס די ווערטער זענען באמת שיין...
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יידישיסט, דאס ערשטע ניגון אויף דעם רעקארד איך האב געווארט, איז א ניגון אן אידישע ווערטער, דאס איז בלויז די ווערטער הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל, זייער א שיינע ניגון, אבער אן יידישע ווערטער, און איך ווייס נישט ווער דער מחבר איז.

על, יא, דעם ניגון מיין איך, "העלא, עס רעדט ירושלים", אבער איך קען נישט ארויסהאבן די איבריגע ווערטער, נאר א ווארט דא און א ווארט דארט. דאס איז גראדע ביי מיר נישט פון די פעיוואריט, נאר "די" פעיוואריט. הקיצור, אויב איינער ווייסט פון ווי די ניגונים קומען, וואלט איך זייער הנאה געהאט. דוקא דער העלא ניגון הערט זיך זייער ווי ר' יאנטל'ס א ניגון, איך קען אים אבער נישט פלעיסן אויף זיינע טעיפס.

פליזזזזזזז
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

טהור עינים האט געשריבן:
יידישיסט, דאס ערשטע ניגון אויף דעם רעקארד...


איך וויל נישט סתם אריינהאקן אינמיטן רעדן, אום צו פאררעכטן א גראמאטישן טעות, איך ווייס אז דאס מאכט נערוועז... נאר דאך, אויב איז די סיבה צו דעם וואס איר האט געשריבן "דאס ערשטע ניגון" צוליב דעם וואס איך האב געשריבן "דאס ערשטע ליד", דאן וויל איך קלארמאכן דעם חילוק. דאס ווארט "ליד" איז פון נאטירליכן געשלעכט (מין), און עס איז דעריבער "דאס ליד". אנדערש איז דאס ווארט "ניגון" וואס איז פון מענליכן מין, און איז דעריבער "דער ניגון".

שוין, אנטשולדיגט פארן איבערהאקן. מען קען ווייטער רעדן..
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

האסט מיך סתם אזוי אריינגעשלעפט דא, פאר גארנישט, איך האב געמיינט האסט עפעס נייעס פאר מיר איבער מיינע שאלות.

עניוועי, וואס גייט דא פאר, געווענליך באקום איך זייער שנעל ענפערס אויף מיינע פראגעס דא אין קרעטשמע, דא געפונען זיך געווענליך די וועלטס גרעסטע ידענים איבער אלע עניינים, און דא ווייסט מען עפעס נישט?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

אנטשולדיג אייך, איך קען דיר נישט ענטפערן אויף די שאלות אבער וואס יא, איך קען אי"ה מארגן אפטייפן די ווערטער פון ס'זמרל, און עס ארויפלייגן.

אגב, איך האב געהערט, (כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די קראנטקייט) א מעשה וואס לויטעט אז אפאר צוהיצטע קנאים זענען אריין צום רבי'ן (בעל דברי יואל מ'סאטמאר זי"ע) און משוגע געמאכט וועגן א ניגון וואס ר' יו"ט האט געזינגען עפעס וואס גרעניצט זיך מיט ציונות, און דאס איז געווען אט דער ניגון, ביז ער האט געהערט די גאנצער תוכן פונעם ניגון, האט ער זיך אנגערופן 'פארוואס הייסט ער יו"ט שמחה עהרליך? ווייל ווען ער קומט איז יו"ט, וואו ער גייט איז שמחה, און וואס ער טוט איז עהרליך.'

אקעי אי"ה מארגן...
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

יישר כח ר' חושים, מיר ווארטן קוים, מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם.

דרך אגב, יישר כח פאר די מעשה'לע, איך האב נישט געוואוסט קיינמאל ווען און וויאזוי ער האט עס געזאגט, אבער דעם מאמר האב איך שוין געהאט געהערט בשם הבעל דבר"י זי"ע, אז ער האט געזאגט אויף ר' יאנטל'ען, אז ווען ער קומט איז יום טוב, וואו ער קומט ווערט שמחה און וואס ער טוט איז עהרליך. אבער איך האב הנאה געהאט צו הערן דעם ארום פון דעם מעשה.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ר' חושים, מיר ווארטן מיט איינגעהאלטענע חושים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

קיין ירושלים ווען מקומט און געט א בליק,
מ'זעהט די וואונדער וואס מיט יארן טויזענטער צוריק,
מ'זעהט ירושלים, מיט איר וואונדערליכן חן,
וואס ליגט אויף יעדן זאמדעלע, וואס ליגט אויף יעדן שטיין.
שטיין וועט איר דאן בלייבן, נישט פארשטייענדיג דאס סוד,
די גרויסע וואונדערליכע קראפט וואס האט די שיינע שטאט,
וואס די אלע אידן גליסטן ממש אן א שיעור,
און פון אלע ווינקעלעך מ'לויפט צוריק צו איר.
דערזעהן האבן די אראבער אז די אידן שרייען געוואלד,
מיר בענקען, און מיר ווילן קיין ירושלים באלד,
האבן זיך גענומען שרייען די אראבער הויעך,
ס'איז דאך אזא גוטע זאך, מיר ווילן עס אויך.
און די גאנצע וועלט האט זיך דערוויסט פון אט דעם סוד,
אז אידן און אראבער, קריגען זיך אויף דעם שטאט,
האט פארגליסט פאר יעדן, זיך אריינשטעקן די נאז,
דער גריק דער קאטאליק, און דער כינעזער מיטן רוס.

פזמון:
העלאו, עס רעדט ירושלים,
איר וועט אוועקגיין מיט פארדראס,
איך דארפ קיין בעל הבית קיין נייעם,
איך האב מיין אלטען בעל הבית.
העלאו, עס רעדט ירושלים,
ס'נאריש אלעס וואס איר טראכט,
דעם פרומען אידל דעם געטרייעם,
אים געב איך איבער די מאכט.
העלאו, עס רעדט ירושלים,
די ליבע פרומע איד איז מיין,
איך דארף קיין בעל הבית קיין נייעם ,
אייביג וועל איך דיינע זיין.
איך בין דער שטאט פון קעניג דוד,
די שטאט פון אייבירשטן אליין ,
איך בין נישט מוחל אויף מיין כבוד,
איך וועל נישט לאזן אזוי גיין.

מ'קומט היינט קיין ירושלים און מ'געט א בליק,
וואו אנדערש איז זי היינט געווארן ווי יארן צוריק,
אויסגעבויעט מיט שיינע הייזער פון איעדע זייט,
און פון זיי א קול פון תורה הערט זיך זייער ווייט.
הערליכע שיכונים, אזוי הערליך אזוי שיין,
פול מיט עהרליכע משפחות קינדער מלא חן,
מ'דינט דארט דעם באשעפער, און מ'לערנט אן קיין עק,
און פאר קיינעם אין די וועלט זיי האבן נישט קיין שרעק.
אבער, מ'זעהט אויך אידן דארטן פון אן אנדער מין,
יעדער איינער קוקט און פרעגט וואו קומען זיי אהין,
נישט קיין תורה, נישט קיין יראה, זעהט מען אויס אזוי,
שווער זיי צו דערקענען צו א איד אדער א גוי.
מיינען זענען בעלי בתים אויפן קעניגס שטאט,
ווילן איר פארבויען מיט א חרפה און שפאט,
די אידעלעך די עהרליכע מ'קעמפט אויף יעדן ארט,
און די שטאט אליין האט שוין ארויסגעזאגט איר ווארט.

פזמון:
העלאו, עס רעדט ירושלים,
אפשר קען מיר זאגן ווער,
אט דעם בעל הבית דעם נייעם,
ווער האט אים געשיקט אהער.
הא, וואס איז אים שלעכט געוועזן,
אין מאסקעווע אדער אין בערלין,
ס'דא דארט עסן פאר איעדן,
זאל ער זיך גיין צוריק אהין.

ווייל איינוואוינער מיינע, דארפן זיין פיינע,
און שרעקן זיך פון בורא, און אפהיטן זיין תורה,
מיט ציצית און תפילין, און הייליגע געפילן,
און שבת אז מען היט, הערשט דאן איז מען א איד,
א ישיבה א חדר, דארף דאך זיין כסדר,
און אנטוהן מוז איעדער, צניעות'דיגע קליידער,
מיט פריינדשאפט און פרידן, צווישן ברודער אידן,
ווייל דאס איז דער געבאט, פונעם קעניג'ס שטאט,

פזמון:
העלאו, עס רעדט ירושלים,
אידן טייערעזייט גרייט,
אויף א לעבן גאר א נייעם,
פול מיט תורה, פול מיט פרייד.
העלאו, עס רעדט ירושלים,
ווער ס'וויל בלייבן דא ביי מיר,
פארלאז דעם לעבן אט דעם פרייען,
און אפן איז פאר אייך מיין טיר.
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

איך וויל בעטן א טובה ווער ס'האט הנאה פון די ארבייט זאל מיר ביטע קאנטעקטן אין אישי, ווייל איך קען באשטיין עס צו טוען אפטער אבער נאר טאמער דער ציבור האט הנאה דערפון... (בקיצור, איך קען נישט זיין קיין fool...)
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 917
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

wow איך זינג ממש מיט...
ממש א ריזיגע יישר כח זאלסט געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ר' חושים, איך בין גרייט צו גיין שלאפן, אבער איך האב געמוזט קודם אריינטשעקן (צום צוואנציגסטן מאל היינט) זעהן צו ר' חושים האט שוין מקיים פסק געווען, און איך גלייב זיך נישט די אויגן, ער האט עס באמת אפגעשריבן, איך האב זיך גענומען זינגען דעם ניגון אויפן אויבער קול, און אפאר חברה דא האבן זיך גערעגט פארוואס איך וועק זיי אויף. כ'אזיי געטרייט צו עקספלעינען, אבער זיי האבן דאכצעך מיר נישט פארשטאנען.

עניוועי, ר' חושים, א אמת'ער ריזיגער, געוואלדיגער, מעכטיגער, שמעטערהאפטיגער, שטאקיגער, קנאקעדיגער יישר כח.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

חושים בן דן האט געשריבן:ווייל איך קען באשטיין עס צו טוען אפטער אבער נאר טאמער דער ציבור האט הנאה דערפון...

וואס פאר א מין פראגע איז דאס בכלל, זיכער זאלט איר ווייטער וואו אפטער ארויף לייגן דא היימישע ניגונים.
ועמך כולם צדיקים
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ר' חושים, איר האט מיר ארויפגעברענגט נאסטלעגישע זכרונת, דער ניגון פלעגט מיר זינגען אין די אויערן שפעט ביינאכט אין ישיבה אין בעט ווען דער שלאף איז נישט געקומען.

הלואי קומט ארויס נאך אזא טעיפ, ס'האט געהאט אלע טעמים.

עפעס א ניגון דענק איך אז ער זינגט דארט אחת שאלתי מאת השם, עפעס נישט נארמאל הארציג.
אוועטאר
זייער נייגעריג
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 30, 2010 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער נייגעריג »

אוודאי האט מען הנאה,
ברינג מאר,
ס'דא א שיינע פאר ניגונים וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין וואס די ווערטער זענען.
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

נו, געב אהער, וועלכע ניגון??
און וואס איז דאס דער אחת שאלתי ניגון?
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ר' חושים הי"ו (מיר האפען אז מיר רעדען נישט פונעם טויבען)

שוין לאנג נישט געוועהן דא, און פון שרייבן מאן דכר שמיה, פארט ווען עס קימט צי הכרת הטוב איז עס א חיוב, ווי רש"י ברענג אין פ' כי תבא אויף וענית ואמרת עיי"ש

גירסא דינקותא - א חוץ וואס דאס בלייבט אין מוח, ברענגט דאס אויך אויף פארשידענע געפילען, איבערהויפט מיט א ניגון, איז דאס פילפאכיג מער, איז ממילא אט דער ניגון; וואס אונז זעמער אויפגעוואקסען, פלעגט געזינגען ווערן ווי נח מיט 70 גרייזן, אצינד האט ביי מיר דעם ניגון געקרוגען פיל מער תוכן (מיט וואס עס שוין געהאט ביי אונז פון בעפאר)

עכ"פ מיר האבן זייער הנאה געהאט

יש"כ גדול
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

ר' חושים, וואס איר האט געבעטן אז מען זאל שרייבן אין אישית וועל איך בעז"ה מקיים זיין. אבער אצינדער וויל איך פשוט שרייבן דא אפאר ווערטער ברבים.

כאטש איך האב שוין געשריבן נעכטן, אבער דאס איז געווען אזוי האלב טויט האלב לעבעדיג, איך האב שוין נישט געזען גלייך ווען איך האבעס געשריבן, און איך האב געמוזט היינט צופרי איבערקוקן, זיכער מאכן אז איך האב נישט געמאכט צען מיסטעיקס.

צום ערשט וויל איך שרייבן דא א יישר כח פאר ר' טהור עיניים פארן ארויפברענגען דעם נושא, און דערנאך מכבד זיין ר' טהור עיניים איבערגעבן זיין יישר כח פאר ר' חושים בן דן.

פון דעם טויבען חושים רעדן מיר זיכער נישט, ווייל ווען יא וואלט ער דאך נישט געקענט הערן מיין בקשה ווועגן דעם ניגון, און נאך דערצו עס אפשרייבן דא אזוי שיין. אבער פאר דעם הערענדיגן חושים וויל איך איבערגעבן א יישר כח פון טיפן הארצן. איך זוך שוין אזוי לאנג די ווערטער אויף דעם ניגון, און איך האב גארנישט געקענט מאכן דערמיט, און אצינד האסטו מיר עס ערגענצט.

פרעג נאר די חברה דא, קיינער פארשטייט נישט פארוואס איך זינג היינט דעם ניגון אגאנצן טאג, און ווען איך קען לויף איך צום קאמפ. געבן א קוק די פאר ווערטער וואס איך האב פארגעסן. אקיצור, דו האסט מיר געגעבן וואס צו טון היינט. א ריזיגן שכח, און איך קען דיר נישט גענוג באדאנקען.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

טענק יו אלל פאר די סאפפארט, איך וויל שרייבן נאך, איינער וויל עפעס א ניגון??
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

חושים, שכח
אן אמת'ן פיינעם ארבעט
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געשמאקער האט געשריבן:חושים, שכח
אן אמת'ן פיינעם ארבעט


אפשר קען איינער ביטע ארויפלייגן "דער ניגון".?
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

עירמאנט'ער האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:חושים, שכח
אן אמת'ן פיינעם ארבעט


אפשר קען איינער ביטע ארויפלייגן "דער ניגון".?

viewtopic.php?p=401191#p401191
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

געשמאקער האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:
געשמאקער האט געשריבן:חושים, שכח
אן אמת'ן פיינעם ארבעט


אפשר קען איינער ביטע ארויפלייגן "דער ניגון".?

viewtopic.php?p=401191#p401191



ישר כח

אבער איך האב געמיינט צו פרעגן פאר די העלו ירושלים ניגון
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

אואו, כ'הער.
כ'וועל פראבירן אויב מעגליך
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”