ירמי' דמן: חזנות טיש

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » מיטוואך ינואר 10, 2007 10:10 pm

ירמי'ס נייער טעיפ האט איין פראבלעם, מאנכע מיינען עס איז א חזנות, דאס צו זאגען איז א "אינסאטלט" אויף די חזנים. ער האט א שיינע שטימע איך וואלט באשטאנען אים צו הערען (ווינטער פרייטאג צו נאכטס) אין מיין ביהמ"ד אראפ לייגען א שיינעם ושמרו אדער (זימער שבת בייטאג) א ממקומך.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג ינואר 11, 2007 10:58 am

ער דאווענט טאקע יעדן פרייטאג צו נאכטס פארן עמוד
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג ינואר 11, 2007 1:40 pm

דארפסמאן האט געשריבן:ער דאווענט טאקע יעדן פרייטאג צו נאכטס פארן עמוד


וואו אין בעלזא?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג ינואר 11, 2007 2:37 pm

יא !
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
Jewboy
מלך הייד פארק
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 26, 2006 5:30 am
לאקאציע: אונטער דער ערד
פארבינד זיך:

תגובהדורך Jewboy » דינסטאג ינואר 16, 2007 6:33 am

איז יאנקעל אונגוואר פון ב"פ?
א גוטן.
א גוטן, קען אלץ צו נוץ קומען

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דינסטאג ינואר 16, 2007 9:38 am

ניין, ער וואונט אין וויליאמסבורג

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג ינואר 16, 2007 1:06 pm

ער דאווענט געווענטליך אין אברכים זופניק אויף קיעפ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

Anonymous

תגובהדורך Anonymous » זונטאג אפריל 01, 2007 1:50 pm

סאכדעס האט געשריבן:צייטליך, איך אליינ'ס האב נישט געוואלט עפענען אן אשכול איבער דעם, ווייל איך האב נישט קיין איין גוט ווארט אויף דעם, אין מיין ערשטע תגובה דא אין היכל הנגינה ווען איך האב באטאנט אז חזנות אין נגינה זענען צוויי באזונדערע זאכן האב איך אריינגערינגעלט, אז געווענדליך איז א זינגער נישט קיין חזן, האב איך אינזין געהאט אט דעם ירמי' דמן.

ס'איז ווייטאגליך...


ר' סאכדעס גייט ארויס פון די כלים

איך מוז דא זיין א מודה על האמת: ווען איך האב געקויפט דעם סי-די "חזנות טיש", האב איך אזוי שטארק הנאה געהאט דערפון אז, אויף עטליכע מינוטן, האט זיך מיר געטאהן דוכטן א שטייגר ווי איך וואלט זיך אין גן עדן געפונען.

נאכדעם אבער וואס ר' סאכדעס איז ארויס מיט זיין אטאם-אטאקע, האב איך זיך די פנים פאר בושה באהאלטן און געדארפט אין שפוגל בודק זיין צו עפעס איז ביי מיר בארירט געווארן. דא בין איך דער גרויסער "חובב חזנות" וואס האט זיך שוין איינגעהערט אן א צאהל חזנות שטיקלעך פון אלע ערליי חזנים ובפרט דער קעניג פון חזנים ר' יוסל'ה רויזנבלאט ז"ל און דא ווער איך אינגאנצן צוגאנגן פון דעם מכולמרישט'ן חזן ירמיה דמן?

פרייט עס מיר היינט, מיינע טייערע פריינד, אייך לאזן וויסן אז ניין! במחילת כבוד תורתו של ר' סאכדעם האט ער און נאך א צאהל איינהערער א גרויסן פונדימענטאלן טעות. די טעות איז דאס פראבירן פארגלייכן ירמיה'ס טעיפ חזנות טיש מיט אנדערע חזנים. בלויז פונעם נאמען "חזנות טיש" לערנען מיר באלד אז דא רעדט זיך נישט פון חזנות. ווי א שטייגער ביי א משפחה טיש, רבי טיש, חסידישן צוזאמענקום וכו' זינגט זיך דער עולם אינטער אלע ערליי ניגונים. חזנות טיש איז א טיש וואו מען זינגט ביי איהם חזנות שטיקלעך.

אויטא ממש דאס האט ר' ירמיה געטוהן. ער איז קיינמאל נישט געווען און וועט קיינמאל נישט זיין קיין חזן און האט קיינמאל נישט פראבירט ערקלערן אז ער איז א חזן. ער זינגט פשוט חזנות שטיקלעך.

דער וואס איז טאקע גוט באקאנט מיט די אלע שטיקלעך וועט איהם אביסל שווער זיין הארכן די טעיפ היות אז ירמיה האט פארדרייט אסאך שטיקלעך. אבער אז מען נעמט די שטיקלאך פאר זיך אליין איז דאס א פשוטע פארגעניגן א תענוג רוחני צו הערן ירמיה'ן א זיסקייט וואס איז נישטא זיינס גלייכן כמעט. עד כדי כך אז יש אומרים אז דאס איז דער שענסטע טעיפ וואס ירמיה האט ארויסגעגבן עד היום. און בפרט דער משיח ניגון - געזונגען אזוי זיס אזוי שוין. א ברכה צו ירמיה'ן וואס איז שוין קרוב צי די זעכציגער און האט נאך א קול קלאר ווי די בלויע וואסער.

נאר דאס דארף איך טאקע רעכט געבן ר' סאכדעס: א שאד וואס ירמיה האט זיך פארפאטשקעט מיט קאפ און בויך שטימעס וואס, ווי מען זאגט אין אידיש, "אז מ'קען נישט נעמט מען זיך נישט אונטער". באשר צו די וואס האבן "איינגערעדט" ארויסגעבן דעם טעיפ, זאג איך אשריהם בעולם הזה ואשרי חלקם לעולם הבא.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אפריל 01, 2007 3:09 pm

האלב טויט, חזל זאגן, קבל את האמת ממי שאמרו. כ'נעם אן דיינע ווערטער.

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 1:02 am

און ווער קען חזן שעפסיל קאנאריק...? הא?
http://video.google.com/url?docid=-6803 ... AjdmMhppGg
איר עט לאכן און לאכן און לאכן... הא?
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

אוועטאר
אלץ-ווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 27, 2007 11:35 am
לאקאציע: נע ונד

תגובהדורך אלץ-ווייסער » דאנארשטאג מאי 10, 2007 1:06 am

דארפסמאן האט געשריבן:מאיר ברוך האט א נעפיאט וואס פאקט אים איין , מענדל'ס זין א בחור'ל איך האב עם שוין געהערט אפאר מאל ביי חתנות אין נאך


מיר דוכט זיך אז א חזן איז נאר גוט א זקן ורגיל, מיט א קוועטש וועלכעס קוועטש באמת, נישט קיין קאפירטער.
בל' ס"ג - ניקס ווייסער וד"ל

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » דאנארשטאג מאי 10, 2007 9:53 am

שעפסיל קאנאריק מיט די אייער? ניבאדע, כ'האב שוין געלאכט און געלאכט און געלאכט.....
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » זונטאג יוני 27, 2010 3:42 am

איך וויל דא רעאגירן צו דעם וואס צייטליך שרייבט אז הלפגוט איז א קאפי פון קווארטין
במחילת כבודך ביסטו זייער נישט גערעכט
יעדער וואס האט שוין געהערט אביסל ביידע, וועט דיר זאגן אז קווארטין איז אסאך אסאך ווארימער ווי הלפגוט
הלפגוט ענדלט מער אין קאסעוויצקי מיט זיין שרייען און ארויפציען משוגע הויעך
אבער מיין פריוואטער מיינונג אויף הלפגוט איז אז ער איז בכלל נישט קיין חזן!
א חזן מיינט נישט איינער וואס ציהט ארויף די העכסטע, א חזן דארף זיין אנגענעם און געשמאק צו הערן
הלפגוט שרייט און פארפירט אבער וויפל שטיקלעך אין א ציה קען מען הערן פון אים?
נישט צופיל
ווידעראום די אנדערע גרויסע וואס שרייען אויך ווי קאסעוויצקי איז יא געשמאק צו הערן
(פארשטייט זיך אליינס אז ס'קומט נישט צו צו יאסעלע)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YEG, האמת עד לעצמו און 15 געסט