בלאט 1 פון 2

ירמי' דמן: חזנות טיש

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 11:53 am
דורך צייטליך
ירמי' דמן איז ארויסגעקומען מיט א נייע טעיפ/סידי חזנות טיש,

מיט די טעיפ וויל ער אויפרישן די חזנות סטיל וואס ווערט היינט ווי פארגעסן ביים היימישען ציבור, וואס אינאמת'ן אריין איז דאס בכלל נישט קיין חתנות טעיפ, כ'מיין צו זאגען, ירמי' דמן איז נישט קיין חזן, ער איז א שיינע בעל תפלה, און די צוויי זאכן זענען העכסט אפגעטיילטע משיגים, לא ראו זה כראו זה, כ'מיין אז איינער איז א שיינע בעל תפלה קען ער נאכנישט קיין חזנות, און ווען מ'הערט די טעיפ זעהט מען טאקע אז ער פראבירט אנצופילן די טעיפ מיט שיינע ניגונים פון יוסעלע און אנדערע, אפילו אזעלעכע ניגונים וואס האבן נישט צוטוען מיט קיין חזנות, א שטייגער ווי, נישט ווייט צו גיין, זאג נאר רעבעניוא, המבדיל, אא"וו,
אבער די טעיפ פאר זיך איז א הערליכע טעיפ, אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די קווייער, אזוי אז די טעיפ איז שטארק אנגעפולט, און די מוזיק (מיין איך איז) אנגעפירט דורך ירן גטפריעד,

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 12:07 pm
דורך מאשקע
די טעיפ איז זייער א שיינע טעיפ, פאר ווער ס'האט ליב ירמי' דמן. אבער ווער ס'זוכט צו הערן שיינע חזנות, זאל שטיין ווייט דערפון.
אזוי ווי צייטליך און סאכדעס האבן שוין געזאגט, די צוויי זאכן האבן נישט קיין שום שייכות. ס'דא וואס קענען נאר דאס, און ס'דא וואס קענען נאר דאס.
ר' ירמי' דמן, טראץ זיין מורא'דיגע כח אין נגינה, מיין איך אז ער פארשטייט נישט צופיל צו חזנות.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 12:17 pm
דורך סאכדעס
צייטליך, איך אליינ'ס האב נישט געוואלט עפענען אן אשכול איבער דעם, ווייל איך האב נישט קיין איין גוט ווארט אויף דעם, אין מיין ערשטע תגובה דא אין היכל הנגינה ווען איך האב באטאנט אז חזנות אין נגינה זענען צוויי באזונדערע זאכן האב איך אריינגערינגעלט, אז געווענדליך איז א זינגער נישט קיין חזן, האב איך אינזין געהאט אט דעם ירמי' דמן.

ס'איז ווייטאגליך אז דער הערליכער זינגער און ווארימער בעל תפלה ירמי' דמן זאל זיך אזוי אפהרג'ענען אין די יארן, ער האט זיך געגעבן א טוה אן גרויסע שיך, ער קען אפילו נישט נאכמאכן קיין חזן, די טעיפ ברענגט ארויס גרויס אפשיי פאר אירע צוהערער, בפרט די מענטשן וואס גלייכן חזנות, אנשטאט ער זאל מחזיר זיין עטרה ליושנה, און צוריקברענגן צו אונזער דור חזנות, האט ער ליידער נאר געטוהן דאס פארקערטע, אבער ממש 380 דעגרי, א שטייגער אפילו ביי די אידישען ניגון, זינגט ער דארט אזוי: 'אבער ווען ער וועט הערן שופר של משיח, יא, וועט ער אוישטיין פון זיין קבר גיעך, יאא' די ווארט יא קען ער נישט זינגען, ער קען נישט געבן א טויש זיין טאן אויף אראפ, לאמיר זיך נעמען צו די בויך שטימע ביי הנני העני ממעש, ממש א גרויל, און נאך נאך פיל פעלער, כ'רעדט שוין נישט זיינע קאפ שטימעס, איז פשוט במחילת כבוד תורתו, 'אגלי', סיז נישט אין מויל צו נעמן, איין איינציגע זאך וואס ער זאגט גוט איז די: 'מכלל ופרט ומפרט וכלל כלל ופרט וכלל' ער זאגט עס אזוי מיט איין אטעם באלד בעסער ווי יאסעלע, אבער אויסער דעם ניגון ביי ניגון האט ער געמאכט אזא געראטשקע, אן קיין טראפ געפיל, אפילו זבל קוורטין'ס שטיקל איז אן קיין אידיש טעם.

קיצור הדברים, כ'ווייס נישט ווער ס'האט איהם איינגערעדט אז ער איז א חזן, אבער דער וואס האט עס געטוהן איז ממש עתיד ליתן את הדין.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 1:39 pm
דורך דארפסמאן
ווען איך האב עס געהערט האב איך געפרעגט איינעם , ווער קען נישט חזנות ירמי' אדער יעקב יוסף שטארק , איך האב זייער ליב צי הען ירמי' אבער נישט זיינע חזנות

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 1:47 pm
דורך צייטליך
מ'קען נישט זאגען אז די טעיפ איז נישט שיין, ווען ער זינגט דארט למשל פונטשיק'ס רזא דשבת, ס'איז שיין אראפגעלייגט באנאזאם מיטן קווייער,
אבער צו חזנות געהערט עס נישט.
יעצט סאכדעס, אז מ'רעדט שוין פון חזנות, וועם האלסטו איז די מערסטע ראו לאותו איצטלא פון די היימישע חזנות-קענער דא אין ניו יארק ?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 1:56 pm
דורך סאכדעס
כ'וואלט אויסגעפיקט מאיר ברוך קאהן, א קאפי פון יאסעלע.

ששש.. כ'רעדט פון די היגע.

דערנאך קענסטו נוצן יעקב יוסף שטארק, ער איז שוין מער א קווארטין, אין קוד פון חזנים איז מאיר ברוך א בריטון און יעקב יוסף א טנור.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 2:24 pm
דורך א אידעלע
סאכדעס, אויב ביסטו שוין אזא מבין, וואס זאגסטו צו חזן העלפגאט? ער טויגט?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 2:25 pm
דורך מאשקע
איך האב א פילינג אז דא קומט א לאנגע תגובה פון סאכדעס, מטעם הכמוס עמי, ואין מגלין אלא לחתולים ולגמלים...

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 2:48 pm
דורך סאכדעס
א אידעלע האט געשריבן: סאכדעס, אויב ביסטו שוין אזא מבין, וואס זאגסטו צו חזן העלפגאט? ער טויגט?


קודם מאן יימר כ'בין א מבין? כ'בין אסאך עוסק אין דעם, סאו האב איך ידיעות, כ'וואלט זיך ענדערש אנגערופן א ידען ווי איידער א מבין.

קודם לאמיר זיך נעמען צו מאשקע'ן
מאשקע האט געשריבן: איך האב א פילינג אז דא קומט א לאנגע תגובה פון סאכדעס, מטעם הכמוס עמי, ואין מגלין אלא לחתולים ולגמלים...

וואס זאל איך אייך זאגן? האסט מיר ארויפגעברענגט א שמייכל אויף די לעפסן, להווי ידוע אז היינט האביך שוין פארפירט א שמועס מיט מאשקע'ן ווען כ'בין געגאנען צום קאונטער ער זאל מיר אביסל אנפילן דעם גלאז משקה, זעה איך ווי ער הערט זיך אונטער א ניגונד'ל, איז פארגאנגאנגען א שמועס איבער חזנים בכלל און הלפגוט בפרט, ממילא פילט ער עפעס (נישט) גוט, העלמיר זעהן באלד.

איז אזוי, דער הלפגוט, אויב זאג איך אז מאיר ברוך איז א קאפי פון יאסעלע, קען מען איהם געבן דאס טיטול א קאפי פון קווארטין, פארשטייט זיך אז ביידע קאפיס רעדט איך פון די עלטערע סארט קאפי מאשינען, די וואס מ'דערקענט א חילוק צווישן די ארגינעלע און די קאפירטע, אבער לא בשביל זה באתי, דער הלפגוט, זיין אבות סידי האביך זייער נישט געגליכן, כאב נישט געגליכן זיין פארשטיקטקייט אין זיין שטימעלע, אבער כ'זעה אז היינצוטאג'ס איז ער פון די בעסטע חזנים, בפרט וואס ער איז א מומחה אין ארויסברענגן טענער וואס מ'האט שוין לאנג נישט געהערט אין עולם החזנות, א שטייגער פון זיינע געלונגענע אויפטריטן איז די אויפטריט וואס ער האט לעצטענס דא אין נוי יארק אויפגעטרעטן, כ'מיין ס'איז געווען אין צופר א קליפ פון דעם, דארט האט ער ממש געוויזן מופתים, געשטאנען עטליכע שעה און נישט פארלוירן זיין שטימע, תחילתו וסופו איז געווען ממש עד אין להפליא, אזוי אויך האביך געשיקט פריער פאר מאשקען א שטיקל הערט און האט הנאה, ער איז פול בעסער געווארן ווי ער איז געווען אמאל, זיינע קרעכצן האבן אמאל איידער אויסגעזעהן פאלש ווי ריכטיג, אקיצער פנים חדשות באו לכאן.

עד כאן דברי, מאשקע אויב איז דאס לאנג, אידאך זיכער גוט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:07 pm
דורך דארפסמאן
מאיר ברוך האט א נעפיאט וואס פאקט אים איין , מענדל'ס זין א בחור'ל איך האב עם שוין געהערט אפאר מאל ביי חתנות אין נאך

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:24 pm
דורך מאשקע
איך האב אים נאכנישט געהערט, דעם בחור'ל, אבער איך גלויב נישט אז מאיר ברוך'ן קען מען אזוי שנעל איינפלאחקן. אזוי ווי ר' סאכדעס זאגט, מאיר ברוך איז ממש א קאפיע פון יאסעלע. איך האב אמאל געהערט א טעיפ ווי ער זינגט אריין א ניגון פון יאסעלע, און איך האב מיך ממש געשוואוירן אז ס'איז יאסעלע אליין, ביז יענער האט מיר געזאגט אז ס'איז מאיר ברוך קאהן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:30 pm
דורך צייטליך
דער אמת איז אזוי ווי סאכדעת האט שוין געשריבן, העלפגאט איז א קאפי פון קווארטין, ער קען הויעך ארויפציען (כ'מיין זיין שטימע) און שרייען הויעך, אבער האט נישט די קרעכצן פון יוסעלע, מען האט עס גוט געקענט זעהן ביים לעצטיגן קאנצערט פון העלפגאט'ן ווי עס האט קודם געשפילט א ווי-די-או פון יוסעלא און ער איז אינדערמיט אריינגעקומען,
אוי, מי יתן לי אבר כ'יוסעלע..

און וואס זאגט איר צו יענקל אונגאר ? (כ'פרעג נאר)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:32 pm
דורך מאשקע
אוי יאנקל יאנקל. אזא מין חזן איז - לדעתי לדעתי - שוין לאנג נישט געווען. ווער ס'האט אים שוין געזען זינגען. ער שטייט זיך מיט אזא פשטות, ווי גלייך ער איז נאר א מיטזינגער, און פון צווישן זיינע לעפצן קומען ארויס די שענסטע טענער וואס איז נאר שייך. א מורא'דיגע געוואלדיגע שטימע. ממש צום באלעקן זיך די פינגערס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:40 pm
דורך צייטליך
מאשקע, אז די ביסט יא באהאווענט,
האסטו שוין אמאל געהערט די "יאקאב'ס" סידי'ס, ווי מ'קען הערן ביידע באנאזאם ?

אפשר לייגסטו פון דעם אויך ארויף א לינק.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:50 pm
דורך דארפסמאן
צייטליך די האסט א ווידיאו פון מיר איך הער יעצט די יאקאב קאפעליא
אין לגבי יעקל אונגאר ער איז א שיינע בעל תפלה דעדס אול

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:54 pm
דורך מאשקע
יא, צייטליך, איך האב עס שוין געהערט און אויך געזען לייוו. ס'דאך ממש א פארגעניגען. אפשר עמיר טאקע מיט די צייט ארויפלייגן אביסל "מי"ם פ"א דריי" פיילס פון יענע מסיבות.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 3:58 pm
דורך דארפסמאן
מאשקע האט געשריבן:איך האב אים נאכנישט געהערט, דעם בחור'ל, אבער איך גלויב נישט אז מאיר ברוך'ן קען מען אזוי שנעל איינפלאחקן. אזוי ווי ר' סאכדעס זאגט, מאיר ברוך איז ממש א קאפיע פון יאסעלע. איך האב אמאל געהערט א טעיפ ווי ער זינגט אריין א ניגון פון יאסעלע, און איך האב מיך ממש געשוואוירן אז ס'איז יאסעלע אליין, ביז יענער האט מיר געזאגט אז ס'איז מאיר ברוך קאהן.

ער זינקט אזוי ווי מאיר ברוך אין א שענערע אין דינערע קול

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 4:04 pm
דורך מאשקע
דארפסמאן:
1) נאך איינמאל דו שרייבסט "זינקט" אנשטאט "זינגט", ווייסעך נישט וואס איך טוה מיט דיר... דזשאסט קידינג, ס'איז בלויז א תיקון טעות.
2) נישט אייביג איז "דינער" אויך שענער.
3) קענסט נישט פארגלייכן א פראפעסיאנאלן לאנג-יעריגער זינגער צו א יונגער שנאק וואס האט זיך נארוואס געעפנט די אויגן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 4:13 pm
דורך דארפסמאן
קען זיין ווען ער וועט זיין עלטער וועט ער אים איבערשטייגן , אבער יעצט "זינגט" ער אויך מורה'דיג שיין

(ישר כח פארן פארעכטן)

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 4:20 pm
דורך מאשקע
אז מ'רעדט שוין פון פארריכטן: מורה'דיג, צ"ל מורא'דיג.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 5:53 pm
דורך סאכדעס
כ'בין שוין לאנג נישט דא געווען קוקט אויס.

יאנקל אונגאר בין איך נישט אזוי באקאנט, מאשקע שיק מיר שוין אריבער דאס קאפעליע.

וועכע נעפיו? מענדל'ס זוהן? וועכע מענדל? כ'מיין אז דו רעדסט פון זיין אייגענעם זוהן.

צייטליך, וואסערע ווידיאו פון יאסעלע? כ'האלט דאך דאס נישט אויס כ'וויל עס שוין זעהן פאר ווייסעך ווי לאנג, עניוועי אויב ווייסטו וואו מ'קען דאס זעהן לאז מיר וויסען יישר כוח למפרע.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 6:03 pm
דורך מאשקע
צייטליך האט נישט גערעדט פון א ווידעאו פון יאסעלע. דער דארפסמאן האט נאר געזאגט אז ער מיינט אז צייטליך האט אינסטאלירט א ווידעאו אין זיין אפיס, ווייל ער זעהט ווי ער הערט די "יאקאב" סידיס.
אבער אז מ'רעדט שוין יא, האב איך געזען אזא ווידעאו. עקטשולי מער ווי איינס. ס'איז דא א ווידעאו וואס הייסט "מלך החזנים", וואו מ'זעהט יאסעלע צווישן אנדערע חזנים. אויך איז דא א ווידעאו וואו מ'זעהט ווי ער זינגט אינאיינעם מיט זיין כאר.
שפרינג נישט יעצט. איך וועל דיר עס פרובירן צו פארשאפן ווי שנעלער, און כ'על דיר לאזן וויסן ווען כ'האב עס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 6:04 pm
דורך סאכדעס
יישר כוח מאשקע.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 6:05 pm
דורך דארפסמאן
מענדל איז אויך א חזן אין טרייט אז זיין זין זאל זיך גיט צירייבען , ער פלעגט אים מיטנעמען צי יאקאב זינגען
מענדל איז פין מענקאט פלאמס אפעטייזינג

געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2007 6:05 pm
דורך צייטליך
איך האב עס געזען אויף צופר ביי חזנות,
אנטשילדוגט אז איך קען דיר יעצט נישט ברענגען די לינק, ווייל מיין קאמפיוטער ארבייט יעצט שטאטער ווי דייל-אפ, במלא מובן המלא,
ס'איז דא דארט פון יוסעלע צוויי, דריי שטיק, און ס'איז דא פון העלפגאט און די צענדליגער, און אין איינע פון די קליפס קען מען זעהן די אויבערדערמאנטע,