היכל הנגינה עקסקלוסיוו: אינטערוויו מיט פינקי וועבער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

היכל הנגינה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 1:37 pm

היכל הנגינה עקסקלוסיוו: אינטערוויו מיט פינקי וועבער

תגובהדורך היכל הנגינה » מאנטאג פאברואר 15, 2010 9:50 am

בס"ד
אינטערוויו מיט הרה"ח ר' פנחס מרדכי (פינקי) וועבער הי"ו


אינטערוויו דורכגעפירט דורך: 'וויכטיג מאכער' און 'צייטליך'.



ווי געשריבן דא אין היכל הנגינה האבן מיר אינטערגענומען א נייער פראיעקט דא אין אינערהאלב קרעטשמע ווי דער עולם – שרייבער און ליינער פון אידישע וועלט – וועלן קענען פערזענליך אנפרעגן שאלות פון געוויסע זינגער'ס, קאמפאוזער'ס, מוזיק ארענדזשירער'ס און נאך מענטשן וואס זענען אקטיוו בעולם הנגינה.

נאך אונזער אנקעטע וואס מיר האבן ארויפגעשטעלט דא איז דער געווינער אויסגעקומען ר' פנחס מרדכי וועבער, מער באקאנט אלץ "פינקי וועבער", א גאר באקאנטער קאמפאוזער פון היימישע ניגונים און בדחן ביי היימישע חתונות.

אנדערש ווי גערישט זענען צו אונזער מזל אריינגעקומען אסאך מער פראגע'ס און שאלות ווי מיר האבן זיך לכתחילה געראכטן. ב"ה פארדעם. מיר האבן אלזא געהאט א עקסטערע ארבייט פון צוזאמשטעלן אלע פראגע'ס וואס זענען טיילמאל געפרעגט געווארן דורך עטליכע ניקים, אזוי אויך פילטערען די שאלות און ארויסנעמען די וועלעכע מיר האבן געהאלטן פאר נישט וויכטיג און נישט ריכטיג צו פרעגן.

נאכן אלעס מסדר זיין האבן מיר זיך פראבירט צו פארבינדן מיט פינקי'ן און מסדר זיין דעם אינטערוויו. אבער זיך צו טרעפן מיט פינקי אין א רואיגע מינוט (עטליכע מינוטן למען האמת..) איז נישט די גרינגסטע זאך. אייגענטליך פון די שווערערע זאכן. אבער מיט רצון קומט מען איבעראל אן.

דעם פארגאגענעם זינטאג פרשת יתרו, אין א קילער פארמיטאג זיצענדיג מיט וויכטיג מאכער אין זיין אויטא האט וויכי געכאפט פינקי'ן אויפן גאס און מיר האבן אום אנגעטראגן א היטש אהיים צו זיין דירה אויף בעדפארד עוו. וועלעכער ער האט נישט אפגעזאגט.

מיר האבן אום גלייך אנגעפאנגען מסביר זיין דעם ענין צו וואס מיר זיכן אום שוין א שטיק צייט און מיר ברויכן אפאר מינוט פון זיי צייט בכדאי מיר זאל קענען אפהאלטן א אינטערוויו מיט אום. א זאך וועלעכער ער האט קאטעגאריש אפגעווארפן.

פינקי האט אונז מסביר געווען אז ער האט זיך קיינמאל נישט געלאזט אינטערוויו'ן און ער זיכט נישט קיין פובליסעטי און נאך פארשידענע טעמים פארוואס ער וויל דאס נישט. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, האבן מיר "בלויז" געכאפט א שמועס מיט אום אריינוואפענדיג די קשיות און שאלות וואס דער עולם האט געפרעגט אזוי ארום אז מיר זענען ארויסגעקומען מיט א גאר שיינער שמועס מיט אסאך אינהאלט.

איך לייג דא ארויף די קשיות וואס זענען אריינגעשיקט געווארן דורכ'ן עולם און דעראויף זיינע קאמענטארן וואס ער האט געהאט צוצילייגן דעראויף דורכאויס דעם שמועס.

ליינט און האט הנאה.



איבער פינקי'ס פערזענליכקייט:
פארציילט אונז איבער דעם "פינקי וועבער", ווי איז ער אויפגעוואקסן? ווען האט ער די ערשטע מאל געזען זיינע טאלאנטען? וואס האט אים "אינספייערט" אלץ קינד? ווען איז ער אריין אין מוזיק? בדחנות? קאמפויזען (געשמאקער, משה קאפויער, ברוך גרין, פאטאקי, ליינער, קרעמער)

פינקי דערציילט אונז אז ער האט שוין גע'בדחן'ט אזוי פרי ווי ביי די 8-9 יאר אלט, זייענדיג א אינגל אין חדר האט ער פורים ביי זיין רבי'ן אינדערהיים אויסגעגראמט פון אויסענוויייניג יעדעס אינגל וואס איז אריינגעקומן ברענגן משלוח מנות. און איבער שפילן פיאנאו זאגט ער אז ער האט זיך איינמאל ביי די 16 יאר אראפגעזעצט ביי א פיאנאו און געזעהן אז ער קען.. עס איז פשוט א חוש וואס ער האט.

דו פארמאגסט מורא'דיגע טאלאנטן אין נגינה און מוזיק (ווי אויך מאָלן, נאכמאלן פנים'ער פון מענטשן). אין די צייטן ווען דו האסט אנגעהויבן איז נאכנישט געווען גראמען אזא מוזיקאלישע פארשטעלונג ווי היינט, אייגנטליך ביסטו געווען דער וואס האט עס אריינגעברענגט. וואס האט דיך באוואויגן אריינצוגיין ענדערשט אין די גראמען ליין, ווי איידער מער אין די מוזיק ליין? (געשמאקער, בעילאוט)
דער אמת איז – זאגט אונז פינקי – אז ער האט פון אנפאנג טאקע געשפילט אויף קלענערע שמחות. און ווי ער דערציילט אונז איז נאך דאן נישט געווען אזוי אין סטייל קיינע איין-מאן-באנד און דעריבער האט מען עס נאר צומאל געניצט ביי קלענערע שמחות ווי שבע ברכות אד"ג. אין זיינער צייט זענען געווען דריי שפילער, ר' מאיר פערל, ר' אהרן לעוו און פינקי וועבער. אבער די ריכטיגע סיבה פארוואס ער איז אינגאנצן אריין אונעם בדחנות ליין איז געווען זיין ענטפער: ואלקים אנה לידי.

און אגב איבער די מאלען, זאגט ער אונז אז ער פלעגט אסאך זיצן און קאטשקענען מיט מעלערייען, ווי אויך נאכמאלן די געזיכט פון מענטשן. אבער ער טוט דאס שוין כמעט נישט.



איבער קאמפאוזען:
וואס איז דער ערשטער ניגון וואס איר האט קאמפאוזט? (העכטל, ליינער)
"ותבניהו מהרה" אדער די "פעקעלע" ניגון פון מיכאל. ער איז נישט געווען זיכער וועלעכע עס איז געווען בעפאר.

האט איר א"שענסטע" ניגון אדער אלעס איז אייניג? (שאץ מאץ, קהלת)
פינקי פרעגט מיר צוריק: וועלעכער פון דיינע קינדערלעך גלייכסטו דאס מערסטע? ער איז אונז מסביר אז א ניגון איז א יצירה וואס די מאכסט און עס איז נישט שייך צו זאגן דעראויף דאס גלייכט ער מער ווי די אנדערע. ער לייגט צו מיט א שמייכל. מ'זעהט אמאל א טאטע פון א ספעציעלער קינד, א שוואך קינד, ציעט ער דאס מערסטע צו יענער קינד, אזוי אויך מיינט ער אז ער ציעט מער צו זיינע פראבלעמאטישע ניגונים...

די ליינער ווילן וויסן וויאזוי איר קאמפאוזט א ניגון: אונז האמיר געליינט אויף איי וועלט אז יוסי גרין זעצט זיך אראפ מחבר זיין א ניגון ביים פיאנא, ר' משה גאלדמאן זאגט אז פאר אים דארף א ניגון "איינפאלן", וויאזוי גייט עס ביי אייך? דארפט איר זיך אוועק זעצן מחבר זיין א ניגון אדער דאס דארף קומען פון זיך אליינס? (1X1, אינטיליגענט, צים פינטל, געשמאקער, בעילאוט, ארעסטאנט, העכט)
אלע זיינע ניגונים - זאגט ער - זענען געמאכט געווארן נאר זיצענדיג ביים פיאנאו. חוץ איין ניגון "למה השם" (המשוררים - דוב האפפמאן) וואס עס איז אום בייגעפאלן דעם ניגון אויפן גאס גייענדיג צום שוהל אויפדערנאכט.

בכלל, קענט איר אביסל מסביר זיין די פראסעס פון קאמפאוזען? ווי לאנג נעמט דאס? (גימעל) . וויאזוי ווייסט מען ווען מ'ענדיגט קאמפאוזן א ניגון, צו ס'איז טאקע א חידוש, אדער דער זכרון האט עס גע'גנב'ט פון אן אנדערן ניגון, אדער עכ"פ א תנועה'לע פון ערגעץ אנדערש. אמאל קען אפילו זיין פון אן אייגענעם אלטן ניגון. קען מען דען דורכבלעטרן אלע ניגונים אויף דער וועלט? (אינטיליגענט) וויפיל פראצענט פון א ניגון דארף מען האבן, אויף אנצוהייבן קאמפאוזן א ניגון. איין גאנצער פאל? אדער אפילו א האלבער פאל? אדער איז גענוג איין תנועה, און פון דעם קען מען בויען ווייטער? (אינטיליגענט, גימעל)
די פראצעדור פון א ניגון – זאגט אונז פינקי – איז געווענליך אז דער וואס ברויך א ניגון קומט צו אום און זאגט אום וואספארא ערליי ניגון ער ברויך און זוכט. ער וועט זיכן די ווערטער, וואס אן די ווערטער קען ער גארנישט טוען, און דערנאך זיך אראפזעצן ביים פיאנאו און דורכארבייטן די ווערטער און דערביי קאמפעזירן דעם ניגון.

ער וועט אייביג מאכן דעם גאנצן ניגון אויפן פלאץ, פון אנהייב ביז די ענדע, צומאל קען זיך מאכן אז איינער איז נישט אזוי צופרידן מיט א פאל וועט ער צוריק קומען און מ'וועט דאס איבערמאכן.

לגבי דעם צו וויסן אויב דאס איז גע'גנב'ט אדער צו ער האט זיך גע'נאר'ט און דאס איז אליין זיין אייגן אלטער ניגון. דאס לאזט ער איבער פארן הערער. דער וואס נעמט דעם ניגון זאל אום זאגן אויב ער קען דאס שוין אדער ער האט דאס שוין געהערט.

ווען איר קאמפאוזט א ניגון קענט איר באלד זאגן אז דאס וועט זיין א "היט"? אין אנדערע ווערטער: איז די טעיסט פונעם עולם די זעלבע ווי אייער'ס? (בעילאוט) און האסטו שוין געהאט סופרייזעס ווען דו האסט געמיינט אז דאס וועט זיין מעכטיג און ס'נישט געווארן אזוי אדער פארקערט? (בעילאוט)
זיין תירוץ איז געווען: ניין. עס איז נישט מעגליך פאראויס צו זאגן וואס מיט דער ניגון וועט זיך אויסלאזן. ער האט שוין געהאט אסאך סופרייזעס און אנטושונגען ביי זיינע ניגונים ווי ער האט פאראויסגעשאצט און דערווייל האט זיך עס אנדערש אויסגעשטעלט.

ווען איר גיבט א ניגון פאר א זינגער זענט איר מקפיד ס'זאל בלייבן אריגינעל אדער איר לאזט אים ארום שפילן דערמיט? (גראדער)
ער איז מקפיד אז דאס זאל פארבלייבן די זעלבע, אבער נישט אייביג ליגט עס אין זיינע הענט און נישט אייביג פאלגט מען אום.

פארוואס הערט מען אייך נישט אויף מער פראפעשענעל אלבוימס זינגען? איר האט געזינגען לעצטענס מיט מיכאל אויף 'מיין קינד טרעף מיך', און א גרויסער עולם האט מורא'דיג הנאה געהאט, פארוואס הערט מען אייך נישט מער? (ארעסטאנט, קעש פאר קלאנקערס)
פינקי טענה'ט שוין היינט צום וויפעלטן מאל. "איך האב נישט קיין צייט". ער זאגט אז דאס אראפגיין אין סטודיאו און זינגען אויף די פולע אלבום'ס קאסט אסאך צייט וואס ער האט נישט. דאס איז נישט זיין ליין בכלל.
וועלכע פון די היינטיגע זינגערס וואס זענען ערשינען די לעצטע יאר צוויי געפעלט אייך די מערסטע? און ווער איז לדעתך דער שענסטער זינגער היינט? (ארעסטאנט, חיי גיי\ניין)
ער זאגט אז יעדער האט זיך זיין אייגענארטיגער מהלך און חן ביים זינגען, עס אז נישט שייך צו זאגן איינעם איבערן צווייטן. און בעיקר ווייל על טעם וריח אין להתוכח. יעדער גלייכט א צווייטע מהלך, אבער יעדער האט זיך זיינע מעלות. ער לייגט נאר צו בדרך צחות, אז פארשטייט זיך אליין אז דער וואס צאלט דאס מערסטע דער זינגט די שענסטע...

איר האט געמאכט א ניגון צוזאמען מיט יוסי גרין (ר"מ אומר פון אוהד) וועלכע פאל האט איר געמאכט? און פארוואס האט איר עס געמאכט? (קעש פאר קלאנקערס)
ווי פינקי דערציילט אונז איז די מעשה געווען אז ער האט קאמפאוזט דעם גאנצן ניגון, נאר אהוד איז נישט געווען אזוי צופרידן מיט הויכן שטיקל פונעם צווייטן פאל (וכל העולם) איז ער געגאנגען צום יוסי גרין דאס אביסל צו פיקסן.

וואס איז בכלל אייער מיינונג איבער היינטיגע מוזיק? (געשמאקער) און וואס זאגט איר צו די וואס נעמען פון פרעמדע קוועלער? (בעילאוט)
איבער ניגונים פון פרעמדע מקורות זאגט אונז פינקי אז "אין איסור חל על איסור" ער האט נישט וואס צוצילייגן אויף א זאך וואס חז"ל לאזן נישט. און איבער די היינטיגע סטיל פון מוזיק זאגט ער מיט ווייטאג "אמאליגע מוזיק איז געקומען פון הארץ און אריינגעגאנגען אין נשמה. די היינטיגע מוזיק קומט נישט פון הארץ און גייט נישט אריין אין נשמה. פון ווי עס קומט און קיין ווי עס גייט ווייס איך נישט".

פארוואס הערט מען כמעט נישט קיין שנעלע ניגונים פון אייך, די פאר וואס איז דא איז זייער שיין, איז דאס שווערער צו מאכן?
אזוי שמוסענדיג מיט פינקי זענען מיר געוואויר געווארן פון מער ווי עטליכע שנעלע ניגונים וואס ער האט געמאכט. אריינגערעכענט: אמת (שוועקי) על חיינו, נודה לך, למעלה, ותבנהו, עשה און נאך.אבער די עיקר סיבה דערצו איז אז ער מאכט וואס מ'בעט אום און זעהט אויס אז דאס פארלאנגט מען פון אום מער.

ער לייגט צו אז ער האט כמעט נישט קיין צייט צו קיינע קאמפעזאציע'ס און דעריבער קאמפאוזט ער ווייניג, אבער איינמאל ער זעצט זיך שוין אראפ קאמפעזירן א ניגון מיינט דאס אז ער האט יעצט צייט. נו, אז ער האט צייט צו וואס זאל ער מאכן א שנעלער ניגון, ווי יאגט מען זיך?....

פארוואס זענען אלע אייערע קאפעזאציע'ס 'מיינער' ניגונים, פארוואס האט איר נישט אויך עפעס 'מעידזשער' ניגונים? (1X1)
צום אלעס ערשט זענען נישט אלע זיינע ניגונים פולע מיינער ניגונים, ער האט עטליכע פרעיגעש ניגונים וואס ער האט אונז אויסגערעכענט. אבער ער טענה'ט אז מיינער איז מער הארציגער און געפיליש.
ער לייגט אבער צו, אז הגם ער מאכט טאקע רוב ניגונים אלץ א מיינער, פראבירט אז עס זאל זיין א 'מעידזשער' ניגון...

עטליכע חברים האבן געפרעגט "בעקגראונד אינפארמעישען" וועגן פארשידענע פון אייערע ניגונים:
אייער אמערסטענס אויפגעכאפטע ניגון "רחם"
(ארעסטאנט, קעש פאר קלאנקערס)
די מעשה מיט דעם רחם ניגון איז געווען אז ער איינמאל געווען אויף א חתונה און מיטאמאל האט מען אויפגעריפן אז "הבחור יעקב שוואקי זאל ארויפקומען זינגען". ער איז פאר פינקי זייער געפאלן און ער האט געהאלטן אז דער בחור וועט נאך ארויסקומען מיט א טעיפ אמאל. און ער האט גערעדט מיט אום איבער ניגונים וואס ער קען אום געבן, אבער שוואקי האט דאן ג'טענה'ט אז ער איז נאך א בחור און וויל דערווייל ווארטן קודם חתונה צו האבן.

עס איז דורך א האלבער יאר און ער האט נישט געהערט פון דעם בחור. ווען איין טאג קריגט ער א פאון קאל פון יוחי בריסקמאן און ער זאגט אום אז ער האט עפעס א נייער זינגער, ער קען אום נאכנישט זאגן ווער, און ער דארף פון אום א ניגון. פינקי האט אום געבעטן אפשר זאגסטו מיר זיין נאמען, יוחי האט אבער נישט געוואלט, למעשה זאגט אום יוחי, וועסט סייווי נישט וויסן, ס'איז א בחור, שוועקי הייסט ער. אההה, זאגט פינקי, איך האב שוין גערעדט מיט אום און איך האב אום שוין אפילו געגעבן א ניגון. און אויף יענער אלבום האט ער געזינגען דעם רחם, א ניגון וואס שוועקי האט לכתחילה נישט געוואלט נעמען, (און עס איז שוין געגעבן געווארן אויך פאר שלמה דאקס וואס האט עס אויך נישט געגליכן) נאר נאכן ארויסקום האט ער הערשט געזעהן וואספארא היט דאס איז.
בן בג בג (גימעל)
"מ'קען זיך מיט א ניגון נישט אויסרעכענען" זאגט פינקי. ווען ער האט געמאכט דעם 'בן בג בג' ניגון האט ער נישט געוויסט אז דער ניגון וועט זיך אויסלאזן מיט א ווילדער הארא ניגון. און דאס איז אויך איינע פון זיינע סיבות פארוואס ער מאכט נישט אזוי וויט די ערליי ניגונים ווייל ער קריקט אסאך קריטיק דעראויף ווי נאר עס ווערט א ווילדער ניגון.
אייער ערשטע וועלטס ניגון "תפלה לעני" (קעש פאר קלאנקערס)
דער ניגון האט ער געמאכט ווען JJ פריעד האט ארויסגעגעבן דעם "המשוררים" אלבום און ער האט אום געבעטן דעם ניגון און דאס געגעבן פאר מרדכי בן דוד צו זינגען.
למה ה' (העלאו שלום)
דער ניגון איז אויך געווען אויפן זעלבן אלבום "המשוררים" און דאס האט געזינגען ר' דוב האפפמאן. און אגב, - ווי אויבן געשמוסט - דאס איז דער איינציגסטער ניגון וואס ער האט נישט געמאכט ביים פיאנאו נאר עס איז בייגעפאלן גייענדיג אויף דער גאס.

איר האט א סך הכל פון אלע אייערע ניגונים? (גיי ווייס)
פינקי זאגט מיר אז ער ציילט דאס נישט וויבאלד א זאך וואס מ'ציילט קומט נישט אריין קיין סימן ברכה. (ער זאגט מיר אז עס שטייט אין תענית דף ד', כ'דארף נאכטשעקן אויב ער האט טאקע צוגעטראפן) אבער ער האט בערך אין די געגענט פון הונדערט ניגונים.



איבער גראמען:

וואס איז געווען אייער גרעסטע "פלאפ" ביי א מצוה טאנץ? און וואס די גרעסטע סוקסעס? און אז מ'רעדט שוין, פארוואס איז די אקערמאן חתונה באוואוסט אלץ די "ה' הידוע?" (שאץ מאץ, בעילאוט, חיי גיי\ניין)
ס'איז צוויי קשיות. צום ערשט די אינטערסאנסטע מעשה וואס פינקי האט אמאל געהאט.
ער איז אנגעקומען קיין בארא פארק צום "תורה ויראה" זאל און דרייט זיך דארט ארום ווארטענדיג מ'זאל ענדיגען דעם חתונה ווען ער זעהט נאך עטליכע מינוט אז נישט דאס איז די חתונה ווי ער ברויך גראמען היינט נאכט. נאך א מינוט קריגט ער א פאון קאל פון זיין ווייב אז די מחותנים זיכן אום שוין ארום צען מינוט און קענען אום נישט טרעפן. ווי איז יענער חתונה, פרעגט ער זיין ווייב, זי ווייסט אויך נישט, זי האט נישט געזעהן ווער עס האט געריפן. בקיצור, ס'איז א חורבן.

נאך עטליכע מינוט איז ער געוואויר געווארן אז די חתונה ווי ער ברויך גראמען איז אין וויזניץ'ער זאל, אינטער א אויגן בליק איז ער שנעל אהינגעלאפן. און ער קומט אן מיט זיין זאטשקע, זיין טאשקע מיט די מייק און אלע כלים און לויפט אריין אונעם בנין, גלייך קומען צו לויפן א גרופע פרויען היסטעריש און ווייזן אום אן ווי אהין ער ברויך גיין, זיי צייגן אום אריינצוגיין אונעם פרויען אפטיילונג פונעם זאל. פול מיט וואונדער גייט ער צו די פרויען זייט, אנדערש ווי אייביג ווען די מצוה טאנץ קומט פאר ביי די מענער זייט ווען ער זעהט ווי די פרויען צייגן אום אן אויף א באבע וואס שפירט זיך זייער נישט גוט... מיינענדיג אז ער איז אן הצלה וואלענטיר וואס איז נארוואס אנגעקומען.

ארויסגעטשעלט האט זיך אז דער מחותן האט געדינגען די וויזניץ'ער זאל אבער זיי זענען נישט געווען אוועליבעל איז ער געגאנגען צו 'תורה ויראה'. נאכהער ווען וויזניץ האט געמאלדן אז זיי זענען יא עוועליבעל האט ער צוריקגעטוישט, אבער אן איינמעלדן פאר די שפילער און גראמער. (ווייל אהרן לעוו האט שוין געהאלטן אינמטן אריינשלעפן זיינע חפצים ווען ער איז געווואויר געווארן אז ער איז אין די ראנג זאל..) און ווען פינקי איז אנגעקומען צו וויזניץ איז פינקט געוון א באבע וואס האט נישט גוט געשפירט און זיי האבן געריפן הצלה, איינמאל זיי האבן געזעהן א אינגערמאן לויפן מיט א טאשקע אין די האנט האבן זיי גלייך פארשטאנען אז דאס איז דער הצלה אינגערמאן..

און איבער די אקערמאן חתונה איז פשט פשוט. עס איז געווען דער סאמע ערשטע חתונה ווי עס איז ארייינגעקומען דער נייער באגריף פון האבן נאך זינגער וואס זאלן מיטזינגען מיט הארמעני, זינגען גאנצעטע שטיקלעך מיט פזמונים. אלעס האט זיך דאן אנגעהויבן. און היינט ווערט עס שוין טאקע קאפירט ביי פילע אנדערע.

ווען איר גראמט הארציג ביז גאר אז ס'רירט יעדעמס סטורנעס, פילט ער באמת וואס איר זאגט אדער ס'נאר כלפי חוץ? (שאץ מאץ, קהלת, גראדער, ארעסטאנט, חיי גיי\ניין)
לויט ווי ער זאגט אונז פראבירט ער זיך אייביג אריינצולייגן אונעם מצב פון וואס ער רעדט און דאס איז דאס בעסטע וועג וויאזוי ער קען ארויסברענגען גוט א זאך.

ווער איז אייער רבי אין בדחנות? (קהלת)
דער אמת איז אז מיר וואלטן ליבערשט געדארפט פרעגן פון פינקי פארקערט. "ווער זענן אייערע תלמידים אין בדחנות". ווייל למעשה האט פינקי געבוירן א נייע וועלט אין בדחנות, ער גייט נישט אין קיינעם'ס סטיל, ער מאכט קיינעם נישט נאך און גייט נישט אין א צווייטען'ס דרך, ער האט אויסגעטראפן און אנגעפאנגען א נייער מהלך און גענצליך נייער וועג פון גראמען, א זאך וועלעכע אלע היינטיגע גראמער'ס מאכן אום נאך. אבער איבערן שמועס איז ארויסגעקומען אז ער פלעגט אסאך הערן חיים מענדל'ן (וואדען?..) און זיין פעטער (פון זיין ווייב'ס זייט) ר' שלמה יענקל געלבמאן.
פינקי ברענגט ארויס אז ער פריידט זיך און האט הנאה אז עס זענען דא היינט אינגעלייט מיט גאר גוטע טאלאנטן, און דאס איז א שטארקע מעלה אז דער גאנצער וועג און געשמאק פון גראמען זאל נישט אונטערגיין. "עס איז דא אסאך טאלאנט אינדרויסן און דאס איז א מעלה" זאגט ער.
זיין בדחנות קומען אין אמת'ן פון זיין משפחה און עס ליגט אום אין די בלוט.
איז 'דזשאקס' ביי א חתונה א לכתחילה אדער א בדיעבד? אמאל פלעגט מען דאס טוען אסאך מער. (קהלת)
יא. "איך לייג א שטארקער דגוש אויף משמח זיין חתן וכלה" זאגט ער. פארשטייט זיך אז ווענדט זיך אונעם מאאד פונעם עולם און ווי אויסגעריעט זיי זענען, אבער ער פראבירט איינמאל אדער צוויי מאל צו נעמען 15 מינוט און משמח זיין מיט דזשאוקס און וויצן.

דיינע גראמען פארן היינט ארום אין די גאנצע וועלט. קאלעקשאנס ווערן פארקויפט אויף סידיס דורך טעיפ קאמפעניס, מען קען זאגן אז כמעט 'יעדער' האט שוין געהערט א טעיפ פון א פרעמדע חתונה געגראמט דורך פינקי. פון איין זייט ברענגט דיר דאס פאפולעריטי, אין די אנהייב יארן האט דיר דאס זיכער געברענגט קאסטומערס אויך. פון די אנדערע זייט קען עס דיר צונעמען חומר, ווייל מענטשן הערן זאכן וואס דו זאגסט אויף איין חתונה, און די דארפסט כסדר אויפקומען מיט פרישע זאכן. מיין פראגע איז, קוקענדיג אויפן גאנצן בילד, האט זיך דיר עס געלוינט, און לוינט עס דיר נאך אלץ? צי איז יצא שכרו בהפסדו? (יענטאאש)
למשה צו ס'איז יצה שכרו בהפסדו, זאגט ער אז נישט. למעשה זעהט ער אז אזויפיל אידן האבן הנאה פון זיינע חתונה טעיפ'ס, ס'איז דא אן א שיעור נישט געזינטע מענטשן וואס ליגן אין בעט אדער מיט אנדערע פראבלעמען וואס זענען זיך מחיה טעגליך מיט זיינע גראמען אלזא האט זיך עס אום שוין זיכער געלוינט. ער טענה'ט אבער אז ער האט סייווי נישט קיין קאנטראל דעראויף. מ'האט אום קיינמאל נישט געפרעגט קיין רשות בעפאר מ'גיט ארויס זיינע טעיפ'ס. ער קען עס נישט אפשטעלן, אלזא קוקט ער אויפן גוטן חלק אז מענטשן האבן כאטשיג הנאה דערפון.

איבערן חומר פראבלעם וואלט ער ליבערשט געברויכט האבן אסאך גרעסערע פראבלעם. פינקי גראמט שוין היינט ביי חתונות וואס ער האט שוין געגראמט צוואנציג יאר צוריק ביי די מחותנים, ווילאנג קען מען דען ניצן די זעלבע חומר, אויב זאל מען אויסלויפן פון חומר קען מען אנהאטלן דריי-פיר יאר, אבער נישט קיין צוואנציג יאר! דאס מיינט אז מ'שאפט אייביג פרישע רעיונות וואס צו זאגן און מיט וואס משמח צו זיין.

בקיצור, ער זאגט אז לכתחילה איז דאס א בדיעבד, אבער בדיעבד איז דאס שוין א לכתחילה.

קומען אנדערע בדחנים זיך דורעכרעדן מיט אייך אין דעם פעלד, און בכלל שערן אמאל בדחנים איידיעס איינער די אנדערע. (ארעסטאנט)
ס'מאכט צומאל – זאגט ער – אז אנדערע בדחנים קומען אנפרעגן איבער געווסע זאכן וואס און ווען צוזאגן.

די נייע מנהג פון קווייערס ביי געוויסע מצוה טענץ איז דיין איידיע? (ארעסטאנט)
ווי שוין געשריבן אויבן איז דאס די ערשטע מאל געווען ביי די אקערמאן חתונה וואס פינקי האט געגראמט. ער דערציילט אונז אז דאן זענען געווען אסאך מענטשן מיט קריטיק דעראויף, ער אליין האט מורא געהאט וואספארא עפעקט עס וועט האבן אויף אום, אבער למעשה טוט עס שוין היינט יעדער איינער, אנדערע טוען עס שוין נאך אין גרויסן. און ער צולאכט זיך "איך בעט נישט קיין קאמישאן פון קיינעם דערפאר, אדרבא יאכלו ענווים וישבעו"



פינקי וועבער א זינגער? א שפילער?

אייער פיאנא שפילעריי איז פון נאטור אויס אדער איר האט זיך געלערענט אויף דעם? (משה קאפויער, מאני)
זיין שפילעריי קומט פון נאטור, - ווי שוין דערמאנט אויבן - ער האט דאס אנגעהויבן ביי די 16 יאר.

אנדערע פרעגן וועגן אייער זינגען: וואלט איר געקומען זינגען – נישט גראמען – ביי א מסיבה? (בעילאוט)
ביי מסיבות האט ער שוין אסאך געזונגען אינאיינעם מיט אנדערע קווייער'ס, צו ביי גרויסע דינער'ס אדער אפילו ביי קלענער בר מצוה'ס און שבע ברכות'ער האט ער שוין אויך געזונגען. און וועגן סתם אזוי אליין זינגען אויף שמחות, זאגט ער מיר "איך האב נישט געקלערט דערוועגן. מעגליך טאקע.."

אט דא שטעלט זיך א אינטערסאנטע פראגע מה נשתנה פינקי, פון וואנעט האסטו גענומען דעם כח צו קענען זונגען א פילהארמאנישן ניגון און זיך האלטן אויפן הארמאנישן טאן איינער אליין אנע דעם וואס אנדערע זאלן זונגען געהעריג דאס איז דאך עפעס א חכמה? (פישל)
פינקי'ס תירוץ: עזרי מעם השם.

וואס טוט זיך מיט וואויס לעסענס? איר גייט בכלל? צו וועם? ווער האט דיך די מערסטע געהאלפן? (סתם א לץ, שאץ מאץ, סאלאדס)
ווי א איד פרעגט מיר פינקי צוריק. נו, אפשר זאלן די וואויס לעסענס קומען צו מיר? פון דעם האסטו נישט געטראכט?
ער פלעגט אלע יארן נישט גיין אויף קיינע לעסאנס. נאר יעצט ממש אין די לעצטע שטיק צייט האט ער אנגעפאנגען צו גיין, אבער אויך נישט רעגעלמעסיג, ער גייט נאר אמאל אמאל. "מ'ווערט דאך נישט אינגער" זאגט ער.

אגב, האסטו נישט אמאל פרובירט אויך צו שרייבן? מסתמא דארפסטו דארט אויך זיין א מייסטער? (חיי גיי\ניין)
דערווייל האט ער נישט פראבירט – זאגט ער.

וואס איז א "רעד ליין" א זאך וואס איר וועט קיינמאל נישט טון?
1) גיבן א אינטערוויו..
2) זאגן ליגענט ביים אויסגראמען מחותנים...
3) "איך פראביר צו בלייבן שטיין ביים יעלאו ליין" זאגט ער אונז.

אויף וואספארא פראיעקט ארבייט איר יעצט? איז אמת איר ארבעט אויף א ספר? (ליינער, ארעסטאנט)
יא, ס'איז אמת – זאגט ער – אבער דאס איז דערווייל נאר א פנימי זאך און ער ווייסט נאכנישט אויב ער וועט דאס בכלל ארויסגעבן אין די געשעפטן צו פארקויפן. עס איז א ספר פון חידושים על התורה וסגיות.
וואסערע טיפ קענט איר געבן פאר יונגע קאמפאוזערס און בדחנים וועלכע הייבן יעצט אן די וועג?
פינקי האט דא געגעבן א טיפ, זייער גלייך און צום פוינט: "פראביר צו זיין די אליינס". ודפח"ח.

ענדע.





אנטשולדיגונג:
מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פארן לאזן דעם עולם אזוי לאנג ווארטן אויפן אינטערוויו. מיר זענען פונקט פארנומען געווארן אין די לעצטע צייט און נישט געהאט קיין צייט דאס צו פארענדיגן. האפענטליך וועט דאס קומענדיגע גיין שנעלער ווי די דאזיגע.

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג פאברואר 15, 2010 10:13 am

זיך נישט געראכטן אויף אזא גוטס.

כאטש וואס כ'האב נישט אריינגעשיקט קיינע פראגעס, האט איר פארט צוגעטראפן אלס וואס כ'וואלט ווען געפרעגט.

ייש"כ מעומק הלב.
קאמענטארן זענען איבריג

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » מאנטאג פאברואר 15, 2010 10:24 am

וואונדערבאר. יישר כח סיי פאר צייטליך, סיי פאר וויכטיג מאכער און סיי פאר ר' פינקי'ן.

נאר איין קליינע הערה, איך מיין אז שלמה יאנקל געלבמאן איז אים א פעטער פון זיין זייט, נישט פון זיין ווייב'ס.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג פאברואר 15, 2010 10:26 am

גערעכט. פון שלמה יענקל'ס ווייב זייט. ר' שלמה יענקל איז א איידעם ביי וועבער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג פאברואר 15, 2010 10:36 am

איך האב געמיינט עס קומט א ווידיא אינטערוויאו א שטייגער ווי מיכאל.
שוין דעס איז אויך גוט.

דאס מערסטע איז מיר געפאלן די הצלה מיט די באבע..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » מאנטאג פאברואר 15, 2010 11:21 am

א ריזיגען דאנק פאר אונזער חשוב'ן אחראי צייטליך, ומשנהו בדומה לו וויכי פאר די טירחה צו מהנה זיין דעם עולם, זייער א קלאסישע אינטערוויא, גוטע פוינטס אזש ס'קוקט אויס ווי ענק זענען שוין יארן לאנג עקספיריענס.

און אודאי א דאנק פאר הרה''ח פינקי וועבער פארן אוועקגעבן פון זיין צייט פאר אונז.

זאל ענק דער באשעפער געבן כל טוב וטוב.

א עקסטערע שאמאלייכעם פאר יענטאאש און פאר חיי גיי, צייטליך ווייז אים וויאזוי מען סיינט זיך אויף.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג פאברואר 15, 2010 2:55 pm

א הערצליכן דאנק, עס איז וואונדערבאר! לוקינג פארווערד פאר די נעקסטע.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג פאברואר 15, 2010 3:14 pm

יישר כח

זייער גוט

נו ווער קומט נעקסט

אפשר בדחנים (כ'מיין פינקי איז דאך יעצט אויפן סטענד אלס זינגער)

אפשר מאכן א אינטערוויא פון ווסערע פעלד צו אינטערוויאען?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » מאנטאג פאברואר 15, 2010 3:22 pm

;l;p-

אסאך אינפארמאציע וואס כ'האב נישט געוואוסט...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:28 pm

זייער אסאך זאכן קען מען זיך אליין פארשטעלן דעם תירוץ, אווער אלל איז עס היבש אינפארמאטיוו
כ'גלייך זיין סענס אוו הומאר

כ'האב נאך א געוואלד צו פרעגן, אוי בין איך א נאר פארן נישט אריינשיקן, כ'געווען זיכער אז ס'וועלן זיין גענוג מיט די זעלבע פראגן ווי מיר
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:30 pm

אוקיי, גאנץ א פיינע אינטערוויא. שכח וויכי און צייטי פאר די ארבייט. קיפ איט אפ.
איך זאג עשה!

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:54 pm

א געלונגענער אינטערוויו, ישר כח וויכי, צייטליך, פינקי און אלע וואס האבן צוגעהאלפן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 15, 2010 6:08 pm

זייער שיין,
דאס מערסטע גלייך איך נאך די סדר הדברים וואו שיין די זאך איז אראפגעשריבן.
צייטליך'ס שריפט מוט וויכי'ס פינטלעך איז א דבר השלום.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג פאברואר 15, 2010 9:18 pm

העערליך, יישר כוח וויכי, צייטליך.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2883
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:03 am

כ'האב שטארק הנאה געהאט פון אלע פוינטס,
איך האב מיך דערזעהן מיט מיין פראגע וועלכע דורכפאל איז געוועהן די גרעסטע, אבער אויף אזא תשובה האב איך מיר נישט געראכטן,
אבער די פראגע וועלכע חתונה איז געוועהן די בעסטע איז געבליבן אומפארענפערט, תיקו,
.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 6:12 am

א געלונגענער אינטערוויו, הערליכע פראגעס און שיין הומאריסטיש אראפגעשריבן די ענטפערס! נישט ווי טיילמאל ליינט מען אין די אויסגאבעס פארשידענע אינטערוויוס וועלכע באשטייען אזוי טרוקן פון "פראגע" און "ענטפער".

טעינקס פאר צייטי און וויכי און די אנדערע וועלכע האבן צוגעהאלפן.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג פאברואר 16, 2010 8:14 am

הערליך.

ווייס איך ווען אז מען שרייבט די נעמען פון די שואלים, שיק איך ווען אויך.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

תגובהדורך האניג » דינסטאג פאברואר 16, 2010 8:45 am

WOW! הערליך שיין איז נישט דאס ווארט! אבער ס'איז דער פאקט! אויסנאם אויסנאם! מורא'דיג גוט געשריבן! קיעפ איט קאמינג!!!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.

אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2009 7:27 pm

תגובהדורך מאנאגרעמס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 9:20 am

איך פאק איין.
ווען איך ווייס ווען וואספארא אינטערוויו די חברה וועלן דא אנרעכטן, וואלט איך ווען אויך אריינגעשיקט מיינע צוויי קאפיקעס.
וועלעך וויסן פאר נעקסט טיים.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1440
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דינסטאג פאברואר 16, 2010 9:40 am

זייער גיט באשריבען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג פאברואר 16, 2010 10:42 am

מוראדיג הנאה געהאט, תשוח"ח להם, ויכי צייטליך און הרב ר' פנחס [ס'הייסט דאך ער געט ארויס א ספר, אה יא?..]

שטארק הנאה געהאט פון זיינע געדאנקן, און אויך זיין וועג פון זיך ארויסדרייען פון זיין פלאפ וואס ער האט געהאט.. איך בין זיכער ער האט געהאט עטליכע, כסדר הבדחנים והמנגנים.. אקיצור, יש"כ

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » דינסטאג פאברואר 16, 2010 11:08 am

יישר כח. א הערליכע ארבעט!

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג פאברואר 16, 2010 1:24 pm

א הערצליכע דאנק פאר אלע היכל הנגינה פירער ובראש פאר די צוויי אקטיוויסטן וויכטיג מאכער (וויכי-נעקא) און צייטליך (היכל הנגינה) פאר די געוואלדיגע ארבעט וואס זיי לייגען אריין שטענדיג אונז מהנה צו זיין. ובפרט יעצט ביי די אינטערוויא מיט הרב רי פינקי (בעמח"ס בד חן).

א הערליכע ארבעט! מלא תוכן, שטארק אינפארמאטיוו, רייכע שפראך, געשמאק צום ליינען, און פיל מיט הומאר.

ישלם ה' שכרכם ובכל אשר תפנו תצליחו!
ביים דורכפאלן דריי מאל דערלייגט מען ווייניגער ווי ביים פרובירן קיין מאל.

salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך salads » דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:17 pm

good for the know

a interview for a hitch

ill use it
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דינסטאג פאברואר 16, 2010 4:03 pm

ווערי ווערי מאושענעל עכט אינטרעסאנט שקויעך פאר אלע וועס האבן אנטייל גענומען אינעם מהנה זיין פדעם ציבור מיט די אינהאלטסרייכע אינפארמאציע
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 9 געסט