וועלקאם צו היכל נגינה

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

וועלקאם צו היכל נגינה

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 08, 2007 11:13 pm

אלע מיטגלידער אין די קרעטשמע וואס האבן א געפיהל צו נגינה, וועלן האפענטליך הנאה האבן פון אט דעם ניי געגרינדעטן פורום "היכל הנגינה" פה היימישע קרעטשמע יצ"ו.

די פורום איז געגרינדעט געווארן אויפן איניציאטיוו פון איינעם פון די חשוב'ע מיטגלידער וועלכער האט א שטארקע געפיהל צו מוזיק וכל הקשור לזה, וגם אני הקטן היות איך האב זיך לעצטנס אריינגעלייגט אין די נושא, האב שטארק צוגעשטופט די גרינדונג פונעם פורום ביי די ראשי קהילה מיטינג.

אלזא, די טויערן זענען אפן לכל מאן דבעי, אלץ אן ערשטע שריט וויל איך בעטן די אלע וואס גלייכן דעם טעמע און שפירן אז זיי וועלן קענען צוגעבן דערצו, זאלן זיך איינשרייבן אין אט דעם אשכול.

יישר כחכם!
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (3.94 KiB) געזעהן 2549 מאל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 09, 2007 12:14 am

המממממ.
רבי, איך.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » דינסטאג ינואר 09, 2007 1:17 am

ווי קען א איד לעבן אן נגינה

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 09, 2007 9:01 am

דער חתם סופר (אזוי דוכט זיך מיר) האט זיך דאך אויסגעדריקט אז די היכל הנגינה מיטן היכל התשובה זענען טיר ביי טיר.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 09, 2007 9:44 am

יאנאש, דאס ווארט וואס דו זאגסט איז א חסיד'יש ווארט, נישט פון חתם סופר.
אבער פון חתם סופר זאגט מען נאך עפעס אנדערש. ער האט געזאגט אז ער וואלט אוועקגעגעבן האלב פון זיין תורה כדי צו האבן א כוח הנגינה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 09, 2007 9:49 am

גערעכט.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג ינואר 09, 2007 10:15 am

פשיהא אזא געוואלדיגע זאך, שוין לאנג ניט געווען אזא גוטע אויפטוה אינעם קרעטשמע,

איך האב א געדאנק צו מאכן א גמ"ח באקסל וואו מען וועט קענען אריינשיקן ניגונים פאר אונזערע קרעטשמע באנוצער וואס יעדער זאל עס קענען דערנאך אראפנעמען פון דארט. עס האט אביסל חסרונות אבער אויב דער עולם וועט קא-אפערירן קען זיך עס אויסארבעטן, פארשטייט זיך אז נישט יעדער וועט ווערן אפראווט כדי די סיסטעם זאל נישט ווערן אביוזד.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג ינואר 09, 2007 10:32 am

און קרעמער, ווען וועט מען קענען הערן א פידל שפילן פון דיר אויף MP3?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 09, 2007 10:36 am

ווי נאר איך וועל קענען שפילן רעכטיג א אידישן ניגון (אויב דו ווילסט הערן "לאנדאן ברידזש איז פאלינג דאון" אדער "פעטער שלומי האט געהאט א פארם".. קענסטו מיר יעצט אנרופן), און איך וועל זיך אויסקענען וויאזוי דאס צו פארוואנדלן אין אן מפ3 פייל.
---

די ווארט פון היכל הנגינה, האב איך געהערט אז עס איז נאנט צו היכל משיח (עפעס אזוי).

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג ינואר 09, 2007 10:44 am

דער אמרי אש מ'מאדזשיץ שרייבט:
וכמו שדיבר בקדשו אא"ז הדברי ישראל זצוק"ל, העולם נוהג לומר דעולם הנגינה על יד עולם התשובה, ואני אומר שעולם הנגינה הוא עולם התשובה שדרך הניגון אפשר להגיע לדביקות ה' ולתשובה".
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דינסטאג ינואר 09, 2007 11:06 am

מאשקע האט געשריבן:יאנאש, דאס ווארט וואס דו זאגסט איז א חסיד'יש ווארט, נישט פון חתם סופר.
אבער פון חתם סופר זאגט מען נאך עפעס אנדערש. ער האט געזאגט אז ער וואלט אוועקגעגעבן האלב פון זיין תורה כדי צו האבן א כוח הנגינה.


אזוי זאגט (זינקט) יונתן שווארטץ אויף זיין טעפ

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג ינואר 09, 2007 11:41 am

כ'בין נישט קיין זינגער און אויך נישט קיין זוהן פון קיין זינגער, אבער נגינה איז מיין חיות, כ'לעב פון נגינה, ובפרט פון ווארימע חסידישע ניגונים אדער א גוט שטיקל חזנות, (מישט נישט אויס דאס איז צוויי באזונדערע מושגים, איינער וואס קען זינגען קען נישט קיין חזנות, און אזוי אויך לפעמים להיפוך) אלזא יאך פריי זיך צו זעהן אזא געלונגענעם פאורם ביינונז אין קרעטשמע.

כ'האף דא צוצוגעבן מיין חלק אין נגינה וואס גאט האט מיר געשאנקען.

ליידיגייער
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2007 4:54 pm

תגובהדורך ליידיגייער » מיטוואך מארטש 14, 2007 1:45 pm

deleted

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג דעצמבער 24, 2017 1:35 pm

דארפסמאן האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:יאנאש, דאס ווארט וואס דו זאגסט איז א חסיד'יש ווארט, נישט פון חתם סופר.
אבער פון חתם סופר זאגט מען נאך עפעס אנדערש. ער האט געזאגט אז ער וואלט אוועקגעגעבן האלב פון זיין תורה כדי צו האבן א כוח הנגינה.


אזוי זאגט (זינקט) יונתן שווארטץ אויף זיין טעפ


כ'האב געהערט אמאל אז דער סאטמאר רב זיע"א האט געזאגט: איך געב אוועק האלב פון מיין תורה\עולם הבא פאר ווער עס ברענגט מיר א מקור אז דער חתם סופר האט'ס געזאגט


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 12 געסט