"לחיים טיש פורים #3 "

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

"לחיים טיש פורים #3 "

תגובהדורך לחיים מוזיק » דינסטאג פאברואר 09, 2010 9:25 am

Coming Soon
צוגעלייגטע
Lchaim Purim 3 1.bmp
Lchaim Purim 3 1.bmp (163.22 KiB) געזעהן 4145 מאל

לחיים מוזיק
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 31, 2009 3:53 pm

תגובהדורך לחיים מוזיק » דינסטאג פאברואר 09, 2010 9:31 am

מיר האפן נעקסטע אנפאנג וואך אי"ה

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג פאברואר 09, 2010 9:38 am

אינטרעסאנט ווי זענען נעלם געווארן אלע פארענטשעס פונעם דעקל...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2007 11:40 am

תגובהדורך ווארום » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:52 am

לחיים מוזיק האט געשריבן:מיר האפן נעקסטע אנפאנג וואך אי"ה


לויטן חשבון אז 10 טאג פאר לחיים טאטע = איז 4 וואכן
וועט די פורים טעיפ ארויסקומען פאר פסח.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג פאברואר 09, 2010 11:58 am

ווארום, אן א קאלקולעיטער, וואוו....
................
בדוו. דער דעקל פון די פאריגע אלבומס זענען לדעתי געווען מער פאסיג פאר זיי ווי די.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
גימעל
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2009 4:09 pm
לאקאציע: דערנעבן.

תגובהדורך גימעל » דינסטאג פאברואר 09, 2010 12:07 pm

שטארק זיך האט געשריבן:בדוו. דער דעקל פון די פאריגע אלבומס זענען לדעתי געווען מער פאסיג פאר זיי ווי די.


לאז דאס פאר די גראפיקער אינעם גראפיק און בילדער פארום.

your friend
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:53 pm

תגובהדורך your friend » דינסטאג פאברואר 09, 2010 1:16 pm

די איינציגסטע זאך וואס טוישט זיך ביי א אלבום וואס די "עיבודים" זענען געמאכט דורך "הרב יוסף משה כהנא" זענען די ווערטער און די ניגונים זעלבסט! די ארענדזמענט, אינטרא, אינסטרומענט, (די קלורינעט וואס צו וויינט זיך כאטשיג 10 אויף אן אלבום, וואס קריכט שוין ארויס פון די נאז) קווייער, באגלייט און וואס נישט, זענען די זעלבע אויף איעדען אייציגסטע אלבום זיינע.

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » מאנטאג פאברואר 15, 2010 1:38 pm

יעצט ארויס אין ארץ ישראל איך ווארט נאך עס זאל ארויסקימען דא

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » דינסטאג פאברואר 16, 2010 4:13 am


אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » דינסטאג פאברואר 16, 2010 6:47 am

דער ערשטער ניגון פון די טעימה איז א אלטער מונקאטשער ניגון :grin:

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג פאברואר 16, 2010 7:53 am

אויב וועט עס זיין אזוי גוט ווי די חנוכה טעיפ, דאן איז עס פיינע נייעס
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דינסטאג פאברואר 16, 2010 8:20 am


אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג פאברואר 16, 2010 9:13 am

הער בעילאוט,

אייער פריוויוא האט מען שוין פריער געהאט אויף טעימה.

עפעס פריש פליס, מיר ווערן שוין הונגעריג
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:00 pm

זייער טיפיקעל איך בין נישט אזוי עקסייטעט

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג פאברואר 16, 2010 12:02 pm

די ערשטע פורים טיש איז א מאסיווע אלבום!, מ'קען עס הערן און הערן און פארריקט ווערן. איך האב פשוט מורא צו קויפן די צווייטע און דריטע טאמער וועט דאס הרגנן דעם אימעדש..
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 21, 2010 1:08 pm

כ'וועל אייך זאגן. צופיל האב איך נישט געקענט הערן דעם אלבום, ווייל 24 נאכדעם וואס דאס איז ערשינען, איז אנגעקומען אין די געשעפטן "לחיים טאטע". נו, אונז פסק'ן מיר דאך עשה דוחה.... כ'מיין, לחיים טאטע איז דוחה אלע אנדערע לחיים'ס, האב איך נישט געהאט קיין ברירה און געמוזט אוועקלייגן דעם פורים טיש נאך 3 מאל הערן.

אבער וואס איך קען אייך יא זאגן פון די 3 מאל וואס כ'האב געהערט, דער אלבום איז באמת רייך און אנגעפילט. א רייכע כאר (שענער ווי די חנוכה טיש), געלונגענע אויסוואל פון ניגונים, זייער שיין און לעבעדיג, חסיד'יש ווי תמיד, און שיינע מוזיק אויך גראדע.

דאס בלייבט א פאקט, נישט קיין חילוק וויפיל מאל לחיים וועט ארויסקומען מיט אן אלבום, וועט עס שטענדיג בלייבן א חידוש. כ'האב שוין געשריבן אמאל, אז געווענליך קויף איך נישט קיין "סיזאנעל" אלבומס, צוליב "עבר זמנו בטל קרבנו", אבער מיט לחיים איז אנדערש, ווייל ס'וועט מיר גארנישט געשען אז כ'וועל הערן א שיינעם פורים ניגון אינמיטן חודש חשון.

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן: לויפט און קויפט, איינס פאר די שטוב און איינס פאר די קאר, צינדט דאס אן אויפ'ן העכסטן און לאזט אייך וואוילגיין מיט א הנאה רוחנית וגשמית צונעזאם.

גוט געזאגט? גוט געזאגט!
An article a day keeps the babies away

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » זונטאג פאברואר 21, 2010 9:12 pm

סיזא שיינע קאלעקשאן פון לעבעדיגע ניגונים אבער מיט פורים האטעס ניש קיין שייכות, סהאט אפשר פינף פורים ניגונים
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מאנטאג פאברואר 22, 2010 3:32 am

ס'איז גאנץ א שיינער דיסק

טרעק נו. 16 שושנת יעקב וואס ער שרייבט אז ס'איז דער סאטמארער שושנת יעקב, איז א טעות

זיי זענען טאקע ביידע ר' בעריש ווישיווער'ס, אבער אין סאטמאר (עכ"פ פון נאך די 2 וועלט מלחמה) זינגט מען אן אנדערער ניגון


(אגב, ווער געדענקט נאך ר' מרדכי לייב טירנויער ע"ה'ס מנהג צו ציען דעם לעצטען תכלת מ - ר - ד - כ - י ביז דער רבי האט געשמייכלט ... )

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 22, 2010 9:23 am

פורקן, קוק אינעווייניג אינעם ביכל, ער שרייבט נישט אז מ'האט עס געזינגען אין סאטמאר, נאר וויבאלד ס'איז א ספק צי ס'האט מחבר געווען ר' בעריש ווישעווער אדער ר' ליפא לויאש, און ביידע האבן מחבר געווען ניגונים פאר סאטמאר, האט ער געשריבן דעם ווארט "סאטמאר" נעבן דעם ניגון.

לב טוב, די אויערן איז דיר נישט אזוי גוט ווי דאס הארץ דיינע. רוב ניגונים זענען בפירוש יא פורים ניגונים, און די געציילטע וואס זענען נישט זענען סתם אזוי לעבעדיגע ניגונים וואס ווערן געזונגען ביי אידישע קהלות אום פורים. ביי אסאך ניגונים ברענגט ער ארויס דעם שייכות וואס ס'האט מיט פורים.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג פאברואר 23, 2010 9:14 am

כ'האב געמאכט א פשרה. אינדערהיים און אין ארבעט הער איך "לחיים טאטע", און אין די קאר הער איך "לחיים טיש פורים".

איך זאג נאכאמאל אז ס'ליגט אין דעם א געוואלדיגע ארבעט, מער ווי די חנוכה אלבום, און ער האט ספעציעל אריינגעלייגט כוחות אז די כאר זאל זיין רייך און געשמאק.

לחיים, יו דיד איט עגעין.
An article a day keeps the babies away

דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך דאכצעכמיר » מיטוואך פאברואר 24, 2010 12:21 pm

זעליג האט געשריבן:א טעימה

איז דאס די זעלבע ווי בעילאוטס? ס'איז שוין עקפייערט, טאמער איז עס די זעלבע איז עס נישט קיין מונקאטשער ניגון לידועתי.

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך פאברואר 24, 2010 2:04 pm

פריוויו פון יעדע ניגון.
----
ער שרייבט אז ליהודים (די ערשטע אויפ'ן טעיפ) איז יוסי גרין'ס (און די אינטרא-משה לאופער).

כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ס'איז יוסי'ס, פון וועלכע אלבום שטאמט עס ארגינעיל?
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך פאברואר 24, 2010 4:08 pm

דוכט זיך אז מרדכי זינגט עס, אויף איינע פון זיינע ערשטע. כ'געדענק נישט וועלכע.
An article a day keeps the babies away

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג מארטש 02, 2010 11:29 am

לב טוב האט געשריבן:סיזא שיינע קאלעקשאן פון לעבעדיגע ניגונים אבער מיט פורים האטעס ניש קיין שייכות, סהאט אפשר פינף פורים ניגונים


לדעתי איז דאס אליינס א מוראדיגע מעלה ווייל אזוי איז עס אסאך געשמאקער צו הערן דורכאויס דעם גאנצן יאר, נישט נאר פורים.
הנותן לשכוי בינה...


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט