הכשר אויף מוזיק טעיפ'ס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווארום
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 24, 2007 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארום »

bailout האט געשריבן:עטליכע שרייבערלעך פרובירן זיך צו פארמעסטן מיט רבנים יושבים על מדין, די איסור האט אויך אפשר מיט פאליטיק?.... אתמהה... און מ'דינגט זיך נאך ווער ס'איז גערעכט?..
שיין זעה מיר אויס רבנים VS אינטערנעט שרייבערלעך.

ס'איז אמאל נישט געווען קיין הכשר אויף ברוינפן, נישט קיין הכשר אויף קארן פלעיקס, מ'קוקט צוריק קען מען זיך פארשטעלן וואס די רעאקציע פון די גאס איז געווען, אבער למעשה איז עס היינט א פאקט.

עס איז ערווארטעט אז די הכשר וועט אריבערקומען פריער אדער שפעטער קיין אמעריקע, און די אלע וואס האבן זיך אייביג אויסגעלאכט פון די רבנים וועלן זיך ווייטער אויסלאכן, און די אלע וואס ווילן אראפלייגן א יסוד פאר די חינוך פון זייערע קינדער, און אפשטעלן דעם ווילדן גאלאפ אויף אראפ וואס די היינטיגע מוזיק האט גענומען, וועט עס אננעמען און עס פעסט אראפשטעלן ביי אים אין שטוב.



;l;p- ;l;p-
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

איך בין ח"ו נישט בייז אויף די רבנים, זיי טוען וואס זיי האלטן פאר ריכטיג.
מיר באדערט נאר אן אנדערע זאך:
לייען אדורך די תקנות און זאג דו מיר, האבן די רבנים געקענט אליינס אפמאכן די אלע זאכן? צב"ש, אז א סאקסעפאן איז דזשעז?
הער מיך גוט צו. עפעס א אינגערמאן האט אפגעמאכט אז ער דארף נעמען די וועלט אין די הענט אריין, איז ער אריין צו די א"ד רבנים און האט זיך אויסגערעדט פאר זיי און האט זיי פארגעלייגט די תקנות. האבן זיי געזאגט, יא אוודאי עפעס דארף געטון ווערן. דו נעם דיך אונטער אז דו וועסט קעיר נעמען דערפון אדער דו וועסט שאפן א צווייטן פאר דעם פאסטן און אונז וועלן אונטערשרייבן.
עס איז מעשים בכל יום. יעדן דאנערשטאג שאפן זיך אזוינע יונגעלייט וואס גייען פאררעכטן די וועלט אבער זיי גייען אונטער זייער שנעל ווייל זיי האבן נישט דאס געלט אויפצוהאלטן די אפעראציע. זיי פרובירן צו מאכן א געלט אקציע און אז קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט פאלן זיי אראפ פון דער מאפע און מאכן פלאץ פארן נעקסטן מר בר רב אשי...
איך קען אסאך אזוינע פעלער און פארדעם רעד איך אזוי. איך זאג נישט אויף זיכער אז דאס איז די פאל דא אויך, אבער איך ביך כמעט זיכער.
איר קענט דאס אליין נאכזוכן, גריבלטס אביסל טיפער וועט איר זען אז אויסער די אונטערגעשריבענע רבנים איז אויך דא אן "עסקן"...
איך וואלט ווען געשריבן מער נאר איך האב מורא אז איך האב שוין אזוי אויך געשריבן צו שארף. ודי
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

איך רייב מיר די אויגן
בין איך אין "אידישע וועלט" אדער אויף ה"פ
וואס גייט דא פאר?
לית מאן דפליג אז די וועלט פון מוזיק איז היינט ארויס פון אלע גרעניצן, אפגעזען די חלק ההלכה (דאס לאז איך פארן אנדערן אשכול) אבער דאס חלק אידישקייט.
ווארום טענה'ט אז א חסיד'שן ניגון הייסט וואס ער קען זינגען ביים שבת טיש, ווען וועלט איז וועלט ביסטו גערעכט.
איך האב דיר אבער ביטערע נייעס, איך האב שוין די הי פי ניגונים געהערט זינגען ביי א שבת טיש (אוודאי פון שוואכערן עלעמענט אבער ביים חסידישן קרייז).

אוודאי רעדט מען דא נישט אז הרב וואזנער זאל הערן טרעק פייוו, און ר' צבי מאיר זילבערבערג זאל געבן א הסכמה אויף שיכעלעך וכו' וכו'
ס'איז דא גענוג און נאך שיינע טעיפס וואס דארפן ניטאמאל קיין הסכמה ווי איינער האט דא שוין אויסגערעכנט.
אבער ס'איז דא נאך מער וואס דארפן יא ליידער א הסכמה.
ומי יתן והי' אז דאס זאל זיך איינגעבן.
(ווארטס נאר, ס'וועט נאך קומען א טעיפ מיט א OU הכשר מיט א וואלאווא הכשר....)
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3092
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

הער מאנאגראמס.

אוודאי געוויס איז דאס עסקנים אינוואלווד, אזוי ווי די האסט אליין געזאגט אז די רבנים קענען נישט אלע דעטאלען פון עולם המוזיק.

אבער יעדער, רבנים, עסקנים, מחנכים, און פשוטי עם זעהן ווי די מוזיק היינט גייט, OUT OF HAND, און עס איז נישט ממש ווי די לייגסט עס אראפ אז איין עסקן האט אפגעמאכט, מען קען עס זעהן אויף די טעיפס, ביי חתונות, פארזאמלונגען און ווי נישט.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

איך בין אויך איינשטימיג אז מוזיק איז היינט אויט אוו הענד, אבער די זעלבע איז מיט דעם צעטל, דאס איז אויך אויט אוו הענד, ווען מען נעמט איינער זאל געבן א הכשר אויף א פראדוקט דארף דער בעל מכשיר עס קענען כדי צו קענען געבן דעם הכשר און צו פסל'ען דאס וואס איז נישט גוט, אבער פון דעם צעטל גיסט זיך אומוויסנהייט אויפן גרעסטן פארנעם.
הויך בעס - אסאך פויק, כ'מיין קאם אן?
איך וויל נישט רעדן אויף רבנים און אוודאי וויל איך פאלגן די רבנים, אבער דאס איז פאטענטשעל פאר אביוז, אויב די הכשרים וועלן אזוי אויסקוקן ווי דער צעטל, און די בעלי מכשירים וועלו עס מעסטן לויט די הויכקייט פונעם בעיס און אויפן צאל פון די קלאפערגעצייג (על אוי על, קען זיין נישט פאר יעדן איינעם אבער מיר האט דאס געמאכט לאכן) דעמאלס וועט עס זיין די וועלטס געלעכטער....
און פריילעך, איך פארשטיי אויך אז עס זענען דא עסקנים אינוואלווד, אבער במחילת כבוד העסקנים זיי פארשטייען אויך גאר קנאפ צו דעם גאנצן נושא....
אוועטאר
תו השמיני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תו השמיני »

מיט איין זאך טוה איך איינשטומען מיט די רבנים, עס איז א אישו וואס עסט מיר די געזונט: "איבריגע פויקען".... קען מיר איינער מסביר זיין פון ווי די מותרות און לוקסוס נעמט זיך!? אינדערהיים פלעגט מען האבן די מינימום פויקן ותו לא, מה נאמר ומה נדבר היינט צו טאגס האבן זיך פארמערט די פויקן אז עס פאלט א פחד און א צויבער.....
"הניגון קולמוס הלב"
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

אלעס בין איך מסכים מיטן צעטיל אבער וואס האט ער קעגן סאקסעפאן??? חוץ אויב דער שרייבער ווייסט נישט וואס דאס איז.

אין ביהמ"ק איז דאס יעדן טאג באנוצט געווארן.
בילד
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

שוועמל האט געשריבן:אלעס בין איך מסכים מיטן צעטיל אבער וואס האט ער קעגן סאקסעפאן??? חוץ אויב דער שרייבער ווייסט נישט וואס דאס איז.

אין ביהמ"ק איז דאס יעדן טאג באנוצט געווארן.

ג'אסט פאר יור אינפא, די סאקסאפאון איז אינווענטעד געווארן פאר ווינציגער ווי 200 יאר צוריק דורך 'אדאלף סאקס' - א קלארינעטיסט פון בעלגיע אום 1841 למספרם, און איז עטליכע יאר דערויף בארבעט געווארן אין פאריז, ומשם נפוצו על פני כל הארץ..

מעגליך אז דאס גייט אריין בגדר "נייע מאדע".
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיין מיינונג:

דער גאנצער זאך דא איז א שטיק ליצנות, עס קומט נישט ארויס קיין שום הכשר אויף קיינע מוזיק טעיפ'ס. דער צעטיל וואס מ'האט דא אהערגעברענגט איז שוין אן איר-אלטן צעטיל וואס איך האב שוין געזעהן א שטיק צייט צוריק.

מעגליך אז איך בין זיך טועה. ע"כ רב פנים חדשות אדער סיי ווער, ביטע ברענגט א געהעריגער לינק און מקור דערצו, אז נישט וועט דער אשכול מוזן ווערן געמעקט.

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
11211
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 11211 »

שוועמל האט געשריבן:אלעס בין איך מסכים מיטן צעטיל אבער וואס האט ער קעגן סאקסעפאן??? חוץ אויב דער שרייבער ווייסט נישט וואס דאס איז.

אין ביהמ"ק איז דאס יעדן טאג באנוצט געווארן.
בילד

וויאזוי האט עס געהייסן?
"וויליאמסבורג, א מחי’ גאר, וואוינען דארט פיינע אידן, אויך מיר אזא יאר"
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

די נייעס איז באריכטעט געווארן פאריגע וואך אין בלאט פרשת בא, סאיז שוין איינמאל רעלעוואנט
די שאלה איז צו די צעטל איז רעלעוואנט, ווייל אויב יא...
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

אהא, מעגליך אז איינער האט נאר צוזאמגעשטעלט די צעטיל מיטן הכשר. ווייל דער צעטיל האב איך שוין געקריגן אלץ א וויץ אין אימעיל א שיינער שטיק צייט צוריק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

מיין ארימע-עפארדעבל מיינונג איז, אז מ'זאל ארויסלאזן די רבנים פונעם גאנצן עסק. עס איז נישט פאר זיי זיך אריינצולייגן אין די זאכן, אז זיי זאלן זיך יעצט דארפן אראפזעצן צוהערן די אלע גויאישע ניגונים וועלן מיר בלייבן אנע רבנים רח"ל...

די בעסטע וואלט געווען א מ'גרינדעט א וועד פון ערענסטע אינגעלייט/בע"ב וואס פארשטייען צו מוזיק און זיי זאלן זיין די וואס וועלן מבחין זיין בין טוב ל(הו)רע.
א דוגמא אזא אינגערמאן ווי ר' חיים רפאל פערענץ ני"ו (וואסע זיין ניק?..) ער וואלט געווען זייער פאסיג דערפאר לדעתי.
רעיא מהימנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעיא מהימנא »

מאנאגרעמס האט געשריבן:איך בין ח"ו נישט בייז אויף די רבנים, זיי טוען וואס זיי האלטן פאר ריכטיג.
מיר באדערט נאר אן אנדערע זאך:
לייען אדורך די תקנות און זאג דו מיר, האבן די רבנים געקענט אליינס אפמאכן די אלע זאכן? צב"ש, אז א סאקסעפאן איז דזשעז?
הער מיך גוט צו. עפעס א אינגערמאן האט אפגעמאכט אז ער דארף נעמען די וועלט אין די הענט אריין, איז ער אריין צו די א"ד רבנים און האט זיך אויסגערעדט פאר זיי און האט זיי פארגעלייגט די תקנות. האבן זיי געזאגט, יא אוודאי עפעס דארף געטון ווערן. דו נעם דיך אונטער אז דו וועסט קעיר נעמען דערפון אדער דו וועסט שאפן א צווייטן פאר דעם פאסטן און אונז וועלן אונטערשרייבן.
עס איז מעשים בכל יום. יעדן דאנערשטאג שאפן זיך אזוינע יונגעלייט וואס גייען פאררעכטן די וועלט אבער זיי גייען אונטער זייער שנעל ווייל זיי האבן נישט דאס געלט אויפצוהאלטן די אפעראציע. זיי פרובירן צו מאכן א געלט אקציע און אז קיינער קוקט נישט אויף זייער זייט פאלן זיי אראפ פון דער מאפע און מאכן פלאץ פארן נעקסטן מר בר רב אשי...
איך קען אסאך אזוינע פעלער און פארדעם רעד איך אזוי. איך זאג נישט אויף זיכער אז דאס איז די פאל דא אויך, אבער איך ביך כמעט זיכער.
איר קענט דאס אליין נאכזוכן, גריבלטס אביסל טיפער וועט איר זען אז אויסער די אונטערגעשריבענע רבנים איז אויך דא אן "עסקן"...
איך וואלט ווען געשריבן מער נאר איך האב מורא אז איך האב שוין אזוי אויך געשריבן צו שארף. ודי

גאר גיט ארויסגעברענגעט,
;l;p-
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7810
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נו לאמיר צאמנעמען:

דאס אז מוזיק קען היינט נוצן א הכשר, איז רוב עולם דא מודה, די שאלה איז נאר, וואס זאל זיין דער גדר,וואס יא און וואס ניין.

וואס איז יא דער אישו, מען האט אפירגעקראצט א צעטיל, וואס קוקט אויס ארויס פון פראפארץ, מקורו בח"ח, מען האט דאס צוזאמען געשטעלט מיט'ן הכשר, און דער עולם טרייבט לצנות אין גרויסן.

איך בין באקאנט מיט איינעם פון די רבנים, זייער אן ערליכער, קלוגער און פראקטישער, איך קען בשום אופן נישט צוזאמענשטעלן דעם צעטיל מיט זיין כאראקטער, מסתמא איז דאס - ווי צייטליך שרייבט - א ביליגער לצנות מיטל צונאר צולייגן די רבנים רח"ל.

אנשטאט צו שיסן קאמענטארן אין די וועלט אריין, לאמיר דאס געבן א טשאנס, עס אונץ שטארק צינוץ קומען אינעם עתיד.
.....
צום זאך, גוט געזאגט, עס איז יתכן אז זיי באנוצן זיך מיט אנדערע, נעמליך, מבינים וואס מאכן די החלטות.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

איך שטיץ זייער דעם געדאנק, פון א הכשר אויף טעיפס
סייווי גלייב איך אז די טעיפס וואס איך לאז אריין צו מיר אין שטוב וועלן באקומען א הכשר.
אויב גייט דער אייבערשטער העלפן אז סוועט זיך אויסארבעטן, וועל איך נישט אריינלאזן אין שטוב קיין טעיפס נאר מיט אן אויסגעהאלטענע השגחה.

כהאף אזויפיל אז די רבנים וועלן שרייבן אז דער הכשר איז נאר אויפ ארגינעלן דיסק אין נישט אויף קיין קאפיעס
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

יעדער שטיצט דא דעם הכשר, ווי שוין געשריבן די שרייבער דא זענען זיכער גארנישט קעגן רבנים

דער ליצנות צעטל האט מיר געמאכט שרייבן דערקעגן, און דאס האט מיר ארויפגעברענגן בייז בלוט
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
פנים חדשות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנים חדשות »

צייטליך האט געשריבן:מיין מיינונג:

דער גאנצער זאך דא איז א שטיק ליצנות, עס קומט נישט ארויס קיין שום הכשר אויף קיינע מוזיק טעיפ'ס. דער צעטיל וואס מ'האט דא אהערגעברענגט איז שוין אן איר-אלטן צעטיל וואס איך האב שוין געזעהן א שטיק צייט צוריק.

מעגליך אז איך בין זיך טועה. ע"כ רב פנים חדשות אדער סיי ווער, ביטע ברענגט א געהעריגער לינק און מקור דערצו, אז נישט וועט דער אשכול מוזן ווערן געמעקט.
יישר כח.

קול מבשר האטעס פאריגע וואך געזאגט.

איך האב עס געזען אין דעם גליון.

ליינט'ס דורך דעם גאנצן גליון...
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

הלוואי זאל אזא זאך שוין זיין, גענוג שוין פארסמט די נשה מיט די אומווירדיגע גרוילהאפטיגע ניגונים. כ'האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן, א ניגון איז אזוי ווי עסן, עסן איז פארן גוף און א ניגון פאר די נשמה. טא פארוואס געבן פאר די נשמה א זאך אנע הכשר? פארוואס א שטיקעל קוגעל געמאכט פון שמוציגע מאטריאל און אפפאל וועט איר אין קיין םאל נישט אין מויל נעמען, ניטאמאל טועם זיין, און א ניגון יא?!

מי יתן והיה!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נאדער אן המלצה בריוו פון די דאזיגער וועד אויף א מוזיק אלבום. (גענומען פון די אויבערשטע לינק)

מיין איינציגסטער פראבלעם דערמיט איז אז דער המלצה איז שוין פון חודש מרחשון און זינט דאן איז שוין ארויסגעקומען צענדליגער טעעיפ'ס. דאס מיינט אז אידן הערן מוזיק חלילה אן א הכשר?..
אטעטשמענטס
בריוו.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שיעור פארגעסן. יישר כח 'פנים חדשות' פארן לינק.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

די טעיפ האט נישט קיין סאקסעפאן?
איך וויל זען נאך טעיפס מיט א הכשר (כ'מיין, פון חשון ביז יעצט איז געווען צייט) אז ס'איז נישטא, בין איך חושד אז דער הרב לופט האט אנגעדרייט די גאנצע חרוסת.

איך האלט אויך אז די היינטיגע טעיפס זענען ארויס פון יעדן פראפארץ, אבער מאכטס נישט חוזק פון זיך אליינס. פון אונז - "מוזיק פענס"... - אוודאי נישט. (אגב, איך האב נישט געקוקט אויפן גליון ווער דער רעדנער הפען איז, אבער במחילת כבודו איז 'פען' פשוט א פארקירצונג פון "פאנאטיק" FANATIC)
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מאנאגרעמס. לאז שוין ביטע ארויס די ליצנות דערפון. די אלע אינסטראמענטן און אנווייזונגען זענען א ביליגער ליצנות שפיל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”