''TOUCHED BY A NIGUN'' ברוך לעווין קאמפאוזער און זינגער

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

''TOUCHED BY A NIGUN'' ברוך לעווין קאמפאוזער און זינגער

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:03 pm

זיץ איך מיר ביי מיר אין ביורא, איך געב א קליק אויפן דעסקטאפ אויף די שארט-קאט צו YWNRADIO און עס הייבט אן צו שפילן רענדעמלי איין ניגון נאכן צווייטן, איינס שענער און איינס ערגער, און איינס נאך ערגער.

אזוי אינצווישן ריקט זיך אריין אידישע און ענגלישע ניגונים, איינס גרינגערע ענגליש, און איינס שווערער וואס איך כאפ נישט פונקטליך וואס ער רעדט דארט, האט זיך געמאכט פונקט א רואיגע מינוט, ווען ברוך לעווין האט זיך צוזינגען די ניגון ''THE FALTCHE PHONY REBBE''.

איך האב אים אויסגעהערט מיט א איינגעהאלטענעם אטעם, ער זינגט א גרינגע ענגליש, דערציילט ער א מעשה ווי א שנארער האט באשלאסן ער ווערט א רבי צו האבן אביסל גרינגער צו לייזן, אזוי גייט די מעשה ווייטער ביז א פרוי איז אריינגעקומען צו אים וויינען ער זאל אויסהיילן איר טאכטער וואס איז ביטער קראנק, דער שנארער האט באשלאסן עד כאן ער האלט עס נישט אויס, אויף אזאנס האט ער נישט גערעכנט, ער האט זיך איינגעשפארט אין א שטוב און ער האט געוויינט פון טיפן הארצן אז דאס מיידל זאל ווערן געזונט, און זיין תפילה איז אנגענומען געווארן אין הימל, דאס מיידל איז געווארן געזונט, אויספירענדיג מיט א מוסר השכל ווי ווייט א תפילה פון טיפן הארצן קען ווערן אנגענומען אפי' פון סיי וועם.

דאס איז די מעשה, אבער פארוואס האב איך מיך געטראפן אינצווישן מיט נאסע אויגן?

פארדעם דארפט איר וויסן פון וועם מ'רעדט דא, ברוך לעווין איז א ישיבה'שע אינגערמאן, א קאמפאוזער איינס אין די וועלט, ער איז א מלמד, אין א זינגער, איך קען נישט מעסטן וואס ס'שטארט ארויס פון אים מער זיינע ניגונים, צו זיין זינגען.

פון זיינע ניגונים קוקט ער אויס צו זיין א ערנסטע אינגערמאן, מען הערט נישט קיינע ווילדע תנועות אין זיינע ניגונים, אלעס א שטיק געפיל, יעצט נעמט ער די מעשה ער צולייגט עס אזוי שיין אין הארציג, בעיקר די דראמאטישקייט ביי חלק ווי די מעשה ווערט מער ערנסט ווי די פרוי איז געקומען וויינען גיבט ער אזא פאר ארויף א סקעיל און ער רייסט שטיקער מיט זיין געפיל. און נאכדעם ווי ער שווימט ארום אין די ניגון לויט די מעשה.

כ'האב שוין גערעדט פון זיין שטימע? אה, נאכנישט... זיין שטימע איך ווייס נישט פונטליך וויאזוי עס אנצוצייגן, ער האט מער א קינדערישע סארט שטימע, א זעלטנהייט פון שטימע אין אונזער צייט, זייער א שיינע שטימע, אפשר וועסטו אים נישט ליב האבן ביי געוויסע פוינטס, אבער אוועראל פארמעסט ער זיך מיט רוב אויפגעקומענע זינגערס, ער זינגט זייער סמאאד, שווער צו הערן אויף אים אז ער שטרענגט זיך אן.

ברוך האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע אלבום'ס, אלעס וואס ער האט אליין קאמפאוזט, און צום לעצט האט ער ארויסגעגעבן די אלבום ''TOUCHED BY A NIGUN'' א אלבום נאר אויף ענגליש, די ליריק'ס האט ער גענומען פון די ביכל ''TOUCHED BY A STORY'' וואס איז ארויסגעגעבן געווארן דורך ר' יחיאל שפירא, און ר' יחיאל זעלבסט האט געקליבן און געשריבן די ווערטער פאר די אלבום, די גאנצע אלבום באשטייט פון אזעלכע מעשה'לעך מיט א שטארקע מוסר השכל וואס א ניגון ברענגט נאך בעסער ארויס.

די אלבום איז פראדוסד געווארן דורך יוחי בריסקמאן, און ברוך זעלבסט האט אראנזשירט צוויי ניגונים צווישן די אנדערע וואס זענען אראנזשירט געווארן דורך א געמיש פון פארשידענע ערעינדזשערס.

פאראיאר איז ער געווען אויף די העסק 22 קאנצערט, ווי איר קענט אים הערן אויף די כל העולם טעלעפאן ליין, דארט האבן זיי ביי די מוזיק סעקשאן די גאנצע העסק 22 קאנצערט.

איך ווייס נישט פארוואס קיינער האט נאכנישט גערעדט פון אים דא, איין זאך קען איך נאר זאגן, אז אזא טעיפ איז א טעיפ וואס חסידישע אידן וואלטן זיך געמעגט לערנען וויאזוי צו מאכן א טעיפ מיט אידישע ווערטער.

דיסקלעימער......וויכי נעם איבער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:15 pm

יישר כח בעילאוט. זייער באלערנד. איך האב אום נישט געהערט געהעריג קיינמאל. אויב מעגליך לייג צו א לינק צו עפעס געקליבענע זאכן פון אום. צו הערן און זעהן.

יישר כח.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:16 pm

http://www.mostlymusic.com/touchedbyani ... tml?ref=98

דא איז די פריוויא פון די אלבום.

ווי אויך קענסטו אים הערן ווי דערמאנט אויף די העסק 22

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 2:40 pm

http://www.israel-music.com/baruch_levine/
דא קענסטו הערן די פריוויא פון זיינע צוויי פריערדיגע אלבום'ס

אגב בין איך יעצט אין שאק, אז די ניגון 'וזכיני לגדל בנים ובני בנים' איז זיינס פון זיין וזכינו אלבום.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 3:03 pm

http://frumtube.com/play.php?vid=1709
און דא האסטו אים לייוו

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 4:36 pm

גאר א געלונגענער זינגער, ער איז געווען באשריבן אין 'משפחה' סוכות פאראיאר

פרוכט פון א געלונגענער יוחי פראדוקציע
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 4:39 pm

די ניגון "וזכנו" האט ער מחבר געווען, און אזוי אויך "חתן התורה" און נאך פיל שיינע, גאר שיינע ניגונים. אה! און שרולי ווערדיגער'ס "לכה דודי" (וועלכע ער זינגט גראדע אויך אויף דעם טאטשט ביי א ניגון אלבוים)
ער האט מיך געזאגט א צייט צוריק אז ער וויל זיך יעצט מער אריין לייגן אין פארקויפן ניגונים און נישט אזוי סאך זינגען.
איך זאג עשה!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 7:43 pm

עס איז דיר געלונגען! איך בין אויך גערירט געווארן פון דעם זינגער, און טאקע פון דעם וזכני (מיט א יודעלע צום סוף, דאס זאגט די מאמע ביי הדלקת הנרות. כ'בין נייגעריג וויאזוי ער איז צוגעקומען צו די ווערטער.. טשידער דער):
וְזַכֵּנִי לְגַדֵּל בָּנִים וּבְנֵי בָנִים חֲכָמִים וּנְבוֹנִים. אוֹהֲבֵי יְיָ. יִרְאֵי אֱלֹקים. אַנְשֵׁי אֱמֶת. זֶרַע קֹדֶשׁ בַּיָי. דְּבֵקִים וּמְאִירִים אֶת הָעוֹלָם בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים וּבְכָל מְלֶאכֶת עֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא.

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 8:12 pm

איך האב אים געהערט אפאר מאל ביי מיאמי קאנסערט'ס (חוץ פין דעם אז איך האב אלע זיינע סידיס) און ער זינגט טאקע מורא'דיג שיין. ווען מ'האט אים אויסגעריפן איז די עולם געוועהן זייער עקסייטעד מער ווי ביי אלע אנדערע געסט זינגערס.
ביי "האסק 22" האט אים שוואקי משבח געוועהן אז ער איז נישט נאר א זינגער נאר אויך א מלמד פאר קינדער וכו'.

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 8:22 pm

אויף זיין ערשטע אלבוים איז ער מכבד שוועקין מיט זינגען איינמאל די ניגון "והוא קלי" א הערליך שיינע ניגון.
לפענ"ד זינגט ער עס אסססססססאאאאך שענער ווי שוועקי.
איך זאג עשה!

elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

תגובהדורך elmonsey » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 10:39 pm

זיי זינגען עס אויך צחזאמען ביי העסק 22 עס איז געוועהן הערליך

אוועטאר
מוישע_יאכעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?

תגובהדורך מוישע_יאכעס » דאנארשטאג ינואר 21, 2010 10:40 pm

בעילי (נישט צו פארטוישען מיט קעי בעילי האטשינסאן דאס באלאנגט און נייעס פארום....) האסטעס גוט געמאכט מיט מיר כאב שוין לאנג זיינע סידיס אבער קיינמאל נישט אנגעקומען געהעריג צו הערן כאמיך יעצט אראפ געזעצט און אויס געהערט אלע דריי אלבומס בעליוו איט אר נאט.... טשיגענער איך זיץ שוין דריי שעה און כ'בין מוראדיג טאטשד ביי עי עלבום,
די חידושים וואס ליגט און יעדע ניגון איז עפעס געוואלדיג, און די איידעלקייט מיט וואס ער זינגט זיינע ניגונים איז צויבערהאפטיג, עד כדי כך אז אונזערע חסידישע זינגערס וואס זינגען נאך זיינע ניגונים אויף קאלעקשען עלבוםס (ליפא פראזשעקט נעקסט, מנחם מאשקאוויטש ועוד) זינגען סאאך ווילדער ווי עים אליין כא ממש נישט געגלייבט אז מ'קען זינגען די ניגונים אזוי איידעל אויך......
שקויעך פארן אים ארויף ברענגען
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)

אוועטאר
גיי_ווייס
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2009 12:34 am

תגובהדורך גיי_ווייס » פרייטאג ינואר 22, 2010 1:54 am

איך בין שוין אן אלטער ליב האבער פין ברוך
די הארץ און געפילען וויאוזוי ער לייגט אראפ א ניגון איז משוגע צי ווערן
אין אפגערעט פען זיינע איגענע נגינים. הערליך............

אין יא... א שכוח פארן ארויף ברענגען די נושא
_________________________x

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג ינואר 22, 2010 7:26 am

און ס'כדאי צו באטאנהען אז ער איז זייער טאלאמנטפול, חוץ וואס ער קאמפאוזט און זינגט די ניגונים - מאכט ער אויך די מוזיק אויף דעם (ארענדזשען בלע"ז)
איך זאג עשה!

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג ינואר 22, 2010 7:47 am

ווי איך זעה האב איך מיך נישט געפאפט, איך האב געמיינט אז נאר יאך גלייך אים.

א פונקט וואס כ'האב געטראכט, אז אויב מ'מאכט א שטיקל חשבון קומט אויס אז אין די עולם הנגינה איז ער דער טאלאנטספולסטע מענטש פון אונזער צייט.

ס'איז באקאנט וויאזוי דער שינאווער רב האט מספיד געווען די דברי חיים, אז אלע דריי אין איין מענטש אויף אזא פארמאט איז נישט געווען אין יענע צייט.

כ'ווייס נישט פונקטליך צו דא קומט אריין א להבדיל צו נישט לאז איך עס ביי דעם, א זינגער האט מען שוין געהערט איינעם ווי אים, א קאמפאוזער ווי אים האט מען שוין אויך געהערט, א ערעינדזשער ווי אים - וואס ער האט אליין אראנדזשירט זיין ערשטע אלבום, און די צוויי נאכפאלגענדע האט ער אראנזשירט עטליכע ניגונים אויף איטליכעס וועא''מ - האט מען שוין אויך געהערט, אבער אין איין מענטש אריינצוקוועטשן אלע דריי, איז מבהיל על הרעיון.

און דאס איז שוין אויסערדעם וואס ער קען מאכן קרעמער וויינען.... וואס פארדעם קומט זיך אים עטליכע גרינע.

דעריבער וועל איך אים דא באקרוינען מיט די טיטול ''THE TALENT OF JEWISH MUSIC''.
------------------
קעש האקט אריין....ער זאגט דאך וואס איך זאג....שוין מעקן גיי איך נישט

---------------------------------

נאך איין זאך די ניגון וואס יאמי האט מיך זייער איבערגענומען ווי געשריבן אין די ''מתי יבא'' אשכול, איז פון ברוך לעווין , אויי....נקי כפים .....ובר לבב.....

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » פרייטאג ינואר 29, 2010 10:01 am

ער האט קאמפאוזט א ניגון פאר שלומי גערטנערס נייעם אלבוים, פון די פריוויו הערט זיך עס זייער שיין.
איך זאג עשה!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » פרייטאג ינואר 29, 2010 12:05 pm

בעלי, שכוח פאר דעם באריכט, כ'האב נישט געוואוסט אז צו דעם פארשטייסטו אויך :roll:

איך בין שוין לאנג א חסיד זיינער, ער זינגט אריגינעל, איידל און מוזיקאליש. קאמפאזירט העעערליכע ניגונים ווי ער פארטייטש מייסטערהאפט די ווערטער, אזש ס'איז א מחי' צו הערן.
..................
בדו"ו אויף זיין ערשטן אלבום 'וזכינו' זינגט ער איין ניגון אין א 'דועט' מיט ר' עיבי ראטנבורג פון:דביקות, דזשורניס העסק, ועוד רבות. ס'איז הערליך.

אגב איז דער 'עיבי' אויך א טאלאנט איינס אין די בריאה, דער מאכט ניגונים (המלאך, אחינו, ליטל נעשאמעלע וכו') שריבט די ליריקס אמת'ע פאעזיא הערט נאר די העסק קאנסערטן, שרייבט די מוזיק געווענליך, און זינגט עפעס ווי נישט פון דעם עולם, אינטרעסאנט אז ס'איז נאכנישט דא אין קרעטשמע א לאנגס און א ברייטס אויף אים.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm

תגובהדורך קעש פאר קלאנקערס » מוצ"ש ינואר 30, 2010 7:07 pm

איין חסרון האט ער, אז נאך דו הערסט עטליכע פון זיינע ניגונים הערסטו שוין נישט קיין חידושים. אין אנדערע ווערטער: זיינע ניגונים זענען אלעס איין אין די זעלבע סטייל.
איך זאג עשה!

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » זונטאג ינואר 31, 2010 1:37 pm

קרעמער האט געשריבן:עס איז דיר געלונגען! איך בין אויך גערירט געווארן פון דעם זינגער, און טאקע פון דעם וזכני (מיט א יודעלע צום סוף, דאס זאגט די מאמע ביי הדלקת הנרות. כ'בין נייגעריג וויאזוי ער איז צוגעקומען צו די ווערטער.. טשידער דער):
וְזַכֵּנִי לְגַדֵּל בָּנִים וּבְנֵי בָנִים חֲכָמִים וּנְבוֹנִים. אוֹהֲבֵי יְיָ. יִרְאֵי אֱלֹקים. אַנְשֵׁי אֱמֶת. זֶרַע קֹדֶשׁ בַּיָי. דְּבֵקִים וּמְאִירִים אֶת הָעוֹלָם בַּתּוֹרָה וּבְמַעֲשִׂים טוֹבִים וּבְכָל מְלֶאכֶת עֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא.


רב קרעמער, אריינקוקענדיג אין סידור זע איך אז ס'שטייט מיט א וא"ו 'וזכנו'.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אינגערמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:01 am

תגובהדורך אינגערמאן » זונטאג ינואר 31, 2010 2:06 pm

ער איז נישט קיין טשידער... פרעג נאר דיין רעבעצין וועט זי נישט האבן קיין אהנונג פון ווי די ווערטער קומען. 99% היימישע פרויען זאגן די תחנה אין אידיש.

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » זונטאג ינואר 31, 2010 5:10 pm

אינגערמאן! א שטארקן פוינט.

איך האב נעכטן געוויזן דעם אשכול פאר ס'רעבעצען, איר צו זאגן וועגן דעם ניגון אויף די ווערטער וואס קלומפעש זאגט זי יעדן שבת ביי די לעכט, אבער זי האט נישט געוויסט פון אזאנע ווערטער צו זאגן, אין איך האב מיר שוין געטראכט צו מיר, אז קען זיין אז ס'קומט פון געוואונהייט כאפט זי נישט אז זי זאגט עס, אבער יעצט פארשטיי מיר שוין אלעס.

וועלמיר איר לאזן וויסן..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

יענקל עם הארץ
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 11:39 am

תגובהדורך יענקל עם הארץ » זונטאג ינואר 31, 2010 7:14 pm

די ניגון טאדשט ביי א ניגון איז א שטיק געפיהל, ער קערידט א טאאן בעדער דען עניוואן


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט