בלאט 1 פון 1

קלאסישע מוזיק אונליין

געשריבן: מיטוואך יאנואר 20, 2010 9:03 pm
דורך שוועמל
איך זוך א סייט וואס שפילט קאנסטענטלי קלאסישע מוזיק צו בארויגן די נערוון (עצבים).
מעג אויך זיין שנעלע אבער נישט רעפ.

פארשטייט זיך אנע ווערטער איז לכתחילה.

אבער נישט 'הייוועי-בלוס' פליז..

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 11:04 am
דורך קרעמער
איך פארשטיי אז דו רעדסט פון וועלטליכע, און לאו דוקא אידישע. אט איז א סייט וואס איך האב געפונען:
http://classicalwebcast.com/onepage.htm

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 1:13 pm
דורך לב טוב
blocked by jnet level 5

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 1:41 pm
דורך גראדער
קרעמער יישר כח, שוועמל יישר כח פארן פרעגן, כ'זיך שוין לאנג שיינע רוהיגע רילעקסינג מיוזיק, איך בין שוין באארד פון די אלער רילעקסינג סידיס וואס איך האב.

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 21, 2010 7:35 pm
דורך קרעמער
לב טוב האט געשריבן:blocked by jnet level 5

איך האב K9 די העכסטע שטאפל און עס איז אפן. מסתמא איז דזשעינעט מקפיד מען זאל הערן דוקא מב"ד.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 1:03 pm
דורך אייניקעל פון אהרן הכהן
אויף איי-טאנס גיי צו רעדיו אין קליק אויף solo whispering piano radio זיי שפילן זייער רייכע CLASSICAL מוזיק

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 1:13 pm
דורך פריילאך
קרעמער האט געשריבן:
לב טוב האט געשריבן:blocked by jnet level 5

איך האב K9 די העכסטע שטאפל און עס איז אפן. מסתמא איז דזשעינעט מקפיד מען זאל הערן דוקא מב"ד.



דער JNET איז ליידער גערעכט, עס איז דא דארטן אסאך אנדערע זאכן צו הערן, וואס איין רוח חכמים נוחה הימנו.

הער קרעמער, סארי אבער ווידער שטעלט זיך ארויס אז מען דארף א יודישע פילטער, ווייל וואס ביים גוי איז כשר איז ביים יוד טרייף.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 1:14 pm
דורך קרעמער
ווידער שטעלט זיך ארויס אז פריילאך איז דא צו סיקירן קרעמער.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 1:23 pm
דורך פריילאך
:wink: חס ושלום, בכלל נישט.

נאר די שטעלסט אייביג ארויף אויפן פלאטפארמע אז די האסט דעם שטערקסטן פילטער, האב איך געמוזט זאגען מיינס, מיך צו בארואיגן אז איך צאל טייער פאר JNET.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 1:46 pm
דורך קרעמער
פריילאך האט געשריבן::wink: חס ושלום, בכלל נישט.

נאר די שטעלסט אייביג ארויף אויפן פלאטפארמע אז די האסט דעם שטערקסטן פילטער, האב איך געמוזט זאגען מיינס, מיך צו בארואיגן אז איך צאל טייער פאר JNET.

סך הכל זענען מיר ביידע אינעם זעלבן שיף: יעדער פרובירט זיך צו בארוהיגן אז מען טוהט גוט... איך מיטן נישט צאלן טייער פארן אידישן, און דו מיטן צאלן. אלזא, לאמיר דא מאכן א סוף צו אונזערע טענה'רייען, ושלום על קרעטשמע.

געשריבן: זונטאג יאנואר 24, 2010 2:18 pm
דורך למעלה משבעים
לאמיר זיך אויך בארואיגען... איך האב קעי9 און קען נישט הערן, הער פריילאך, וויזוי ווייסט איר אז עס איז דא זאכן וואס אין רוח חכמים נוחה הימנו? איר האט דאך דזשעינעט. וחוץ מזה, אולי דאס וואס אין רוח חכמים נוחה הימנו קען קרעמער אויך נישט הערן?