'היכל הנגינה' אינטערוויוט - איר זענט די אינטערוויו'ער!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
'היכל הנגינה' אינטערוויוט - איר זענט די אינטערוויו'ער!
אידישע וועלט, היכל הנגינה – מיט פריידיגע געפילן ווילן מיר דא מעלדן א נייער פראגראם פאר אונזערע ליינער און שרייבער דא אין די נגינה פארום און איבער אידישע וועלט בכלל.
מיר ליינען און הערן דא יעדן טאג איבער זינגער'ס, קאמפאוזער'ס, מוזיק ארענדזשירער'ס, דיסטריוטער'ס און פראדוסער'ס. ביי יעדן אלבום רעדט מען איבער דעם און יענעם. מ'הערט אזויפיל איבער די אלע מענטשן, אבער מיר אלע ווילן אמאל כאפן א נאנטערען בליק אויף די אלע ווי ווייט מיר קענען. יעדער האט צומאל געוויסע פראגן וואס ער וויל פרעגן פון דעם אדער יענער זינגער, קאמפאוזער וכדו' אבער ער האט נישט אלעמאל די מעגליכקייט. אלזא דאס איז אונזער פלאן:
היכל הנגינה וועט אי"ה ארויסשטעלן יעדען חודש א "אנקעטע" ווי דער עולם וועט קענען אפגעבן זייער שטומע. דער אנקעטע וועט פרעגן: "מיט וועמען ווילט איר האבן א אינטערוויו?" און איר וועט האבן די אויסוואל צו ענטפערען אויף איינע פון די פינף אויסוואלן.
די פינף אויסוואלן וועלן באשטיין פון פינף באזונדערע פאכן. איין זינגער, איין מוזיק ארענדזשירער, איין פראדוסער, איין קאמפאוזער, איין דיסטריביוטער. איר וועט שטימען אויף איינע פון די פינף און ווער עס וועט געווינען וועט יענער חודש ווערן אינטערוויוט. קומענדיגער חודש וועט זיין א פרישער אנקעטע מיט פרישע פינף אויסוואלן פון יעדער פאך איינער אא"וו.
אבער נישט מיר וועלן מאכן דעם אינטערוויו. איר וועט דאס טוען. וויאזוי?
מיר וועלן ארויסלייגן א אימעיל אדרעסס [email protected] ווי איר וועט אריינשיקן אייערע פראגן וואס איר ווילט פרעגן פון דער וואס האט געווינען דעם אנקעטע. מיר וועלן קאנטאקטן דעם זינגער, קאמפאוזער וכדו' פערזענליך און אנפרעגן די שאלות (פארשטייט זיך אז מיר וועלן נאר פרעגן שאלות וואס מיר וועלן האלטן פאר ריכטיג צו פרעגן) און דערנאך צוריקומען דא און אראפשרייבן דעם אינטערוויו, די שאלות און תירוצים, אויף א שיינער פארמאט ווי איר וועט אלעס קענען ליינען און הנאה און באקומען די ענטפער'ס אויף אייערע שאלות.
וואס זאגט איר דערצו? מ'קען גיין דערמיט?

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
דאס איז א מורא'דיגע איידיע! און נאך א קייט אין די רינגעלע פון די הערליכע אויפטוען פון די חשוב'ע מנהלים, און ספעציעל די אחראים און די בויער'ס פונעם 'היכל', ה"ה צייטליך, וויכי, מאשקע יר"ה, דאס וועט שטייצעך אויך ברענגען אסאך פרישע באזוכער אין אונזער קרעטשמעלע, אלזא, געגאנגען פראנויס מיטן פלאן!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
קרעדיט: מיכאל שניצלער
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
וויכי; ס'סאאאאך שטערקער ווי געוואלדיג!
אין פאקט זענען די מיט צייטליך מיינסטנט מאל געווען די אינטערוויא'ער און שמועס'ער מיט די נגינה העלדן, און יא, ס'האט מיך צומאל גענאגט פראגן וואס איך האב געקענט באשטיין איר זאלט זיי פרעגן איבער זייער עקספערטיז, אדער הערן א מיינונג פון זיי אויף פארשידענע אספעקטן אין עולם הנגינה, און עס איז נישט געפרעגט געווארן, און אוטאמאטיש נישט פארענטפערט געווארן.
נישט אז די צוויי האבן נישט געטוהן א סופער דופער זשאב, אבער פארט איז געווען פראגן וואס ווען איך וואלט ווען געווען דער אינטערוויא'ער וואלט איך דאס געפרעגט (חכם! די האלטסט דאך נישט ביים ארומלויפן צו אלע זינגערס און זאגן העי! איך בין גוט מיט דיר.. מיין ניק איז ארעסטאנט אויף היכל הנגינה, כאדעך געוואלט פרעגן.. און אזוי ווייטער און ווייטער, והמשכיל ידום..), און איך גלייב אזוי אויף א שיינע צאל ניקס וואס האבן געהאט פראגן צו פרעגן.
אלזא איז דאס דער בעסטער וועג, מיר פרעגן דורך היכל הנגינה, און אזוי וועט בעזר השם ארויסקומען א דבר השלם, אן אינטערוויא מיט איר גאנצן פראכט און שיין, אינפארמאטיוו אין שפאנד.
וויל איך דא אויסדרוקן מיינע הערצליכע דאנקן פאר די הנהלה וואס שוינט נישט קיין מיה און פלאג, און ארבעטן גאר שווער אויף דעם פראיעקט, זאלן האבן האבן א אסאאך הצלחה!
נו! ווען גייט זיין די ערשטע וואלן-אנקעטע?

זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

- צום זאך
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
- לאקאציע: רעסט עריע
און וואס האב איך צוצולייגן? איי קענט עגרי מאר (קען איך דען נישט?..) ס'איז א געוואלדיגער פלאן וואס וועט זיכער ארויפהייבן די ניווא פון "היכל הנגינה" (נישט די ניק) בפרט, און פון "אידישע וועלט" בכלל!
ס'איז שוין וואויל באקאנט פאר אלעמען די פילע לייסטונגן און אויפטוען וואס די אחראים (יא.. וויכי, כ'מיין דיר אויך! אפילו דו ווערסט נישט רויט און גרין..) האבן שוין בייגעשטייערט דא לעבר מיטן ברענגן ערשטהאנדטיגע באריכטן פון די קוועלער אינערהאלב די אידישע מוזיק אינדוסטריע וכדו',
איז דאס בלויז ווי נאך א רינגעלע אינעם קייט פון זייער ווייטגרייכענדע פעולות און אויסערגעווענליכע הארעוואניע ארויפצוארבעטן דער "היכל הנגינה" פארום וואס איז שוין היינט א שם דבר אין די גאנצע עולם הנגינה!

וואו וואו!!(בבחינת WOW..) מעסיוו איידיע. וועם איז דאס בייגעפאלען?? ס'קומט גיטע צייטן חברה.. נישט ווייל יעצט איז נישט גוט! נאר ווי זאגט וויכי'ס מאמע? ס'קען אייביג זיין בעסער..
מ'זעהט ווי די מנהלים זענען נישט צופרידן נאר גייען אן מיט ווייטערדיגע פלענער, לאמיר האפן אז ס'זאל מצליח זיין.

אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
קרעמער האט געשריבן:עס מוז ארויסגעהויבן ווערן א טעטיגע ניק אינערהאלב היכל נגינה וואס אויף זיין איניציאטיוו איז אונטערגענומען געווארן די גאנצע אקציע, און דאס איז דער באקאנטער מוזיק פארשטייער "קעש פאר קלאנקערס"!
איך מוז מיך דא איבערשטעלן אויף די ווערטער וואס קרעמער האט זיך שוין געשטעלט און ווידעראמאל ארויסברענגן א גאנצן האנט פלאך מיט אפלאדאמיסטן פאר דעם אלעם באקאנטן מוזיק פארשטייער אין ליבהאבער "קעש פאר קלאנקערס", וואס באגלייטענדיג אביסל זיינע ווערק איז מיר נישט געבליבן די ווערטער אין מויל, ס'שפייעכטץ איז מיר אויסגעלאפן צו זעהן וויפיל לייב און לעבן דער איד לייגט אריין אז פון ווען די פלענער זענען נאך בבחינת אפרוח שלא נפתחו עיניו ביז זי (קרעמער; ס'א לשון זכר צו לשון נקבה?..) וואקסט אונטער זאל פארפולקאמט ווערן א_וואו עס באדארף צו זיין.
אקעי גענוג געקרעדיט, תכלית!, ווען הייב מיר אן די וויכטיג סיגעל טולק שאו? (קרעדיט: יענטאאש), מיר האבן שוין באלד מער קרעדיטס ווי סיי וואסארא זינגער אויף די דעקל פון זיין אלבוים..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
יישר כח פאר אלע אייערע קאמענטארן.
די ערשטע אנקעטע וועט אי"ה ארויפגעלייגט ווערן קומענדיגער וואך מאנטאג ווי מ'וועט קענען שטימען א וואך און דערנאך וועט זיין א וואך צייט ווילאנג דער עולם וועט קענען אריינשיקן שאלות צו אונזער אימעיל וואס וועט ווערן געשיקט צום געווינער.
אויב האט איר נאך הערות אדער קאמענטארן קענט איר אלעס דא אריינשרייבן.

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
-
- שר האלף
- תגובות: 1791
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
איך וואלט ווען יא געזאגט אז פון צייט צו צייט זאל זיין א לייוו אונטערוויא. איי וואס העט מען טוהן מיט די געלט פראגע? אה! אזוי ווי כ'זעה אין אנדערע אשכולות אז ס'גייט היצטערט אנהויבן אריינפליסן געלט אין די קרעטשמע קאסע נאך ווי זיי האבן געאפדעיטעד די הויפט בלאט, און ווי מ'הערט באריכטן שטייען שוין לאנגע רייעס מיט עדווערטייזער ביים קרעטשמע העדקווארדערס און רייסן אראפ די טיר צו באקומען א ספעיס פאר זייער עד, איז אויב דער עטווערטייזמענט פלאן וועט טאקע פארפולקאמט ווערן מיינעך אז ס'דא האפענונג אז לייוו אינטערוויא'ס זאל צושטאנד קומען.
ווידעראום פאר כח און מח וואס א לייוו אינטערוויא פארלאנגט זיך האמיר דאך וויכטיג מאכער..
וויכי איך זאג גוט?

לעצט פארראכטן דורך ארעסטאנט אום דינסטאג דעצעמבער 29, 2009 10:18 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- געשמאקער
- שר האלף
- תגובות: 1576
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
- לאקאציע: נישט צום געפונען
ליינער האט געשריבן:משה קאפויער האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע אינטערוויאו?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....
קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר