'היכל הנגינה' אינטערוויוט - איר זענט די אינטערוויו'ער!

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

היכל הנגינה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 1:37 pm

'היכל הנגינה' אינטערוויוט - איר זענט די אינטערוויו'ער!

תגובהדורך היכל הנגינה » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:06 am

אידישע וועלט, היכל הנגינה – מיט פריידיגע געפילן ווילן מיר דא מעלדן א נייער פראגראם פאר אונזערע ליינער און שרייבער דא אין די נגינה פארום און איבער אידישע וועלט בכלל.

מיר ליינען און הערן דא יעדן טאג איבער זינגער'ס, קאמפאוזער'ס, מוזיק ארענדזשירער'ס, דיסטריוטער'ס און פראדוסער'ס. ביי יעדן אלבום רעדט מען איבער דעם און יענעם. מ'הערט אזויפיל איבער די אלע מענטשן, אבער מיר אלע ווילן אמאל כאפן א נאנטערען בליק אויף די אלע ווי ווייט מיר קענען. יעדער האט צומאל געוויסע פראגן וואס ער וויל פרעגן פון דעם אדער יענער זינגער, קאמפאוזער וכדו' אבער ער האט נישט אלעמאל די מעגליכקייט. אלזא דאס איז אונזער פלאן:

היכל הנגינה וועט אי"ה ארויסשטעלן יעדען חודש א "אנקעטע" ווי דער עולם וועט קענען אפגעבן זייער שטומע. דער אנקעטע וועט פרעגן: "מיט וועמען ווילט איר האבן א אינטערוויו?" און איר וועט האבן די אויסוואל צו ענטפערען אויף איינע פון די פינף אויסוואלן.

די פינף אויסוואלן וועלן באשטיין פון פינף באזונדערע פאכן. איין זינגער, איין מוזיק ארענדזשירער, איין פראדוסער, איין קאמפאוזער, איין דיסטריביוטער. איר וועט שטימען אויף איינע פון די פינף און ווער עס וועט געווינען וועט יענער חודש ווערן אינטערוויוט. קומענדיגער חודש וועט זיין א פרישער אנקעטע מיט פרישע פינף אויסוואלן פון יעדער פאך איינער אא"וו.

אבער נישט מיר וועלן מאכן דעם אינטערוויו. איר וועט דאס טוען. וויאזוי?

מיר וועלן ארויסלייגן א אימעיל אדרעסס heichelhanginah@gmail.com ווי איר וועט אריינשיקן אייערע פראגן וואס איר ווילט פרעגן פון דער וואס האט געווינען דעם אנקעטע. מיר וועלן קאנטאקטן דעם זינגער, קאמפאוזער וכדו' פערזענליך און אנפרעגן די שאלות (פארשטייט זיך אז מיר וועלן נאר פרעגן שאלות וואס מיר וועלן האלטן פאר ריכטיג צו פרעגן) און דערנאך צוריקומען דא און אראפשרייבן דעם אינטערוויו, די שאלות און תירוצים, אויף א שיינער פארמאט ווי איר וועט אלעס קענען ליינען און הנאה און באקומען די ענטפער'ס אויף אייערע שאלות.


וואס זאגט איר דערצו? מ'קען גיין דערמיט?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:23 am

סארא פראגע איז דאס צו מ'קען? "אז מ'וויל קען מען", פלעגט מיין מאמע זאגן.

ס'געוואלדיגע איידיע, ס'וועט אויפטוהן דאפפעלט, ס'דער עולם דא וועט הנאה האבן, און סיי ס'וועט ציהען פרישע ליינער, און עווענטועל שרייבער, וואס זענען אין די נגינה ליין.

לעטס ראלל!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:58 am

דאס איז א מורא'דיגע איידיע! און נאך א קייט אין די רינגעלע פון די הערליכע אויפטוען פון די חשוב'ע מנהלים, און ספעציעל די אחראים און די בויער'ס פונעם 'היכל', ה"ה צייטליך, וויכי, מאשקע יר"ה, דאס וועט שטייצעך אויך ברענגען אסאך פרישע באזוכער אין אונזער קרעטשמעלע, אלזא, געגאנגען פראנויס מיטן פלאן!
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 11:07 am

וויכי; ס'סאאאאך שטערקער ווי געוואלדיג!
אין פאקט זענען די מיט צייטליך מיינסטנט מאל געווען די אינטערוויא'ער און שמועס'ער מיט די נגינה העלדן, און יא, ס'האט מיך צומאל גענאגט פראגן וואס איך האב געקענט באשטיין איר זאלט זיי פרעגן איבער זייער עקספערטיז, אדער הערן א מיינונג פון זיי אויף פארשידענע אספעקטן אין עולם הנגינה, און עס איז נישט געפרעגט געווארן, און אוטאמאטיש נישט פארענטפערט געווארן.
נישט אז די צוויי האבן נישט געטוהן א סופער דופער זשאב, אבער פארט איז געווען פראגן וואס ווען איך וואלט ווען געווען דער אינטערוויא'ער וואלט איך דאס געפרעגט (חכם! די האלטסט דאך נישט ביים ארומלויפן צו אלע זינגערס און זאגן העי! איך בין גוט מיט דיר.. מיין ניק איז ארעסטאנט אויף היכל הנגינה, כאדעך געוואלט פרעגן.. און אזוי ווייטער און ווייטער, והמשכיל ידום..), און איך גלייב אזוי אויף א שיינע צאל ניקס וואס האבן געהאט פראגן צו פרעגן.
אלזא איז דאס דער בעסטער וועג, מיר פרעגן דורך היכל הנגינה, און אזוי וועט בעזר השם ארויסקומען א דבר השלם, אן אינטערוויא מיט איר גאנצן פראכט און שיין, אינפארמאטיוו אין שפאנד.

וויל איך דא אויסדרוקן מיינע הערצליכע דאנקן פאר די הנהלה וואס שוינט נישט קיין מיה און פלאג, און ארבעטן גאר שווער אויף דעם פראיעקט, זאלן האבן האבן א אסאאך הצלחה!

נו! ווען גייט זיין די ערשטע וואלן-אנקעטע?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 12:15 pm

און וואס האב איך צוצולייגן? איי קענט עגרי מאר (קען איך דען נישט?..) ס'איז א געוואלדיגער פלאן וואס וועט זיכער ארויפהייבן די ניווא פון "היכל הנגינה" (נישט די ניק) בפרט, און פון "אידישע וועלט" בכלל!

ס'איז שוין וואויל באקאנט פאר אלעמען די פילע לייסטונגן און אויפטוען וואס די אחראים (יא.. וויכי, כ'מיין דיר אויך! אפילו דו ווערסט נישט רויט און גרין..) האבן שוין בייגעשטייערט דא לעבר מיטן ברענגן ערשטהאנדטיגע באריכטן פון די קוועלער אינערהאלב די אידישע מוזיק אינדוסטריע וכדו',

איז דאס בלויז ווי נאך א רינגעלע אינעם קייט פון זייער ווייטגרייכענדע פעולות און אויסערגעווענליכע הארעוואניע ארויפצוארבעטן דער "היכל הנגינה" פארום וואס איז שוין היינט א שם דבר אין די גאנצע עולם הנגינה!

אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 1:56 pm

תגובהדורך לוסטיג » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 12:42 pm

וואו וואו!!(בבחינת WOW..) מעסיוו איידיע. וועם איז דאס בייגעפאלען?? ס'קומט גיטע צייטן חברה.. נישט ווייל יעצט איז נישט גוט! נאר ווי זאגט וויכי'ס מאמע? ס'קען אייביג זיין בעסער..

מ'זעהט ווי די מנהלים זענען נישט צופרידן נאר גייען אן מיט ווייטערדיגע פלענער, לאמיר האפן אז ס'זאל מצליח זיין.
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...

אוועטאר
שלמי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2009 4:14 pm

תגובהדורך שלמי » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 5:23 pm

געוואלדיגע איידיע, ווען הויבט מען אן?

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 6:44 pm

עס מוז ארויסגעהויבן ווערן א טעטיגע ניק אינערהאלב היכל נגינה וואס אויף זיין איניציאטיוו איז אונטערגענומען געווארן די גאנצע אקציע, און דאס איז דער באקאנטער מוזיק פארשטייער "קעש פאר קלאנקערס"!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 10:00 pm

ס'איז באמת צו שטוינען וויפיל ארבעט/ צייט, אונזער געטרייע הנהלה לייגט אריין מיט די הילף פון די געטרייע אחראים,
ס'איז נישטא קיין ווערטער צו באדאנקען,

אלעס פאר איין ציל, מיך צו מהנה זיין!!

שכ'ח חברי הנהלה
שכ'ח אחראים,
מיר אנערקענען אייער ארבעט, און מיר אפרישיעטען עס.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 12:06 am

קרעמער האט געשריבן:עס מוז ארויסגעהויבן ווערן א טעטיגע ניק אינערהאלב היכל נגינה וואס אויף זיין איניציאטיוו איז אונטערגענומען געווארן די גאנצע אקציע, און דאס איז דער באקאנטער מוזיק פארשטייער "קעש פאר קלאנקערס"!


איך מוז מיך דא איבערשטעלן אויף די ווערטער וואס קרעמער האט זיך שוין געשטעלט און ווידעראמאל ארויסברענגן א גאנצן האנט פלאך מיט אפלאדאמיסטן פאר דעם אלעם באקאנטן מוזיק פארשטייער אין ליבהאבער "קעש פאר קלאנקערס", וואס באגלייטענדיג אביסל זיינע ווערק איז מיר נישט געבליבן די ווערטער אין מויל, ס'שפייעכטץ איז מיר אויסגעלאפן צו זעהן וויפיל לייב און לעבן דער איד לייגט אריין אז פון ווען די פלענער זענען נאך בבחינת אפרוח שלא נפתחו עיניו ביז זי (קרעמער; ס'א לשון זכר צו לשון נקבה?..) וואקסט אונטער זאל פארפולקאמט ווערן א_וואו עס באדארף צו זיין.

אקעי גענוג געקרעדיט, תכלית!, ווען הייב מיר אן די וויכטיג סיגעל טולק שאו? (קרעדיט: יענטאאש), מיר האבן שוין באלד מער קרעדיטס ווי סיי וואסארא זינגער אויף די דעקל פון זיין אלבוים..
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

וואלוועלע
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

תגובהדורך וואלוועלע » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 8:09 am

נא ווי ס'קוקט אויס איז יעדער מסכים אז די אקציע זאל זיך שוין איצטעט אנהייבן, מילא אויף וואס ווארט מען,

לעטס ראול

היכל הנגינה
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2009 1:37 pm

תגובהדורך היכל הנגינה » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 9:16 am

יישר כח פאר אלע אייערע קאמענטארן.

די ערשטע אנקעטע וועט אי"ה ארויפגעלייגט ווערן קומענדיגער וואך מאנטאג ווי מ'וועט קענען שטימען א וואך און דערנאך וועט זיין א וואך צייט ווילאנג דער עולם וועט קענען אריינשיקן שאלות צו אונזער אימעיל וואס וועט ווערן געשיקט צום געווינער.

אויב האט איר נאך הערות אדער קאמענטארן קענט איר אלעס דא אריינשרייבן.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 9:20 am

גייט דאס זיין א "לייוו אינטערוויאו"? אפשר קען מען נעמען יואלי שטויבער זאל פרעגן און יענער זאל ענטפערן?
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 9:28 am

א לייוו אינטערוויא קאסט צייט, געלט און מוח דורכצופיהרן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 9:33 am

וויכטיג, גערעכט. א לייוו אינטערוויו איז א בחינה פון 'תפסת מרובה - לא תפסת'.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:13 am

איך וואלט ווען יא געזאגט אז פון צייט צו צייט זאל זיין א לייוו אונטערוויא. איי וואס העט מען טוהן מיט די געלט פראגע? אה! אזוי ווי כ'זעה אין אנדערע אשכולות אז ס'גייט היצטערט אנהויבן אריינפליסן געלט אין די קרעטשמע קאסע נאך ווי זיי האבן געאפדעיטעד די הויפט בלאט, און ווי מ'הערט באריכטן שטייען שוין לאנגע רייעס מיט עדווערטייזער ביים קרעטשמע העדקווארדערס און רייסן אראפ די טיר צו באקומען א ספעיס פאר זייער עד, איז אויב דער עטווערטייזמענט פלאן וועט טאקע פארפולקאמט ווערן מיינעך אז ס'דא האפענונג אז לייוו אינטערוויא'ס זאל צושטאנד קומען.
ווידעראום פאר כח און מח וואס א לייוו אינטערוויא פארלאנגט זיך האמיר דאך וויכטיג מאכער..

וויכי איך זאג גוט?
לעצט פאראכטן דורך ארעסטאנט אום דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:18 am

לויט דעם קען מען גראדע טרעפן ספעציפישע אדוועטייזער פאר די אינטערוויאוס (גלייך ווי "גאטליב'ס" ביי יואלי שווארץ).
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:22 am

שמערי ס'מוז נישט זיין ספעציפיש.. ס'קען זיין נייע אויך.. ס'זאל זיך נאר טאקע שאפן נייע!!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 3:07 pm

געוואלדיגע איידיע!

ייש"כ פאר אלע וואס טוען דערין.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג דעצמבער 31, 2009 6:30 pm

wow wow סארא איידיע,
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג פאברואר 15, 2010 9:44 am

נו!!?

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג מארטש 22, 2010 2:40 pm

משה קאפויער האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע אינטערוויאו?
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מוצ"ש אפריל 03, 2010 5:23 pm

ליינער האט געשריבן:
משה קאפויער האט געשריבן:ווען גייט זיין די נעקסטע אינטערוויאו?
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23397
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש אפריל 03, 2010 7:59 pm

נאך יו"ט אי"ה.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פינטעל
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:41 pm

תגובהדורך פינטעל » מוצ"ש אפריל 03, 2010 8:48 pm

ווען איז געווען די פריערדיגע?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: hill, yid און 19 געסט