א קבלת שבת מיט החזן המפורסים פנחס מרדכי (פינטשיק) גאלד

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

א קבלת שבת מיט החזן המפורסים פנחס מרדכי (פינטשיק) גאלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

ווער בין איך בכלל אראפ צומאלעווען אדער צו רעדן און מסביר, און ניצן מיין ארימע פעדער אראפצולייגן דעם געהויבענעם און ווארעמע קבלת שבת וואס מיר האבן די וואך מיטגעהאלטן מיט'ן וועלט בארימטן חזן פינטשיק,

חזן פינטשיק פאר זיך וואלט פארדינט בלעטער אויף בלעטער נאר אויף צו פראבירן מסביר זיין זיין שטימע,
זיין ארויף ציען איז נישט צום באשרייבן, זיין קול איז אום און די הענט זיך צו שפילן דערמיט וואו א פידל ביים קלעזמיר, ס'דינערט ווען ס'ברויך און ס'איז דין און וואונדערליך ווען ס'ברויך, ווייניג וואס מ'הערט היינט אזאנס,

לאמיר נישט כאפן, עמער פראבירן גיין צושטייטלעך,

ווער שירה איז דארף איך פאר קיינעם נישט מסביר זיין,
ווען גאלד,גוטמאן,אדלער,גרינוואלד,פריעד
קומען זיך צוזאם אינטער איין דאך, מיין איך דארף קיינער נישט ניצען עפעס אויסערליכע כח הדמיון צו פארשטיין אז דאס איז געוועהן א היט פון א דאווענען,

מ'ליינט און די אמאליגע ביכער וואו מ'האט אראפ גערופן א חזן און שטאט, און די חזן האט זיך מיטגעברענגט זיין קאפעליע, אטא דאס איז דא געוועהן,
חזן פינטשיק איז פארופן געווארן צו קומען מהנה זיין דעם עולם מיט א קבלת שבת, און מיט זיך האט ער מיטגעברענגט פינעף לייבן.

די קבלת שבת איז נישט געקומען אזוי אינטער די פיס, אויף דעם האט זיך די קאפעליע געגרייט פאר טעג, און יעדע דעטאל איז אויסגעשמוסט געווארן, און ס'האט זיך טאקע באמערקט ביים דאווענען, יעדע ריר האט געקלאפט,
די חברה האבן זיך געשטעלט ארום די חזן און אזא האלבע רינג, ס'האט געגעבען א בליק וואו זיי זענען דא אום צו באשיצען,

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט די טראדישינעל לכו נרננה...
ווען שירה שטייט פון אונטען און ברימט אינטער די לאו און די היי הארמעני.. הערליך....

שפעטער איז געקומען שירו לה' איז אויך געוועהן אויף די בחינה, די חזן האט מהנה געוועהן און שירה האט אונטער געברימט,

אזוי איז עס געפארן ביז בעמוד ענן, דארט האט גוטמאן פון שירה איבערגענומען די שטיקעל, ער האט אראפגעלייגט זייער זייער א שיין שטיקעל, ביי די לעצטע פאר ווערטער האט די חזן צוריק גענומען און אריין געפלאכטן זיין שטימע, ס'איז געוועהן א געלוגענע דריי,

מזמור לדוד הבו לה' איז געוועהן פסוק ביי פסוק, פארשטייט זיך באגלייט מיט די הערליכע ברימעריי פון די קאפעליע,
אויסגעלאזט האט די שטיקל אונזער חזן מיט שירה בענעזאם, שיין איז נישט די ווארט פאר דעם,

לכה דודי איז יעדע שטיקעל געוועהן אן עקסטרע ניגון, שיינע אלטע שטייטע ניגונים, (איך געדענק נישט אלע אבער אנגעפאנגען האט זיך די ערשטע שטיקעל מיט די שלום עליכם ניגון פונעם רבי'ן ז"ל, וואס זאל איך איך זאגן... שירה איז פייייןןן...

מזמור שיר ליום השבת האט אויסגעלאזט פריעד, איך ווייס נישט צו איינער דא האט אום שוין אמאל געהערט דאווענען, אבער ווען ער דאווענט צוגיסט זיך עס און די ביינער, אזוי הארציג, אזוי זאפטיג, סופער...

ה' מלך האט אונזער חזן אראפגעלייגט איינס און אזעלעכס, דער עולם איז געזעצען מיט אפענע מיילער,

און יעצט גיימיר צו צום היט פוינט,
און דאס איז רזא דשבת,
שירה האט דא אראפגעלייגט א דזשאב וואס איך האב און מיין לעבן נישט געהערט,
גוטמאן האט דא איבער גענומען די זאך, זיין שטימע איז א חידוש, זיין דרייען מיט די שטימע איז נאך א גרעסערע חידוש, אדלער האט געזונגען די היי הארמעני, און גוטמאן האט חזן'סט עפעס אויסטערליש, ס'האט זיך געשפירט וואו אויף אן אנדערע פלאנעט, צומאכענדיג די אויגן האט זיך געשפירט וואו איינער פירט דיך אוועק און א ליידיג פעלד וואו די זין גייט אונטער און מ'איז מקבל דעם שבת מיט א מתיקות....

ביי די שטיקעל פון כדין שירותא האט חזן פינטשיק צוריק גענומען דאס ווארט, און אריין געפלאכטען א הערליכע ענדינג, ס'האט אויסגעזעהן וואו דאס איז א חלק פונעם ניגון, אויפגעוועקט האט מען זיך ווען מ'האט געדארפט ענטפערן ברכו...

ביי ופרוש איז ווייטער געוועהן חזן מיט שירה,

ושמרו האט זיך אנגעפאנגען מיט די באקאנטע ושמרו ניגון, און נאכדעם האט די חזן איבער גענומען, און ארויףגעצויגן מיט זיין שטימע אזש ביז די ווענט האבן געציטערט,

ויכולו, האט שירה מיטן חזן אנגעפאנגען צוזאמען,

מזמור לדוד איז געוועהן מיט א ניגון געזינגען דורך שירה, הערליך שיין,

און מיט דעם האט זיך געענדיגט אונזער קבלת שבת, יעדער איז אהיים מיט א שמייכל און מיט עפעס א אויסטערלישע זיסע טעם און מויל,
אן אמת'ער קבלת שבת, אה... אלע טעמים,

דיסקלעמער: ס'קען זיין אז איך האב אביסל אויף געמישט מיט די שטיקלעך, ווער ס'האט געזינגען וואס, אבער בערך אזוי,

און טאקע דא וויל איך מיך אויסדריקן א הארציגן דאנק פאר איינע פון די חברי הקרעטשמע הרוצה בעילם שמו, וואס האט מיך פאראויסגעזאגט און געשטיפט צו קומען דאווענען, וואו גערעכט איז ער ווען ער האט מיר געזאגט אז מיט פינטשיק און שירה וועסטו קיין חרטה נישט האבן, וואו גערעכט,
לעצט פארראכטן דורך אב זקן אום זונטאג דעצעמבער 27, 2009 6:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואו איז דאס פארגעקומען - אויב איך מעג פרעגן - און וואס איז טאקע פשט אז יעדע שטיקל לאזט א צווייטער אויס, פארוואנדעלט דאס נישט דעם דאווענען אין א שבת זכור אטמאספערע?
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

קרעמער דאס איז נישט פארוואנדעלט געווארן און קיין שום אטמאספערע,
דער עולם איז געזעצען מיט אפענע מיילער, ס'איז געוועהן זייער שיין,
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

(א פארשפעטיגטע שלום עליכם פארן שרייבער 'אב זקן')
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

שלום עליכם אב זקן.

א שיינע באריכט, אבער וואו קרעמער האט שוין געפרעגט, וואו איזאס געווען?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

זקנ'דל טייערער, שלום עליכם:

אבער זאגזשעט נאר טייערער:
ווער איז דאס אט דער חזן פינטשיק, וועלעכער לאזט א צווייטן גאר זאגן זיין ליבלינג 'רזא דשבת'?

אפשר מיינט איר וועבער'ן דעם בדחן?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

די דאווענען איז פארגעקומען און ראוז קעסטעל, ביי די שמחת שבע ברכות פון העסקן ר' נפלתי משה אינדיג,
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אהההה, דו רעדסט פון דעם גאלד... דער האטעך א שטומע וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געזעהן....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

וויכי פיל מיר אריין ביטע, ווער איז דאס אט דער גאלד?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מער ווי זיי פנום ווייסעך נישט.

(כ'מיין אז ער איז דער ארויסגעבער פון די ידיעות קארד'ס...)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
יוד איינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד איינער »

און פארוואס גאמאלדן ווען סי שוין דערנאך און אין די פארגאנגענהייט ? הא ? אתמהה,
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

שלום עליכם אב זקן.

מיר האבן הנאה געהאט פון דיין באשרייבונג און האפן ווייטער הנאה צו האבן בע"ה.

פארוואס האסטו נישט געזאגט בעפאר שבת וואלטן נאך אידן הנאה געהאט.
שבת בייטאג איז אויך געווען א חזנות צערעמאניע?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

שוועמל ביסט גערעכט, נאר אזוי ווי איך האב באקומען די נייעס און די איינלאדענונג הארט פארן זמן שבת איז נישט געוועהן קיין צייט ארויס צו לייגן אן אנאנס דא אויף קרעטשמע,
אבער ס'קומענדיגע מאל אי"ה (ס'אל זיין וואו שנעלער, איך קען קוים ווארטן) וועל איך פראבירן ארויף צולייגן א מעלדונג.
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

שבת בייטאג איז לויט מיין אינפארמאציע נישט געוועהן קיין חזן/שירה,
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
stan

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך stan »

stan

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך stan »

we in los angeles loved cantor pintchk when he davened in L.A twenty years ago already...
you just discovered him now...at the rose castle this past shabbos, we had a treat of what he can sing..his voice is like
Yankov's chaloim when the malachim were going up and down..that is his amazing range of voice..his voice goes up and down effortlessly...and he is not a tape recorder chazan ..he has his own original song.....
!!!...
היישעריק
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 06, 2008 6:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היישעריק »

זייענדיג א באטייליגער דארט - קען איך מעיד זיין אז דער קבלת שבת איז געזינגען געווארן מיט א רייכער בעגראונד. ס'נישטא די ווערטער צו אראפ מאלן נגינה.

אפאר נאטיצן איז קיינמאל קיין איבריגער מעשה, נישט אזוי?

ווי הפלא'דיג איז געוועזן וויאזוי דער עולם איז געשטאנען/געזיצן אזוי מאחורי החזנים, וואס זענען געווען סביב 'ארינגס-אין-ארום' דעם חזן פינטשיק.
דער עולם האט אזוי גענאגט מיט דארשט יעדע פסוק. והיה!... בראש חזן פינטשיק גאלד, האט געהילכעט מיט א דוננערדיגן שטימע. צוגיסענדיג די ווערטער אויף א רייכע תנועה, וואס האט דערמאנט דעם אמאליגן חזנישער חן וואס מען פלעגט נאר קענען הערן אויף די רעקארד פלעיר. אט איצט האט מען דארט געהערט לייוו געזנינגען דורך פינטשיק אונטער געברומט מיט "חברת שירה".

ביי בואו ונצא איז געווען אזא שמחה, אז די ווענט האבן מיטגעשריגן "מזמור לדוד" די דוננער וואס דער חזן האט איבער גענומען ביי "קול יחולל"
האט זיך ווי געצרנ'ט די הארץ, ווי לאזטו מיר צוגיין דא בפני הקהל?

די לכה דודי איז געווען אזוי ווי "אב זקן" שרייבט;
ביי בואי בשלום האט מען געברויכט שלעפן די פיס אוועק פון די חזנים, פשוט די אויגן/הארץ האבן נישט אוועק געלאזט.

ווען חזן פינטשיק (דזשוניער) האט דערגרייכט "רזא דשבת" האט דאס אזאנס געבאכעט אזש דאס האט אויפגעוועקט דעם מעלאדי פונעם סיניער חזן פינטשיק. נאכגעזינגען ממש גענוי.


יא! א קבלת שבת צום געדענקן געוועזן, נאך אלעם האט מען געענדיגט דאווענען 7 אזייגער.

באזונדער איז געווען ווען מען האט געענדיגט דאווענען, האט זיך דער עולם אונטער געברומט "גוט שבת... גוט שבת..." שריידזשע אידעלעך גוט שבת... די באקאנטער לידל. זאגענדיג דערמיט א שכח פאר חזן גאלד פארן אריינברענגן אזא שמחה אינעם שבת. ווען חזן גאלד האט זיך דאן אויסגעדרייט פנים לציבור אין צוריק געוואונטשען, אין דא איז דער עולם אהיים מיט א פרייליכקייט.

נו ווען גיימער נאכאמאל קענען הערן די זיסע שטומע?
stan

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך stan »

"do you think" Lincoln center" is enough or "Madison square garden"
talent

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talent »

כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט פינעם. ווי קען מען איהם הערען? האט ער א אלבאם ווי ער זינגט?
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

talent ניין ער האט נישט ארויסגעגעבן קיין אלבוים

ער איז א זון פון כ"ק אדמו"ר מ'אושוואר שליט"א

אזוי ווי איך בין דארט געווען וויל איך נאר נוסף זיין איין נקודה

ווי אזוי די חברה האבן אראפגעלייגט די באקאנטע " משה ואהרן בכהניו" עפעס אויסערגעווענליך
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
פרידזשידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידזשידער »

עס איז שוין שפעט טאקע אבער איך האב יעצט באמערקט די אשכול
יא! עס איז געווען א מעכטיגער דאווענען, אלס צוליב "קענטאר פינטשיק"
גריבלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריבלער »

איי מין! וואטס גאוינג אהן העיר? צו וואס ווער איך געוואויר אז עס איז שוין אין די נייעס, כ'האב דאך געוואלט ברעכן די נייעס. נעשוין.

פרייטאג צונאכטס איך שפאציר ארויס פון הויז, איך ציל צו 'ראוז קעסטל' די וואך האבן מיר א גרויסער שבת שבע ברכות, מחשובי העסקני מוויליאמסבורג ה"ה נפתלי משה אינדיג הי"ו.

עס האט געציפט א רעגן אינדרויסן, איך פלאטשקע ארום איבער די האלב אויפגעלאזטע שניי פאדעלס, א שטייגער איך טרעט נאר נישט אין די הויכע וואסער, איינגעוויקעלט געמוטליך אנגעטאן מיטן 'מעיל' זעה איך שוין די זאל פון צוויי בלאק אוועק עס הערשט שוין א שמחה אין הארץ, איך הוס ווי א בער, איך לויף אבער געשוואונד צו מיין ציל.

איך קום אריין אין זאל פארצימער, עס הערט זיך ארויס א געזאנג, א לעבעדיקייט, א גערויש פון נגינה, א חזנ'עצריי. קינדער לויפן אויף די סטעפס, מען ווארפט טיכלעך/טישטיכער איבעראל ארום געווארפן באגאסענע-מעיל'ס, אפגעווישטע נטילת ידים פאפיר איז אויסגעלופטערט, אזוי אלעס אלעס.

איך קלאפ אפ די מעיל-וואסער, איך בייג אויף מיין שטריימעל, דער ווארעם-דעקער שאהל גייט אראפ איך שטעל אים אנידער דער נאסן שאהל, א וויש אפ מיין נאסן שטערן, יאלא! אריין אין זאל.

הוושששש... א כוואליע אידן זיצן ביינעזאם ארום דער גרויסן טיש. אין פארעם פון א אנגעפילטן ענדעעמעם, אדער ווי א אנגעפולטע דאונאט, ס'אבער נישט געווען רוניג, נאר עקעדיג. מיינע אויגן זענען פארטאן אויף די פלייץ וויינען, עסן, געטראנקען, פרוכטע פלעטער, משקאה'לעך פון אלע סארטן, ניס, מאנדלען טשאלענט (?) איך זעה גוט? יא.

אט הערט זיך א שטומע פארנט פון מיינע אויגן ס'באקאנטער שטומע, ווער איז דאס. וואאאאאסססס???!!! ר' אברהם משה ראטה נ"י! פשש... דער געטרייער אורח, אונזער ליבער פריינט דערוואס שפייזט טויזענטער אורחים יעדן טאג אין זיין רעסטוראנט באקאנט אלס "קאפעי-או-לי" דער קאווע היים פאר שטאט וויליאמסבורג. ווי אויך מיין ארים זעהל שפייזט ער א גאנצע וואך מיט ווארעמע קעז אין פארשמירטע טונא אין בלוטיגע רויטע צוויבל, דא זיצט ער פארנט פאר מיינע אויגן אין לאזט הערן זיין זיסער קול, ער איז מלא רגש א שטיק פייער, א אויפגעלאזטער רוח החיים, א צושווייסטער פון הייליגע ניגונים, א שארעך, א קיצל א געוואלד איז מיר אנגעגריפן אין ס'פנים.

באלד אויפאמאל, אזוי בייסענדיג די זאלציגע פעסטעטשוס, איך זינק מיינע מחשבות צו עס איז גענוג געזאלצן. ווען איך ווער איבערגעהאקט מיינע מחשבות מיט הערט א געשריי ס'באקאנטער געזאנג: "וווואאאס וועעעעלן מיר עעעסססן אויף די סעעעעודניוו", וואס? איך האף אז נישט די שטארק זאלציגע פעסטעטשוס, איך וואונדער צו מיר וואס מיינט דאס זינגען ביי א שבע ברכות? איך נעם צוזאם מיינע צוויי אויגן, איך שטעל דאס אהן אויף רעכטס. קוק נאר! עפעס א אידל מיט א חזניש שטומע "קענטאר פינטשיק" הילכעט די איבריגע העלפט, "ששששששור הבבבבבור - לווויייייתתתן" אין ר' אברהם משה נ"י מיט די איבריגע זינגערס דארט פירן דאן אויס:

אאאאאוי!!!... שור הבור לויתן וועלן מיר עסן!!... שטיל שא. --- אויף דעם סעעעודעניו. קיינער רעדט נישט קיין ווארט דער עולם קוקט זיך צו.

דא גייט ווייטער די חזן "קענטאר פינטשיק" אהן, אוי וווואאאאאס וועלן מיר טרינקען אויפן סעעעעדעניו!!!...?? (איינער ווייסט ביידוועי?) טראץ וואס איך האב מיר געגעבן אזא גליטש אויף אביסל אראפגעפאלענע קענטעלאופ, האב איך מיר געשטארקט אין נישט אראפ גענומען ס'אויג פונעם חזן פינטקיש.

אזוי האבן זיי אפגעזינגען ס'גאנצער ניגון ווען מען האט צוגעענדיג האט מען געקענט פארלאזן די זאל. אבער עס האט געצויגן, דער חזן פינטשיק, מיט הילף פון מר. ראטה האבן באוויזן עפעס געוואלדיג.

ס'געווען מלא רגש אין אזא נאסן פרייטאג נאכט, הוי ווי נעמט מען צוריק יענע פאר שעה, איצט זענען מיר פארסטאדעט צווישן די רוח העבודה. די קול פון "קענטאר פינטשיק" דונערט מיר נאך אין די אויער דראמס.
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

מורערעדיגע נייעס! קוקט עפעס אויס ווי א וועלטס חזן, אשאד איך בין נישט דארט געווען.

מיר וואונדערט טאקע מורעדיג, איז טאקע קיין איין קרעטשמע שרייבער דארט געווען, אז ממוז אנקומען צו נייע דרויסענדיגע עס צו דערציילן, עפעס איז פישל?!..
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
אוועטאר
אב זקן
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2009 12:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אב זקן »

גריבלער, די רעדסט פון די באטע און דאס אלעס וואס די שרייבסט? איך מיין אז פון די באטע קען מען עפענען א באזינדערע אשכול,
דעי ראטה איז א שטערן און נגינה, איך מיין אז ער קען יעדע ניגון וואס דרייט זיך אויף דעם עולם השקר,
הנאה געהאט?
לאזט אייך הערן!
גריבלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריבלער »

א גוט יאר 'אב-זקן', 'טאטע-זיידע', אדער 'טאטע-בארד' אדוני!

איר פרעגט צו דאס אלעס וואס איך שרייב, מה איכפת לך? איך שרייב בלויז וואס מיר האבן געזעהן, אפגעזעהן צו עס פעלט אויס נאך אן אשכול צוניש. אויב איז געווען נאך זאכן וואס קען ווען ווערן באשריבן אין דער עולם וועט הנאה האבן; אתה! מיינט צו זאגן 'דו' ביטע כאפ דיינע פעק אין זאפארט רייס אויף אן אשכול אין לאז דעם עולם לעזן מיט א רואיגקייט.

זאגסטו מיר אז דער ר' אברהם משה ראטה ני"ו טראגט א מעלה אז ער קען יעדן ניגון אויפן עולם הדמיון? איך האף אז דו מאכסט נאר א ווערטל אז דאס איז זיין הויפט מעלה. איך גלייב נישט אז דאס האסטו געמיינט צו זאגן, איז וואר?

געוווואאאלד! ווי קען מען מיסן די פוינט?! 'אב-זקן' טא איך שריי צו דיר? איך גרידזשעווע! איך בייס מיינע נעגל, צו וואאס? ווייל איך בין אונטערן רושם. ס'שוין טאקע דאנערשטאג אבער דאך די ניגנה וואס איך האב דארט געהערט האט נאך אן אפעקט אין מיינע אויער דראמס.

די מעלה פון ר' אברהם משה נ"י פון מיין פערספעקטיוו איז אזוי: קענען יעדע ניגון? עהה. וועסטו מיר זאגן אז חזן בריסק צו חזן שטארק קען נישט יעדע ניגון? נאו וועי! קענען א ניגון איז די זאך? נאו וועי! אראפ לייגן ניגון כדבעי' איז די שפיל, דאס דרייען דעם טאן אויף די ריכטיגע שינעס דאס איז א מלאכה, אין דאס איז די טשעלענדזש. ענד יו נאו וואט; דער ר' אברהם משה האט א מעלה אז ר'האלט א טאן ווי א מייסטער, אין א שטומע האט אויך ווי א דזשיניעס זינגער, אין ער דרייט ווי א געלערנטער חזן, אזוי האלט איך.

זינגען קענען אסאך אידן ווי שוין דערמאנט; למשל ביינונז אין ווערהויז דא. האבן מיר א אידל וואס זיין שטומע איז נישט אזוי איי איי איי, אבער א געפיל האט ער זייער צו נגינה, דערפאר-וועגן דעם זענען מיר שולדיג, דזשאסט אן עקסעפמל וואס איך האב דא אונטער די ארעם: ער דער אידל האט זיך אונטער געברומט צוויי וואכן צוריק דעם זמר 'את אחי אנכי מבקש...' (פון מ.ב.ד.) מיר האט זיך געדאכט אז ער איז מעביר סדרה, כ'גלייב אז אנדערע אידן האבן געמיינט אז ער זאגט א תורה אויף די וואך בלשון-תימה. איך וויבאלד איך ווייס שוין אז ער קען זינגען איז דאס מיר נישט געווען קיין חידוש, מיר האט נאר געבאדערט ווי מען קען בידים אפשעכטן א לידל, אין געס וואט, איך האב אפגעשטילט תיכף, איך אב פשוט נישט געקענט צוקוקן ווי א זמר ווערט אפגעריסן פון איר שורה פורה ראש ולענה.

אבער דער שבת איז געווען א וויזוי הייסטעס: דער אמת איז אז אין זאל צום שבע ברכות בין איך אריינגעקומען אפאר מינוט פארן לידל "וואס וועלן מיר עסן אויפן סעודה'ניו" ס'האט נאר גענומען אפאר מינוט צו דערווארעמען מיין קאלטן-נאסן-דורכגעווייקטן סקעלעט. אבער אויפגעכאפט אזויפיל האב איך יא, אז מען האט געזינגען עפעס א לידל וואס איך קען נישט. (איך וויל דאס אבער זייער קענען, פשוט ס'האט מיר געכאפט). איך בין אנגעקומען כל'כאורה ביים שטאקיגן הויעך פאל, "אשר נתן לנו תורת אמת", איך האב מיר אזא כאפ געטאן מיינע אויגן זיי זענען ווי פארגליווערט געווארן שטייענדיג פארגלייזט נאר אויף ר' אברהם משה נ"י, זיין פנים א געווען רויט ווי פייער. איך האלט - איך ווייס נישט וואס ענק האלטן - אז ער האט זיך דעמאלטס געפיקטשערט די גאנצע מתן תורה אין ר'האט זיך דערזעהן אונטערן בארג 'כגיגית' אין אויפאמאל כאיש אחד האט מען ביי אים אין מוח אויסגעשריגן "נעשה ונשמע" אין מיט א שמחה געדאנקט דעם הייליגן בורא אז ער האט אונז געגעבן די תורה, ס'פנים זיינער איז געווען א שטיק פייער. ס'ביי מיר קיין ספק אז די שכינה האט גערוהט דארט בשעתן זינגען, טאקע דערפאר האבן זיי אויסגעשריגן! אשר נתן לנו תורת אמת.

אז מען רעדט שוין פון דעם ר' אברהם משה ני"ו, איז מיר געווען א חידוש, ער איז געזיצן דארט אום שבת, האב איך צופאליג אויפגעפאסט ווי דער האט מיט געשלעפט פון זין קאווע-געשעפט דעם מיסטער א אייזערנער פארשוין, א זעלטנהייט פון א זיס אידל, א בא'חנט'ר נשמה, ר' משה גרינוואלד ני"ו. איינער קען אים נישט? ווען מען גייט נאר אריין אין געשעפט, צו אפרעכטן א קאווע, צו פשוט פארהאנדלען א פת שחרית, צו צי פארדייען אביל מאפינס, דער מיסטער משה גרינוואלד גלייך צוגיסט ער א שמייכל אין טראסקעט א וויץ וואס איז כדי להאזין. צו אפילו מען זאל נאר אריינגיין איינהאנדלען א אויפגעשטאכענע אפגעשיילטן מילגרוים, זאגט ער אויך עפעס א גוט ווארט. באדעם ליין: משה מיט משה איז ווארשיינליך א גוטער פאר. אי אינעם קאווע הויז - אין אי ביים זינגען.

זיי די ביידע מבינים זענען געזיצן דארט אין געזינגען נייסלי עס איז געווען ווי א בחינה "תשמע" געשמאק צו הערן, ווי שטייט נאר אין פסוק: תשמע חלום - וואס זאגט רש"י אויפן פלאץ דארט, ס'טייטש "פארשטיין" דער פארשטייט צו א שטיקל נגינה, ער איז תשמע לנגינה, דא איז דא נאך א מעלה, אז עס איז תשמע פון ביידע וועגן, עס איז געשמאק צו הערן אויכעט.


עני וועי, בעק טו יו טאטע-בארד.

אין פאר די אלע וואס האבן מיר אנגעשטאפט מיין אישית קעסטל, איך האף צו ריספאנדען נאך די ניו יערס.
העפי ניו יער גייס
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”