מעומקא דליפא - ליפא שמעלצער
אחראי: אחראי
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14185
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
מעומקא דליפא - ליפא שמעלצער
ליפא קלייבט זיך ארויסצוגעבן א נייער אלבום אום מארטש 9.. סארי מאי 16.
כ'אב יעצט אראפגעלייגט מיט וויכי, ער איז נישט קיין ליפא פען אבער ער האט עס באשטעטיגט.
אויך אין ליפא'ס טוויטער איז דערמאנט דערוועגן.
די ניגונים, נאמען פון אלבום קען מען דערווייל נישט ארויסגעבן. ווי זאגט וויכי? "איך זאג ענק ס'קומט א סורפרייז.."
וויכי בעק טו יו..

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שמערי בערי
- ראש הקהל
- תגובות: 8739
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
- פארבינד זיך:
שוועמל האט געשריבן:ניין, אבער די ניגונים זענען אימפארטירט פון כינע
ענדערש פון אפריקע...
ס'האט זיך לעצטענס ארומגעדרייט א קליפ ווי שחורים זינגען קארליבאך'ס פתחו לי, זאגט מיר איינער אז מען האט זיי פארגעהאלטן היתכן זיי גנב'נען אידישע ניגונים, האבן די שחורים גלייך צוריקגע'טענה'ט: און ליפא מעג יא גנב'נען אונזערע ניגונים...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
- שמערי בערי
- ראש הקהל
- תגובות: 8739
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך:
-
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm
- גראדער
- שר האלף
- תגובות: 1097
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
- לאקאציע: אין די הויזן
- פארבינד זיך:
יוד איינער האט געשריבן:שמערי בערי האט געשריבן:האסט נאכנישט געזעהן ס'קליפ וואו דער שחור זינגט ליפא'ס והתקין לו ממנו???
און ווי דער שחור הייבט אויף די פיסעלעך ווען ער זאגט הייב אויף דיינע הענטעלעך, ???
קוקט אויס אז שמיי דריי'ס קאר צום נושא איז נאכנישט אנגעקומען, אפשר האט ער זיך געגעבן א שלעכטן (שמיי) דריי...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm
-
- שר חמישים
- תגובות: 98
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm
אוי גראדער גראדער , איך האב פשוט נישט געכאפט וואס דער שמיי דריי רעדט דארט צוזאם, זיינעדיג א גרינער דא, האב איך נישט פארשטאנען אלע שמיי דרייאישע קרעטשמעריסטישע אויסשפראכן, און אויסשפרוכן, איך וועל שוין וואיל זיין,
און יעצט צו די נושא, ווען איז מאי אין אידישען, ? וכו''
און יעצט צו די נושא, ווען איז מאי אין אידישען, ? וכו''
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".
- למעלה משבעים
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9724
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
נעכטן נאכט ביי די מקימי מלוה מלכה האט ליפא אפגעזינגן א ניגון וואס גייט זיין אויף זיין נייעם טעיפ "א גוט ווארט" סגייט בערך אזוי אא גוט ווארט לא לא ליי לא ליי לאם, א גוט ווארט טי לא ליי לא לא לאם.
תוכן'דיגע ווערטער אבער די פזמון איז פאני/ליפא סטייל. און ער האט קאנפירמט אז די נייע אלבוים וועט זיין ציבאקומען מאי 16
תוכן'דיגע ווערטער אבער די פזמון איז פאני/ליפא סטייל. און ער האט קאנפירמט אז די נייע אלבוים וועט זיין ציבאקומען מאי 16
אז ס'קראצט, קראצט מען נישט צוריק ווייל ס'וועט קראצען שטערקער. (קרעדיט. מאסקיטוי)
- וויכטיג מאכער
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 23412
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
שוועמל, איך בעק נישט אריין דא...
איך בין א קנאפע פען פון ליפא, סאו דא אין דעם אשכול וועסטו מיך נישט זעהן אזוי אפט.
טענקס פארן עפענען דעם אשכול, ווער ס'האט עפעס אינפערמאציע, קאמענטארן, הערות און פראגעס בנוגע דעם אלבום זאל ביטע שרייבן.
די אשכול איז נישט געווידמעד איבער ליפא'ס פערסענאליטי, אדער זיין יודישקייט, דאס איז נאר איבער די אפ-קאמינג אלבוים.. ביטע זיך צו האלטן צום נושא.

הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!
- מוישע_יאכעס
- שר חמש מאות
- תגובות: 596
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 3:48 pm
- לאקאציע: איך ווייס אויך נישט, אדרבה אפשר ווערסטו מיר געוואר?
די ניגון וואס ער האט געזונגען ביי מקימי איז באזירט אויף די גרויסקייט פון זאגען א גוט ווארט פאר יענעם און הארבקייט פון א שלעכט ווארט
און ווי קראצער האט שוין ערווענט איז די עצם ניגון מלא תוכן אבער די פזמון איז ליפא סטייל (כאגאנישט געזאגט ניטש שלעכט אונישט אאא גוט ווארט לאלאלאלאם....)
און ווי קראצער האט שוין ערווענט איז די עצם ניגון מלא תוכן אבער די פזמון איז ליפא סטייל (כאגאנישט געזאגט ניטש שלעכט אונישט אאא גוט ווארט לאלאלאלאם....)
ארוממך אלוקי המלך ואברכה שמך לעולם ועד, בכל יום אברכך ואהללה שמך לעולם ועד (קרעדיט: דוד בן ישי)
-
- שר האלף
- תגובות: 1788
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
קודש קול אדאנק פאר שוועמל פארן באריכט.
און צודיר וויכי איך בין מיט דיר אויך איין מיינונג, ס'דאך אבער אינטערעסאנט צו באקומען די אינסייטס פון זיין אלבוים וואס וועט אוודאי געוויס זיין מלא חידושים.
און אצינד צום אלבוים:
יוסי גרין האט געמאכט א ניגון פאר ליפא "כ'האב געכאפט ביי ואני, נאכאמאל געכאפט משפטים" עפעס אזוי. ווייסט איינער צו דאס גייט זיין אויפן נייעם אלבוים?

זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12466
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
ארעסטאנט האט געשריבן:און אצינד צום אלבוים:
יוסי גרין האט געמאכט א ניגון פאר ליפא "כ'האב געכאפט ביי ואני, נאכאמאל געכאפט משפטים" עפעס אזוי. ווייסט איינער צו דאס גייט זיין אויפן נייעם אלבוים?
עס גייט פאר ליפא? דאכצעך אז נישט.
איך האב אביסל געהערט דעם ניגון. דער פזמון איז טאקע בערך אזוי: "איך האב געכאפט ביי ואני, כ'האב נאכאמאל געכאפט ביי משפטים, איך האב שיעור נישט געכאפט אינדערהיים נאכמאל...."
א שנעלער לעבעדיגער ניגון..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
-
- שר האלף
- תגובות: 1788
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
- לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..
צייטליך;
אזוי עכ"פ האט יוסי מיר פארטרויעט..
און לכבודך שטעל איך ארויף די ווערטער:
איך האב געכאפט ביי ואני, כ'האב נאכאמאל געכאפט ביי משפטים, כ'האב שיעור נישט געכאפט אינדערהיים נאך איינס
אזאנס אוי וויי!
איך האב געכאפט ביי האזינו, כ'האב נאכאמאל געכאפט ביי משפטים, כ'האב שיעור נישט געכאפט ביים פארהער נאך איינס, איינס אדער איינס צוויי דריי!
מיין רבי פלעגט מיר זאגן,
אז איך זאל עפעס זאגן.
וואו האלט מען האסט שוין געקלאצט גענונג,
יעדער קען געדענקן,
דאך מ'טוט זיך בענקן.
צו די חדר'ל צוריק.
די זייגער האט געקלונגן,
צו ריסעס וויל מען שפרינגן.
די רבי זאגט חזרה נישט גענונג,
יעדער קען געדענקן,
דאך מ'טוט זיך בענקן צו די תלמוד. תורה צוריק.
פזמון: איך האב געכאפט..
די חברים מיינע,
בין איך געווען מקנא.
פארוואס האב איך נישט וואס'יז ביי זיי,
דער א גוטער פעקל,
דער א נייער רעקל,
און איך שטיי און שריי הלואי!
די חברים מיינע,
בין איך געווען מקנא.
פארוואס האב איך נישט וואס'יז ביי זיי,
דער העט קענען בעסער,
דער וועט וואקסן גרעסער.
און איך שטיי און שריי הלוואי!
פזמון: איך האב געכאפט..
איך וואלט צוריקגעגאנען אין חדר,
ס'וואלט געווען אזוי בע'טעמ'ט,
אנשטאט צו גיין ארבעטן כסדר.
וואלט איך נאך געלאפן היינט!!!
אזוי עכ"פ האט יוסי מיר פארטרויעט..
און לכבודך שטעל איך ארויף די ווערטער:
איך האב געכאפט ביי ואני, כ'האב נאכאמאל געכאפט ביי משפטים, כ'האב שיעור נישט געכאפט אינדערהיים נאך איינס
אזאנס אוי וויי!
איך האב געכאפט ביי האזינו, כ'האב נאכאמאל געכאפט ביי משפטים, כ'האב שיעור נישט געכאפט ביים פארהער נאך איינס, איינס אדער איינס צוויי דריי!
מיין רבי פלעגט מיר זאגן,
אז איך זאל עפעס זאגן.
וואו האלט מען האסט שוין געקלאצט גענונג,
יעדער קען געדענקן,
דאך מ'טוט זיך בענקן.
צו די חדר'ל צוריק.
די זייגער האט געקלונגן,
צו ריסעס וויל מען שפרינגן.
די רבי זאגט חזרה נישט גענונג,
יעדער קען געדענקן,
דאך מ'טוט זיך בענקן צו די תלמוד. תורה צוריק.
פזמון: איך האב געכאפט..
די חברים מיינע,
בין איך געווען מקנא.
פארוואס האב איך נישט וואס'יז ביי זיי,
דער א גוטער פעקל,
דער א נייער רעקל,
און איך שטיי און שריי הלואי!
די חברים מיינע,
בין איך געווען מקנא.
פארוואס האב איך נישט וואס'יז ביי זיי,
דער העט קענען בעסער,
דער וועט וואקסן גרעסער.
און איך שטיי און שריי הלוואי!
פזמון: איך האב געכאפט..
איך וואלט צוריקגעגאנען אין חדר,
ס'וואלט געווען אזוי בע'טעמ'ט,
אנשטאט צו גיין ארבעטן כסדר.
וואלט איך נאך געלאפן היינט!!!
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 913
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 06, 2009 8:29 pm
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט