כ'האב שיער נישט...

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

כ'האב שיער נישט...

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:44 pm

דער ווארט איז ברייט באניצט, אבער קיינער האט מיר נאכנישט געקענט ענטפערן דער ריכטיגער פשט:
שיער
כ'בין שיער נישט אריינגעפאלן אין א שווינדלעריי
כ'בין שיער נישט איינגעשלאפן
און אזוי ווייטער

עמיצער האט מיר פרובירט אויפצוקומען מיט א פשעטיל אויף דער באדייט פונעם ווארט, כ'האב עס שיער פארשטאנען, אבער נישט אינגאנצן...

אפשר קען מיר איינער העלפן?
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:46 pm

נא קרעמער, שטעל עס צאם מיר האבן שוין א שמועס דערוועגן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26139
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:47 pm

זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:53 pm

כ'זע יענער אשכול, אבער אויך דארטן פלאגט מען זיך דערמיט.

מיר איז יעצט בייגעפאלן אז דאס נעמט זיך טאקע פונעם לשה"ק ווארט שיעור, וועלכע באדייט א מאס, א צאל. דאס טייטשט אז דער ווארט שיעור איז א באגרעניצונג, הוה ראיה אז ווען מען וויל מגזם זיין זאגט מען "אן קיין שיעור".

די זעלבע זאך, ווען מען זאגט "א באס האט שיער נישט אריינגעקראכט אין מיין קאר", מיינט מען דערמיט אז עס איז געווען א שיעור צווישן דער פאקט אז דאס וואלט געקענט פאסירן און דער פאקט אז דאס האט טאקע פאסירט.

ויש לישב בדוחק
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 26010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:55 pm

עס עפעס,
נישטא וואס זיך צו פלאגן דאס ווארט איז 'שיר' [אדער שיהר] און עס איז אן אלטע אידישע אויסדרוק אויף 'באלד/אט/שוין' עס ווערט גענוצט אינעם באקאנטן ניגון 'אלזא שיר און אלזא באלד, בוי דיין טעמפל שירה'.

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 5:02 pm

אויך דער "שיר נישט", ווערט שוין דערמאנט צווישן מיינע ווערטער אין יענעם אשכול.
און.. ס'איז א פארדרייטע ווארט.
דער אפשטאם איז פארשטענדליך. ס'איז א דאפלט-נעגאטיוו. איינמאל "שיר", און נאכאמאל "נישט".
און ווי מ'האט שוין פיל מאל גערעדט, איז דאפלט-נעגאטיוו, פאזיטיוו.

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

תגובהדורך יידישיסט » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 7:13 pm

עס איז א דייטש ווארט: shier.


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט