אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:25 pm

פארווערטס שרייבט וועגן מעלות
דער ערשטער זשורנאַל װאָס פּרוּװט סטאַנדאַרדיזירן חסידיש ייִדיש
By יהושע כּהנא


„מעלות‟ קלײַבט אויס די בעסטע ייִדישע װערטער װאָס מע הערט אין מאה־שערים און אַנדערע חסידישע געגנטן. אויפֿן בילד: אַ משפּחה אין מאה־שערים ערבֿ־יום־כּיפּור, 2018.

חסידיש אידיש האט נישט קיין גוטן נאמען ביי ליטעראריסטן װײַל חסידיש-אידיש פאלגט נישט נאך די ארדענונג פון ייווא יידיש. חסידיש אידיש קוקט אויס ווי הפקר וועלט. א מישמאש פון איבער די מאס ענגלישע, מאָדערן העברעישע ווערטער און קלאנגען און סינטעטישע איבערטייטשונגען, וואס קלעפּט נישט אין אידיש אריין, אז עס פארגייט דער טעם.

אט גיט א קוק אויף די גערעדטע שפראך. א מאה שערים’דיגער װעט אפֿשר זאָגן: „עס איז נישט משנה, נעם פון די מכולת א שקית מיט תפוזים” (מאכט נישט אויס, קויף ביים קלייט א זאק פאמעראנצן). אדער אין וויליאמסבורג: “אקיי קינדער, איך בין פראוד מיט ענק, זענטץ עטץ רעדי פאר די קווייער? מען גייט ריהערסען אין סטודיאו, יעדער זאל פליז זינגען אויף די פיטש. ” (פיין קינדער, איך בין שטאלץ מיט אייך, זענט עטץ גרייט צום כאר, יעדער זאל אזוי גוט זיין און זינגען אויפן טאן).

די געשריבענע שפראך װי מע זעט למשל אין דער ירושלים’דיגער וואכנשריפט „דאס אידישע ליכט‟ איז אויך קענטליך שטארק באאיינפלוסט פון עברית און די נאוועלעס דורך מנחם מענדל האָבן צופיל לאנגע דייטשישע ווערטער. די „וויליאמסבורגער בלעטער‟ ווידער פארמאגן אדער אן ארימער שפראך, אדער זענען זיי באלאטעוועט מיט ענגלישע ווערטער אינאיינעם מיט באארבעטע פארטייטשונגען אדער לאנגע אומגעלומפערטע זאצן. „ער האט אים געפרעגט וואס ער האלט אויף אים, ער גלייכט אים זייער, ער האט א דירעקציע‟ (ער האט אנגעפרעגט זיין מיינונג איבער אים, יענער געפעלט אים שטארק, ער האט א ריכטונג). ווייניג זענען די וואס האבן באוויזן צו שרייבן ארטיקלען אין כלערליי אספעקטן, וואו די שפראך איז רייך מיט ווערטער און אויסדרוקן; נישט געבארגטע מיט א פרעמד פנים, נאר פונעם אייגענעם אוצר. אז מען נעמט שוין יא אמאל א פרעמדליך ווארט זאל עס זיין אידישליך אריינגעפאסט צו האלטן דאס וואס מאכט אונזער שפראך „מאמע לשון‟.

די אנטווערפענער אידיש, אמווייניגסטנס ביי די מענער שיל, האלט זיך אמבעסטן צום טעם פונעם אמאליגן אידיש, דארטן איז א רעספעקטפולער חסידיש אידיש א לעבעדיגע שפראך. דאס איז אבער ליידער בלויז א גערעדטע שפראך.

איין אויסגאבע האט באוויזן צו ברענגען ארדענונג אינעם געשריבענעם אידיש: דער חודשלעכער זשורנאַל „מעלות‟, אנגעפירט דורך מרת שרה יונגרייז. זי האט געוויזן א שטארקער אינטערעס צו א גראמאטיש אויסגעהאלטענעם חסידיש אידיש. מיט א געזונטער גלייכגעוויכט איז זי געווען דער וואס האט ענדליך באוויזן צו בארייכערן אונזער געשריבענע שפראך מיט ווערטער פונעם אייגענעם שמאלצטאפ, און געגעבן דאס לשון א גראמאטיש פנים.

מרת יונגרייז האט צוזאמענגעפלאכטן די דריי הויפט מינים חסידיש-אידיש פון היינט: דער מאה שערים’דיגער, דער וויליאמסבורגער און דער אנטווערפענער: זייענדיג א מאה שערים מיידל וואס וואוינט היינט אין מאנסי, און האָט אויך באקאנטע אין אנטווערפען, האט זי נאטירליך א שטארקע באקאנטשאפט מיט די אלע דריי מינים אידיש. די בעסטע ווערטער פון אלע דריי מינים ייִדיש נעמט זי אַרײַן אין „מעלות‟ ווי א מיטל צו סטאנדארדיזירן חסידיש אידיש.

היינטצייטיגע ווערטער וועלעכע זענען נויטיג צום אויסדרוק אדער שיינקייט ווערן נישט שטענדיג אויסגעמיטן אין „מעלות‟. מיט א גוטן פארשטאנד ווייסט מרת יונגרייז וויאזוי אריינצופאסן די היינטצייטיגע אדער אפילו פרעמדע ווערטער אינעם אידיש אז זיי זאלן נישט אויסזען ווי א יוון אין סוכה, ווי א פרעמדעד געוויקס.

דאס איז שטארק קענטיג ווען מע לייענט די ארטיקלען אין „מעלות‟, ספעציעל טאמער איז עס געשריבן דורך איינע פון דער יונגרייז משפחה. דער שפראך איז א פליסיגער, קורץ און לויטער, א געזונטער גראמאטיק פון א ריינעם אידיש, די ווערטער און זאצן זענען געמאסטן און פראפעסיאנאל.

אויסער דעם האט „מעלות‟ א רובריק (קאָלום) פון שאלות איבער „הלכות אידיש‟. עס איז קענטיג אז די קאלום שרייבערין האָט א ברייטע קענטעניש סיי פון פארשידענע אלטע גערעדטע װערטער סיי פון ייווא אידיש, סײ פֿון היינטיגן חסידיש אידיש. מע שרײַבט איר בריוו פרעגנדיק וועלכע ווערטער זענען כשר אין א געזונטן חסידישן אידיש אדער נישט; ווען לשון הקודש אדער ענגלישע ווערטער קענען זיך אריינפאסן אינעם אידיש און ווען – נישט. די שרייבערין באניצט זיך מיט ווערטערביכער פון אלט אידיש און דייטש. עס ווערן דארטן באשאפן נייע ווערטער לטובת חסידיש אידיש, אנדערע ווערן מגייר (פארוואנדלט) מיט א כשרן גיירות פאר א אידיש קלינגענדיקער שפראך. מרת יונגרייז האט א טאלאנט אריינצוברענגען א שטאלץ און א פנים צו די ווערטער און אויסדרוקן פון אונזערע זיידעס און באבעס. זי אנטוויקלט זיי, באוואסערט זיי, דערפרישט זיי, און צייגט אז אן אויסגעהאלטענע מאמע לשון איז די שפראך פונעם היינט און פונעם צוקונפט.

צו פארדאנקען איז אבער אויך אירע לײענער, די גאר פרומע קרייזן וועלעכע פארהייליגן און אטעמען אידיש און וועלן בשום אופן נישט לייענען זשורנאלן (אפילו ערליכע) אין ענגליש אדער עברית.

און דאס איז טאקע די איראניע. א חסידישער אידיש וואלט דאך געפאסט צו בלייבן מיטן א היימישע צעווארפעניש. א געמאסטענער אידיש פאסט גיכער פאר געבילדעטע משכילים וועלעכע ווילן זיך „אהערשטעלן‟. איז אבער געשען אז די חסידים ברענגען צום ארדענונג די שפראך פון דער באבען און זיידן. קיין ברירה איז נישטא, אנדערש וועלן ענגליש און העברעאיש אלעס פארניכטן. א סטאנדיזירטער אידיש פונעם צוקונפט ליגט דווקא אין די הענט פון די גאר פרומע קרייזן, די קרייזן פונעם שפיצל און דעם אומגעשטרייפטן רעקל, וואו ס’רוב פון זיי זענען קנאי’ש אנטי ציוניש און אנטי אגודיסטיש. דווקא פון זיי איז ארויסגעקומען א ווערטער אוצר פאר א סטאנדיזירטער אידיש.
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 3:58 pm

אנטווערפן איז טאקע די איינציגסטע פלאץ וואו מען רעדט אידיש-אידיש.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 4:05 pm

וויאזוי שרייבט מען ווען מ'וויל שרייבן: אך-און-וויי וועט זיין וועם מ'וועט כאפן...
איז עס ריכטיג געשריבן?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 5:46 pm

אילו זכינו האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען ווען מ'וויל שרייבן: אך-און-וויי וועט זיין וועם מ'וועט כאפן...
איז עס ריכטיג געשריבן?

ס'איז נישט פעלערדיג, קענסט עס אויך שרייבן אן די בריקלעך צווישן די ווערטער, יש ויש. וויאזוי דו שפירסט אז ס'וועט זיך ליינען בעסער.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 3:06 pm

אין אריגינעלע דייטש ווען ס'איז דא איין זאך וואס איז צאמגעשטעלט פון אפאר ווערטער, שטעלט מען זיי צוזאם אין איין לאנגע ווארט. צום ביישפיל, דאס ווארט Siebentausendzweihundertvierundfünfzig מיינט, 7,254. פריינדשאפט באציאונגען ווערט freundschaftsbeziehungen. אזויווי אידיש איז מער א פשוטע זארגאן, וועט מען געווענליך צוטיילן די ווערטער אזויווי אין ענגליש, צומאל מיט בריקלעך אנצודייטן אז זיי זענען בעצם איין נאמען, געווענליך ווען זיי קומען אסאך צוזאמען, אדער ווען ס'נאר צוויי דריי ווערטער.

שניצל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:17 am

תגובהדורך שניצל » דינסטאג פאברואר 19, 2019 10:53 am

וויאזוי שרייבט מען.
צווויסן אדער צעוויסן אדער צואוויסן. אדער נוצט מען די עצה אז מען שרייבט נישט דאס ווארט נאר מען דרייט זיך ארויס לדוגמא דער רבי האט צווישן אנדערע געלאזט וויסן אדער דער רב האט נישט געוואלט וויסן

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג פאברואר 19, 2019 10:58 am

שניצל האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען.
צווויסן אדער צעוויסן אדער צואוויסן. אדער נוצט מען די עצה אז מען שרייבט נישט דאס ווארט נאר מען דרייט זיך ארויס לדוגמא דער רבי האט צווישן אנדערע געלאזט וויסן אדער דער רב האט נישט געוואלט וויסן

צו-וויסן געטאן..
פארשטייט זיך אז אויב מ'קען אויסדרייען איז עס אויך אן אפציע

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 19, 2019 12:50 pm

אילו זכינו האט געשריבן:
שניצל האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען.
צווויסן אדער צעוויסן אדער צואוויסן. אדער נוצט מען די עצה אז מען שרייבט נישט דאס ווארט נאר מען דרייט זיך ארויס לדוגמא דער רבי האט צווישן אנדערע געלאזט וויסן אדער דער רב האט נישט געוואלט וויסן

צו-וויסן געטאן..
פארשטייט זיך אז אויב מ'קען אויסדרייען איז עס אויך אן אפציע

נישט ריכטיג.

ריכטיג איז 'צואוויסן'.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:04 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
אילו זכינו האט געשריבן:
שניצל האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען.
צווויסן אדער צעוויסן אדער צואוויסן. אדער נוצט מען די עצה אז מען שרייבט נישט דאס ווארט נאר מען דרייט זיך ארויס לדוגמא דער רבי האט צווישן אנדערע געלאזט וויסן אדער דער רב האט נישט געוואלט וויסן

צו-וויסן געטאן..
פארשטייט זיך אז אויב מ'קען אויסדרייען איז עס אויך אן אפציע

נישט ריכטיג.

ריכטיג איז 'צואוויסן'.

פאר איך נעם עס אן, וויל איך עס הערן פון לכה"פ נאך איין מ"ד

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:22 pm

ארגינעל איז טאקע 'צואוויסן', אבער מאן דכתב 'צעוויסן' יש לו על מה לסמוך.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג פאברואר 19, 2019 1:33 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ארגינעל איז טאקע 'צואוויסן', אבער מאן דכתב 'צעוויסן' יש לו על מה לסמוך.

און אנפארטשונעטלי פאר דיר און קלאצקאפ, שרייבט מען נישט קיין איינס פון די צוויי, אפגעזעהן וואס מען וואלט ווען געדארפט..
ובזה יצאתי

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:40 pm

וועלטניק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ארגינעל איז טאקע 'צואוויסן', אבער מאן דכתב 'צעוויסן' יש לו על מה לסמוך.

און אנפארטשונעטלי פאר דיר און קלאצקאפ, שרייבט מען נישט קיין איינס פון די צוויי, אפגעזעהן וואס מען וואלט ווען געדארפט..
ובזה יצאתי

איך ווייס נישט ווער די "מ" איז אבער מ'שרייבט ביידע פון זיי. צעוויסן שרייבט מען היבש מער.

אדרבה, וואס שרייבט מען אנשטאט דעם?
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דינסטאג פאברואר 19, 2019 2:58 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
וועלטניק האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:ארגינעל איז טאקע 'צואוויסן', אבער מאן דכתב 'צעוויסן' יש לו על מה לסמוך.

און אנפארטשונעטלי פאר דיר און קלאצקאפ, שרייבט מען נישט קיין איינס פון די צוויי, אפגעזעהן וואס מען וואלט ווען געדארפט..
ובזה יצאתי

איך ווייס נישט ווער די "מ" איז אבער מ'שרייבט ביידע פון זיי. צעוויסן שרייבט מען היבש מער.

אדרבה, וואס שרייבט מען אנשטאט דעם?

כ'האב ספעציעל געשריבן 'ובזה יצאתי' ווייל אין מיין ערפארונג וועל איך נישט ענדיגן מיט אייך, איז נעם עס אן אלס אן אגרימענט אז דו ביסט גערעכט אויב דו ווילסט.

שניצל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:17 am

תגובהדורך שניצל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:52 am

צעוויסן האט באקומען איין שטימע, און איין שטימע פאר בדיעבד
צו-וויסן א שטימע
צואוויסן האט באקומען צויי שטימען.
און לויט איין וועלער איז צואוויסן א לכתחילה און בדיעבד, (לדוגמא אויב די אות א ארבעט חלילה נישט אין קיבאורד) קען מען נוצן צעוויסן
איז צואוויסן האט געווינען, ווייל דאס איז סיי צוא און סיי צו-וו.
מזל טוב צואוויסן

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:03 am

שניצל האט געשריבן:צעוויסן האט באקומען איין שטימע, און איין שטימע פאר בדיעבד
צו-וויסן א שטימע
צואוויסן האט באקומען צויי שטימען.
און לויט איין וועלער איז צואוויסן א לכתחילה און בדיעבד, (לדוגמא אויב די אות א ארבעט חלילה נישט אין קיבאורד) קען מען נוצן צעוויסן
איז צואוויסן האט געווינען, ווייל דאס איז סיי צוא און סיי צו-וו.
מזל טוב צואוויסן

וואס איז שלעכט מיט 'געלאזט וויסן'? ס'איז די זעלבע משמעות ווי צואוויסן געטאן און מער היינטיגע שפראך.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

שניצל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:17 am

תגובהדורך שניצל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 10:10 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שניצל האט געשריבן:צעוויסן האט באקומען איין שטימע, און איין שטימע פאר בדיעבד
צו-וויסן א שטימע
צואוויסן האט באקומען צויי שטימען.
און לויט איין וועלער איז צואוויסן א לכתחילה און בדיעבד, (לדוגמא אויב די אות א ארבעט חלילה נישט אין קיבאורד) קען מען נוצן צעוויסן
איז צואוויסן האט געווינען, ווייל דאס איז סיי צוא און סיי צו-וו.
מזל טוב צואוויסן

וואס איז שלעכט מיט 'געלאזט וויסן'? ס'איז די זעלבע משמעות ווי צואוויסן געטאן און מער היינטיגע שפראך.

עס איז נישט שלעכט דער מיט אבער אויב איז צווויסן א גוטער ווארט איז גוט. וואס איז שלעכט מיט גלעזלעך אז ען קען שרייבן אסאך גלעזער אדער יעדער האט באקומען זיין גלאז...
איך האב געפרעגט וועלכע פון די דריי ווערטער איז די מערסטע אויסגעהאלטן צעוויסן אדער צווויסן אדער צואוויסן און דער לעצטער האט געוואונען
לעצט פאראכטן דורך שניצל אום דינסטאג מארטש 05, 2019 6:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג פאברואר 25, 2019 2:36 pm

געלעגענהייט קומט מיט דיא 'ע' נאך די צווייטע גימל אדער נישט?
געלעגענהייט
אדער געלעגנהייט?

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:23 pm

אילו זכינו האט געשריבן:געלעגענהייט קומט מיט דיא 'ע' נאך די צווייטע גימל אדער נישט?
געלעגענהייט
אדער געלעגנהייט?

געלעגנהייט.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג פאברואר 26, 2019 11:35 am

אומ-אויסגעהאלטן
אומ-פארגעסליך וכו'
די אלע סארט ווערטער קומען מיט אדער אן א ליין - נאך דער אומ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 26, 2019 12:36 pm

אן א -
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2832
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דינסטאג פאברואר 26, 2019 9:00 pm

אינמיטן א ווארט קומט נישט קיין ליין.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 11, 2019 3:45 pm

דאלער?
אדער דאללער?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מארטש 11, 2019 7:56 pm

די ריכטיגע אויסלייג איז "דאללער", אזויווי אין אלע אנדערע גערמאנישע שפראכן, אריינגערעכנט ענגליש.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מאנטאג מארטש 11, 2019 9:53 pm

נאכ'ן עס אדורכרעדן.....
נאכ'ן איז מיט דערשטרעכל צווישן דער נו'ן און דער כ'ף אדער אן: נאכן עס אדורכרעדן.....?

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » מאנטאג מארטש 11, 2019 10:46 pm

ס'נישט דא אזא ווארט "נאכן", ס'איז צאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער "נאך" "דען" (אין אלט-אידיש פלעגט מען זאגן "דען" אנשטאט "דעם"), אין קורצן "נאכ'ן" (אזויווי "ס'איז" (עס+איז)).


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט