אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:58 pm

farshlufen האט געשריבן:איר האט שוין פארגעסן וואס איר האט געשריבן?
וועלטניק האט געשריבן:איבער יוגנט איז בכלל נישט קיין שאלה זינט אונזער הברה איז אויך מיט א ׳קמץ וּ׳

(צום וויפילטן מאל, אויב איר האט נישט וואס מגיב צו זיין אין דעם אשכול מוזט איר נישט, ס׳איז איבערהויפט נישט קיין מצוה
איך מיין גארנישט נאר ס׳שטערט מיר באמת, איך קריג אימעילס ווען עס קומט פרישע תגובות פון די פאר אשכולות וואס ס׳איז מיר נוגע.)
עניוועי, איך ווייס נישט וואס דו זאגסט אנדערש ווי מיר אבער אויב זאגסטו למעשה אנדערש ביזטו פשוט ווראנג..

טוב ויפה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:29 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

אידיש, אידישליך, און איד איז ריכטיג. אינגערמאן, אינגל, און אינג קינד איז פאלש. דער טייטש פון די ווערטער זענען מלשון young
עסט נישט הערן א ליטוויש-אידיש רעדנדע איד זאל זאגן אונגערמאן אדער אונגל.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:35 pm

טוב ויפה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

אידיש, אידישליך, און איד איז ריכטיג. אינגערמאן, אינגל, און אינג קינד איז פאלש. דער טייטש פון די ווערטער זענען מלשון young
עסט נישט הערן א ליטוויש-אידיש רעדנדע איד זאל זאגן אונגערמאן אדער אונגל.

איז וואס קומסטו צולייגן וואס מ׳האט נאכנישט אויסגעשמועסט דא?

טוב ויפה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:35 pm

גין-גאלד האט געשריבן:וויאזוי שרייבט מען די ווארט געשענט?

למשל: ווען עס געשענט נאכאמאל, זאלסטו מיר רופן.

"געשעהט" עס איז דא דער ריכטיגן ווארט און דער לשון בני אדם. עס איז א טעות עס קומט פון געשעהנישן דאס איז אזוי ווי מאנכע זאגן יענקב אבינו וואס קומט פון די ניק-נעים יענקל/יענקי

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:48 pm

געשעט, געשעענישן.

מ'קען נוצן 'פאסירט' אנשטאט דעם.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:50 pm

טוב ויפה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

אידיש, אידישליך, און איד איז ריכטיג. אינגערמאן, אינגל, און אינג קינד איז פאלש. דער טייטש פון די ווערטער זענען מלשון young
עסט נישט הערן א ליטוויש-אידיש רעדנדע איד זאל זאגן אונגערמאן אדער אונגל.

משא''כ יודיש און יודישליך וועסטו יא הערן....
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

טוב ויפה
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 9:56 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טוב ויפה האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:אינגערמאן.

פונקט ווי אינג קינד, אינגל, אידיש, אידישליך, איד, וכו'

אידיש, אידישליך, און איד איז ריכטיג. אינגערמאן, אינגל, און אינג קינד איז פאלש. דער טייטש פון די ווערטער זענען מלשון young
עסט נישט הערן א ליטוויש-אידיש רעדנדע איד זאל זאגן אונגערמאן אדער אונגל.

משא''כ יודיש און יודישליך וועסטו יא הערן....

ניין. וועסט הערן אידיש מיט א 'י' נישט א 'ו'

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:05 pm

משא''כ אינגערמאן? זיי מסביר די חילוק וואס האסט געברענגט.

איך שרייב אזוי ווייל אזוי האט מען אלע יארן געשריבן און ביז היינט האבן עס די ארגינעלע שרייבער נישט געטוישט.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 1:18 am

וועלטניק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:איר האט שוין פארגעסן וואס איר האט געשריבן?
וועלטניק האט געשריבן:איבער יוגנט איז בכלל נישט קיין שאלה זינט אונזער הברה איז אויך מיט א ׳קמץ וּ׳

(צום וויפילטן מאל, אויב איר האט נישט וואס מגיב צו זיין אין דעם אשכול מוזט איר נישט, ס׳איז איבערהויפט נישט קיין מצוה
איך מיין גארנישט נאר ס׳שטערט מיר באמת, איך קריג אימעילס ווען עס קומט פרישע תגובות פון די פאר אשכולות וואס ס׳איז מיר נוגע.)
עניוועי, איך ווייס נישט וואס דו זאגסט אנדערש ווי מיר אבער אויב זאגסטו למעשה אנדערש ביזטו פשוט ווראנג..

במחילת כבודכם, כ'ווייס נישט וואס איר ווילט פון פארשלאפן, אונזער הברה אויף א מלופים איז ווי א קמץ? איר שרייבט קמץ און שטעלט א מלופים, עפעס איז צומישט אין אייער תגובה.

פארשלאפן זאגט ריכטיג יוגנט איז די הבהרה נישט מיט קיין חולם און נישט מיט קיין קמץ, נאר מיט א מלופים. ממילא די ירושלים'ער וואס זייער הברה פאר א מלופים איז ווי א קמץ וועלן עס דא אויך אזוי זאגן.

אגב, ביי די ליבאוויטשע ביכער/מאמרים דוכט זיך מיר האב איך געזען שטיין יוגנד מיט א ד' [דוכט זיך זיי האבן עפעס געהאט אן אויסגאבע מיטן נאמען דער יוגנד, עפעס אזא נאמען].

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1028
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 2:50 am

האפ קאזאק האט געשריבן:לסיכום.
וועלכע דארף מען שרייבן מיט אי' כאטש מ'זאגט עס מיט א יו', און וועלכע נישט?

לאמיר עס מסדר זיין לויט די שרשים, און דערצו צולייגן די צווייגן.
(ביזדערווייל 3 שרשים. ווער עס ווייסט פון נאך, זאל צולייגן)

~איד~ (איך ווייס נישט פון איינעם וועלכער האלט אנדערש)= אידיש, אידישליך, אידישקייט, אידישער, אידישע, אידישן.
~אינג~ (רוב אידישע שרייבער שרייבן אזוי. אבער שוין געזען גענוג פלעצער מיט א יו', און באמת איז עס געוואנדן אין וועלכער ווארט מען רעדט, געוויסע ווערטער שרייבן טאקע מער אירע מיט א אי' ווי 'אינגל', און געוויסע ווערטער זענען זייער אסאך מקיל און שרייבן מיט יו', ווי 'יונגע יארן'. אזוי אויך א. ראטה אין איר ווערטער-בוך שרייבט: יונג, יונגווארג, יונגע, נאכנישט נאכגעקוקט וויאזוי עס איז אין די מעלות)= אינגל, אינגערמאן, אינגעלייט, אינגווארג, אינגער שגץ, אינגע יארן.
~יוגנט~ (איך ווייס נישט פון איינעם וועלכער האלט אנדערש)= יוגנטליכער, יונגווייז.

בנוגע וואס איינער האט געפרעגט, צו אינג און יוגנט איז פונעם זעלבן שורש, לכאורה יא, פארוואס נישט. נאר אינג איז א שילדערונג, פארקערט פון אלט. און יוגנט איז דער זאך-ווארט, די יוגנט. אזויווי 'שיין' ווערט 'שיינקייט' אלס זאך-ווארט.
נאר היות דער ווארט יונג [מיט דעם נ' בעפאר דעם ג'] וואלט זיך געזאגט זייער שווער צולייגענדיג דעם ט' צום סוף [יונגט], ע''כ האט מען עס פארדרייט, און אינעם זאך-ווארט האט מען געשטעלט דעם נ' נאך דעם ג' [יוגנט]. מיין אייגענע השערה.

אוודאי איז אינג און יוגנט איין שורש, דאס דארף נישט קיין פלפולים.. און אויטאמאטיש קען געשריבן ווערן פונקט אזוי צי אזוי, און אז מ'שרייבט היינט געווענליך אינג דארפן ביידע אזוי געשריבן ווערן, וכן נוהגין..

אויב ווילט איר אויף אן אמת שטודירן, דאן דארפט איר לערנען וואס פראפעסאר ייידישיסט שרייבט
viewtopic.php?p=182651#p182651

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:36 pm

צו נעמען נאך איינעמ'ס מיינונג אין באטראכט:
הארקאווי שרייבט אין זיין ווערטערבוך "יונג", און נישט אינג.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

האפ קאזאק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 25, 2018 11:29 pm
לאקאציע: 99% ...Recalculating

תגובהדורך האפ קאזאק » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 12:40 pm

איך זע אבער אז הארקאווי שרייבט ביי איד אויך מיט א יו''ד ייד, אלא מאי איז ער ביי דעם געווען אזוי יידישיסטיש געשטימט, קען מען נישט ביי דעם נישט נעמען קיין ראי' פון אים.
איך בין גרייט צו הערן פון דיר, סיי וואס דו ווייסט און סיי וואס דו מיינסט. אבער ווען עס איז נאר וואס דו מיינסט, דאן זאג מיר ביטע אז ס'איז נאר דיין מיינונג!

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

"וואונטשן" אדער "ווינשטן"

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך ינואר 09, 2019 8:45 pm

וואס איז די ריכטיגע אויסלייג "וואונטשן" אדער "ווינשטן"?
די וועלט (וגם אני בתוכם) שרייבט "וואונטשן" אבער איינער האט מיר מעורר געווען בשם א גרויסע שרייבערן מיט יארן עקספיריענס, אז די ריכטיגע אויסלייג איז "ווינטשן", און די טעות נעמט זיך פון די ליטווישע הבהרה. איז עס ריכטיג?

און בכלל אויב איינער קען אויסקלארן די כללים ווען מען נוצט א "שטימער א"?

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

*וואונטשן אדער ווינטשן?

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך ינואר 09, 2019 8:54 pm

*וואונטשן אדער ווינטשן?

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:14 pm

לשון עבר שרייבט מען געוואונטשן, לשון הווה ווינטשן.

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:29 pm

וואס איז די יסוד פון די חילוק? אויב דו קענסט אריינקומען קלארער
אויך וויאזוי איז לפי זה ווען מ'וויל שרייבן בלשון עתיד, למשל: 'איך קוק ארויס אויף די שמחה דיר צו קענען וואונטשן...'

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:33 pm

פארשער האט געשריבן:לשון עבר שרייבט מען געוואונטשן, לשון הווה ווינטשן.

הוספה: בלשון עתיד שרייב מען אויך "ווינטשן", און דער שם עצם איז "וואונטש".

-----------
אילו האקט. שוין פארענטפערט?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אילו זכינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » מיטוואך ינואר 09, 2019 9:44 pm

איך הער די פאקטן
אבער איך פארשטיי נאכאלץ נישט פארוואס ווערט ביי הווה אין עתיד געטוישט פון די שם העצם - אויב מ'קען די נקודה אויסקלארן ביטע

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:01 pm

אויך ביי געוואונען, געפונען, וכו'.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך ינואר 09, 2019 11:45 pm

נישטא אזא ווארט געוואונטשן.
אסדר, ביטע גיב א דוגמא פון דיין 'געוואונען, געפונען'

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 11:57 pm

כ'האב אמאל געוואונען - עבר.

כ'גיי מעגליך געווינען - הוה ועתיד.

כ'האב עס נישט געקענט געפונען - עבר.

איך קען עס נישט געפינען - הוה.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 11:59 pm

וועלטניק האט געשריבן:נישטא אזא ווארט געוואונטשן.

אזוי זאגט? זיכער איז דא.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:54 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'האב אמאל געוואונען - עבר.

כ'גיי מעגליך געווינען - הוה ועתיד.

כ'האב עס נישט געקענט געפונען - עבר.

איך קען עס נישט געפינען - הוה.

ווי זאגט יענער? גענוי ווי איר זאגט נאר פונקט פארקערט..
אבער איך וועל נישט פרובירן טוישן אייער מיינונג, זיכער נישט נאך די שרעקעוודיגע ׳אזוי זאגט׳ אויף געוואונטשן..
איז פון מיין זייט שרייב אזוי ביז די הונדערט און צוואנציג, איך וואונטש דיר נאכאלץ זאלסט מצליח זיין מיט דיין שרייבעריי. סוף כל סוף ביסטו נישט אנדערש ווי רוב, איז וועלן זיי דיר מסתם פארשטיין

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 12:58 am

ביסט גערעכט אז געווינטשן וואלט געווען מער אויסגעהאלטן, אבער כך היא דרכה של עולם. איך גיי נישט זיין אנדערש פון יעדעם.
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 1:21 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:ביסט גערעכט אז געווינטשן וואלט געווען מער אויסגעהאלטן, אבער כך היא דרכה של עולם. איך גיי נישט זיין אנדערש פון יעדעם.

יעדעם.. די רוב וואס איך זאג איז סתם געווען דיר צו מאכן שפירן גוט.. איך קען נישט נאך א יעדעם וואס שרייבט אזוי..
עניוועי כ'ווייס ס'וועט זיך נישט ענדיגן, בעיסט אן די ניק. נעקסט סובזשעקט


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט